בלאט 80 פון 90

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז...

געפאוסט: מוצש"ק פעברואר 01, 2025 7:30 pm
דורך never say never
דאס איז 80סטע בלאט און דער אשכול.

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז...

געפאוסט: מוצש"ק פעברואר 01, 2025 8:51 pm
דורך מיילעך פריילעך
never say never האט געשריבן: מוצש"ק פעברואר 01, 2025 7:30 pm דאס איז 80סטע בלאט און דער אשכול.
צ'ק
דעיס אויך

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז...

געפאוסט: מוצש"ק פעברואר 01, 2025 8:59 pm
דורך יוחנן כהן
צ''ק

דעיס אויך


וואגייט דא פאר?...

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז...

געפאוסט: מוצש"ק פעברואר 01, 2025 10:49 pm
דורך אנדערער
צק דעיס אויך

מען גייט ליידיג

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז...

געפאוסט: מוצש"ק פעברואר 01, 2025 11:08 pm
דורך never say never
אנדערער האט געשריבן: מוצש"ק פעברואר 01, 2025 10:49 pm צק דעיס אויך

מען גייט ליידיג
ליידיג אויך?

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז...

געפאוסט: מוצש"ק פעברואר 01, 2025 11:14 pm
דורך אנדערער
never say never האט געשריבן: מוצש"ק פעברואר 01, 2025 11:08 pm
אנדערער האט געשריבן: מוצש"ק פעברואר 01, 2025 10:49 pm צק דעיס אויך

מען גייט ליידיג
ליידיג אויך?
ליידיג זיכער. וואס אויך?

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז...

געפאוסט: מוצש"ק פעברואר 01, 2025 11:33 pm
דורך never say never
אנדערער האט געשריבן: מוצש"ק פעברואר 01, 2025 11:14 pm
never say never האט געשריבן: מוצש"ק פעברואר 01, 2025 11:08 pm
אנדערער האט געשריבן: מוצש"ק פעברואר 01, 2025 10:49 pm צק דעיס אויך

מען גייט ליידיג
ליידיג אויך?
ליידיג זיכער. וואס אויך?
גיי לערן אפאר בלאט גמרא...

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז...

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 04, 2025 1:24 am
דורך never say never
צ"ק

א גוטע נאכט

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז...

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 05, 2025 5:04 pm
דורך שפיציגע נאז
א מחשבה'לע וואס איז מיר דורכגעלאפן נעכטן קוקענדיג די ריקעדיגע בילדער פון די חתונה לבית בידערמאן.

בעל הבתיש גערעדט, וואלט ר' מיילעך גאנץ ווארשיינלעך קוואלעפעצירט פאר עטליכע ABC דייעגנאסעס. עס זיצט א גאנצע אויבן אן פון חשובע רבנים, אלע זיצן פורמאל מיט א פונטקליכן חשבון ווען מען קלאטשט, ווען מען געבט לחיים, ווען מען שטעלט זיך אויף טאנצן, ווען מען שמייכלט, אויף טריט און שריט פאלגט מען נאך די רבנישע פארשריפטן. געפינט זיך אבער דארט איינער וואס קען בשום אופן נישט איינזיצן פאר צוויי מינוט. ער טאנץ ארום מיט צופלאטשקעטע פאות צווישן די באטייליגטע כאחד המשוגעים אויפן טיש, דערביי ווארפנדיג די פריש איבערגעפרעסטע שטריימעל זיינער ארויף און אראפ. און דאס איז נישט קיין צווייטער ווי דער מחותן זעלבסט! און נישט סתם א מחותן, נאר א מחותן אן איש מכובד וואס איז ריספעקטירט ביי גאנץ כלל ישראל, בכל קצוי תבל!

ווען דו קוקסט אן ר' מיילעך און דו פראבירסט אים צו דזשאדזשען, וואלסטו זייער שנעל געקומען צו א מסקנה אז ער דארף א גוטן psychiatrist. איך וואלט אים אפילו פארשריבן א גאנצע פארמעסי. איך פראביר אבער צו קלערן וואס זיינע עלטערן האבן געקלערט איבער דער ווילדער שלאך זייערער? ווי אזוי האבן זיי דאס עקצעפטירט?

איך בין געקומען צום מסקנא אז ביי משפחת בידערמאן איז נארמאלקייט נישט געווען קיין נושא בכלל. זיין טאטע ע"ה איז גראדע יא געווען א קלאסישער, און זיין ברודער ר' נחמן איז אויך מער א צוזאמען גענומענער. אבער שטעל דיך פאר ווען זיין טאטע איז מקפיד אויף קלאסישקייט, די וועלט וואלט פארלוירן א ר' מיילעך! מען וואלט אים געשיקט אויף טעראפי, ער וואלט כל ימיו געווען אויף פילן, מען וואלט זיך איינגערעדט אז ער איז א געהאלפענער, אבער די חלל אין די וועלט וואלט געווען א מעות לא יוכל לתקן!

איך פרעג נישט אפ די יסוד פון טעראפי. ווען א קינד מיטשעט זיך בנפש, דארף מען טון וואס מען האט צו טון. אבער ווען דער קינד מיטשעט זיך נישט, נאר דו רודפ'סט אים און פראבירסט אים איבערמאכן ווייל ער קוקט נישט אויס ווי דו ווילסט, דאס איז א מעות לא יוכל לתקן! א טאטע וואס ווייסט אז זיין זון וועט זיין די נעקסטע ר' מיילעך, גייט ער אים נישט פראבירן צו איבערמאכן. די שאלה איז נאר פארוואס ווען דו ווייסט נישט אז ער גייט זיין די נעקסטע ר' מיילעך, פראבירסטו אים יא צו איבערמאכן?

עס דרייט זיך א מעשה אז די טאטע פונען גאון ר' חיים קנייבסקי זצ"ל, דער הייליגער סטייפלער זי"ע איז שטארק נישט ניחא געווען מתחילה ווי אזוי זיין זון שטעלט זיך אוועק. דער סטייפלער איז געווען ווי מען זאגט מיט ביידע פיס דא אויף די וועלט, טראץ זיין גרויס התמדה און גאונות האט ער געוויסט וואס טוט זיך אויף די וועלט, און ער האט געהאלטן אז ר' חיים דארף אויך אביסל מיטהאלטן וואס קומט פאר. האט ער אמאל אויסגעשניטן א שטיקל פון א צייטונג און ער האט געהייסן ר' חיים דאס דורך ליינען און איבערזאגן וואס ער האט געליינט. ר' חיים האט געפאלגט זיין טאטע און געליינט דעם ארטיקל, און דערנאך צוריקגעקומען צו זיין טאטן מיט גרויס טענות, היתכן דער שרייבער ברענגט נאך א מאמר חז"ל נישט ריכטיג... און דעמאלטס האט דער סטייפלער באשלאסן מער נישט צו שטיפן ר' חיים, נאר אים לאזן וואקסן אויף זיין שטייגער.

איז דען דא איין טאטע, וואס אויב ווייסט ער אויף זיכער אז זיין זון איז די קומענדיגע ר' חיים קנייבסקי, וואלט ער אים פראבירט צו איבערמאכן? זיכער נישט! די חידוש פונעם סטייפלער איז אז ער האט דאס עקצעפטירט נאך פאר ער האט געוויסט אז זיין זון גייט זיין דער שר התורה. ער האט געקוקט אויף וואס איז גוט פאר זיין זון, און נישט מער.

וואס וויל איך? איך ווייס אויך נישט. דאס איז מיר דורכגעלאפן בשעתן קוקן די בילדער. די פליכט פון א טאטע איז זיכער מאכן אז פארן קינד גייט גוט, נישט אויספארעמען דאס קינד לויט ווי דו האלטס איז גוט. אפילו ווען דו ווייסט קלאר אז דאס קינד גייט נישט זיין מער ווי דער עוורידזש.

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז...

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 05, 2025 5:07 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
פיין פיין... גוט גוט... גאר גוט. כאטש דו זאגסט עס עקסטרעים... איך זע נישט וואו א סאקייעטריסט וואלט דא גערופן געווארן... אבער דיין פוינט איז זייער שטארק און זייער ריכטיג.

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז...

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 05, 2025 7:06 pm
דורך יוחנן כהן
סענייעס!!

דער איז אנגעקומען פופצן מינוט צוריק און ער שרייבט שוין לאנגע פאוסטס!

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז...

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 05, 2025 8:37 pm
דורך מיילעך פריילעך
שפיציגע נאז האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 05, 2025 5:04 pm א מחשבה'לע וואס איז מיר דורכגעלאפן נעכטן קוקענדיג די ריקעדיגע בילדער פון די חתונה לבית בידערמאן.
► Show Spoiler
וואס וויל איך? איך ווייס אויך נישט. דאס איז מיר דורכגעלאפן בשעתן קוקן די בילדער. די פליכט פון א טאטע איז זיכער מאכן אז פארן קינד גייט גוט, נישט אויספארעמען דאס קינד לויט ווי דו האלטס איז גוט. אפילו ווען דו ווייסט קלאר אז דאס קינד גייט נישט זיין מער ווי דער עוורידזש.
הייליג גערעכט.😥😥
וד''ל.

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז...

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 05, 2025 11:38 pm
דורך אנדערער
שפיציגע נאז האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 05, 2025 5:04 pm א מחשבה'לע וואס איז מיר דורכגעלאפן נעכטן קוקענדיג די ריקעדיגע בילדער פון די חתונה לבית בידערמאן.
► Show Spoiler
געלייקט זיך באדאנקען פאר די צייט און מח צו שרייבן די פאוסט אבער עס איז נישט אינגאנצן ווי דו זאגסט

עס זענען טאקע דא טאטעס וואס וועלן זייער קינד זאל אריינפיטן אין זייער סדום בעטל אבער רוב טאטעס זענען נישט אזוי

אייביג גוט צו מאכן חזרה אבער באשולדיגן פעלט נישט אויס

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז...

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 06, 2025 6:36 pm
דורך Glass
ס'שטייט די וואך פר' בשלח אין ספר הקדש מאור עניים אז זאגן די שירה מיט כונה איז א סגלה פאר פרנסה

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז...

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 06, 2025 6:46 pm
דורך יוחנן כהן

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז...

געפאוסט: פרייטאג פעברואר 07, 2025 2:47 am
דורך never say never
Glass האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 06, 2025 6:36 pm ס'שטייט די וואך פר' בשלח אין ספר הקדש מאור עניים אז זאגן די שירה מיט כונה איז א סגלה פאר פרנסה
נישט נאר דער וואך נאר יעדן טאג

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז...

געפאוסט: פרייטאג פעברואר 07, 2025 10:03 am
דורך סייבער טראק
never say never האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 07, 2025 2:47 am
Glass האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 06, 2025 6:36 pm ס'שטייט די וואך פר' בשלח אין ספר הקדש מאור עניים אז זאגן די שירה מיט כונה איז א סגלה פאר פרנסה
נישט נאר דער וואך נאר יעדן טאג
די וואך שטייט עס אין מעור עניים

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז...

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 10, 2025 7:50 pm
דורך שאינו יודע לשאול
אנדערער האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 05, 2025 11:38 pm
שפיציגע נאז האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 05, 2025 5:04 pm א מחשבה'לע וואס איז מיר דורכגעלאפן נעכטן קוקענדיג די ריקעדיגע בילדער פון די חתונה לבית בידערמאן.
► Show Spoiler
געלייקט זיך באדאנקען פאר די צייט און מח צו שרייבן די פאוסט אבער עס איז נישט אינגאנצן ווי דו זאגסט

עס זענען טאקע דא טאטעס וואס וועלן זייער קינד זאל אריינפיטן אין זייער סדום בעטל אבער רוב טאטעס זענען נישט אזוי

אייביג גוט צו מאכן חזרה אבער באשולדיגן פעלט נישט אויס
מרעדט לאו דוקא פון א סדום בעטל, אבער א קינד וואס שטעקט זיך ארויס אויף א שטארקער פארנעם, וועט דער טאטע געווענליך יא אים פרובירן אריינצולייגן אביסל "נארמאלקייט".

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז...

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 10, 2025 8:09 pm
דורך never say never
טראמפ טוט א גוטע דשאב.

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז...

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 10, 2025 8:31 pm
דורך אנדערער
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 7:50 pm
אנדערער האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 05, 2025 11:38 pm
שפיציגע נאז האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 05, 2025 5:04 pm א מחשבה'לע וואס איז מיר דורכגעלאפן נעכטן קוקענדיג די ריקעדיגע בילדער פון די חתונה לבית בידערמאן.
► Show Spoiler
געלייקט זיך באדאנקען פאר די צייט און מח צו שרייבן די פאוסט אבער עס איז נישט אינגאנצן ווי דו זאגסט

עס זענען טאקע דא טאטעס וואס וועלן זייער קינד זאל אריינפיטן אין זייער סדום בעטל אבער רוב טאטעס זענען נישט אזוי

אייביג גוט צו מאכן חזרה אבער באשולדיגן פעלט נישט אויס
מרעדט לאו דוקא פון א סדום בעטל, אבער א קינד וואס שטעקט זיך ארויס אויף א שטארקער פארנעם, וועט דער טאטע געווענליך יא אים פרובירן אריינצולייגן אביסל "נארמאלקייט".
א קינד וואס איז נישט נארמאל דארף מער קעיר נעמען און נישט טראכטן ער וועט וואקסן א רעב מיילעך

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז...

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 10, 2025 8:41 pm
דורך טיפע טאשן
@ניקל איז צוריק!

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז...

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 11, 2025 12:08 am
דורך פעינטיג
טיפע טאשן האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 8:41 pm @ניקל איז צוריק!
באמערקט! כאמיר שטארק געבענקט!

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז...

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 11, 2025 5:23 pm
דורך שינאווער
דער איידיע וואס קומט פאר די לעצטע פאר חדשים אין די טעמע פון מצילי אש מאנסי, הייבט זיך אן צו אנזעהן אינעם טעמע פון לב טהור...

דער עולם ווערט געבעטן צו ווארטן מיט שפאנונג אויף די פרישע ניקס וואס וועלן ארויסשפראצן בלויז פאר דער ספעציפישער ענין,

וכו' וכו'

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז...

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 1:29 pm
דורך חכם עתיק

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז...

געפאוסט: פרייטאג פעברואר 14, 2025 10:02 am
דורך סייבער טראק
פאוסט 2000 אין די טעמע!!!