בלאט 79 פון 99

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 12:37 am
דורך בודקע
totty האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 12:34 am
הבוחר בתורה האט געשריבן: מיטוואך מערץ 18, 2026 11:44 pm
הבוחר בתורה האט געשריבן: מיטוואך מערץ 18, 2026 11:21 pm
די רשעים לאזן נישט שלאפן....

עס קומט נאך מיסיל’ס פון איראן.
יעצט נאכאמאל....

ימח שמם וזכרם.
אלעס ווייל די ציונים האבן זיי אנגערייצט!
ווער ווייסט צי ווען די ציונים לאזן ווען אמעריקא אליינס מיט די ארבעט וואלט נישט געווען דער והיא לא תצלח וואלט מען נישט נישט געהאלטן ביי א' 3 וואכן אריין נאכן אנהייבן די קריג
ס'איז נישט געליגן אין זייער הענט צו לאזן אמעריקע אליינס.
ס'איז געווען א דבר ברור אז אויב אמעריקע גייט אין מלחמה איז א"י א שותף.
חוץ מזה, פונקט ווי זיי שיסן אויף אלע אנדערע לענדער ארום, וואלטן זיי אויך געשאסן אויף א"י, כ'גלייב נישט אז זייערע "נאנטסטע עליי".. א"י וואלט מען אויסגעלאזט.

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 12:41 am
דורך חלום חלמתי
totty האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 12:34 am
אלעס ווייל די ציונים האבן זיי אנגערייצט!
ווער ווייסט צי ווען די ציונים לאזן ווען אמעריקא אליינס מיט די ארבעט וואלט נישט געווען דער והיא לא תצלח וואלט מען נישט נישט געהאלטן ביי א' 3 וואכן אריין נאכן אנהייבן די קריג
:lol: :lol: :lol:

ווען זיי געווינען ווען יא וואלט מען נישט געמעגט פארבלענדעט ווערן פון די נצחונות ח"ו....

יעצט טראג ארויס אלע השקפה שמועסן פון די נייעס טעמעס. שכח

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 12:43 am
דורך בודקע
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 12:41 am
totty האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 12:34 am
אלעס ווייל די ציונים האבן זיי אנגערייצט!
ווער ווייסט צי ווען די ציונים לאזן ווען אמעריקא אליינס מיט די ארבעט וואלט נישט געווען דער והיא לא תצלח וואלט מען נישט נישט געהאלטן ביי א' 3 וואכן אריין נאכן אנהייבן די קריג
:lol: :lol: :lol:

דעמאלטס וואלט מען יא געמעגט פארבלענדעט ווערן פון די נצחונות ח"ו....

יעצט טראג ארויס אלע השקפה שמועסן פון די נייעס טעמעס. שכח

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 1:28 am
דורך פליט
איך מיז געבן א זאפטיגע שכח פאר @הבוחר בתורה
בוסט א סאליד באריכטער!

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 1:31 am
דורך פליט
הבוחר בתורה האט געשריבן: מיטוואך מערץ 18, 2026 10:18 pm טראמפ לאזט מער נישט מדנ’’י באמבאדירן איראנע אויל.....

קוקט אויס ווי איראן’ס סטראטעגיע ארבעט פיין.
______________

דא איז אויך דא גאר א שארפע סטראשע צו איראן: אויב וועט איר אטאקירן ווייטער אויל פון די אלאירטע, וועט אמעריקא אדוכפירן מאכטפולע אטאקעס אויף די גאנצע איראנע אויל אינדערסטרי.
פאר קיין רגע האלט איך נישט אז אמעריקע האט טאקע נישט געוויסט פארדעם אז מדינת ישראל וועט באמבעדירן די איראנע אויל.

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 1:34 am
דורך פליט
באריכטן איבער א שיף אטאקירט דורך איראן פון לאס לאפאן אין קאטאר.

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 1:35 am
דורך פליט
פליט האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 1:34 am באריכטן איבער א שיף אטאקירט דורך איראן פון לאס לאפאן אין קאטאר.
"ראס לאפאן" איז איינע פון די וויכטיגסטע פונקטן פארן עקספארט פון גאז. אן אטאקע אין דעם געגנט איז א דירעקטע סטראשע אויף די ענערגיע סופליי פון די וועלט.

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 1:37 am
דורך פליט
פייפט יעצט נאכאמאל פון אן איראנע כוואליע
IMG_20260319_013644_909.jpg
IMG_20260319_013644_909.jpg (50.71 KiB) געזען געווארן 500 מאל

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 1:40 am
דורך פליט
פאליסטינער מידיא באריכטן איבער 3 טויטע און 5 פארוואונדעטע אין חברון פון שראפנעל דעם נאכט.

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 1:41 am
דורך פליט
סעטעלייט בילדער פון אן איראנער נעווי שיף אין פלאמען נאך אן אטאקע.
IMG_20260319_014059_551.jpg
IMG_20260319_014059_551.jpg (108.57 KiB) געזען געווארן 495 מאל
IMG_20260319_014107_104.jpg
IMG_20260319_014107_104.jpg (135.33 KiB) געזען געווארן 495 מאל

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 1:42 am
דורך פליט
פייער ביים לופטפעלד אין דוביי נאך אן איראנער אטאקע.

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 1:44 am
דורך פליט
שאדן ביי א UAE עיר פארס באזע פון די איראנע אטאקעס.
IMG_20260319_014322_089.jpg
IMG_20260319_014322_089.jpg (154.51 KiB) געזען געווארן 492 מאל

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 1:45 am
דורך פליט
פליט האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 1:37 am פייפט יעצט נאכאמאל פון אן איראנע כוואליע
IMG_20260319_013644_909.jpg
מיסל געפאלן אין אן אפענע שטח.

בה נישטא קיין באריכטן פון געשעדיגטע.

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 7:09 am
דורך הבוחר בתורה
פליט האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 1:28 am איך מיז געבן א זאפטיגע שכח פאר @הבוחר בתורה
בוסט א סאליד באריכטער!
יישר כח!

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 7:16 am
דורך הבוחר בתורה
איראן:

די לופטפעלד אין שטאט יזד איראן איז געווארן אטאקירט די נאכט, ווי אויך אויל סטארעדזשע'ס אויפן פלאץ.

לויט טייל באריכטן זענען אויך געשעדיגט געווארן פליגער ביי די אטאקע.

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 7:18 am
דורך הבוחר בתורה
קאוועיט:

א פייער האט אויסגעבראכן ביי 2 אויל ריפיינערי'ס נאך אן איראנע דראון אטאקע.

די ביידע צוזאמען פראצעסירן 1,184,000 פעסלעך א טאג!

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 7:24 am
דורך הבוחר בתורה
המדאן איראן:

מדנ''י האט אטאקירט און חרוב געלייגט א איראנע MI-17 העליקאפער ביי די מיליטערישע עירפארט אין המדאן.

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 7:31 am
דורך הבוחר בתורה
קוועלער אין איראן:

מדנ''י אטענטאט אויף דער גענעראל אפשין נקשבנדי איז געווען סוקסעספול.

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 7:45 am
דורך הבוחר בתורה
הבוחר בתורה האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 4:49 pm סאודיע אראביע:

סאודיע אראביע האט אנגעהויבן שיקן אויל דורך איר מערב בארטן מיטן רויטן ים, און אזוי איסמיידן די הורמיז וואסער שטראז.
באזארגנדע אפדעיט:

ינבוע פארט - סאודיע אראביע:

נאך איראנע אטאקע'ס אויף איר אויל איינריכטונגען, האט סאודיע אראביע אפגעשטעלט אלע אפעראציעס דארט! דאס איז די איינציגסטע רוט פון סאודיע אראביע'ס אויל וועלכע קרויזט אויס די הארמיז וועג, און מיט דעם האט איראן מצליח געווען צו ברענגען סאודיע אראביע'ס אויל עקספארט צו 0.

פרייזן זענען ערווארטעט צו שטייגן...

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 7:59 am
דורך הבוחר בתורה
הערסט א חוצפה??!!

איראנע פארלימענט מעמבער:

מיר קוקן אריין אין די געדאנק צו ערלויבן צו אדורכפארן די הארמיז וועג זיכערערהייט פאר א געוויסע שטייער אפצאל.

א''כ מצינו חוטא נשכר?!

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 10:34 am
דורך הבוחר בתורה
מלחמה עסקעלאציע:

ענגלאנד, פראנקרייך, דייטשלאנד, איטאליע, האלאנד, און יאפאן זענען גרייט זיך צו אנשליסן אין די קאאליציע צו עפענען מיליטעריש די הארמיז וואסער שטראז.

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 10:42 am
דורך הבוחר בתורה
פיט העגסעט:

מיר טיילן זיך מיט איראן אויף די ים, מיר נעמען אויפן וואסער, און זיי גייען אונטער’ן וואסער.

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 10:45 am
דורך הבוחר בתורה
נאך פון פיט העגסעט:

די לעצטע דזשאב וואס איינער זיכט צו נעמען אין איראן איז צו ארבעטן פאר די רעזשים.....

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 10:47 am
דורך הבוחר בתורה
ס’פייפט פון איראן....

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 11:20 am
דורך הבוחר בתורה
הבוחר בתורה האט געשריבן: מיטוואך מערץ 18, 2026 10:00 am די IRGC האט אויך געווארנט מ'זאל עוועקואירן די חיפה אויל איינריכטונג וויבאלד זיי גייען עס אטאקירן.
דראמאטישע אנטוויקלונג:

איראנע מיסיל יעצט געלאנדעט דארט...

נישט באריכטעט קיין געשעדיגטע מענטשן.