daikin האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 1:05 pm
אגב די גאנצע מיטונג האט גארנישט געהאט מיט די מערכה פון מצילי אש!
ס׳איז פשוט געוועהן א פדיון שבוים מיטונג. וואס הרב ווערטהיימער האט פאריפען. אזווי די לויערס האבן געזאגט. אז די פייער דיפארטמענט קען דראפן די טשארדשס אויף דעם יונגערמאן.
האט ער פאריפען די אסיפה מיט די דיינים פון ברוער. זיי זאלן זעכער מאכן אז מען דראפט די טשארדשס!
די דיינים זענען געוועהן סופרייזט צו הערן אז ברוער האט אזויפיל כח. און אז מען קען מקיים זיין פדיון שבוים, אל אף די גאווערמינט האט איינגעזעצט.
די מיטונג האט זיך געשלאסן. מיט א דערהויבענע אטמעספערע, אונז זענען מיר אריין "לשם שמים" צו מקיים זיין "שמירות שבת" און "צניעות" און דא מצוה גוררת מצוה, פון "פדיון שבוים"
ראו מה בין בני לבן חמי: חשובע רבנים און דיינם שפילן נישט קיין פאליטיק יעצט. מען דארף ראטעווען א יונגערמאן. הננו אלע זענען גרייט צו טוהן כל מה שביכלתם ! כלל ישראל שרייט אויס כה לחי גייטס אן ווייטער. דערשרעקט אייך נישט פאר קיינעם:!!!
איך ווייס שוין נישט צו איר זענט צומישט אדער איך בין. לאמיר פרובירן מסדר צו זיין די 'פאקטן' וואס איר לייגט אראפ, און זעהן צו זיי שטימען. (צו זיי זענען אמת צו נישט איז שוין די נעקסטע סטעפ. קודם לאמיר זעהן צו זיי שטימען.)
daikin האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 6:23 pm
ס׳איז א רעגרונגס פלאץ ס׳דארף נישט קיין הכשר!
daikin האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 6:24 pm
זיי טשעפענען זיך מיט די גאווערמינט אליין!
מען האט ענק געווארנט די גאנצע צייט. אז מען גייט ענק איינזעצן. גאווערמינט איז נישט קיין קינדער שפיל!
daikin האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 1:05 pm
די לויערס האבן געזאגט אז די פייער דיפארטמענט קען דראפן די טשארדשס אויף דעם יונגערמאן.
האט ער פאריפען די אסיפה מיט די דיינים פון ברוער. זיי זאלן זעכער מאכן אז מען דראפט די טשארדשס!
אקעי, ברוער איז די רעגירונג, און זיי האבן געמסר'ט, דעריבער קענען זיי דראפן די טשארדזשעס. דערווייל שטימט עס.
לאמיר גיין ווייטער:
daikin האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 1:05 pm
די דיינים זענען געוועהן סופרייזט צו הערן אז ברוער האט אזויפיל כח. און אז מען קען מקיים זיין פדיון שבוים,
או מיי גאש! די דיינים וועלכע האבן זיך אונטערגענומען די אחריות פון די פייער דעפט זענען אזוי אומבאהאוונט אין די גאנצע נושא אז זיי ווייסן נישט אז 1) ברוער איז די גאווערמענט 2) זיי זענען די וואס קלאגן און 3) זיי קענען דראפן די טשארדזשעס?! איז דאס נישט קיין אנדייטונג אז זיי האבן אריינגעטראטן אין שיך וואס זענען צו גרויס פאר זייערע פיס?
daikin האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 1:05 pm
אל אף די גאווערמינט האט איינגעזעצט.
וואס הייסט על אף די גאווערנמענט האט איינגעזעצט? האסטו נישט פריער מסביר געווען בטוב טעם ודעת אז ברוער
איז די גאווערנמענט?
אדער אפשר מיינסטו צו זאגן אז מען האט איינגערעדט די דיינים די בעלי מכשיר אז ברוער מיט די גאווערמענט איז צוויי באזונדערע זאכן, די גאווערמענט זעצט איין און ברוער דראפט די טשארדזשעס? אויב מיינסטו דאס זענען די פראבלעמען דרייפאכיג:
1) די רבנים המכשירים האבן נישט קיין אנונג וואס דארט טוט זיך, מ'קען זיי פירן (און מען פירט זיי פאקטיש) ביי די נאז
2) ברוער האט ארעסטירט דעם יונגערמאן, אן די ערלויבעניש אדער וויסן פון זייערע דיינים
3) די רבנים המכשירים זענען אזוי אומבאהאוונט אין די הוויות עולם הזה, אז זיי האבן נישט קיין השגה אין אזא דבר פשוט ווי די פאקט אז נאר דער וואס קלאגט קען דראפן די טשארדזשעס?
נעקסט:
daikin האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 6:24 pm
yatzmachpirkuni האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 12:41 pm
@daikin
איך ווייס נישט אויב אור ווייסט: איינע פון די פרייע צייטונגען, האבן אראפ גערוסן זייער שטארק איינע פון די קאמישענערס, פארן בלויזן חטא פארן בעסער מאכן די פייער דיפארטמענט.
זיי האבן פרובירט צו מאכן א קרימענעל אינוועסטיגעשן אויף די יונגערמאן. אלץ וויל ער טוהט פאר שבת און צניעות זיי האבן עס געזאגט אויפן!
ב״ה מיט די לאנגע גוטע קשרים וואס מען האט מיט די גאווערמענט, האט מען דאס געקענט אפשטעלן באצייטנס. דאס ווייסט נאך אמאל ווי וויכטיג ס׳איז צו ג׳יין מיט די אלטע עסקנים און נישט טוען נייע ווילדע זאכן.
מיט די זעלבע קשרים מיט די גאווערמענט קען מען אויך דראפן די טשערשעס אויף די חברים מעמבער'ס און מ.א. מעמבער ?!
ניין!
ווייל זיי טשעפענען זיך מיט די גאווערמינט אליין!
קיינע פון די עסקנים ווילן אפי׳ נישט שטיין אויף יענע זייט. אין היסטוריה האט מען נאך קיינמאל נישט זיך געשלאגן מיט די גאווערמינט. ס׳איז אן אומאחריות, און אן עון פלילי. וואס אפאר יחודים טוהן יעצט. שניידן זיי די פירות.
מען האט ענק געווארנט די גאנצע צייט. אז מען גייט ענק איינזעצן. גאווערמינט איז נישט קיין קינדער שפיל!
אה סאו ברוער איז יא די גאווערמענט, און ממילא קען מען גארנישט טון? אבער איין מינוט, האסטו נישט מסביר געווען אז ברוער קען יא דראפן די טשארדזשעס? און בכלל, וואס איז די תירוץ 'מען טשעפעט מיט די גאווערמענט אליין' ווען דו ביזט די גאווערמענט און דו האסט די מעגליכקייט יא אדער נישט צו קלאגן? און בכלל, מיט די תורה פון גאווערמענט איז דאך אפגעפרעגט געווארן הרב האגער'ס ראי' נפלאה אז ס'קען נישט זיין אז כתר האט גע'מסר'ט ווייל מסירה איז הארב אין וויזניץ, ווייל היות כתר איז דאך זיכער די גאווערמענט איז דאך מסירה מותר לכתחילה....
לאמיר ארויפסקראולן ווייטער:
daikin האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 6:23 pm
די נושא איז געשלאסן! די רבנים פון שטאט האבן שוין אינגאנצן קעיר גענומען:!!! פון דא און ווייטער איז כל המוסיף גורע!
או אה! יעצט איז דא א טענה גענוי קאפויער! נישט אז ס'דארף נישט קיין הכשר, נאר ס'האט שוין! די רבנים האבןן אינגאנצן קעיר גענומען, ס'איז כשר וישר!
גיימיר ווייטער:
daikin האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 29, 2024 2:10 am
הגם אפי׳ איך וועל יעצט פארשטיין די שתיקה פון די רבנים און די טענה פון מדשתקי רבני שמע מינה דניחה ליה, גיט עס מיר נאכנישט קיין ביאור אויף וואס עס גייט דא פאר די לעצטע האלבע יאר פון פרובירן צוזאגן אויף א טריפנה זאך לכל הדיעות אז עס איז כשר און לעצטערע פונקען וואס די רבנים פון שטאט האבן געבעהטן ארויס צוקומען מיט
daikin האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 29, 2024 9:42 pm
אז די וועסט איבער ליינען מיין תגובה און מדייק זיין וועסטו זעהן אז איך פארשטיי אויך נישט די הנהגה פון די לעצטע האלבע יאר היתכן מען זאגט אויף חצי טרפה כשר
א מינוט! דא ביזטו מודה אז ס'דא פראבלעמען, און די פראבלעמען דארפן פארראכטן ווערן. עד כדי כך אז דו פארשטייסט נישט די וואס זאגן אויף א האלב טריפה'נע זאך אז ס'איז כשר. וואס איז געשעהן מיט 1) ס'דארף נישט קיין הכשר און 2) ס'שוין אינגאנצו כשר?
(אגב, כ'הא זיך פונקט דערמאנט פון די מעשה מיט ראובן וואס האט געמאנט פון שמעון די טויזנט דאלער וואס ער האט געבארגט פון אים, האט אים שמעון געענטפערט: "קודם כל, ס'נישט טויזנט נאר 500. צווייטנס, כ'האב שוין לאנג באצאלט. דריטנס כ'האב קיינמאל נישט געבארגט." ס'קומט בכלל נישט אריין אהער, איך האב זיך נאר פונקט דערמאנט פון די מעשה'לע האב איך געטראכט פארוואס נישט מהנה זיין דעם ציבור דערמיט.)
דאס איז אלעס בנוגע די סתירות און ספינס אין אייערע תגובות. און יעצט צו די טרוקענע, אומלייקנבארע פאקטן:
לויט ווי ברוער אליין
דערציילט אויף זייער וועבסייט ארבעט די היערארכיע אזוי:
די מאנסי פייער דיסטריקט איז א רעגירונגס אגענטור, וועלכע נעמט שטייער געלטער און נוצט דאס צו קויפן פייער טראקס, עקוויפמענט וכדומה. איר מיסיע איז צו זיכער צו מאכן אז די שטאט מאנסי איז באהיטן פון פייערס
ברוער פייער דעפארטמענט איז א פריוואטע פירמע געגרינדעט כמעט 150 יאר צוריק, מיט אן אייגענעם פיייער סטעישאן. די מאנסי פייער דיסטריקט (נאכאמאל, א רעגירונגס אגענטור) האט געדינגען ברוער (נאכאמאל, א פריוואטע פירמע), צו ערפילן די אגענטור'ס מיסיע פון באשיצן מאנסי פון פייערס. אריגינעל האט ברוער געהאט צוויי אייגענע פייער טראקס אבער אין די פופציגער (נד"נ) יארן האבן זיי פארקויפט זייערע טראקס פאר די מאנסי פייער דעפט פאר 1 דאלער פלאס א יערליכע נאכטמאל. די סיבה פארוואס זיי האבן דאס געטון איז וויבאלד זיי האבן זיך גענויטיגט אין פרישע טראקס און זיי האבן נישט געוואלט צאלן דערפאר, און זייענדיג א פריוואטע פירמע האבן זיי נישט געקענט נעמען שטייער געלטער, האבן זיי דעריבער געטוישט די סיסטעם אז די טראקס און עקוויפמענט געהערט יא צו די פייער דיסטריקט וועלכע איז, ווי געשמועסט, יא א רעגירונגס אגענטור און קען דעריבער יא נעמען שטייער געלטער. און אזוי איז די סיסטעם געבליבן ביז היינט, אז די מאנסי פייער דיסטריקט איז א רעגירונגס אגענטור וועלכע ווערט געפירט דורך 5 קאמישענערס וועלכע ווערן ערוועלט אין וואלן פונקט ווי יעדע רעגירונגס אפיס, און כדי צו באקעמפן פייערס האט די מאנסי פייער דיסטריקט אייגענע טראקס און עקוויפמענט און זי צאלט געלט פאר די פריוואטע פירמע ברוער אז זיי זאלן צושטעלן די פייער סטעישאן און די מענפאוער צו אפערירן די טראקס און עקוויפמענט.
ס'איז געווארן אביסל קאמפליצירט סאו איך וויל עס מסכם זיין בקיצור: די מאנסי פייער דיסטריקט איז א רעגירונג אגענטור, וואס האט אויפגענומען די פריוואטע פירמע ברוער צו טון די ארבעט פון לעשן פייערס.
יעצט, אויבן האט ידידנו הדייקן
געברענגט די דאקומענט פון די קלאגעס. דארט זעהט מען זייער קלאר אז דזשעיקאבסאן,
דער פייער טשיעף פון די פריוואטע פירמע ברוער (נישט אויסמישן מיט די קאמישאנער פון די רעגירונג אגענטור מאנסי פייער דיסטריקט), האט געקלאגט דעם יונגערמאן. נישט קיין גאווערמענט און נישט קיין גארנישט. פלעין, די פריוואטע פירמע וואס האט א קאנטראקט מיט די שטאט איז געגאנגען און גע'מסר'ט.
מיט דעם איז אויך פארשטענדליך וויאזוי די פריוואטע פירמע ברוער האט די כח צו דראפן די קלאגעס, נעמליך זיי זענען דאך די קלעגער דארפן זיי נישט מער ווי צוריקציען פון די קלאגעס.
וואס בלייבט אומפארענטפערט איז די טויזנט סתירה'דיגע תירוצים אויף אלע שגץ שטיק פון ברוער, ווי אויך וויאזוי די דיינים (אויב איז אמת אז זיי נעמען טאקע אחריות אויף ברוער - כ'וואלט זיך געטרויעט מסופק צו זיין דערין) נעמען זיך אונטער אן אחריות אין א נושא אין וואס זיי האבן נישט די מינדעסטע ידיעה. ווי אויך וויאזוי כתר ווילעדזש האט מיטגעארבעט מיט די מסירה בו בזמן וואס מסירה איז אין וויזניץ געווען גאר הארב.
-----------
איין זאך וויל איך קלארשטעלן. שרייבנדיג די תגובה האב איך געליינט אסאך תגובות פון
@daikin און געזעהן אז ער אליין האט געברענגט און געשריבן פלענטי זאכן קעגן ברוער, סאו ער איז נישט נחשד אין ווערן באצאלט וכדומה. ער איז ווארשיינליך גערעכט ווען ער זאגט אז ער פרובירט פשוט צו הערן אלע זייטן, נאר די חברה האבן געספינט און געדרייט און ער איז מיטגעפארן מיט די ספינס נישט כאפנדיג וויאזוי איין ווארט איז סותר די קומענדיגע.