בלאט 77 פון 155
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: פרייטאג אקטאבער 31, 2025 1:46 am
דורך חלום חלמתי
וואף; סענאט פירער דזשאן טון ריייסט זיך אויף און בא'שגץ'ט די דעמאקראטן, נאכדעם וואס זיי האבן געשטימט היינט די דרייצנטע מאל צו אנהאלטן דעם שאטדאון, וואס וועט אויסליידיגן דעם שבת די סנעפ אקאונט פון 42 מיליאן אמעריקאנער.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: פרייטאג אקטאבער 31, 2025 10:09 am
דורך חלום חלמתי

די טראמפ אדמיניסטראציע האט באשטימט צילן אין ווענעזועלע, אטאקע קען קומען אין עני מינוט.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: פרייטאג אקטאבער 31, 2025 3:31 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 29, 2025 12:04 pm
25 שטאטן אריינגערעכנט ניו יארק און ניו דזשערסי, קלאגן דעם פעדעראלן גאווערמענט פארן נישט צושטעלן געלטער פאר די סנעפ בענעפיטן אין לויף פונעם שאטדאון.
פרייליכע אפדעיט פאר שבת
פעדעראלע ריכטער אורטיילט אז די גאווערמענט איז פארפליכטעט צו ניצן אירע עמערזשענסי זאפאסן צו אנפילן די סנעפ קארטלעך.
דאס איז א ריכטיגע עמוירדזשענסי און דאס איז פארוואס די קאסע איז געמאכט פאר.
(און א סייד נאוט, אויב סנעפ וועט ווייטער בלייבן ארבעטן האבן די דעמאקראטן געשלעפט דעם שאטדאון פאר גארנישט, וויבאלד קיינער וועט נישט ווערן מער גערעגט מארגן..)
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: פרייטאג אקטאבער 31, 2025 3:42 pm
דורך חלום חלמתי
פון האבן די נומבער איינס סאושל מידיע, און זיין די גרעסטע נייעס מאנופאלירער אין די פאראייניגטע שטאטן והגלילות. רוקט זיך מר. מאסק מיט א שנעלקייט איבערצונעמען און טשעלענדזשן די יארן לאנגע קעניגן אין טעק.
פון אנאנסירן גראק עי איי נאכפאלגנדיג מיט גראקפידיע, ארבעטנדיג אויף xמעיל קאמפעטישן צו דזשימעיל. און איצטערט מיט xטשעט. די נייע טשעט פלאטפארמע וועט זיין א דירעקטע קאנקורענט צו וואטסעפפ, און וועט האבן פול מער פיעטשער'ס און וועט עווענטועל אינטערגרעיטן מיט אלע זיינע פלאטפארמע'ס.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: פרייטאג אקטאבער 31, 2025 3:46 pm
דורך חלום חלמתי
דער פרעזידענט מיט א אפדעיט אז ער האט איבערגעפרישט דעם 'ווי דער קעניג גייט אליינס' לינקאלן בית הכבוד. נאכדעם וואס דאס שטייט שוין אזוי פון יאר ת"ש למספרינו.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: פרייטאג אקטאבער 31, 2025 3:48 pm
דורך נאסע שמאטעס
מיין באבע זאגט "דו ביסט אזוי זיס אז נאר". @חלום חלמתי
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: פרייטאג אקטאבער 31, 2025 3:59 pm
דורך Think and Thank
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑פרייטאג אקטאבער 31, 2025 1:46 am
וואף; סענאט פירער דזשאן טון ריייסט זיך אויף און בא'שגץ'ט די דעמאקראטן, נאכדעם וואס זיי האבן געשטימט היינט די דרייצנטע מאל צו אנהאלטן דעם שאטדאון, וואס וועט אויסליידיגן דעם שבת די סנעפ אקאונט פון 42 מיליאן אמעריקאנער.
זיין טאטע האט אים נישט אויסגעלערנט אז מ'טאר נישט לייגן די הענט אין טאש?..
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: פרייטאג אקטאבער 31, 2025 4:23 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑פרייטאג אקטאבער 31, 2025 10:09 am

די טראמפ אדמיניסטראציע האט באשטימט צילן אין ווענעזועלע, אטאקע קען קומען אין עני מינוט.
סעקרעטערי אוו סטעיט באשטעטיגט אז ס'קומט א אטאקע.
סארי כ'מיין צו זאגן אז ווי געווענליך פאר אן אטאקע לייקנט רוביא קאטעגאריש אז אמעריקע זאל זיך בכלל גרייטן אויף עפעס, און רעגט זיך אויף דעי מידיע קאנאל וואס האט ארויסגעגעבן די רעפארט.
העמיר זעהן מצאי שבת אויב ס'איז טאקע נאכאמאל אזויווי פאר איראן..
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: פרייטאג אקטאבער 31, 2025 4:52 pm
דורך הדסים
Think and Thank האט געשריבן: ↑פרייטאג אקטאבער 31, 2025 3:59 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑פרייטאג אקטאבער 31, 2025 1:46 am
וואף; סענאט פירער דזשאן טון ריייסט זיך אויף און בא'שגץ'ט די דעמאקראטן, נאכדעם וואס זיי האבן געשטימט היינט די דרייצנטע מאל צו אנהאלטן דעם שאטדאון, וואס וועט אויסליידיגן דעם שבת די סנעפ אקאונט פון 42 מיליאן אמעריקאנער.
זיין טאטע האט אים נישט אויסגעלערנט אז מ'טאר נישט לייגן די הענט אין טאש?..
היינטיגע אינגעלייט מיינען נאך אז די רעפובליקאנער זענען קעגן חוקי תועבה
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 01, 2025 7:21 pm
דורך חלום חלמתי
מחי"ל אל חי"ל...
טראמפ סטראשעט אפן מיט מיליטערישע אקציעס קעגן דאס לאנד ניגעריע אין אפריקע, נאכדעם וואס דארט קומט פאר סיסטעמאטישע רציחות קעגן די ארטיגע קריסטן.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 01, 2025 7:24 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מוצש"ק נאוועמבער 01, 2025 7:21 pm
מחי'"ל אל חי"ל...
טראמפ סטראשעט אפן מיט מיליטערישע אקציעס קעגן דאס לאנד ניגעריע אין אפריקע, נאכדעם וואס דארט קומט פאר סיסטעמאטישע רציחות קעגן די ארטיגע קריסטן.
סעקראטאר פון מלחמה העגסעט ציטירט די טראמפ סטראשע און מעלדט אז ער שטייט גרייט.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 01, 2025 7:58 pm
דורך חלום חלמתי
געוועזענע פרעזידענט אבאמא האט היינט טעלעפאנירט מאמדאני, אויסגעלויבט זיין קאמפיין און זיך אנגעטראגן צו העלפן שטופן זיינע אגענדעס. זיי האבן גערעדט פאר א האלבע שעה.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 01, 2025 8:02 pm
דורך חלום חלמתי
אין פרישע אינטערוויו זאגט ניו יארק געווערנער האוקל אז מאמדאני וועט נישט האבן פון ווי צו פאנדן זיינע קאמענסטישע פלענער, ווייל זי פלאנט בשום אופן נישט צו העכערן שטייערן פאר רייכע.
האוקל האט פאריגע וואך אויפגעטרעטן ביי א מאמדאני ראלי אינאיינעם מיט די לאנד'ס גרעסטע סאושעליסטן ווי בערני סאנדערס און פרוי קארטעז.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 01, 2025 8:20 pm
דורך חלום חלמתי
וויצע פרעזידענט ווענס מיט זיין האלעווין פארשטעלאכטס..
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 01, 2025 8:42 pm
דורך חלום חלמתי
שאק; אטלאס - די בעסטע פאולסטער אין 2024 - גיבט פאר מאמדאני בלויז %6 העכער שטייענדיג טיף אינמיטן די ערלי וואוטס, און קאמאו אלס געוואונער אויב סליווא ציעט זיך ארויס!
דריי טעג צו די וואלן.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 01, 2025 8:47 pm
דורך חלום חלמתי
די ווייסע הויז קאנטע מיט קורצע חרוזים לכ' האלעווין..
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 01, 2025 9:00 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑פרייטאג אקטאבער 24, 2025 4:22 pm
(בניגון נאך א בעיבי) נאך אן עיר קרעפט קעריער פול מיט טרופן אויפן וועג קיין לאטיין אמעריקע (ווענעזועלע?)
די שיף אויפן וועג קיין לאטיין אמעריקע האט ארויפגעשרויפט די ספיד צום מאקסימום.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 01, 2025 9:18 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑פרייטאג אקטאבער 31, 2025 3:31 pm
פעדעראלע ריכטער אורטיילט אז די גאווערמענט איז פארפליכטעט צו ניצן אירע עמערזשענסי זאפאסן צו אנפילן די סנעפ קארטלעך.
טראמפ; ס'איז נישט לעגאל צו ניצן די עמוירדזשענסי פאנד פאר סנעפ, אבער איך וויל עס ניצן פאר די הונגעריגע אמעריקאנער. איך ארבעט מיט מיינע לויערס דאס צו מאכן לעגאַל.
אדערווייל ביטע רופט אן שומער'ס אפיס און בעט אים צו עפענען די גאווערמענט...
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 01, 2025 11:16 pm
דורך חלום חלמתי
טשעט דזשי פי טי וועט מער נישט ענטפערן אויף קיין מעדיקל, פינאנציעלע, און לעגאלע פראגעס. אנשטאט וועט עס רעקאמענדירן צו רעדן מיט לייסענסד פראפעסיאנאלן.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 01, 2025 11:17 pm
דורך חלום חלמתי
זיין אנטי טראמפ איז אומלעגאל?!
טראמפ אין א רעגולע אטאקע קעגן די רעפארטערס וואס זענען קעגן אים לאזט פאלן ווערטער...
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 01, 2025 11:21 pm
דורך חלום חלמתי
כינע איז די ערשטע לאנד צו באשטעטיגן א געזעץ אז א סאושל מידיע באיינפלוסער דארף האבן א דעגרי אויף די זאכן ער זאגט.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 01, 2025 11:26 pm
דורך הדסים
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מוצש"ק נאוועמבער 01, 2025 11:17 pm
זיין אנטי טראמפ איז אומלעגאל?!
טראמפ אין א רעגולע אטאקע קעגן די רעפארטערס וואס זענען קעגן אים לאזט פאלן ווערטער...
ווענדט זיך צי מ'ניצט לופט כוואליעס, אויב יא איז עס מעגליך אומלעגאל.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 01, 2025 11:27 pm
דורך חלום חלמתי
הדסים האט געשריבן: ↑מוצש"ק נאוועמבער 01, 2025 11:26 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מוצש"ק נאוועמבער 01, 2025 11:17 pm
זיין אנטי טראמפ איז אומלעגאל?!
טראמפ אין א רעגולע אטאקע קעגן די רעפארטערס וואס זענען קעגן אים לאזט פאלן ווערטער...
ווענדט זיך צי מ'ניצט לופט כוואליעס, אויב יא איז עס מעגליך אומלעגאל.
נישט אין אמעריקע
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 01, 2025 11:57 pm
דורך הדסים
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מוצש"ק נאוועמבער 01, 2025 11:27 pm
הדסים האט געשריבן: ↑מוצש"ק נאוועמבער 01, 2025 11:26 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מוצש"ק נאוועמבער 01, 2025 11:17 pm
זיין אנטי טראמפ איז אומלעגאל?!
טראמפ אין א רעגולע אטאקע קעגן די רעפארטערס וואס זענען קעגן אים לאזט פאלן ווערטער...
ווענדט זיך צי מ'ניצט לופט כוואליעס, אויב יא איז עס מעגליך אומלעגאל.
נישט אין אמעריקע
כ'בין נישט פונקטליך באקאנט אבער ביים קימעל סומאטאכע געדענק איך צו האבן געהערט אז בראדקעסטערס - אנדערש ווי קעיבל טשענעלס - וואס דארפן האבן FCC לייסענס ברויכן נאכקומען געוויסע פארלאנגען צו סערווירן אין פובליק אינטערעס, און סערווירן נאר איין זייט פונעם פאליטישן ספעקטרום קען זיין אומלעגאל.
די עף-סי-סי האט שוין יארן נישט פארסירט דיזע פארשריפטן אבער ס'איז נאך אלץ גוט פאר א סטראשע. (אדער פאר ווען מ'נויטיגט זיך אין א באזונדערע טובה פון די עף-סי-סי; ווי אין קימעל'ס פרשה).
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 02, 2025 12:04 am
דורך יאנטשי
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מוצש"ק נאוועמבער 01, 2025 11:16 pm
טשעט דזשי פי טי וועט מער נישט ענטפערן אויף קיין מעדיקל, פינאנציעלע, און לעגאלע פראגעס. אנשטאט וועט עס רעקאמענדירן צו רעדן מיט לייסענסד פראפעסיאנאלן.
@פ. לאקס
@פאליטישע עקספערט