זייער קלאר האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 16, 2026 3:04 pm
עריק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 16, 2026 2:57 pm
זייער קלאר האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 16, 2026 2:53 pm
איר מיינט צו זאגן אז די איבערקערענישן נעכטן ראש חודש ביים כותל איז געווען אדאנק די ארבייט פון די חברי הכנסת המינים?
דעיס אז די איינציגסטע וועג זיי קענען (פרובירן) אנקומען צום כותל איז נאר אויב זיי ברעכען זיך איין איז צו פארדאנקען די חברי הכנסת פון די פרומע פארטייען
דאס איז וואס איך האב געשריבען
אז היינט צו טאג, קענען נישט די חברי הכנסת גארנישט אויפטוען אויף למעשה
ד.ה. זיין קענען נישט אפהאלטן 'למעשה' אז רעפארמער נשים זאלן איבערקערן ביים כותל
זיי קענען נישט אפהאלטן אז מען זאל נישט 'למעשה' ארעסטירן בחורים וואס ווילן בלייבן אידן
וכו' וכו' וכו'
איין זאך וואס איך האב יא געזעהן וואס זיי קענען נאך יא טוען,
איז שיקן א בריוו צום אמעריקאנעם פרעזידענט טראמפ, אז 'ער' זאל פראבירן משכנע זיין די ציונים אז זיי זאלן נישט ארעסטירן בחורים...
אבער צו שרייבן א בריוו ברויך מען נישט זיין קיין חבר הכנסת, א קול קורא פון רבנים וואלט פונקט אדער גאר מער אויפגעטועהן ...
והדרא קושיא לדוכתי'...
דעיס אז מען האט "למעשה" ארויסגעטראסקעט די נשים איז יא אדנאק זיי און דעיס אז זיי רוקן זיך נישט אן יעדן טאג איז אויך אדאנק זיי סאו וואס האקסטו אין קאפ