בלאט 76 פון 76

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 13, 2025 2:20 pm
דורך דער תהלים איד
איד האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 13, 2025 12:33 pm ש'כח @דער תהלים איד
איך האב געווארט פאר דיין באריכט..

אויב קענסט אויך אויסקלארן מער איבער די שליחות פון וויזניץ וויליאמסבורג צו אדמו''ר מהר''א
ווען ס'איז פארגעקומען און ווער ס'איז געווען?
ווען: נעכטן אינדערפרי.

ווער: דער ראה"ק פון וויזשניץ וומסב"ג, הר"ר הערש לייב ראזענבערג, האט גערופן דעם משב"ק אין קרית יואל הר"ר חיים שלמה פישער, און געבעטן צו איבערגעבן די נייעס פאר'ן רבי'ן, אז וויזשניץ ציט זיך ארויס דערפון.

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 13, 2025 2:23 pm
דורך איד
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 13, 2025 2:20 pm

פארוואס האט מען געווארט אזוי לאנג עס צו מעלדן?

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 13, 2025 2:43 pm
דורך בלייב געזונט
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 13, 2025 12:12 pm די גענויע פרטים וויאזוי די גוטע נייעס האט פאסירט איז כזה:

דער וויזניץ וומסב"ג רבי שליט"א האט געהאט באקומען די שליחות דורך זיין זון, און ס'איז געווען די ערשטע מאל וואס דער רבי הערט קלאר אז דער סאטמאר רבי שליט"א וויל נישט דעם שטעטל אין בלומינגראוו. ביז יעצט האט מען אים געזאגט אז סאטמאר רבי וויל נאר מען זאל נישט דרייוון אויף די ראודס פאר 72, און דאס אז א שטעטל איז א פראבלעם איז בלויז א מערכה פון אפאר אינגעלייט... סתפ פאליטיק...

יעצט אז דער וויזניצער רבי האט געהערט וואס דער רבי זאגט, האט ער באפוילן זיינע ראשי קהלה צו זוכן אן אלטערנאטיוו. במשך די לעצטע וואכן האבן זיי גערעדט מיט די ראשי קהלה אין קרית יואל צ הערן די אלטערנאטיווע אפציעס, אבער עס האט זיי נישט געפאלן, בעיקר מיט די טענה אז יענע זענען נאכנישט אזוי גרייט ווי דאס, דא האט מען 160 דירות וואס זענען שוין ממש גרייט, און מ'קען נישט יעצט אנהייבן פון א'...

למעשה, די וואך דינסטאג, האט דער וויזשניצער רבי געמאלדן פאר ר' הערש לייב ראזענבערג, אז ס'איז נישטא פון וואס צו רעדן, אפגעזען צו עס איז יא דא א אנדערע פלאץ אדער נישט, "מיר גייען נישט אהין". די נושא איז געשלאסן.

ר' הערש לייב האט דאס מודיע געווען פאר די UJC פון בלומינגראוו וועלכע האבן עס זייער שווער געקענט שלינגען, כמובן. אזויפיל האבן די UJC געבעטן אז כאטש זאל מען זיי געבן די אפערטונעטי זיי זאלן זיין די וואס ברענגען קאסטומער פאר די דירות (וואס זיי פרובירן צו קאנטראלירן אלס די צוקונפטיגע ווילעדזש וויילער...). ר' שמעון דושינסקיא וואס דארף יעצט זען אז די הייזער זאלן זיך למעשה פארקויפן, האט מסכים געווען זיי זאלן העלפן מיט קונים, אדרבה. ר' יואל שטערן פון די UJC האט געאפערט פאר הרב יואל טייטלבוים שליט"א בן האדמו"ר מהרי"י אז זייער קהלה זאל מאכן א קאמפיין צו ברענגען קונים וואס זאלן קויפן דירות, און זיי האבן מסכים געווען, און מ'האט געמאכט א הערליכע אסיפה מיט בילדער און א שיינע פרעס רעליס.

אויף למעשה, איז שוין קלאר ב"ה אז סאטמאר האט געווינען זייער שטאט, וויזשניץ האט געווינען זייער שיינקייט, און די 160 דירות וואס זענען שוין גרייט און ס'איז געווען א טענה אז וויזשניץ קען עס שווער אויפגעבן, איז אויפגעגעבן! און ר' שמעון דושינסקיא גייט עס פארקויפן פאר תושבי קרית יואל.

וויפיל פראצענט פון וועלכע קהלה וועלן למעשה קויפן איז שווער צו וויסן און ס'איז ווייניג נוגע, עס וועט זיך ווענדן אין די פרייזן און אין נאך פאקטארן. הלכה למעשה איז גאר גאר פריידיג וויאזוי די זאך האט זיך גאשלאסן. מזל טוב קרית יואל!
כאניש קיין אהנונג ווער ס'פארקויפט דיר באבקעס, אדער צו דאס איז דיין אייגענע אגענדע צו מאכן מעשיות, דיין גאנצע מעסעדש איז הוילע לופט און שטותים, ניטאמאל ווייסטעץ וואס די דיעל ביי מהרי''י איז געווען...

דשאסט א סייד נאוט, דער רבי'נס זוהן ר' יואל איז געוואויר געווארן דערפון נעכטן ווען ער איז געגאנגען עפעס אויפפיקן פונעם פאטער'ס הויז און מען האט אים מודיע געווען אז עס גייט זיין א דיעל מיט וויזניץ יעצט...

איך האב נישט פראבלעם אז דו ספינסט ארום דא, ס'איז פשוט א רחמנות אויף די וואס גלייבן דיר...

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 13, 2025 2:55 pm
דורך דער תהלים איד
איד האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 13, 2025 2:23 pm

פארוואס מ'האט עס נישט געמאלדן פאר די גאס איז פשוט פארשטענדליך אז מ'האט געוואלט זען וואו עס גייט ווייטער. דאס איז 'נישט' פון די זאכן וואס מ'מעלדט גלייך אין די גאס. ווען די משלחת פון רבנים זענען געווען אפאר וואכן צוריק האסטו אויך נישט געוויסט דערפון.

דורך שטייפע קוגל
בלייב געזונט האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 13, 2025 2:43 pm

קום אריין מיט דיטעילס. סתם שיסן מעסעדזשעס קען יעדער.

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 13, 2025 3:01 pm
דורך איד
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 13, 2025 2:55 pm
איד האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 13, 2025 2:23 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 13, 2025 2:20 pm

ווען: נעכטן אינדערפרי.

ווער: דער ראה"ק פון וויזשניץ וומסב"ג, הר"ר הערש לייב ראזענבערג, האט גערופן דעם משב"ק אין קרית יואל הר"ר חיים שלמה פישער, און געבעטן צו איבערגעבן די נייעס פאר'ן רבי'ן, אז וויזשניץ ציט זיך ארויס דערפון.
פארוואס האט מען געווארט אזוי לאנג עס צו מעלדן?
פארוואס מ'האט עס נישט געמאלדן פאר די גאס איז פשוט פארשטענדליך אז מ'האט געוואלט זען וואו עס גייט ווייטער. דאס איז 'נישט' פון די זאכן וואס מ'מעלדט גלייך אין די גאס. ווען די משלחת פון רבנים זענען געווען אפאר וואכן צוריק האסטו אויך נישט געוויסט דערפון.

אינטערעסאנט איז וואס בצל הקודש האט געשריבן
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער.

נאך די זמני כניסה האבן זיך פארבינדען מיט רבינו שליט"א די עסקני חברי וועד הרחבת גבולי העיר ק"י מבשר זיין די בשורה טובה אז עס איז ענדגילטיג באשטעטיגט געווארן מטעם הנהלת מוסדות וויזשניץ וומ"ס כפי הוראות רבם כ"ק אדמו"ר מוויזשניץ וומ"ס שליט"א אז די געפלאנטע דירות פראיעקט פאר חסידיו ומעריציו אין קרית יואל איז אפיציעל בטל געווארן און קהילה קדושה וויזשניץ וועט בויען די דירות פראיעקט אויף א צווייטע פלאץ נאך די פערזענליכע בקשה פון רבינו שליט"א.
זעהט אויס אז ער האט נישט געוויסט ביז נאך מעריב
(אפשר האט ר' חיים שלמה נישט איבערגעגעבן..)

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 13, 2025 3:04 pm
דורך דער תהלים איד
אגב, נעכטן נאכט ווען עס האבן אנגעהויבן קורסירן שמועות אז דא איז פאראן א אפיציעלע צוזאמענארבעט פון קהלת מהרי"י און קהלת וויזשניץ (וואס אייגנטליך איז מעגליך אז עסקני מהרי"י מיינען טאקע אזוי, ווייל די UJC טויגט אויף דעם אויך, ואכמ"ל) האט איינער פון די ראשי קהלה פון קרית יואל גערופן דעם וויזשניצער ראה"ק ובריח התיכון פון די זאך, הר"ר הערש לייב ראזענבערג הי"ו (וואס ער איז אויך דער בוכהאלטער און ביזנעס פירער פון ר' שמעון דושינסקיא), פרעגן וואס די שמועות באדייטן.

ר' הערש לייב האט געענטפערט קלאר "וויזשניץ איז נישט אין קאנטראל אויף יעדן איינעמס מעסעדזשעס, אונז זאגן קלאר אז וויזשניץ איז אינדרויסן פונעם גאנצן געשעפט, אונז קומען נישט אהין, דאס האט דער רבי זז"ג (מ'וויזשניץ וומסב"ג) אונז באפוילן און אונז גייען פאלגן".

עד כאן המעשה "שהי'", נעכטן נאכט.

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 13, 2025 3:06 pm
דורך בלייב געזונט
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 13, 2025 2:55 pm
איד האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 13, 2025 2:23 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 13, 2025 2:20 pm

ווען: נעכטן אינדערפרי.

ווער: דער ראה"ק פון וויזשניץ וומסב"ג, הר"ר הערש לייב ראזענבערג, האט גערופן דעם משב"ק אין קרית יואל הר"ר חיים שלמה פישער, און געבעטן צו איבערגעבן די נייעס פאר'ן רבי'ן, אז וויזשניץ ציט זיך ארויס דערפון.
פארוואס האט מען געווארט אזוי לאנג עס צו מעלדן?
פארוואס מ'האט עס נישט געמאלדן פאר די גאס איז פשוט פארשטענדליך אז מ'האט געוואלט זען וואו עס גייט ווייטער. דאס איז 'נישט' פון די זאכן וואס מ'מעלדט גלייך אין די גאס. ווען די משלחת פון רבנים זענען געווען אפאר וואכן צוריק האסטו אויך נישט געוויסט דערפון.
דאס איז פון די זאכן וואס מען מעלדט נישט.... חחח

איך געדענק נאך די באזוך פון ראש ישיבת בית מאיר... ס'גוט ס'פיין....

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 13, 2025 3:09 pm
דורך בלייב געזונט
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 13, 2025 3:04 pm אגב, נעכטן נאכט ווען עס האבן אנגעהויבן קורסירן שמועות אז דא איז פאראן א אפיציעלע צוזאמענארבעט פון קהלת מהרי"י און קהלת וויזשניץ (וואס אייגנטליך איז מעגליך אז עסקני מהרי"י מיינען טאקע אזוי, ווייל די UJC טויגט אויף דעם אויך, ואכמ"ל) האט איינער פון די ראשי קהלה פון קרית יואל גערופן דעם וויזשניצער ראה"ק ובריח התיכון פון די זאך, הר"ר הערש לייב ראזענבערג הי"ו (וואס ער איז אויך דער בוכהאלטער און ביזנעס פירער פון ר' שמעון דושינסקיא), פרעגן וואס די שמועות באדייטן.

ר' הערש לייב האט געענטפערט קלאר "וויזשניץ איז נישט אין קאנטראל אויף יעדן איינעמס מעסעדזשעס, אונז זאגן קלאר אז וויזשניץ איז אינדרויסן פונעם גאנצן געשעפט, אונז קומען נישט אהין, דאס האט דער רבי זז"ג (מ'וויזשניץ וומסב"ג) אונז באפוילן און אונז גייען פאלגן".

עד כאן המעשה "שהי'", נעכטן נאכט.
ווען דו בויעסט א בנין מיט UJC און ואכמ"ל'ס ווערט עס נישט אמת....

די גאנצע נושא איז צווישן אב"ד סיגוט בארא פארק און ר' הערש לייב.

און הערש לייב האט טאקע נישט ארויסגעשיקט קיין מעסעדשעס.

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 13, 2025 3:09 pm
דורך חלום חלמתי
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 13, 2025 3:04 pm אגב, נעכטן נאכט ווען עס האבן אנגעהויבן קורסירן שמועות אז דא איז פאראן א אפיציעלע צוזאמענארבעט פון קהלת מהרי"י און קהלת וויזשניץ (וואס אייגנטליך איז מעגליך אז עסקני מהרי"י מיינען טאקע אזוי, ווייל די UJC טויגט אויף דעם אויך, ואכמ"ל) האט איינער פון די ראשי קהלה פון קרית יואל גערופן דעם וויזשניצער ראה"ק ובריח התיכון פון די זאך, הר"ר הערש לייב ראזענבערג הי"ו (וואס ער איז אויך דער בוכהאלטער און ביזנעס פירער פון ר' שמעון דושינסקיא), פרעגן וואס די שמועות באדייטן.

ר' הערש לייב האט געענטפערט קלאר "וויזשניץ איז נישט אין קאנטראל אויף יעדן איינעמס מעסעדזשעס, אונז זאגן קלאר אז וויזשניץ איז אינדרויסן פונעם גאנצן געשעפט, אונז קומען נישט אהין, דאס האט דער רבי זז"ג (מ'וויזשניץ וומסב"ג) אונז באפוילן און אונז גייען פאלגן".

עד כאן המעשה "שהי'", נעכטן נאכט.
און בילדער ווי ער איז ביי מהרי"י?

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 13, 2025 3:36 pm
דורך דער תהלים איד
@בלייב געזונט און @חלום חלמתי אויב ענק קענען מיך אלס איינער וואס 'מאכט מעשיות', קענט איר אננעמען אזוי, פאר באקוועמליכקייט.

מיין רעקארד איז עפעס אנדערש.

די שאלה פארוואס ראזענבערג איז געווען אנוועזנד ביי מהרי"י פארשטיי איך נישט בכל אופן. לויט די אנדערע ווערסיע האט ער דאך פארקויפט זיין לאט פאר זיי. אבער דער אמת איז אז ער איז דער פארטרעטער פונעם דעוועלאפער, ר' שמעון דושינסקיא.

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 13, 2025 3:55 pm
דורך פשוט און גראד
כ׳בין מקנא די אידן וואס האבען געהאט א חלק אין די קידוש השם. ויה"ר שיתקדש שם שמים, ולהגדיל תורה ויראת שמים

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 13, 2025 4:01 pm
דורך בלייב געזונט
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 13, 2025 3:36 pm @בלייב געזונט און @חלום חלמתי אויב ענק קענען מיך אלס איינער וואס 'מאכט מעשיות', קענט איר אננעמען אזוי, פאר באקוועמליכקייט.

מיין רעקארד איז עפעס אנדערש.

די שאלה פארוואס ראזענבערג איז געווען אנוועזנד ביי מהרי"י פארשטיי איך נישט בכל אופן. לויט די אנדערע ווערסיע האט ער דאך פארקויפט זיין לאט פאר זיי. אבער דער אמת איז אז ער איז דער פארטרעטער פונעם דעוועלאפער, ר' שמעון דושינסקיא.
קודם כל, די איין מעשה וואס דו האסט געשריבן פעלט קלארקייט, ווען איז די פאון קאל געווען, צופרי אדער ביינאכט? צווישן הערש לייב און חיים שלמה אדער די וועד הרחבת גבולי האט דאס איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן?

און איי עם סארי, נישט פערזענליך, דיין רעקארד איז צו פארקויפן זאכן פאר די גאס, אנע אריינגיין אין דעטאלן.

יעצט אזא פאזיציע קען אסאך מאל אריינעמען צו מאכן מעשיות, אויפבלאזן מעשיות, אדער סתם אזוי שיין באשרייבן עכטע מעשיות אויף א וועג וואס עס זאל זיין מתקבל על הלב, סאו יעעע, נישט פערזענליך אבער דאס איז די רעקארד..

איך ווייס דאך פון די אנדערע זייט סאו וועגן דעם לאך איך אביסל...

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 13, 2025 4:12 pm
דורך דער תהלים איד
@בלייב געזונט וואס איז נישט קלאר? וויפיל אזייגער געננוי די פאון קאל איז געווען? וויבאלד ס'איז נישט נוגע האב איך נישט געפרעגט.

וואס דו האלטסט מיט "פון די אנדערע זייט" ווייס איך נישט, און געדענק אז דא איז פארהאן מער ווי 2 זייטן צו יעדע דיטעיל... ס'איז דא ווער עס וואלט געוואלט עס זאל זיין אנדערש, ס'איז דא ווער עס וויל ס'זאל נישט הייסן קיין דורכפאל פאר פלוני אדער פאר אלמוני, ס'דא ווער ס'פארגינט פאר יענעם צו טראכטן אז ס'איז כך וכך, ממילא, יעדער קען זאגן זאכן וואס ווען דו גייסט כאפן אז ס'איז געווען אביסל געשפילט גייסטו שוין לאנג נישט געדענקען וואס דער שפיל איז געווען.

איך קען דיר אבער דערציילן קלאר מציאת הדברים וואס ר' הערש לייב ראזענבערג האט געזאגט, און זאגט ווייטער.

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 13, 2025 4:33 pm
דורך ווערווייס
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 13, 2025 4:12 pm און געדענק אז דא איז פארהאן מער ווי 2 זייטן צו יעדע דיטעיל...
:lol: :lol: :lol:

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 13, 2025 9:49 pm
דורך מענדל ווייס
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 13, 2025 3:09 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 13, 2025 3:04 pm אגב, נעכטן נאכט ווען עס האבן אנגעהויבן קורסירן שמועות אז דא איז פאראן א אפיציעלע צוזאמענארבעט פון קהלת מהרי"י און קהלת וויזשניץ (וואס אייגנטליך איז מעגליך אז עסקני מהרי"י מיינען טאקע אזוי, ווייל די UJC טויגט אויף דעם אויך, ואכמ"ל) האט איינער פון די ראשי קהלה פון קרית יואל גערופן דעם וויזשניצער ראה"ק ובריח התיכון פון די זאך, הר"ר הערש לייב ראזענבערג הי"ו (וואס ער איז אויך דער בוכהאלטער און ביזנעס פירער פון ר' שמעון דושינסקיא), פרעגן וואס די שמועות באדייטן.

ר' הערש לייב האט געענטפערט קלאר "וויזשניץ איז נישט אין קאנטראל אויף יעדן איינעמס מעסעדזשעס, אונז זאגן קלאר אז וויזשניץ איז אינדרויסן פונעם גאנצן געשעפט, אונז קומען נישט אהין, דאס האט דער רבי זז"ג (מ'וויזשניץ וומסב"ג) אונז באפוילן און אונז גייען פאלגן".

עד כאן המעשה "שהי'", נעכטן נאכט.
און בילדער ווי ער איז ביי מהרי"י?
וואס איז אייגענטליך די נפק"מ צו ס'ווערט פארקויפט פאר די קהלת מהר"א אדער קהלת מהר"יי? דער גאנצע קפידא איז דאך נאר אבי נישט וויזניץ, נישט אזוי?

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 13, 2025 9:50 pm