בלאט 75 פון 146

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 8:41 pm
דורך חלום חלמתי
לכבוד 'האלאווין' אדווערטייזט די ווייסע הויז אקאונט ספעציעלע פארשטעלאכץ...

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 8:51 pm
דורך שוהם
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 10:42 am לאנגיעריגע וועלט'ס פארזארגער ביל געיטס, וואס שלאפט שוין נישט יארן פאר די קלימאט טויש סכנה. האט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט זאגענדיג אז פון היינט און ווייטער דארף מען זיך מער נישט זארגן אויף די קלימאט טויש געפאר, וויבאלד די וועלט וועט נאך אנגיין פאר לאנגע יארן, און וועט ווייטער אנגיין אן קיין שטער.

די סטעיטמענטס קומט אין זיין זיבעציגסטע געבורטסטאג און רידערט אויף די ליבעראלע וועלט.
הודו לה'!

שטעלט זיך א מנין שלאפן דא אויפן פלאנעט

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 8:51 pm
דורך נאסע שמאטעס
איך גלייב נישט וואס איך זעה דא. כ'האב דא אלע וויכטיגע אדער אינטערסאנטע אדער מאדנע נייעס פונעם טאג, אויף א גאלדענעם טאץ, מיט אביסל הומער צו די זייט.

מורא'דיג. א גרויסן שכוח @חלום חלמתי איך האב באמת הנאה.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 10:11 pm
דורך חלום חלמתי
די אייס אגענטור מעלד אז 1.5 מיליאן אימיגראנטן האבן אויסגעקליבן זיך זעלבסט צו פארשיקן פון אמעריקע, און 500,000 האבן זיי דעפארטירט.
(די דעפארטמענט אפערט א טויזנטער מיט א עירפלאן טיקעט פאר יעדן אומלעגאלן וואס וויל גיין)

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 11:07 pm
דורך חלום חלמתי
נאך לאנגע מאנאטן פון אומקלארע מעלדונגען, זאגט טראמפ פאר רעפארטער אז ער קען נישט לויפן פאר קיין דריטע טערמין.

די געזעצן זענען זייער קלאר, ס'איז א גרויסע שאד, אבער אינז האבן אסאך גוטע מענטשן.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 11:13 pm
דורך חלום חלמתי
געוועזענע ניו יארק מעיאר ביל דעבלאזיא - וואס איז א גרויסע מאמדאני שטיצער, זאגט אין א אינטערוויו מיט די 'טיימס אוו לאנדאן' אז די מאמדאני פאליסיס מאכן נישט קיין סענס, און זיינע פריז די רענט אומזיסטע באסעס ביליגע הייזער וועלן אפקאסטן אזא צען ביליאן דאלער, און ס'נישט דא פון ווי צו נעמען די געלט.

אה, זייטיגע זאך. איינער האט פעסט געטריפט אויף דעם טיימס רעפארטער, דעבלאזיא האט נישט געהאט קיין השגה פון דעם אנגבליכן אינטערוויו, און די צייטונג האט דאס געמוזט פארמעקן...

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 11:17 pm
דורך חלום חלמתי
לאס וועגאס פאליציי קראפט האט זיך איינגעהאנדעלט א פלאטע סייבער טרעקלעך

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 11:29 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 2:26 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 7:24 pm עמעזאן וועט אפזאגן 30,000 ארבעטער,%10 פון זייער ארבעט'ס קראפט. קומט נאכדעם וואס זיי האבן אסאך געהייערט דורכאויס די קאוויד יארן אבער זיי ברויכן שויניש אזוי סאך ארבעטער.
UPS זאגט אז זיי האבן שוין געשניטן 48.000 דזשאבס.

און נאכדעם ווינדערט מען זיך אז אזויפיל אינגעלייט זיכן פרנסות..
נישט באקאנט אויב מען קען באשולדיגן קאוויד, ראבאטן, אדער AI, אבער פאלגנד איז א ליסטע פון די גרעסטע פירמעס וואס אינאיינעם פייערן זיי טויזענטער ארבייטער לענגאויס די פאראייניגטע שטאטן.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 12:29 am
דורך חלום חלמתי
#טראמפ אזיע רייזע; די קולמוס'ן נשתברנ'ן זיך יעצט ווי דער עולם פרובירט צו דערגיין וואס דער פארשוין פרובירט צו מרמז זיין לאנדענדיג אין דרום קארעא.

טרעפן קים יאנג אן? מאכן א דיעל מיט דרום קארעא?

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 12:38 am
דורך חלום חלמתי
די גאנצע חבריא איז מיטגעפארן צום אזיע טריפ; בילדער פון די מלחמה סעקראטאר פיט העגסעט מיט די יאפאנעזער מיליטער.

דעי בליקן וואס ער גיבט זיי... קוקט אויס ער האט באמערקט עטליכע DEI זעלנער...

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 12:47 am
דורך חלום חלמתי
טראמפ אין דרום קארעא, אין 9 חדשים זענען וועדזשעס ארויף די העכסטע אין זעכציג יאר, בשעת מיר האבן אראפגעברענגט גאזאלין קאסטן, און ענערגיע קאסטן. כאטש מיר האבן
דעם לא יצלח אלס פעדעראלע רעזערוו פירער, איך רוף אים 'צו שפעט פאועל' אבער ער גייט שוין בקרוב פליען ...


Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 12:52 am
דורך חלום חלמתי
נאסא האט היינט אויספרובירט א נייע שטילע סופערסאניק פליגער (קאנקארד פאר ווער ס'געדענקט)

א נאז האט ער ווי די נייגעריגע מענטש פון הצלה גאו...

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 1:07 am
דורך חלום חלמתי
פארטאגס אין א"י, מ'הייבט אן מיט די הכנות צום גרויסן 'עצרת המיליאן' פאריפן דורך די מועצת גדולי התורה - אגודת ישראל/דגל התורה, און מועצת חכמי התורה

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 9:45 am
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 7:33 pm 🍎עפפל ווערט די דריטע פירמע וואס איז ווערד 4 טריליאן דאלאר, נאכדעם וואס די אייפאון זיבעצן קומט אריין שטארק.
און ענווידיע ווערט די ערשטע פירמע צו איבערשטייגן די נומער 5!

פינף טריליאן דאלאר!

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 9:47 am
דורך חלום חלמתי
טראמפ אין די מרחקים פארלירט נישט די פאוקעס... ארעסטירט דעם סמיט!

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 11:08 am
דורך זבולון שטיינקלאץ
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 11:17 pm לאס וועגאס פאליציי קראפט האט זיך איינגעהאנדעלט א פלאטע סייבער טרעקלעך
לכאורה פון די סייבער סעקיוריטי איינהייט...

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 11:37 am
דורך חלום חלמתי
Wow, צעטיל אין בית מדרש גבוה אין לעיקוואד מעלדט אז ווער ס'לערנט היינט א שעה ברציפות באקומט א הונדערטער.

אויב אלע 10,000 לומדי הישיבה שטעלן זיך צו, דארף דער יעניגער צאלן א מיליאן טאלער.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 12:04 pm
דורך חלום חלמתי
25 שטאטן אריינגערעכנט ניו יארק און ניו דזשערסי, קלאגן דעם פעדעראלן גאווערמענט פארן נישט צושטעלן געלטער פאר די סנעפ בענעפיטן אין לויף פונעם שאטדאון.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 12:56 pm
דורך חלום חלמתי
די רוסן זאגן אז זיי האבן סוקסעספול געטעסט א נייע אונטערוואסער נוקלעארע מיסיל, וואס מאכט א צונאמי מיט א ערדציטערניש אויף די יבשה.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 1:32 pm
דורך חלום חלמתי
מייקראסאפט אזערע מאכט קונצן, און אפעקטירט ביזנעסער און לופטפעלדער.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 1:37 pm
דורך צופראסקעט
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 11:37 am Wow, צעטיל אין בית מדרש גבוה אין לעיקוואד מעלדט אז ווער ס'לערנט היינט א שעה ברציפות באקומט א הונדערטער.

אויב אלע 10,000 לומדי הישיבה שטעלן זיך צו, דארף דער יעניגער צאלן א מיליאן טאלער.
פאלדש
ריין chatgpt

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 1:51 pm
דורך בודקע
צופראסקעט האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 1:37 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 11:37 am Wow, צעטיל אין בית מדרש גבוה אין לעיקוואד מעלדט אז ווער ס'לערנט היינט א שעה ברציפות באקומט א הונדערטער.

אויב אלע 10,000 לומדי הישיבה שטעלן זיך צו, דארף דער יעניגער צאלן א מיליאן טאלער.
פאלדש
ריין chatgpt
photostudio_1761760250971.jpg
photostudio_1761760250971.jpg (192.71 KiB) געזען געווארן 166 מאל

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 1:55 pm
דורך חלום חלמתי
בודקע האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 1:51 pm
צופראסקעט האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 1:37 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 11:37 am Wow, צעטיל אין בית מדרש גבוה אין לעיקוואד מעלדט אז ווער ס'לערנט היינט א שעה ברציפות באקומט א הונדערטער.

אויב אלע 10,000 לומדי הישיבה שטעלן זיך צו, דארף דער יעניגער צאלן א מיליאן טאלער.
פאלדש
ריין chatgpt
photostudio_1761760250971.jpg
איך האב עס געעדיט מיט AI. (און פארגעסן אראפצונעמען די לאגא 😐)

די צעטיל איז עכט.

@צופראסקעט

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 1:58 pm
דורך צופראסקעט
טיפיקעל chatgpt
456.PNG
456.PNG (745.92 KiB) געזען געווארן 150 מאל

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 2:03 pm
דורך חלום חלמתי
צופראסקעט האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 1:58 pm טיפיקעל chatgpt456.PNG
טענה דיר ווייטער.

איך האב עס אזוי צוביסן. אבער קענסט שרייען פאלש אויב די ווילסט.