בצל התומר
סאטמאר מהר״יי
מיטוואך פרשת וישב בצל הקודש
מיטוואך פרשת וישב
אום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען אין היכל הישיבה גדולה צו תפילת שחרית בעל תפילה איז געווען הב׳ חיים אברהם טייטלבוים ני״ו
אום 11:30 איז דער רבי צוריק אהיים לביתו נאוה קודש.
אין די פארמיטאג שעות האט דער רבי מנחם אבל געווען דורכן טעלעפאון הגה״צ אב״ד בארנוב מאנסי שליט״א וואס זיצט שבעה ע״פ אשתו ע״ה טאכטער פון האדמו״ר מראחמיסטריווקא זצ״ל,
אזוי אויך האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה״ח ר׳ דוד מאיר טאהלער הי״ו מגדולי עסקני מוסדותינו הק׳ אין בני ברק וואס זיצט שבעה ע״פ אביו ז״ל, און משפחת סטרולאוויטש וואס זיצן שבעה ע״פ אמם ע״ה.
אזוי אויך האט אריינגעריפן צום רבין בן גיסו הרה״ג ר׳ חיים הערש מייזליש שליט״א ראש ישיבת מהרי״ט בני ברק אפצונעמען ברכת קדשו לרגל די חתונה פון א קינד.
ארום 4 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בעל תפילה איז געווען הב׳ אברהם עקשטיין ני״ו.
נאך מנחה איז דער רבי אנגעקומען צום שמחת השבע ברכות לכבודו פון הרבני הנגיד הרה״ח ר׳ יואל לאנדא הי״ו מגדולי תומכי קהלתינו ומוסדותינו הק׳ לרגל נשואי בתו עב״ג החתן בן הרב לוי יצחק האניג שליט״א, די שבע ברכות איז געווארן צוגעשטעלט דורך הנהלת מוסדותינו הק׳ און די נייע ׳עדן לאנדא׳ זאלן,
ביים שבע ברכות האבן זיך באטייליגט אלע מנהלים רוחניים פון די מוסדות הקדושים, און אלע חברי הנהלה פון די מוסדות, ישיבה קטנה, מוסדות סאטמאר בארא פארק, חברי ועד אולמי סאטמאר, און יעדער האט ארויסגעברענגט דעם געוואלדיגן הכרת הטוב פאר זיין תמיכה אדירה בכל עת ועונה, ובפרט להרמת קרן המלמדים.
עס האט אויפגעטרעטן הרה״ח ר׳ אהרן הערש פריינד הי״ו און געמאלדן אז דער נייער הערליכער זאל בנדבת לבו פונעם נדיב הגדול אינעם בנין הבית רחל בנין קויפמאן - וואו די שבע ברכות איז אפגעראכטן געווארן וועט גערופן ווערן ״עדן לאנדא"
און וועט אי״ה שטיין אין באנוץ לטובת די טויזנטער אנ״ש תושבי שכונת גערי-טרופ און דעם אומגעגענט, לשמחות צאצאיהם למזל טוב מתוך הרחבת הדעת, אזוי ווי די אנדערע הערליכע ״פרדס״ און״נזר״ זאלן.
אזוי אויך האט אויפגערעטן הרה״ח ר׳ אפרים יואל זופניק הי״ו און זיך באדאנקט בשם הוועד אולמי סאטמאר,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה״צ אבד״ק סיגוט שליט״א, וואס האט מיט ווארעמע ווערטער ארויסגעברענגט די הילף פון רבי יואל שליט״א למען הצלת והחזקת קהלתינו ומוסדותינו הקדושים מאז ומקדם.
דאן האט האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש לכבוד הנדיב און געוואונטשן מברכותיו הטהורות פאר ר׳ יואל הי״ו און די גאנצע משפחה,
עס האט געבענטשט על הכוס די זיידע הרה״ח הישיש ר׳ יחזקאל שטיין הי״ו און דער רבי האט געזאגט די שבע ברכות, דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט אין א ריקוד מיט'ן חתן און די מחותנים, און באזונדער מיט'ן מחותן הנגיד ר' יואל הי״ו.
אויפן וועג ארויס האט דער רבי באזוכט די בוי ארבעט פונעם נייעם בוטשער דקהלתינו הק׳ בשכונת גערי - טרופ, דער רבי איז געווארן צוגעוויזן דורך הנהלת קהלתינו הק׳, דער רבי איז ארומגעגאנגען און אלע אפטיילונגען און אנגעוואונטשען ברכת קדשו.
און 6:15 איז דער צוריק אהיים לביתו נאוה קודש.
פארנאכטס איז דער רבי אנגעקומען אין די פרדס צבי זאלן צום שמחת פדיון הבן פון מו״ה אליעזר בינער הי״ו זוהן פון הרה״ח ר׳ מענדל ז״ל, דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשען די בעל שמחה און די זיידעס.
זמני כניסה איז געווען פון 7:30 ביז 11 אזייגער אויפדערנאכט.
בין הנכנסים איז אריין אל הקודש פנימה די הנהלת ביהמ״ד החדש דקהלתינו הק׳ אויף די 58׳טע גאס אין בארא פארק, ווי האחים ר׳ מענדל און ר׳ בנימין שווימער הי״ו פון בארא פארק האבן אפגעקויפט זכותים אדירים לטובת הביהמ״ד, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות און אנגעוואונטשען ברכת קדשו.
אום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בעל תפילה איז געווען הב׳ אפרים פערענץ ני״ו.
נאכן געזעגענען איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ״ד דקהלתינו הק׳ שכונת ווערנאן ווי עס איז פארגעקומען א מסיבה לטובת מוסדותינו הק׳ יטב לב אין בני ברק, פארריפן דורך העסקן ר׳ אביגדור דניאל שווארטץ הי״ו,
עס האט אויפגעטרעטן העסקן הרה״ח ר׳ אייזיק דייסקאל הי״ו יו״ר מערכת סאטמאר,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה״צ אבד״ק ור״מ ירושלים - קרית יואל שליט״א און ארויסגעברענגט די זכיה פון שטיצן די מוסדות עטה״ק,
דערנאך האט דער רבי געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשען ברכת קדשו פאר די עסקנים און פאר אלע משתתפים.
אום 11:30 איז דער רבי צוריק אהיים לביתו נאוה קודש.
~


~