באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 995
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1445

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

ערשטע לעכטל חנוכה ביי האדמו"ר מסאטמאר מהרי"י
פיילס
5159109425011731802_121.jpg
5159109425011731803_121.jpg
5159109425011731801_121.jpg
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
בצל התומר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 12:32 am
x 239

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך בצל התומר »

🌴בצל התומר🌴
סאטמאר מהר״יי

דינסטאג פרשת וישב בצל הקודש

דינסטאג פרשת וישב

פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר הבחור הבר מצוה בן מו״ה אהרן שווארטץ הי״ו,

אום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית און ביהמ״ד הגדול בעל תפילה איז געווען מו״ה יעקב פריעדמאן הי״ו

נאכן דאווענען איז די בר מצוה בחור אריין אל הקודש פנימה, דער רבי האט אנגעוואונטשען ברכת קדשו און געגעבן במתנה ספה״ק ויואל משה בחתימת יד קדשו.

אין די נאכמיטאג שעות האט דער רבי מנחם אבל געווען ביי משפחת מענדלאוויטש וואס זיצן שבעה ע״פ אביהם הרה״ח ר׳ עקיבא מענדלאוויטש ע״ה עסקן נמרץ לטובת מוסדותינו הק׳, עס איז אויך אנוועזנט געווען הנהלת מוסדותינו הק׳, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט געוואונטשען ברכת תנחומין.

אום 4:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בעל תפילה איז געווען מו״ה אברהם שטיין הי״ו

דער רבי האט מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון החתן ב״ר יואל זלמן גוטמאן הי״ו עב״ג הכלה ב״ר חיים שלמה פאלקאוויטש הי״ו און די פרדס פיגא זאל.

זמני כניסה איז געווען פון 6:30 ביז 10:30 אויפדערנאכט.

נאכן געזעגענען איז דער רבי אנגעקומען קיין בארא פארק ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען הרה״צ ר׳ יצחק אייזיק זעלטענרייך שליט״א מטשאקאווע - קערעסטיר, און די קינדער וואס זיצן שבעה ע״פ אמם הרבנית ע״ה.

~🌴🌴~
אוועיטער
בצל התומר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 12:32 am
x 239

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך בצל התומר »

🌴בצל התומר🌴
סאטמאר מהר״יי

מיטוואך פרשת וישב בצל הקודש

מיטוואך פרשת וישב

אום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען אין היכל הישיבה גדולה צו תפילת שחרית בעל תפילה איז געווען הב׳ חיים אברהם טייטלבוים ני״ו

אום 11:30 איז דער רבי צוריק אהיים לביתו נאוה קודש.

אין די פארמיטאג שעות האט דער רבי מנחם אבל געווען דורכן טעלעפאון הגה״צ אב״ד בארנוב מאנסי שליט״א וואס זיצט שבעה ע״פ אשתו ע״ה טאכטער פון האדמו״ר מראחמיסטריווקא זצ״ל,
אזוי אויך האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה״ח ר׳ דוד מאיר טאהלער הי״ו מגדולי עסקני מוסדותינו הק׳ אין בני ברק וואס זיצט שבעה ע״פ אביו ז״ל, און משפחת סטרולאוויטש וואס זיצן שבעה ע״פ אמם ע״ה.
אזוי אויך האט אריינגעריפן צום רבין בן גיסו הרה״ג ר׳ חיים הערש מייזליש שליט״א ראש ישיבת מהרי״ט בני ברק אפצונעמען ברכת קדשו לרגל די חתונה פון א קינד.

ארום 4 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בעל תפילה איז געווען הב׳ אברהם עקשטיין ני״ו.

נאך מנחה איז דער רבי אנגעקומען צום שמחת השבע ברכות לכבודו פון הרבני הנגיד הרה״ח ר׳ יואל לאנדא הי״ו מגדולי תומכי קהלתינו ומוסדותינו הק׳ לרגל נשואי בתו עב״ג החתן בן הרב לוי יצחק האניג שליט״א, די שבע ברכות איז געווארן צוגעשטעלט דורך הנהלת מוסדותינו הק׳ און די נייע ׳עדן לאנדא׳ זאלן,
ביים שבע ברכות האבן זיך באטייליגט אלע מנהלים רוחניים פון די מוסדות הקדושים, און אלע חברי הנהלה פון די מוסדות, ישיבה קטנה, מוסדות סאטמאר בארא פארק, חברי ועד אולמי סאטמאר, און יעדער האט ארויסגעברענגט דעם געוואלדיגן הכרת הטוב פאר זיין תמיכה אדירה בכל עת ועונה, ובפרט להרמת קרן המלמדים.
עס האט אויפגעטרעטן הרה״ח ר׳ אהרן הערש פריינד הי״ו און געמאלדן אז דער נייער הערליכער זאל בנדבת לבו פונעם נדיב הגדול אינעם בנין הבית רחל בנין קויפמאן - וואו די שבע ברכות איז אפגעראכטן געווארן וועט גערופן ווערן ״עדן לאנדא"
און וועט אי״ה שטיין אין באנוץ לטובת די טויזנטער אנ״ש תושבי שכונת גערי-טרופ און דעם אומגעגענט, לשמחות צאצאיהם למזל טוב מתוך הרחבת הדעת, אזוי ווי די אנדערע הערליכע ״פרדס״ און״נזר״ זאלן.
אזוי אויך האט אויפגערעטן הרה״ח ר׳ אפרים יואל זופניק הי״ו און זיך באדאנקט בשם הוועד אולמי סאטמאר,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה״צ אבד״ק סיגוט שליט״א, וואס האט מיט ווארעמע ווערטער ארויסגעברענגט די הילף פון רבי יואל שליט״א למען הצלת והחזקת קהלתינו ומוסדותינו הקדושים מאז ומקדם.
דאן האט האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש לכבוד הנדיב און געוואונטשן מברכותיו הטהורות פאר ר׳ יואל הי״ו און די גאנצע משפחה,
עס האט געבענטשט על הכוס די זיידע הרה״ח הישיש ר׳ יחזקאל שטיין הי״ו און דער רבי האט געזאגט די שבע ברכות, דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט אין א ריקוד מיט'ן חתן און די מחותנים, און באזונדער מיט'ן מחותן הנגיד ר' יואל הי״ו.

אויפן וועג ארויס האט דער רבי באזוכט די בוי ארבעט פונעם נייעם בוטשער דקהלתינו הק׳ בשכונת גערי - טרופ, דער רבי איז געווארן צוגעוויזן דורך הנהלת קהלתינו הק׳, דער רבי איז ארומגעגאנגען און אלע אפטיילונגען און אנגעוואונטשען ברכת קדשו.
און 6:15 איז דער צוריק אהיים לביתו נאוה קודש.

פארנאכטס איז דער רבי אנגעקומען אין די פרדס צבי זאלן צום שמחת פדיון הבן פון מו״ה אליעזר בינער הי״ו זוהן פון הרה״ח ר׳ מענדל ז״ל, דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשען די בעל שמחה און די זיידעס.

זמני כניסה איז געווען פון 7:30 ביז 11 אזייגער אויפדערנאכט.

בין הנכנסים איז אריין אל הקודש פנימה די הנהלת ביהמ״ד החדש דקהלתינו הק׳ אויף די 58׳טע גאס אין בארא פארק, ווי האחים ר׳ מענדל און ר׳ בנימין שווימער הי״ו פון בארא פארק האבן אפגעקויפט זכותים אדירים לטובת הביהמ״ד, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות און אנגעוואונטשען ברכת קדשו.

אום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בעל תפילה איז געווען הב׳ אפרים פערענץ ני״ו.

נאכן געזעגענען איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ״ד דקהלתינו הק׳ שכונת ווערנאן ווי עס איז פארגעקומען א מסיבה לטובת מוסדותינו הק׳ יטב לב אין בני ברק, פארריפן דורך העסקן ר׳ אביגדור דניאל שווארטץ הי״ו,
עס האט אויפגעטרעטן העסקן הרה״ח ר׳ אייזיק דייסקאל הי״ו יו״ר מערכת סאטמאר,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה״צ אבד״ק ור״מ ירושלים - קרית יואל שליט״א און ארויסגעברענגט די זכיה פון שטיצן די מוסדות עטה״ק,
דערנאך האט דער רבי געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשען ברכת קדשו פאר די עסקנים און פאר אלע משתתפים.

אום 11:30 איז דער רבי צוריק אהיים לביתו נאוה קודש.

~🌴🌴~
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3808
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 4919

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך שמח »

@בצל התומר
פארוואס קענסטו נישט לייגן די לאנגע פאָוסטס אין ספוילער?
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
אוועיטער
בצל התומר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 12:32 am
x 239

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך בצל התומר »

🌴בצל התומר🌴
סאטמאר מהר״יי

דאנערשטאג פרשת וישב - ליל א׳ דחנוכה בצל הקודש

דאנערשטאג פרשת וישב

אום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ״ד הגדול צו תפילת שחרית בעל תפילה איז געווען מו״ה משה הלל קאהן הי״ו,

ביי קריאת התורה איז נתכבד געווארן
כהן: מו״ה מרדכי יואל סאלינסקי הי״ו
לוי: מו״ה משה בנציון טירנוער הי״ו
שלישי: מו״ה משה הלל קאהן הי״ו
דער רבי איז געגאנגען הגבה
גלילה: מו״ה שמואל מנחם קאהן הי״ו
נאכן דאווענען איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.

אום 5 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בעל תפילה איז געווען מו״ה שמואל יצחק ווידער הי״ו.

ביים זמן רבינו תם האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש בעל תפילה איז געווען הב׳ הירצקא זופניק ני״ו , פאר מעריב האט הרה״ח ר׳ זלמן לייב פעלדמאן הי"ו משמש געצינדן די מנורה.

״הנירות הללו קודש הם״

אום 8:30 איז דער רבי אנגעקומען בחדרו הפרטי אין ביהמ״ד הגדול ווי דער רבי האט צוגעגרייט די מנורה און די קנויטן,
ארום 8:50 איז דער רבי אריינגעקומען אין היכל הביהמ״ד צו הדלקת נירות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל, געזאגט די ברכות, און געצינדן אין די מנורה פון רביה״ק זי״ע מאוצרו הטוב פון הרה״ח ר׳ משה שמואל זופניק הי״ו,
דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות בשעת מ'האט געזונגען ניגוני התעוררות, חשוף האט פארגעזינגען הרה״ח ר׳ פנחס אליהו שטיינווארצל הי״ו פון בארא פארק, און דערנאך האט די קאפעליע געזונגען די פיוטים כנהוג.

דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' מנחות פון חינוך המנורה ומזבח הזהב, און דערנאך ממשיך געווען בדברי אגדה בגודל קדושת היום, און מסיים געווען בברכות קדשו,
דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 10:45.

~🌴🌴~
פרישער בחור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 12:59 pm
Location: Bp
x 100

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך פרישער בחור »

סאדיגורה י"ם
פיילס
1000171907.jpg
1000171913.jpg
1000171901.jpg
פרישער בחור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 12:59 pm
Location: Bp
x 100

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך פרישער בחור »

.
פיילס
1000171881.jpg
1000171878.jpg
1000171854.jpg
פרישער בחור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 12:59 pm
Location: Bp
x 100

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך פרישער בחור »

פרמישלאן
פיילס
1000172099.jpg
1000172100.jpg
1000172098.jpg
פרישער בחור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 12:59 pm
Location: Bp
x 100

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך פרישער בחור »

.
פיילס
1000172101.jpg
1000172102.jpg
פרישער בחור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 12:59 pm
Location: Bp
x 100

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך פרישער בחור »

נדבורנה
פיילס
1000172231.jpg
1000172230.jpg
1000172239.jpg
פרישער בחור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 12:59 pm
Location: Bp
x 100

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך פרישער בחור »

מכניבקא בעלז
פיילס
1000172242.jpg
1000172240.jpg
1000172241.jpg
פרישער בחור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 12:59 pm
Location: Bp
x 100

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך פרישער בחור »

דאראג
פיילס
1000172244.jpg
1000172243.jpg
פרישער בחור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 12:59 pm
Location: Bp
x 100

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך פרישער בחור »

וויזניץ מרכז
פיילס
1000172246.jpg
1000172247.jpg
1000172245.jpg
פרישער בחור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 12:59 pm
Location: Bp
x 100

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך פרישער בחור »

.
פיילס
1000172248.jpg
1000172249.jpg
פרישער בחור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 12:59 pm
Location: Bp
x 100

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך פרישער בחור »

מרן ראש ישיבת גור
פיילס
1000172295.jpg
1000172294.jpg
1000172296.jpg
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 975
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 1358

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

יישר כח @פרישער בחור פאר די בילדער
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
גמח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 122
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 9:23 am
x 142

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך גמח »

איינער מיט בילדער ערשטע ליכטל ביי אדמו"ר מהר"א אין וומ"ס?
פרישער בחור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 12:59 pm
Location: Bp
x 100

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך פרישער בחור »

ועתה כתבו לכם את השירה הזאת:
מיט התרגשות'דיגע געפילן האבן חסידי בעלזא ערהאלטן די פריידיגע נייעס אז מען גרייט זיך בשעטו"מ צו לאזן שרייבן א ספר תורה לכבודו ולזכותו פון כ"ק האדמו"ר מבעלזא שליט"א די ספר תורה ווערט גשריבן דורך כל קהלא קדישא בעלזא חסידים פון יונג און אלט בכל מקומות מושבותיהם,
לויט די יעצטיגע פלאן וועט די מעמד התחלת כתיבת ספר תורה פארקומען ח' שבט די יום הבהיר פון האדמו"ר מבעלזא שליט"א מיטן האפענונג צו קענען פראווענען די גרויסע חגיגה לגומרה של תורה גענוי א יאר שפעטער אום ח' שבט תשפ"ה.
פרישער בחור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 12:59 pm
Location: Bp
x 100

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך פרישער בחור »

מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א
פיילס
1000173436.jpg
1000173434.jpg
1000173435.jpg
פרישער בחור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 12:59 pm
Location: Bp
x 100

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך פרישער בחור »

סקווירא מאנסי
פיילס
1000173432.jpg
1000173433.jpg
פרישער בחור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 12:59 pm
Location: Bp
x 100

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך פרישער בחור »

אלכסנדר
פיילס
1000173437.jpg
1000173440.jpg
1000173439.jpg
פרישער בחור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 12:59 pm
Location: Bp
x 100

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך פרישער בחור »

זוויעהל מאנסי
פיילס
1000173216.jpg
1000173195.jpg
1000173183.jpg
פרישער בחור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 12:59 pm
Location: Bp
x 100

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך פרישער בחור »

רחמיסטריווקא מאנסי
פיילס
1000173103.jpg
1000173101.jpg
1000173097.jpg
מאנשי שלומינו
פרישער באניצער
פאוסטס: 65
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 9:11 am
x 35

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך מאנשי שלומינו »

גמח האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 12:24 pm איינער מיט בילדער ערשטע ליכטל ביי אדמו"ר מהר"א אין וומ"ס?
ביטע ענדערש ברענגען די נעכטיגע בילדער.. א בושה געווען דאנערשטאג פארפאלן די וויליאמסבורגער עולם איז פויל.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3808
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 4919

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך שמח »

מאנשי שלומינו האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 1:04 pm
גמח האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 12:24 pm איינער מיט בילדער ערשטע ליכטל ביי אדמו"ר מהר"א אין וומ"ס?
ביטע ענדערש ברענגען די נעכטיגע בילדער.. א בושה געווען דאנערשטאג פארפאלן די וויליאמסבורגער עולם איז פויל.
דאנערשטאג איז געווען א שיינע ציבור, אפשר נישט ווי קרית יואל אבער א שיינע ציבור (עיין אנדערע רביים...), מוצאי שבת איז געווען ווייניגער ווי דאנערשטאג, און סאיז פארשטענדליך, מוציא שבת גייען א גרויסע טייל אידן צו משפחה מסיבות.

שרייב פאוסט