בלאט 74 פון 177

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: זונטאג מערץ 16, 2025 7:03 pm
דורך א סוקסעס
פופציגער האט געשריבן: זונטאג מערץ 16, 2025 2:04 am
על פי תורה האט געשריבן: זונטאג מערץ 16, 2025 2:00 am
פופציגער האט געשריבן: זונטאג מערץ 16, 2025 1:51 am
כהאב געהאט ענליכע מחשבות.

הגם, געוויסע קומען זיכער יא אינגאנצן ארויס, קלער איך אבער דאך, אז צווישן די חברה זענען גא אזעלכע וואס קענען באשטיין צו שפילן דעם שפיל.

דאס איז אבער קלאר אז ס’גייט נישט גיין אזוי געשמירט דער וועג צוריק.
ר' יוד, איר זענט נישט דער איינציגסטער וואס איז חושש אויף דעם, ר' אברהם גרינהוט איז ב''ה נישט קיין נער, און ווייסט אויך זיך צו באווארענען....
אין דעם אויבדערמאנטן פאל פון די בחורים האב איך פערזענליך מיטגעהאלטן וועלעכע שריט עס זענען אינטערגענומען געווארן זיכער צו מאכן אז דאס איז נישט קיין שפיל. איך גיי דאס נישט שרייבן נישט ברבים און נישט באישי וויבאלד איך וויל נישט אז דאס זאל ח''ו אנקומען צו די נישט ריכטיגע אויערן, אבער זייט נישט געזארגט, מען מאכט זיכער אז עס זאל נישט זיין א וועג אויף צוריק.
איבערגעשריבן קאסטעדי פאר די עסקנים. יא.

אבער, וואס טוסטו אויב פלוצלינג פוצן אלע אפ קיין איראן? יעדער פון זיין ווינקל, שטילערהייט, מאכן פליטה?
עס קען זיין.
אבער די חילוק צווישן חכמת שלמה ביז היינט איז פשוט.
שלמה האט געהאלטן דער עולם מיט א חכמה יתירה א יעדער וואס איז דארט געווען האט מען מיט חכמה געוואשן די מוחות אז מען האט מדעת עצמו ממש פארשטאנען וואס מ'וויל,
דער היינטיגער האט ממש גארנישט אין זוך אחוץ עשרה כבים אכזריות (נאך ווייניג געזאגט).. רוב יונגעלייט היינט און פרויען זענען דארט מחמת פחד וואס מ'באקט אריין אלע יארן אז די גיהינום פאנגט זיך אן ביים שוועל ארויס פון בבל. און ווען מען נעמט אוועק די בייטש און מען דרייט זיך דא אפאר וואכן נארמאל איז זייער שווער צו זאגן אז מען גייט צוריק..

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: זונטאג מערץ 16, 2025 7:08 pm
דורך שמואל פוקס
ברכת יישר כח

אנדערער - $25

לכבוד
ר' חיים עזריה אלטער הי"ו

אויסגראדנדיג דעם סכום...

זכות המצוה יגן עליו להתברך בכל מילי דמיטב

לינק אריינצושיקן געלט:
https://abcharity.org/12345
(לינק געטוישט)

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מערץ 17, 2025 12:08 am
דורך מיילעך פריילעך
פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 2:49 pm אסאך האבן מיר אנגעפרעגט אין אישי, נאך וואס כ'האב דא געשריבן אז איך האב געהערט פון כלי ראשון.

ס'פילט בכלל נישט גרויס און רייסעריש צו זאגן "נישט אלעס קען מען שרייבן", אבער למען האמת, נישט אלעס קען מען ארויסשרייבן, און איך וועל לייגן א גרויסע "וד"ל", און איך מיין יעדער פארשטייט וואס "וד"ל" מיינט... יא יא, יענס וואס דו טראכסט און דו ווילסט איבערפרעגן אין אישי. ממש דאס.

דער גרינדער פונעם כת איז געווען א משחית, איך זאג עס נאכ'ן הערן "כלי ראשון", עס איז ביטער און שרעקעדיג. מאנכע צייגן אן אז ער איז בעצם נישט געווען קיין שלעכטער נאר פשוט אומגעזונט. מאכט סענס, און איך וועל אים דן זיין לכף שטות, אבער דאס איז זיכער אז א "חבורה" וואו עס איז [געווען עכ"פ זיכער] איינגעפירט צו מאכן "תיקונים" פאר קינדער און בחורים, דארף ווערן אויפגעלעזט פאר יעדן פרייז, און ס'נישט צייט יעצט צו ברעטשען אז קינדער זענען אין געפענגעניש...

נאר איין זאך וויל איך צולייגן... איך קען נישט פערזענליך די ראשי הכת, און איך קען נישט מעיד זיין צי זיי זענען געבוירענע רוצחים, צי ער איז געבוירן א שור מועד אדער אנגעהויבן א דזשורני אלס א שור תם, און עס מאכט נישט צופיל אויס...

לאמיר גיין מיט'ן הנחה אז מענטשן וואס ווערן פארכאפט אין א קולט קומט עס פון א לאך אין הארץ, און זיי זענען נעבעך אלע פארדרייט געווארן.

אבער טוטס מיר א טובה... הערטס אביסל וואסערע אביוז די קינדער זענען אריבער דארט... ביטע... מען רעדט פון פיזיש און גייסטיש, יעדע מין אביוז וואס מען קען טראכטן (עגעין, יא, אויך יענע וואס מ'שרייבט נישט ארויס...), איך הייס נישט מ'זאל בארעדן די אידן, אבער זוכן צו ריינוואשן אזעלכע וואס זענען געשטאנען אין שפיץ פון דעם מארד מאשין איז זיכער נישט קיין אפציע.

איינער האט מיר געפרעגט פריוואט וויאזוי איך קען זיך פרייען אז אידן זיצן אין תפיסה, און גאר אין די לאָך... ער איז דאך נישט שולדיג... זיין טאטע האט אים אזוי ערצויגן...
האב איך אים געענטפערט אז סאדאם כוסעין איז אויך ערצויגן געווארן אין א מערדערישן גייסט, און אוסאמא בין לאדין אויך. פארפאלן. אונזער וועלט איז נישט אויסגעשטעלט פאר רחמנות'דיגע רוצחים זיך צו מעגן צופירן די הענט... ביסט נעבעך א רוצח, העסטו נעבעך הענגען אויף א ריזן תלי'. נעבעך.
כ'קען פאר סאם ריזען נישט כאפן וואס די מיינסט 🙈🙈

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מערץ 17, 2025 2:54 am
דורך על פי תורה
מיילעך פריילעך האט געשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 12:08 am

דעמאלטס ביזטו פטור.
דרך אגב עס איז דא גענוג און נאך צו רעדן פון די מעשי רציחה, די וועלט ווייסט נאך אלץ נישט וואס ס'גייט פאר דארט, עס איז אסאך אסאך ערגער ווי מען מיינט.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מערץ 17, 2025 2:57 am
דורך על פי תורה
די עסקנים שלאפן ברוך השם נישט.
און די קומעדיגע וואכן איז ערווארטעט בס''ד גוטע נייעס (נישט עפעס אויפרייסעריש, אבער זאכן וועלן זיך רוקן מער און מער).

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מערץ 17, 2025 9:49 am
דורך טיפע טאשן
איז דא א פלאן פאר פסח?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מערץ 17, 2025 12:31 pm
דורך אנדערער
טיפע טאשן האט געשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 9:49 am איז דא א פלאן פאר פסח?
האסט מיך געגעבן א שטארקע ציפ. טאטע אין הימל

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:19 pm
דורך הנההנם
שלום הנמצאים
איך בין ניי דא
לאקאל פון ב"פ \ אקטיוו אויף איי.וו. (מיט א אנדערע כינוי)
אבוויעסלי איך דא עפעס א פאליטיק מיט די לעכטיגע אינטערוויו דא א אודיאוי קליפ פון לעצטע וואך פון איינער פון סאטמאר ב"פ (איך מיין די נאמען איז געווען א קרוב מיט חעזקעלע עפעס, אפשר ראזנער) איך האב מכבד געווען כמה תומכי הקאמפעין צו הערן נאכן ארויף לייגן אויף ק"ק (קרעטש. בלע"ז) און אראפ נאך א שטיק צייט. ...ופרח לו איש האמת....
מי מה איך ולמה ומדוע
אויב וועגן אוזן שומעת, קען מיר אפשר איינער אישי'ען

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מערץ 17, 2025 2:05 pm
דורך טיפע טאשן
אנדערער האט געשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 12:31 pm
טיפע טאשן האט געשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 9:49 am איז דא א פלאן פאר פסח?
האסט מיך געגעבן א שטארקע צום. טאטע אין הימל
א שטארקע וואס?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מערץ 17, 2025 2:08 pm
דורך יאנטשי
טיפע טאשן האט געשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 2:05 pm
אנדערער האט געשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 12:31 pm
טיפע טאשן האט געשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 9:49 am איז דא א פלאן פאר פסח?
האסט מיך געגעבן א שטארקע צום. טאטע אין הימל
א שטארקע וואס?
ציפ.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מערץ 17, 2025 3:25 pm
דורך print
כבוד מלכים האט געשריבן: פרייטאג מערץ 14, 2025 1:36 am
אהרן האט געשריבן: פרייטאג מערץ 14, 2025 1:29 am
על פי תורה האט געשריבן: פרייטאג מערץ 14, 2025 1:21 am הודו להשם! נאך א שטאפל אינעם נס פורים בזמן הזה!
א יונגערמאן (איידעם ביים געוועזענעם מנהיג) מיט זיין ב''ב האבן היינט אפיציעל פארלאזט לב טמא, זיי האלטן זיך יעצט אויף ביי די גרים.
דער יונגערמאן האט שוין ב''ה עטליכע פון זיינע קינדער אינדרויסן, א חלק זענען אין די שעלטער, און ווילן ב''ה אויך ארויסגיין פון לב טמא.
ווארשיינליך רעדסטו פון לאווער היינט צו טאגס חתונה געהאט צו מרת לאווי

פארוואס האלט ער זיך אויף ביי די גרים וואס איז 3 4 שעה צו פארן ענדערש ווי ביי כנישתא חדא?
3- 4 שעה צו פארן פון ווי? ער האב מיט בבל מער גאאארנישט ב"ה, סא ער איז פון גארנישט ווייט.
די משפחה הייסט לאווער, די טאטע איז די געוועזענע מאן פון שלמה העלבראנץ'ס טאכטער וואס איז גע'הרג'עט געווארן דורך איר ברודער די היינטיגע (געוועזענע) מנהיג, און די מאמע איז די געוועזענע פרוי פון די טאטע פון די באקאנטע אנטלאפענע לעווי ברודערס וואס איז געשטארבן נאכן נישט ווערן ערלויבט דורך די לב טהור הנהלה צו גיין אין שפיטאל זיך היילן. זיי האבן אלעס צוזאמען א סך הכל פון 13 קינדער בליע"ה, און זײ האלטן זיך דערווייל אויף ביי די אור חדש קהילה פון די גרים, וויבאלד די כנישתא חדא קהילה לעזט זיך אויף נאכדעם וואס די מנהיג ר' יואל העניך העלבראנץ ציהט זיך אריבער קיין קיין מאנסי, און דערנאך וועט זיך די משפחה באזעצן אין אייראפע.

נ.ב.
איינע פון די לעווי ברודערס האט צוגעזאגט פאר זיין מאמע, אז אויב קומט זי ארויס פון דארטן גייט ער זיך לאזן וואקסן פיאות און ווערן צוריק פרום, און דאס איז ווארשיינליך געווען א שטארקע שטופ איר צו געבן די קוראזש און ארויסקומען.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מערץ 17, 2025 3:30 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
print האט געשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 3:25 pm נ.ב.
איינע פון די לעווי ברודערס האט צוגעזאגט פאר זיין מאמע, אז אויב קומט זי ארויס פון דארטן גייט ער זיך לאזן וואקסן פיאות און ווערן צוריק פרום, און דאס איז ווארשיינליך געווען א שטארקע שטופ איר צו געבן די קוראזש און ארויסקומען.
Wow

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מערץ 17, 2025 3:36 pm
דורך הנההנם
במאמר המוסגר: איין בחור - מלפנים יונגערמאן - א קינד פון דעם לאווער איז דער וואס מהאט ארויסגעווארפן הוש"ר נאכמיטאג, ער איז שוין אין וומס"ב א שטיק צייט, לערנט און א לעכטיגע ישיבה, א שטארקע מוח ב"ה, נועם המידות וירא שמים, (ער איז געווען און די שטאל מיט די בהמות און חיות פאר חדשים וד"ל) געווען א חלק פון די גביית עדות ביי די היגע רבנים שליט"א, - אויך איז ער זייער נאנט געווארן מיט זיין באבע העלבראנץ פון בארא פארק נאכדעם וואס זי איז אנטלאפן פון דעם מושחת ש. - זיין טאטע שטאמט פון לאנדאן
ער פארציילט אסאך אסאך - וואס מטאר דא נישט שרייבן...
-נחמן ימ"ש האט עם געצווינגען די געבן פאר זיין מאמע הי"ד די שענדליכע עלערדזיקט מאכלים -

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מערץ 17, 2025 4:05 pm
דורך נישט_אינטערעסירט
הנההנם האט געשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:19 pm שלום הנמצאים
איך בין ניי דא
לאקאל פון ב"פ \ אקטיוו אויף איי.וו. (מיט א אנדערע כינוי)
אבוויעסלי איך דא עפעס א פאליטיק מיט די לעכטיגע אינטערוויו דא א אודיאוי קליפ פון לעצטע וואך פון איינער פון סאטמאר ב"פ (איך מיין די נאמען איז געווען א קרוב מיט חעזקעלע עפעס, אפשר ראזנער) איך האב מכבד געווען כמה תומכי הקאמפעין צו הערן נאכן ארויף לייגן אויף ק"ק (קרעטש. בלע"ז) און אראפ נאך א שטיק צייט. ...ופרח לו איש האמת....
מי מה איך ולמה ומדוע
אויב וועגן אוזן שומעת, קען מיר אפשר איינער אישי'ען
איינער זאגט מיר (איך ווייס נישט פון ווי ער ווייסט עס) אז די רעקארדינג איז אראפגענומען געווארן ע"פ צוואת ר' יושע העכט, ווייל ער האלט אז אויב רעדט מען צו שטארק אנטקעגן זייער רעליגיע, ווערן זיי נאכמער איינגעזאלצן און פאר'עקשנ'ט נישט ארויסצוגיין.
אויף דעם רעקארדינג פון הרב ראזנער דרוקט ער זיך אויס היפש שטארקע לשונות... וכ'.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מערץ 17, 2025 7:04 pm
דורך על פי תורה
טיפע טאשן האט געשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 9:49 am איז דא א פלאן פאר פסח?
מען ארבעט ב''ה
עס זענען דא געטרייע עסקנים וועלעכע זענען פארנומען דערמיט 7\24

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מערץ 17, 2025 7:10 pm
דורך על פי תורה
נישט_אינטערעסירט האט געשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 4:05 pm
הנההנם האט געשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:19 pm שלום הנמצאים
איך בין ניי דא
לאקאל פון ב"פ \ אקטיוו אויף איי.וו. (מיט א אנדערע כינוי)
אבוויעסלי איך דא עפעס א פאליטיק מיט די לעכטיגע אינטערוויו דא א אודיאוי קליפ פון לעצטע וואך פון איינער פון סאטמאר ב"פ (איך מיין די נאמען איז געווען א קרוב מיט חעזקעלע עפעס, אפשר ראזנער) איך האב מכבד געווען כמה תומכי הקאמפעין צו הערן נאכן ארויף לייגן אויף ק"ק (קרעטש. בלע"ז) און אראפ נאך א שטיק צייט. ...ופרח לו איש האמת....
מי מה איך ולמה ומדוע
אויב וועגן אוזן שומעת, קען מיר אפשר איינער אישי'ען
איינער זאגט מיר (איך ווייס נישט פון ווי ער ווייסט עס) אז די רעקארדינג איז אראפגענומען געווארן ע"פ צוואת ר' יושע העכט, ווייל ער האלט אז אויב רעדט מען צו שטארק אנטקעגן זייער רעליגיע, ווערן זיי נאכמער איינגעזאלצן און פאר'עקשנ'ט נישט ארויסצוגיין.
אויף דעם רעקארדינג פון הרב ראזנער דרוקט ער זיך אויס היפש שטארקע לשונות... וכ'.
נישט ריכטיג, (גראדע איז שיטת ר' יושע להיפך לגמרי פון וואס איר שרייבט).
די סיבה איז פשוט וויבאלד ווען א לב טהור איבערלעבער איז גרייט צו שמועסן וועגן זיין עבר אין א ביהמ''ד, מיינט נאכנישט אז ער איז גרייט אז דאס זאל פארשפרייט ווערן אין די גאנצע וועלט.
וואו האט זיך א בחור פון כנישתא חדא אויסגעדריקט צו מיר? עס זענען דא אידן וועלעכע קומען אונז מחזק זיין, און עס זענען דא אידן וועלעכע קומען דא חוה''מ האלטן, צו זען די מאדנע מענטשן פון גוואטאמאלא.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מערץ 17, 2025 7:11 pm
דורך על פי תורה
הנההנם האט געשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 3:36 pm במאמר המוסגר: איין בחור - מלפנים יונגערמאן - א קינד פון דעם לאווער איז דער וואס מהאט ארויסגעווארפן הוש"ר נאכמיטאג, ער איז שוין אין וומס"ב א שטיק צייט, לערנט און א לעכטיגע ישיבה, א שטארקע מוח ב"ה, נועם המידות וירא שמים, (ער איז געווען און די שטאל מיט די בהמות און חיות פאר חדשים וד"ל) געווען א חלק פון די גביית עדות ביי די היגע רבנים שליט"א, - אויך איז ער זייער נאנט געווארן מיט זיין באבע העלבראנץ פון בארא פארק נאכדעם וואס זי איז אנטלאפן פון דעם מושחת ש. - זיין טאטע שטאמט פון לאנדאן
ער פארציילט אסאך אסאך - וואס מטאר דא נישט שרייבן...
-נחמן ימ"ש האט עם געצווינגען די געבן פאר זיין מאמע הי"ד די שענדליכע עלערדזיקט מאכלים -
ער איז נישט פון די בחורים וועלעכע מען האט ארויסגעווארפן הושענא רבא.
אים האט מען פאר 3 חדשים צוריק ארויסגענומען אין א געוואגטע רעטונג אקציע אינמיטן נאכט.
די הושענא רבא בחורים געפינען זיך נאך אין גוואטמאלא.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מערץ 17, 2025 7:37 pm
דורך כבוד מלכים
טיפע טאשן האט געשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 9:49 am איז דא א פלאן פאר פסח?
עס גייט די וואך פארקומען זיצונגן מיט לויער'ס און די עס. בי. עס. אין גואטעמאלא, בנוגע יום טוב פסח הבעל"ט

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מערץ 17, 2025 8:04 pm
דורך פשוט און גראד
סתם צו רעיזען מחשבות..

כ‘האף מ‘וועט משקיע זיין אויס צו רעדן די יוצאים פון די קולט קאנצעפט. געווענליך קען דעיס נעמען יארען לאנג פון אפס אין דאינס, ספיקות, בילבולים.

ס‘איז לאו דוקא צו מ‘איז אין גוטאמאלא אדער שושן הבירה, ס‘איז א מהלך המחשבה, אנשים נשים וטף. ס‘יענס פעקל.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מערץ 17, 2025 8:43 pm
דורך על פי תורה
עטליכע נפשות און משפחות קומען בקרוב ארויס!

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג מערץ 18, 2025 12:38 am
דורך כבוד מלכים
IMG-20250318-WA0009.jpg
IMG-20250318-WA0009.jpg (206.92 KiB) געזען געווארן 1574 מאל

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג מערץ 18, 2025 1:37 am
דורך Think and Thank
טרעסאנט, נאר אין מאנטריאל געפאלט אויס דאס שושן פורים השמולש?...

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג מערץ 18, 2025 2:18 am
דורך אנדערער
יאנטשי האט געשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 2:08 pm
טיפע טאשן האט געשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 2:05 pm
אנדערער האט געשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 12:31 pm

האסט מיך געגעבן א שטארקע צום. טאטע אין הימל
א שטארקע וואס?
ציפ.
שוין געפיקסט. דו ליידסט אויך פון די אטאמאטישע קיבארד?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג מערץ 18, 2025 3:03 pm
דורך זיי פריילאך
על פי תורה האט געשריבן: פרייטאג מערץ 14, 2025 1:21 am הודו להשם! נאך א שטאפל אינעם נס פורים בזמן הזה!
א יונגערמאן (איידעם ביים געוועזענעם מנהיג) מיט זיין ב''ב האבן היינט אפיציעל פארלאזט לב טמא, זיי האלטן זיך יעצט אויף ביי די גרים.
דער יונגערמאן האט שוין ב''ה עטליכע פון זיינע קינדער אינדרויסן, א חלק זענען אין די שעלטער, און ווילן ב''ה אויך ארויסגיין פון לב טמא.
ער איז צוריק און ל"ט?
לכאורה האט געשריבן: נו שוין, מפטירין כדאתמול

משפחת לאווער/לעווי איז צוריק אין לב טהור...

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג מערץ 18, 2025 3:50 pm
דורך עהעם
זיי פריילאך האט געשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 3:03 pm
על פי תורה האט געשריבן: פרייטאג מערץ 14, 2025 1:21 am הודו להשם! נאך א שטאפל אינעם נס פורים בזמן הזה!
א יונגערמאן (איידעם ביים געוועזענעם מנהיג) מיט זיין ב''ב האבן היינט אפיציעל פארלאזט לב טמא, זיי האלטן זיך יעצט אויף ביי די גרים.
דער יונגערמאן האט שוין ב''ה עטליכע פון זיינע קינדער אינדרויסן, א חלק זענען אין די שעלטער, און ווילן ב''ה אויך ארויסגיין פון לב טמא.
ער איז צוריק און ל"ט?
לכאורה האט געשריבן: נו שוין, מפטירין כדאתמול

משפחת לאווער/לעווי איז צוריק אין לב טהור...
אבי מ'האט מיך פארשריגן ווען איך האב געשריבן אז לא זו הדרך...