בלאט 74 פון 217
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 26, 2025 10:51 pm
דורך חלום חלמתי
איינס פון די נדבנים פון די נייע טראמפ באל רום איז קאמקאס, די מאמע פורמע פון די ליבעראלע NBC מידיע.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 26, 2025 10:55 pm
דורך חלום חלמתי
היימישע מוזיקאנט ר' דן שטערן ביים טויער פון מיימאנעדיס שפיטאל , צייגט זיין פאטענט צו קענען גרינג גיין פון איין צימער צום צווייטן שטאק און משמח זיין אידישע קינדער.
מי כעמך ישראל מיט א אידישע קאפ..
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 26, 2025 10:57 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 11:00 pm

אידטיש רעפארט.
די גויאישע גאס אין אמעריקע איז היינט געווען אויף מיט די נייעס אז די FBI האט ארעסטירט עטליכע גרויסע NBA בעסקעטבאל שפילער.
► Show Spoiler
ווער ס'ווייסט אביסל ווייסט, אז אין די גאס איז ספארטס א ריזן עסק, (כהיום קען מען שוין זאגן ממש ווי ביי אידן פאליטיק...

) איינס פון די גרויסע זאכן איז אז די לעצטע עטליכע יאר האט די סופרים קארט לעגאליזירט ספארטס 'בעטן' מארקעט'ס. וואס מענטשן לייגן אריין געלט אין דעם געמבל צו בעטן וויפיל פוינטס דער ספעציפישער שפילער וועט באקומען.
יעצט פארשטייט זיך דער שפילער איז א בשר ודם, און אנדערש ווי סתם קאלשי/פרעדיקט איט בעטערייען, אויב מארגן וועט רעגענען אדער מער מענטשן אין פענסילוועניע וועלן וואוטן פאר טראמפ, איז דער ספארטס שפילער בעל הבית אויף זיך אויב ער וויל געווינען אדער נישט.... דערפאר זענען די ספארטס געמבל'ס אויסגעשטעלט אז מען ברויך אריינלייגן די סאושל ביים עפענען א אקאונט.
היינט האט די FBI ארעסטירט עטליכע שפילער נאכדעם וואס די אינסטאנצן האבן אויפגעכאפט אז פאר עטליכע שפילן זענען מיסטעריעז ריזיגע נומערן געווארן אריינגעשטעלט אויב דער שפילער וועט שוואך פערפורמען. און טאקע ביי יענע שפילן האט דער שפילער באפאלן א שוואכקייט ממש אנהייב פונעם געים...
פאטעל האט אין א ספעציעלע פרעסע קאנפערענץ געמאלדן דעם ארעסט, דאס ווערט באצייכנט אלס הויכע געמבל שווינדל. און אין פאל זיי ווערן געפונען שולדיג דראעט זיי 5 יאר טורמע
.
עפעס א גזירה שוה האט שוין טראמפ געפונען צווישן די ספארטס שווינדל און די 2020 וואלן.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 12:35 am
דורך חלום חלמתי
טראמפס חבר און אוהב ישראל כאווער מולעי האט געווינען ווידערוויילונג אין ארגענטינע
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 9:36 am
דורך חלום חלמתי
די ניו יארק פאוסט מיט א גוט מארגן...
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 12:45 pm
דורך שינאווער
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 26, 2025 10:51 pm
איינס פון די נדבנים פון די נייע טראמפ באל רום איז קאמקאס, די מאמע פורמע פון די ליבעראלע NBC מידיע.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 1:09 pm
דורך חלום חלמתי
טויזנטער קינדער פון מוסדות עטרת שלמה ברשות הראש ישיבה הרב שלום בער סורוצקין, האבן זיך היינט צוזאמגענומען פארנט פון כלא 10 ווי א תלמיד הישיבה שמאכט אין טורמע פארן זיך נישט שטעלן צום מיליטער.
די תלמידים האבן געזאגט תהלים אינאיינעם אנגעטון מיט א ספעציעלע היטל מיט א מעסידש 'ביזן לעצטן פארכאפטן' די סלאגאן פון די כאמאס משכונות, אוו דערנאך ארויפגעשאסן טויזנטער געלע באלאנען וואס האט איבערגעדרייט די שטאט...
(די מדינה האט שלעכט אריינגעביסן מיט הרב סורוצקין)
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 5:54 pm
דורך שוהם
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 27, 2025 1:09 pm
טויזנטער קינדער פון מוסדות עטרת שלמה ברשות הראש ישיבה הרב שלום בער סורוצקין, האבן זיך היינט צוזאמגענומען פארנט פון כלא 10 ווי א תלמיד הישיבה שמאכט אין טורמע פארן זיך נישט שטעלן צום מיליטער.
די תלמידים האבן געזאגט תהלים אינאיינעם אנגעטון מיט א ספעציעלע היטל מיט א מעסידש 'ביזן לעצטן פארכאפטן' די סלאגאן פון די כאמאס משכונות, אוו דערנאך ארויפגעשאסן טויזנטער געלע באלאנען וואס האט איבערגעדרייט די שטאט...
(די מדינה האט שלעכט אריינגעביסן מיט הרב סורוצקין)
דער איז גוט, פיוואט זוכט אן ארבעטער?..
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 7:24 pm
דורך חלום חלמתי
עמעזאן וועט אפזאגן 30,000 ארבעטער,%10 פון זייער ארבעט'ס קראפט. קומט נאכדעם וואס זיי האבן אסאך געהייערט דורכאויס די קאוויד יארן אבער זיי ברויכן שויניש אזוי סאך ארבעטער.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 7:26 pm
דורך חלום חלמתי
די מאמדאני קאמפיין גלייכט נישט דעם פאקט אז די טירנאוט פון די פריע וואלן איז די העכסטע בעיקר מיט די עלטערע וויילער וואס גייען ארויס אין די מאסן, ער רופט זיינע שטיצער (בעיקר יונגע און אימיגראנטן) צו אויך ארויסגיין עירלי
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 7:36 pm
דורך חלום חלמתי
נייע צייטן אין פאליטיק, די אפציעלע סנעפ וועבזייטל מיט א מעלדונג אויפן היים בלאט באשולדיגט די דעמאקראטן אינעם שאטדאון וואס איז גורם אז ס'איז נישטא קיין געלט פאר סנעפ, אבער די מאסעטשוסעס סנעפ זייטל טענה'ט אז טראמפ איז שולדיג...
פעדעראלע גאווערמענט
מאסעטשוסעס
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 10:08 am
דורך חלום חלמתי
געהעריג ווינטער אין די טריי סטעיט ראיאן, מיט די טעמפרעאטור אין די דרייסיגער נומערן. בחורים זענען שוין געזעצליך ערלויבט צו גיין מיט שאלן.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 10:26 am
דורך חלום חלמתי
רעפובליקאנער געפירטע קאמיטעט גיבט ארויס זייער פסק אז אלע ביידען אויטאו פען פארדאנ'ען און געזעצן, זענען בטל ומבוטל ווי רעדן פון א פורים סעודה פאר ר'"ח אדר.
זיי בעטן די יוסטיץ דעפארטמענט זאל זיך אריינלייגן דערינען און אלס מבטל זיין
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 10:42 am
דורך חלום חלמתי
לאנגיעריגע וועלט'ס פארזארגער ביל געיטס, וואס שלאפט שוין נישט יארן צוליב די קלימאט טויש סכנה. האט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט זאגענדיג אז פון היינט און ווייטער דארף מען זיך מער נישט זארגן אויף די קלימאט טויש געפאר, וויבאלד די וועלט וועט נאך אנגיין פאר לאנגע יארן, און וועט ווייטער אנגיין אן קיין שטער.
די סטעיטמענטס קומט אין זיין זיבעציגסטע געבורטסטאג און רידערט אויף די ליבעראלע וועלט.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 10:49 am
דורך חלום חלמתי
די ריכטיגע ניו יארקער שטומען אין די פריע וואלן (אנדערש ווי די אימיגראנטן וואס האבן נאך צייט) און מאמדאני האט עטוואס געפאלן.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 10:51 am
דורך חלום חלמתי
אילאן מאסק האט ארויסגעלייגט די ערשטע ווערסיע פון גראקפידע קאמפעטישן צו וויקיפעדיע.
https://grokipedia.com
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 11:42 am
דורך זבולון שטיינקלאץ
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 28, 2025 10:42 am
לאנגיעריגע וועלט'ס פארזארגער ביל געיטס, וואס שלאפט שוין נישט יארן פאר די קלימאט טויש סכנה. האט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט זאגענדיג אז פון היינט און ווייטער דארף מען זיך מער נישט זארגן אויף די קלימאט טויש געפאר, וויבאלד די וועלט וועט נאך אנגיין פאר לאנגע יארן, און וועט ווייטער אנגיין אן קיין שטער.
די סטעיטמענטס קומט אין זיין זיבעציגסטע געבורטסטאג און רידערט אויף די ליבעראלע וועלט.
כ'דארף צוריק מיינע שטרויס און נארמאלע שאפינג בעגס...
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 12:51 pm
דורך חלום חלמתי
פרעזידענט טראמפ האט באשטעטיגט פרישע אטאקעס א קעגן עזה.
היינט אינדערפרי האט זיך דער קאבינעט אין מדנ"י צינופגעזעצט איבערשמועסן די לעצטערע אנטוויקלונגען, די משכונות קערפער קומען נישט צוריק, מדנ"י האט אפגעכאפט א ווידיאו ווי כאמאס באגראבט א קערפער און דערנאך מאכן זיי א מצב אז זיי האבן ''געפונען'' נאך א משכון, ועל כולם א פרישע שיסעריי אין די צה"ל קאנטראלירטע זאנע האט פארוואונדערט עטליכע סאלדאטן.
נתניהו האט מסכים געווען צו נעמען שריט, אבער האט געזאגט אז מען ברויך רשות פון וואשינגטאן, איצטערט האבן זיי באקומען ערלויבעניש צו אטאקירן.
בילד איליסטראציע
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 1:54 pm
דורך חלום חלמתי
די ווייסע הויז האט געשיקט א בריוו צו ק"ק באבוב 45 זיי באגריסן צום חנוכת הבית פונעם נייעם ביהמ"ד
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 2:17 pm
דורך בודקע
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 28, 2025 12:51 pm
מדנ"י האט אפגעכאפט א ווידיאו ווי כאמאס באגראבט א קערפער און דערנאך מאכן זיי א מצב אז זיי האבן ''געפונען'' נאך א משכון,
זיי האבן פארזען דעם דראון וואס כאפט זיי אפ..
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 2:26 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 27, 2025 7:24 pm
עמעזאן וועט אפזאגן 30,000 ארבעטער,%10 פון זייער ארבעט'ס קראפט. קומט נאכדעם וואס זיי האבן אסאך געהייערט דורכאויס די קאוויד יארן אבער זיי ברויכן שויניש אזוי סאך ארבעטער.
UPS זאגט אז זיי האבן שוין געשניטן 48.000 דזשאבס.
און נאכדעם ווינדערט מען זיך אז אזויפיל אינגעלייט זיכן פרנסות..
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 7:33 pm
דורך חלום חלמתי

עפפל ווערט די דריטע פירמע וואס איז ווערד 4 טריליאן דאלאר, נאכדעם וואס די אייפאון זיבעצן קומט אריין שטארק.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 7:43 pm
דורך חלום חלמתי
צום ערשטן מאל זינט דער אנהייב פונעם אנגייענדע שאטדאון, האבן עיר טראפיק קאנטראלירער נישט באקומען זייערע פעי טשעקס.
פולע פון זיי דערקלערן זיך שוין קראנק וואס פירט כאאס און דילעיס אין די אמעריקאנע לופטפעלדער.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 8:33 pm
דורך חלום חלמתי
קענסט דעי זיידע וואס זיין פאון קלינגט אינמיטן שטילע שמונה עשרה, און פון אתה חונן ביז את צמח דוד טרייט ער צו פיגערן וויזוי מען מאכט דעיס שטיל?
אינמיטן א סענאט סעסיע היינט איז סענעטאר לינדזי גרעהעם געזען געווארן אריינמורמלען עפעס אין זיין טעלעפאן, און באלד האט א הויכע רעש נאכגעפאלגט; קאולינג שאן הענעטי מאביל...
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 8:35 pm
דורך חלום חלמתי
א קאטאגאריע 5 מאכטפולע האריקעין האט באטראפן דזשאמעיקא.