Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 10:52 am
daikin האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 9:59 am יא פיין ר׳ יחזקאל איז די גרעסטע צדיק און נאר ער טוט וואו קיינער טוט נישט!
אבער גוט האסטו געזאגט אזווי ר׳ֶיחזקאל האט געמאסטן תחומין מיט א גארטעל אפי׳ עס איז נישט קיין מהלך, קען ער מאכן א פייער דיפארטמענט מיט צעטליך און וואסער קענס אפי׳ ס׳איז נישט קיין מהלך:
יעדע קנאי האט אין די בלוט אז מען טוט, ער זעהט עפעס קודם טוהט ער. פארן איבערגיין די פאקטען און מציאות דאס איז די טבע פון א קנאי.
ס׳ נשט דא קיין איין פייער דיפארטמענט וואס איז אזוי פארגעשריטן ווי די ברוער פייער דיפארטמענט, זיי האבן פון די שנעלסטע ריספאנד׳ס אין די גאנצע לאנד .
די איינציגסטע וואס האט איבער 10 פון די קליינע רויטע קארס, די לייטער טראק איז איך מיין 17 שטאק הויך מען רופט זיי פון איבעראל פאר מיוטעל עיד,
קומט בכלל נישט אריין דא, מצילי אש האט זיך נישט געעפנט ווייל ברוער האט געהאט צוריקגעשטאנענע עקוויפמענטס. שנעלסטע ריספאנד׳ס אין די גאנצע לאנד? שנעלער ווי מצילי אש אין מאנסי אדער קרית יואל?
בנוגע יודישקייט ענינים: זיי נעמען שוין נישט אריין קיין פרויען, די קאמישענערס האבן די ערשטע ווארט אין די דיפארטמענט און אין די קאמפעני
די קאמישענערס זענען אלע דארטן בעצת ובהדרכה ובהוראה פון אלע רבנים אין שטאט!
האסט געזעהן די בילדער פון די תערובות פארטי וואס איז פארגעקומען פאריאר? בעצת ובהדרכה ובהוראה פון אלע רבנים אין שטאט? די רבנים האבן נישט קיין פראבלעם מיט די פרויען וואס זענען יעצט אינעם קאמפעני?
זייער דיספעטשינג און ראדיא סיסטעם: איז פון די פארגעשריטענסטע אין ארגענזעשן׳ס, אגב זייער ראדיא סיסטעם, האט איינער פון די קאמישענערס, וואס ער האט געזעהן ווי שטארק מען מוטשעט זיך מיט די 911 סיסטעם, האט ער מיט מסירות נפש זיך אריין געווארפן און אויפגעקומען מיט א נייע גאנצע סיסטעם ממש שלא על מנת לקבל פרס. איך קען איהם זייער גוט ער איז א פארנומענע בעל פרנסה האט אן אנדערע גרויסע ביזנעס אין שטאט ער איז אויך א גרויסע עסקן און טאון ער איז אויף איינער פון די בארד׳ס דארט.
קומט בכלל נישט אריין דא, מצילי אש האט זיך נישט געעפנט ווייל ברוער האט געהאט צוריקגעשטאנענע עקוויפמענטס
אזוי אלע קאמישענערס זענען מסירות נפש יודען. וואס וואן פערציג יאר ווארט יעדער איינער מען זאל טוהן, זענען זיי נישט געבליבן זיצן שטיל נאר געטוהן, אבער מיט שכל און פארשטאנד מיט אחריות נישט אבי אין די וועלט אריין
פערציג יאר וואס מען פרובירט שוין אפצושטעלן די חילול שבת און תערובות אן ערפאלג?? פארוואס דעמאלטס זאל מען פונקט היי יאר באווייזן וואס מען פרובירט שוין פאר פעציג יאר?? מען ברויך זאפארט עפענען א מצילי אש!!!
שבת: האבן די קאמישענערס ארלעדיגט שבת גוים וואס פארן ארום אין די גאסן.
איך האב גערעדט מיט איינע פון די קאמישענערס, וועגן א געוויסע קאל וואס איך האב מיטגעהאלן, ווי ביי אן אלארם איז געקומען 3 טראקס מיט מענטשן שבת אינדערפרי. גלייך האט ער געטשעקט וואס איז געוועהן, און ער ווייסט מיך, ווי נאר מען האט געזעהן וואס די פראבלעם איז אז עס איז מער נישט פיקוח נפש. איז די קאל אריין אין שבת מויד. אין ס׳איז געוועהן דארטן אויך צוויי גוים.
ווען איז געווארן געגרינדעט די שבת מויד, ס'קען זיין אז סאיז "פונקט" געשעהן נאכדעם וואס עפעס א מצילי אש ארגעניזאציע האט זיך געדרינדעט
אונז אלע ליגט נאך גוט אין די ביינער די הערליכע קידוש השם מעמד וואס איז פארגעקומען בעת התיסדות די נייע דיספעטשונג: ס׳איז געזעהן געווארן דארט דייני "בעלז" "וויזניץ" "סאטמר" "פאפא" "ועוד" פון די שענסטע קהלות און שטאט, די פייערדיגע דרשה און דברי חיזוק פון דומ״ץ סאטמר קלינגט מיר נאך אין די אויערן!
נו שוין, דא האסטו מיך פארלוירן. מהאט גערופן דיינים אין שטאט רעדן אין הלכות שבת אז ס'זאל אביסל אפהאלטן חילול שבת, און דאס ווערט גענוצט נגד רצונם פון די דיינים אלס א הסכמה אויפן קאמפעני?
איך ווייס נישט אויב אור ווייסט: איינע פון די פרייע צייטונגען, האבן אראפ גערוסן זייער שטארק איינע פון די קאמישענערס, פארן בלויזן חטא פארן בעסער מאכן די פייער דיפארטמענט.
זיי האבן פרובירט צו מאכן א קרימענעל אינוועסטיגעשן אויף די יונגערמאן. אלץ וויל ער טוהט פאר שבת און צניעות זיי האבן עס געזאגט אויפן!
ב״ה מיט די לאנגע גוטע קשרים וואס מען האט מיט די גאווערמענט, האט מען דאס געקענט אפשטעלן באצייטנס. דאס ווייסט נאך אמאל ווי וויכטיג ס׳איז צו ג׳יין מיט די אלטע עסקנים און נישט טוען נייע ווילדע זאכן.
שכרו הרבה מאד. אבער וואס ווייזט דאס? דאס ווייזט אז דארט נישט נישט דא קיין חילול שבת אדער אז דארט איז נישט דא קיין מענער און פרויען וואס פארברענגען אינאיינעם? אפשר ווייזט דאס אז סאיז דא דארט איינער וואס פרובירט צו טוהן און איז נישט מצליח וואס דאס ברענגט ארויס ווי וויכטיג מצילי איש איז.
איך מיין דאס איז געניג פאר ווער עס וויל וויסן דעם אמת אדרבה ירא הקהל וישפט