בלאט 73 פון 137

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 26, 2024 1:00 pm
דורך dev
קען איינער ביטע אויסקלארן וואס איז געווען די אסיפה? ווער סטראשעט וועם? פארוואס?

אישי איז פיין

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 26, 2024 1:47 pm
דורך פישפיקלאדיין
ש'טא קיין רבנים ש'טא קיין זייט.

דער עירוב איז געבויעט מיט געווארן מסירות נפש דורך הרה"ג רבי בערל שליט"א ואתו עמו זיינע שותפים לדבר מצוה וואס האבן געהאלפן שאפן געלט.

די הלכה'דיגע הדרכות ביים בויען איז באגלייט געווארן כל צעד ושעל דורך די רבני ועד העירוב דקהל יטב לב ובראשם הרה"ג רבי יואל קאהן שליט"א -יו"ר.

די אחריות און השגחה אויפן עירוב ליגט אויפ ועד העירובין פון בית הוראה דקרית יואל, וועלכע טוען כסדר בודק זיין דעם עירוב.

די פינאנציעלע אחריות ליגט אויף הרה"ג רבי בערל שליט"א וועלכע שאפט דאס געלט און פארקויפט די זכות השבת פאר תושבי קרית יואל.

אין יענע צייט בשעת'ן בויען דעם גרויסן עירוב ווען עס האט נאך געלויטעט די אחדות מאטא אין די געגנט האבן די עסקנים געלייגט א גרויסן דגוש אז עס זאל נישט ארויסקומען קיין עגמת נפש פאר קיינעם, און יעדער זאל 'שפירן' א חלק דערפון, און האבן צווישן אנדערן כסדר אינפארמירט אלע רבנים פון בתי מדרשים און שיינע אידן אין די געגנט איבער די פארשריט פונעם עירוב און האבן אפי' געלאדנט יעדעם איינעם פערזענליך אראפצוקומען זעהן די עירוב.

כאטש די עסקנים האבן פארשטאנען אז אהערצושטעלן אזא קאמפליצירטער עירוב דארף מען נוצן די מומחים פון ועד העירובין האבן זיי קיינמאל נישט געמאכט קיין וועזן פון דעם אז ועד העירובין איז דער פאקטישער עומד באחריות, וויסנדיג אז קען אויפברענגן פאליטישע בייז בלוט און צושטערן די ''אחדות'דיגע לופט''.

ברם זכור לטוב הרב מאיר בערקאוויטש מקאריץ - נכד הגאון דומ"ץ עירינו, וועלכעט האט אסאך כוחות אריינגעלייגט צושטאנד צברענגן דעם עירוב.

כהיום הזה דארף דער עירוב האבן מינימאלע כסדר'דיגע בדיקות זייענדיג א שטאנדהאפטיגער רמב"ם עירוב, מילא איז נישטא אפי' וואס צו ווייזן אדער אינוואלוואלוון די לאקאלע רבנים.

מיט א צייט צוריק ווערן עסקנים ובראשם רבי בערל האבן זיך אריינגעלייגט אין די הייליגע מערכה "מיט מסירות נפש" אז קרית יואל זאל בלייבן קרית יואל, האבן די לאקאלע עסקנים פונעם עירוב געהאט אן אסיפה און ברוב דיעות באשלאסן ארויפצולייגן די שם הקודש "קרית יואל" אויפן לאגא פונעם ועד העירוב.

פון דארט און ווייטער איז איז היסטארי...

עס האט זיך אנגעהויבן מיט אן עירוב טראק וואס א צייטונג שרייבער האט געקויפט פאר בלומינגראוו עירוב און דאס פראמינענט געדעקט אויפן דעקל פון זיין פאשקעוויל...

און יעצט האלט ער ביי די 2'טע צענע פון זיין שפיל, נעמליך א פיקטשור אסיפה פון רבנים אן די עסקנים און אן די בעלי מכשיר...

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 26, 2024 2:29 pm
דורך פישפיקלאדיין
פישפיקלאדיין האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 1:47 pm ש'טא קיין רבנים ש'טא קיין זייט.

פארגעסן צוצולייגן אז דער ארויסגעבער פונעם "בלומינגראוו ווארט" ער האט פאררופן די פיקטשור אסיפה, און קאלאברירט מיט די ארויסגעבער פונעם וואכנשריפט, ערווארט א לאנגס און א ברייטס אינעם וועכנטליכן פאשקעוויל.

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 26, 2024 5:29 pm
דורך יונה טויב
אויב נגיעות מיט אגענדעס איז בגמטרי' מסירות נפש און לשם שמים דאן שטימט אלעס.

תושבי העיר פרייען זיך אז די רבני העיר האלטן ווייטער אן עינא פקיחא אויף די צרכי העיר אזוי ווי אמאל.

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 26, 2024 5:45 pm
דורך משה זרח
יונה טויב האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 5:29 pm אויב נגיעות מיט אגענדעס איז בגמטרי' מסירות נפש און לשם שמים דאן שטימט אלעס.

תושבי העיר פרייען זיך אז די רבני העיר האלטן ווייטער אן עינא פקיחא אויף די צרכי העיר אזוי ווי אמאל.
:lol:

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 26, 2024 6:21 pm
דורך מערקבאר
פישפיקלאדיין האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 1:47 pm כהיום הזה דארף דער עירוב האבן מינימאלע כסדר'דיגע בדיקות זייענדיג א שטאנדהאפטיגער רמב"ם עירוב, מילא איז נישטא אפי' וואס צו ווייזן אדער אינוואלוון די לאקאלע רבנים.
זיי שרייבן דארט אז די ווילעדזש בעאמטע האבן אנגעפרעגט וויאזוי צו מאכן די לעיק שאר דאמבע זעהט אויס עס מאכט זיך יא שאלות וואס צו אנפרעגן ביי די רבנים לאקאל מפעם לפעם.

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 26, 2024 6:36 pm
דורך פישפיקלאדיין
מערקבאר האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 6:21 pm
פישפיקלאדיין האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 1:47 pm כהיום הזה דארף דער עירוב האבן מינימאלע כסדר'דיגע בדיקות זייענדיג א שטאנדהאפטיגער רמב"ם עירוב, מילא איז נישטא אפי' וואס צו ווייזן אדער אינוואלוון די לאקאלע רבנים.
זיי שרייבן דארט אז די ווילעדזש בעאמטע האבן אנגעפרעגט וויאזוי צו מאכן די לעיק שאר דאמבע זעהט אויס עס מאכט זיך יא שאלות וואס צו אנפרעגן ביי די רבנים לאקאל מפעם לפעם.
מפעם לפעם מאכט זיך שאלות וואס די ועד העירובין איז דן דערויף.

יעצט גראדע האט נישט געמאכט קיין שאלה, עס האט זיך געמאכט א מיטינג, עס איז קיין שאלה ניטא נעטאמאל א תשובה...

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 26, 2024 6:37 pm
דורך פישפיקלאדיין
מערקבאר האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 6:21 pm
פישפיקלאדיין האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 1:47 pm כהיום הזה דארף דער עירוב האבן מינימאלע כסדר'דיגע בדיקות זייענדיג א שטאנדהאפטיגער רמב"ם עירוב, מילא איז נישטא אפי' וואס צו ווייזן אדער אינוואלוון די לאקאלע רבנים.
זיי שרייבן דארט אז די ווילעדזש בעאמטע האבן אנגעפרעגט וויאזוי צו מאכן די לעיק שאר דאמבע זעהט אויס עס מאכט זיך יא שאלות וואס צו אנפרעגן ביי די רבנים לאקאל מפעם לפעם.
זיי שרייבן דארט...

דער ארגאניזירער פון די אסיפה שרייבט אין זיין אויסגאבע...

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 26, 2024 8:11 pm
דורך לא ימושו מפיך
לא ימושו מפיך האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 7:10 pm
בית ישראל האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 11:40 am
לא ימושו מפיך האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 11:34 am

דאס איז געווען ביי די ערשטע שינוי.
נאכדעם האבן זיי עס נאכאמאל געטוישט, ווי געזאגט
ווען איז דאס געווען? האסט א צעטל מיט אזא לעדערהעד?
כהאב נישט געקענט טרעפן קיין צעטל פון זיי פון די לעצטע פאר חדשים, די לעצטע וואס איך זעה איז איבער א שיעור משלי פונעם דיין דארט שטייט קיט"ל מעריוואלד בלומינגראוו קר"י.
דאס איז פון אנפאנג ווינטער
יא כ'האב געזען א צעטל לעצטענס

ערשטע שינוי איז געווען פון בית המדרש קיט''ל מערילוואד, בלומינגראוו - קרית יואל, צי ''קהל יטב לב מערילוואד'' בלומינגראוו - קרית יואל (דאס הייסט אנשטאט א ביהמ''ד אונטער קהל ק''י איז עס א עקסטערע קהלה)
דערנאך האט מען אודך געטוישט צי ''קהל יטב לב ד'סאטמאר בלומינגראוו'' (אראפגענומען מערילוואד און אראפנעמען קרית יואל)
ס'נישט דא צי געפינען נאכן צווייטן טויש צוליב וואס די ק''י קהלה שיקט מער נישט זייערע צעטלעך אויף אימעיל. אבער ס'איז קלאר, גיי אריין אין 31 מערילוואד און כאפ א בליק
די נייע לעדערהעד. קרית יואל איז אראפגעשניטן.
איין טעות האב איך געמאכט, די ווארט מערילוואד איז נישט אראפ

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 26, 2024 8:59 pm
דורך ווירקליך
יונה טויב האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 7:55 pm פארוואס איז יענע לאנגע תגובה געווארן פארמעקט?
געווען א מייל ווייט פון די אידטיש סטאנדארטן.

און כ’וויל טאקע לאזן וויסן אז ס’איז לעצטנס עטליכע מאל געבראכן געווארן די גדרים דא, און ס’איז א שאנדע. נישט פאר דעם איז אידטיש געעפנט געווארן, און איינער וואס פארשטייט נישט די בעיסיק גדרים וועט מוזן ארויסגעלאזט ווערן פון דא.

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 27, 2024 5:01 pm
דורך עטרת חיים
וויכטיגע מעסעדזש פון דרכי יושר
: DY Trans Update: The dispatch phone system is down, for any emergency please call 845.273.1117 x2 Will advise once it's back

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 27, 2024 5:07 pm
דורך רבותי מיר וועלן בענטשן
קרית יואל די הערליכע שטאט פון אמת'ע אחדות!
ס'איז דא ווייניג שטעט אין די וועלט וואס ווערט נאך היינט געפירט דורך א קהלה און די מיינונגס פארשידענהייטן פון די איינאווינער זענען גאר גרויס און ווייט,
די שטאט ווערט געפירט דורך די גרויסע קהלה וואס אירע מיטגלידער פארשטייען אז בלויז די דאזיגע מהלך איז קיום היהדות און די עצם פאקט אז ס'איז דא נאך קהילות איז א פראבלעם פאר אידישקייט, דערנאך איז דא די 2 אנדערע שטרעמונגען וואס האלטן פארקערט ואכמ"ל.
דאס מיינט אז לויט די מיינונג פון אלע איינואווינער באלאנגט דער פון דער אנדערער שטרעמונג צו עפעס וואס מאכט א שאדן פאר אידישקייט.
עם כל זה ווען מען קוקט אין פערזענליכע לעבן צווישן די איינוואוינער אין אונזער באליבטע שטאט, וואוינען זיך דא 8000 משפחות כן ירבה, מען העלפט זיך ארויס איינער דעם צווייטן בעת שמחה ובעת צר, די שכנים העלפן זיך, די שכנות זיצן אין די סירקלס און פארברענגען ציזאמען, די קינדערלאך שפילן זיך מיט אזא געשמאק מיט אזויפיל טעם און חן, מען גייט ארין אין די שולן און מען טרעפט אלע סארט איינוואינער זיצן ציזאמען באהבה ואחדות, מען דאוונט און מען לערנט מיט אזא געשמאק, דאס איז אלעס אויסער די וואילטעטיגע גמ"ח'ס און חסד ארגאניזאציעס פאר אלע איינווואינער ציגלייך, אנגעהויבן פון ר' ישעי'לעס קאך, ר' יושע קארנבלי'ס חלוקות, גמ"ח פאר שמחות, הצלה, חברים ועוד ועוד.. ס'איז באמת א קידוש השם!
כאטש יעדער איז ווייטער געטריי צו זיין שטרעמונג ווי ער באלאנגט, פארשטייען ערליכע אידן נישט אויסצימישן געטריישאפט צו זייער קהלה מיט שנאה צו א צווייטער איד ח"ו, יעדער שטייט טאקע איש על מחנהו ואיש על דגלו אבער מיט די גרעסטע אהבה צו א צווייטן איד.
איך ווייס אז אידן וואס האבן זיך אנגעהערט מיט כל דברי שנאה אויף אונזער הייליגע שטאט קרית יואל, וועלן נישט קענען הערן אזעלכע אמת'ע דיבורים, און נאכדערצו ווען דאס בארעדן קרית יואל איז די באזע אויף וואס אלע שקרים זענען געבויט, די חברה וועלן טרעפן יחידות'דיגע מעשיות און עס אויפבלאזן אדער אנדערע לשון הרע אויף עיר הקודש גלייך ארויסדערווישט פונ'ם מקור השקר די וואטס-עפ גרופעס...
אבער ווער עס קוקט מיט אן אמת קען ווערן איבעראשט און איבערגענימען פון די ריינע און לויטערע אידישקייט פון אונזער הייליגע שטאט ציזאמען מיט אזא אהבת ישראל.
אין א וועלט ווען אחדות ווערט באניצט (בלויז...) אויסצירייסן מסורת אבות, אדער אנגעהעריגקייט און געטשריישאפט צו אייגענע קהילות, איז א הערליכע בילד ווען מען קומט אריין אין קרית יואל אין די בתי מדרשים און מען זעהט א דוגמא פון אמת'ע אחדות,

האט מיר א מרוגש'דיג איד'ל וואס האט געוואלט מיטיילן זיינע הרגשים, געשיקט א בילד פון איינע פון די בתי מדרשים דקהל יט"ל דא אין צענטער פון שטאט, וואס ער איז דארט נעכטן געוועהן, און דאס הערליך בילד האט אים געכאפט, אלע סארט אידן פון אלע שטרעמונגען זיצן ציזאמען מיט אזא זיסע רואיגקייט מלא חן וטעם דקדושה, און זענען פשוט עוסק בתורת ד',
זאל צענטראל קרית יואל דינען אלס א קלארע דוגמא און פארבילד פאר די נייע שכונות און געגנטער וועלכע האבן אויסגעוועלט אחדות פאר זייער מאטא, אבער ווען איינער גייט נישט אין שפאן וועט מען ארויפספינען בילבולים און שקרים, די אחדות בלייבט בלויז איבער אלס א געצייג אויסצירייסן די אריגינאלע קהילות,
יא, לכו בעקבי הצאן לאמיר אלע ממשיך זיין די וועגן פון די אריגינאלע קרית יואל!

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 27, 2024 5:16 pm
דורך רבותי מיר וועלן בענטשן
בנוגע די עסקנים החשובים למען העירוב, ס'איז א שאד מען זאל אפי' פראבירן רעדן צו אידן וואס זיצן אויף די וואטס עפ גרופס, און צו זיי זאגן אז ס'איז דא איינער וואס מיינט זאכן מיט אן 100 פראצענטיגע אמת במסירת נפש בלתי לד' לבדו,
וואטס-עפ איז נעבעך אזוי ווייט דערפון, די ליצנות וואס הערשט דארט איז אזוי גרויס, אז ס'קען בשו"א נישט אריינגיין אזא מושג אין א וואטס-עפ מוח, אז ס'זענען נאך דא ערליכע אידן.
די אמת קען דערהערט ווערן בלויז פאר די וואס זענען נאך נישט דארט, אדער איז דא א טשאנס אז אמאל אין א שווערע מינוט בעת חרטה וועט אפשר אריינגיין אביסל אמת אויך אין די וואטס עפ אנגעליינטע,
דאס איז די סיבה אז איך בין נישט מגיב צו מעסיזשעס וואס מאכן אוועק אדער מאכן ליצנות פון אמת'דיגע ערליכע אידן, וויבאלד מען טאר זיך נישט טענה'ן מיט אזעלכע דיבורים, איך זאג די פשוט'ע אמת'ע אמת, וויבאלד די אמת "מוז" געזאגט ווערן, וכל הרוצה לקבלו יקבל...

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 27, 2024 6:31 pm
דורך Pager
למעשה וואס איז געבליבן מיט די סטאפ ווארק ארדער אויף בית המדרש בית שמואל? די פארקינג לאט האט דאך ווי דער קאנטראקטאר האט צוגעזאגט געדארפט זיין קאמפלעט אויף שבת תרומה

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 27, 2024 6:34 pm
דורך Pager
רבותי מיר וועלן בענטשן האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 5:16 pm בנוגע די עסקנים החשובים למען העירוב, ס'איז א שאד מען זאל אפי' פראבירן רעדן צו אידן וואס זיצן אויף די וואטס עפ גרופס, און צו זיי זאגן אז ס'איז דא איינער וואס מיינט זאכן מיט אן 100 פראצענטיגע אמת במסירת נפש בלתי לד' לבדו,
וואטס-עפ איז נעבעך אזוי ווייט דערפון, די ליצנות וואס הערשט דארט איז אזוי גרויס, אז ס'קען בשו"א נישט אריינגיין אזא מושג אין א וואטס-עפ מוח, אז ס'זענען נאך דא ערליכע אידן.
די אמת קען דערהערט ווערן בלויז פאר די וואס זענען נאך נישט דארט, אדער איז דא א טשאנס אז אמאל אין א שווערע מינוט בעת חרטה וועט אפשר אריינגיין אביסל אמת אויך אין די וואטס עפ אנגעליינטע,
דאס איז די סיבה אז איך בין נישט מגיב צו מעסיזשעס וואס מאכן אוועק אדער מאכן ליצנות פון אמת'דיגע ערליכע אידן, וויבאלד מען טאר זיך נישט טענה'ן מיט אזעלכע דיבורים, איך זאג די פשוט'ע אמת'ע אמת, וויבאלד די אמת "מוז" געזאגט ווערן, וכל הרוצה לקבלו יקבל...
שטארק געזאגט

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 27, 2024 6:45 pm
דורך שמויגער 2.0
Pager האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 6:31 pm למעשה וואס איז געבליבן מיט די סטאפ ווארק ארדער אויף בית המדרש בית שמואל? די פארקינג לאט האט דאך ווי דער קאנטראקטאר האט צוגעזאגט געדארפט זיין קאמפלעט אויף שבת תרומה
קיינמאל נישט געווען קיין סטאפ ווארק ארדער

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 27, 2024 8:10 pm
דורך Pager
שמויגער 2.0 האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 6:45 pm
Pager האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 6:31 pm למעשה וואס איז געבליבן מיט די סטאפ ווארק ארדער אויף בית המדרש בית שמואל? די פארקינג לאט האט דאך ווי דער קאנטראקטאר האט צוגעזאגט געדארפט זיין קאמפלעט אויף שבת תרומה
קיינמאל נישט געווען קיין סטאפ ווארק ארדער
אויב אזוי פארוואס פארטיגט מען נישט דעם פארקינג לאט?

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 27, 2024 8:50 pm
דורך בלעטל
Pager האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 8:10 pm
שמויגער 2.0 האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 6:45 pm
Pager האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 6:31 pm למעשה וואס איז געבליבן מיט די סטאפ ווארק ארדער אויף בית המדרש בית שמואל? די פארקינג לאט האט דאך ווי דער קאנטראקטאר האט צוגעזאגט געדארפט זיין קאמפלעט אויף שבת תרומה
קיינמאל נישט געווען קיין סטאפ ווארק ארדער
אויב אזוי פארוואס פארטיגט מען נישט דעם פארקינג לאט?
אפשר וועגן סאיז נישט דא קיין געלט?

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 27, 2024 11:37 pm
דורך עטרת חיים
רבותי מיר וועלן בענטשן האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 5:07 pm קרית יואל די הערליכע שטאט פון אמת'ע אחדות!
ס'איז דא ווייניג שטעט אין די וועלט וואס ווערט נאך היינט געפירט דורך א קהלה און די מיינונגס פארשידענהייטן פון די איינאווינער זענען גאר גרויס און ווייט,
די שטאט ווערט געפירט דורך די גרויסע קהלה וואס אירע מיטגלידער פארשטייען אז בלויז די דאזיגע מהלך איז קיום היהדות און די עצם פאקט אז ס'איז דא נאך קהילות איז א פראבלעם פאר אידישקייט, דערנאך איז דא די 2 אנדערע שטרעמונגען וואס האלטן פארקערט ואכמ"ל.
דאס מיינט אז לויט די מיינונג פון אלע איינואווינער באלאנגט דער פון דער אנדערער שטרעמונג צו עפעס וואס מאכט א שאדן פאר אידישקייט.
עם כל זה ווען מען קוקט אין פערזענליכע לעבן צווישן די איינוואוינער אין אונזער באליבטע שטאט, וואוינען זיך דא 8000 משפחות כן ירבה, מען העלפט זיך ארויס איינער דעם צווייטן בעת שמחה ובעת צר, די שכנים העלפן זיך, די שכנות זיצן אין די סירקלס און פארברענגען ציזאמען, די קינדערלאך שפילן זיך מיט אזא געשמאק מיט אזויפיל טעם און חן, מען גייט ארין אין די שולן און מען טרעפט אלע סארט איינוואינער זיצן ציזאמען באהבה ואחדות, מען דאוונט און מען לערנט מיט אזא געשמאק, דאס איז אלעס אויסער די וואילטעטיגע גמ"ח'ס און חסד ארגאניזאציעס פאר אלע איינווואינער ציגלייך, אנגעהויבן פון ר' ישעי'לעס קאך, ר' יושע קארנבלי'ס חלוקות, גמ"ח פאר שמחות, הצלה, חברים ועוד ועוד.. ס'איז באמת א קידוש השם!
כאטש יעדער איז ווייטער געטריי צו זיין שטרעמונג ווי ער באלאנגט, פארשטייען ערליכע אידן נישט אויסצימישן געטריישאפט צו זייער קהלה מיט שנאה צו א צווייטער איד ח"ו, יעדער שטייט טאקע איש על מחנהו ואיש על דגלו אבער מיט די גרעסטע אהבה צו א צווייטן איד.
איך ווייס אז אידן וואס האבן זיך אנגעהערט מיט כל דברי שנאה אויף אונזער הייליגע שטאט קרית יואל, וועלן נישט קענען הערן אזעלכע אמת'ע דיבורים, און נאכדערצו ווען דאס בארעדן קרית יואל איז די באזע אויף וואס אלע שקרים זענען געבויט, די חברה וועלן טרעפן יחידות'דיגע מעשיות און עס אויפבלאזן אדער אנדערע לשון הרע אויף עיר הקודש גלייך ארויסדערווישט פונ'ם מקור השקר די וואטס-עפ גרופעס...
אבער ווער עס קוקט מיט אן אמת קען ווערן איבעראשט און איבערגענימען פון די ריינע און לויטערע אידישקייט פון אונזער הייליגע שטאט ציזאמען מיט אזא אהבת ישראל.
אין א וועלט ווען אחדות ווערט באניצט (בלויז...) אויסצירייסן מסורת אבות, אדער אנגעהעריגקייט און געטשריישאפט צו אייגענע קהילות, איז א הערליכע בילד ווען מען קומט אריין אין קרית יואל אין די בתי מדרשים און מען זעהט א דוגמא פון אמת'ע אחדות,

האט מיר א מרוגש'דיג איד'ל וואס האט געוואלט מיטיילן זיינע הרגשים, געשיקט א בילד פון איינע פון די בתי מדרשים דקהל יט"ל דא אין צענטער פון שטאט, וואס ער איז דארט נעכטן געוועהן, און דאס הערליך בילד האט אים געכאפט, אלע סארט אידן פון אלע שטרעמונגען זיצן ציזאמען מיט אזא זיסע רואיגקייט מלא חן וטעם דקדושה, און זענען פשוט עוסק בתורת ד',
זאל צענטראל קרית יואל דינען אלס א קלארע דוגמא און פארבילד פאר די נייע שכונות און געגנטער וועלכע האבן אויסגעוועלט אחדות פאר זייער מאטא, אבער ווען איינער גייט נישט אין שפאן וועט מען ארויפספינען בילבולים און שקרים, די אחדות בלייבט בלויז איבער אלס א געצייג אויסצירייסן די אריגינאלע קהילות,
יא, לכו בעקבי הצאן לאמיר אלע ממשיך זיין די וועגן פון די אריגינאלע קרית יואל!
גאר א שטארקע נקודה! גיי אריין און ביהמ"ד ישמח משה אויף דינוב, גיי אריין און אהל פיגא אויף דרוביטש (נתנדב ע"י הרה"ח ר' שלמה קויפמאן חסיד מהרי"י) גיי אריין און אבני צדק ועוד ועוד, וועסט איבעראל טרעפן אידן פון אלע קהילות לערנען און דאווענען און פארברענגען געשמאק! דאס אחדות און עיר הצדק קרית יואל איז אין לשער!
רבינו הקדוש! "לֹא נתנשי מנך ולא תתנשי מנן" שמך הגדול יעמוד לנו

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 27, 2024 11:42 pm
דורך בלעטל
עטרת חיים האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 11:37 pm

ואאס איז די חידוש, דאס זענען דאך די קאומינויטי רום שילן, באלאנגט פאר אלע שכנים צוגלייך,

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 28, 2024 1:16 am
דורך פופציגער
בלעטל האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 11:42 pm

דאס איז דער חידוש, מהאט שוהלן אינאיינעם, נישטא קיין שוהלן וואס געהערן צו קהלות וכו'.

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 28, 2024 10:23 am
דורך בית ישראל
לא ימושו מפיך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 8:11 pm
לא ימושו מפיך האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 7:10 pm
בית ישראל האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 11:40 am

ווען איז דאס געווען? האסט א צעטל מיט אזא לעדערהעד?
כהאב נישט געקענט טרעפן קיין צעטל פון זיי פון די לעצטע פאר חדשים, די לעצטע וואס איך זעה איז איבער א שיעור משלי פונעם דיין דארט שטייט קיט"ל מעריוואלד בלומינגראוו קר"י.
דאס איז פון אנפאנג ווינטער
יא כ'האב געזען א צעטל לעצטענס

ערשטע שינוי איז געווען פון בית המדרש קיט''ל מערילוואד, בלומינגראוו - קרית יואל, צי ''קהל יטב לב מערילוואד'' בלומינגראוו - קרית יואל (דאס הייסט אנשטאט א ביהמ''ד אונטער קהל ק''י איז עס א עקסטערע קהלה)
דערנאך האט מען אודך געטוישט צי ''קהל יטב לב ד'סאטמאר בלומינגראוו'' (אראפגענומען מערילוואד און אראפנעמען קרית יואל)
ס'נישט דא צי געפינען נאכן צווייטן טויש צוליב וואס די ק''י קהלה שיקט מער נישט זייערע צעטלעך אויף אימעיל. אבער ס'איז קלאר, גיי אריין אין 31 מערילוואד און כאפ א בליק
די נייע לעדערהעד. קרית יואל איז אראפגעשניטן.
איין טעות האב איך געמאכט, די ווארט מערילוואד איז נישט אראפ
אינטרעסאנט.
כגלייב אז סהאט עכט נישט צו טוען מיט די חלק פון יא הייסן קר"י אדער נישט. סאיז נאר די אינערליכע אמפעריי אונטער וועם די ביהמ"ד איז, איי געס זיי פארשטייען אז אויב איז עס קר"י איז עס אונטער די קר"י קהלה... ווייל למעשה שרייבן זיי אויך בהנהלת אב"ד ור"מ שליט"א סאו כגלייב אז כלפי די רוחניות חלק זיכן זיי נישט צו זיין נישט א חלק פון קר"י

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 28, 2024 11:51 am
דורך לא ימושו מפיך
בית ישראל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 10:23 am
לא ימושו מפיך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 8:11 pm
לא ימושו מפיך האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 7:10 pm

יא כ'האב געזען א צעטל לעצטענס

ערשטע שינוי איז געווען פון בית המדרש קיט''ל מערילוואד, בלומינגראוו - קרית יואל, צי ''קהל יטב לב מערילוואד'' בלומינגראוו - קרית יואל (דאס הייסט אנשטאט א ביהמ''ד אונטער קהל ק''י איז עס א עקסטערע קהלה)
דערנאך האט מען אודך געטוישט צי ''קהל יטב לב ד'סאטמאר בלומינגראוו'' (אראפגענומען מערילוואד און אראפנעמען קרית יואל)
ס'נישט דא צי געפינען נאכן צווייטן טויש צוליב וואס די ק''י קהלה שיקט מער נישט זייערע צעטלעך אויף אימעיל. אבער ס'איז קלאר, גיי אריין אין 31 מערילוואד און כאפ א בליק
די נייע לעדערהעד. קרית יואל איז אראפגעשניטן.
איין טעות האב איך געמאכט, די ווארט מערילוואד איז נישט אראפ
אינטרעסאנט.
כגלייב אז סהאט עכט נישט צו טוען מיט די חלק פון יא הייסן קר"י אדער נישט. סאיז נאר די אינערליכע אמפעריי אונטער וועם די ביהמ"ד איז, איי געס זיי פארשטייען אז אויב איז עס קר"י איז עס אונטער די קר"י קהלה... ווייל למעשה שרייבן זיי אויך בהנהלת אב"ד ור"מ שליט"א סאו כגלייב אז כלפי די רוחניות חלק זיכן זיי נישט צו זיין נישט א חלק פון קר"י
נישט ממש.
ר' אברהם בער האט א קלארע ציל אז די געגנט זאל נישט הייסן קרית יואל

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 28, 2024 5:48 pm
דורך מערקבאר
לא ימושו מפיך האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 11:51 am
בית ישראל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 10:23 am
לא ימושו מפיך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 8:11 pm

די נייע לעדערהעד. קרית יואל איז אראפגעשניטן.
איין טעות האב איך געמאכט, די ווארט מערילוואד איז נישט אראפ
ר' אברהם בער האט א קלארע ציל אז די געגנט זאל
מ'קען זיכער נאר מאכן א לעדערהעד מיט די הסכמה פון די רבני הקהלה, אויב די רבנים לאזן עס איז דאך גוט, ווען מען שטעלט אויף א געביידע פון עטליכע מיליאנען מיט די צושטימונג אויף א נייע לעדערהעד איז דאך עס זייער א גלייכע זאך, אויב פאר די רבנים שטערט עס נישט, האו קעירס וויאזוי מען רופט עס, דער עיקר עס ווערט צוגעשטעלט א הערליכע בנין פארן צורך הרבים מיט אלע צוגעהערן צו דינען פארן ציבור.

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 28, 2024 5:53 pm
דורך רבותי מיר וועלן בענטשן
איז זאגן וואטס עפ א פלעינע קאנספיראציע?
מיר האבן נעכטן געשריבן אז ווען מענטשן זיצן אויף די מקור השקר וואטס-עפ קענען זיי מער נישט הערן קיין אמת, זיי וועלן נישט גלייבן מיט זייער וואטס-עפ געדאנקענגאנג אז ס'קען זיין אידן וואס טוען זאכן פאר די אמת בלתי לד' לבדו,
ס'זענען געוועהן אזעלכע וואס האבן דאס פריוואט אראפגעריסן, הלמאי אנשטאט ענטפערן זאכליך, זאגסטו אז זיי קענען נישט זעהן אמת, איז דען דאס א תירוץ?
לאמיר זיין קלאר, דאס איז אוודאי נישט קיין תירוץ אויסציקלארן אן אומקלארקייט וואס מבקשי האמת ווילן פארשטיין, כדי ארויסציהאבן די ריכטיגע בילד שרייבן מיר שוין דא א לענגערע וויילע איבער דעם הייליגן נושא, און קלאר געשטעלט יעדע אומקלארקייט וואס מענטשן קענען האבן דערין,
און אדרבה אויב זענען דא מבקשי האמת וואס ווילן נאכמער מברר זיין דעם אמת, שטייען מיר גרייט בעזרת השי"ת צו ערקלערן יעדע נקודה און דעטאל איבער דעם הייליגן קריטישן נושא פונ'ם עתיד פונ'ם רבינ'ס שעיפה די הייליגע שטאט קרית יואל.
דאס רעדן פון וואטס-עפ דינט בלויז צו ערקלערן 1 דעטאל, פאר ערליכע אידן וואס זעהען וויאזוי מענטשן רעדן און גלייבן דברי שקר, זאכן וואס שטימען נישט במציאות, און ווילן פארשטיין וויאזוי קען אזאנס געשעהן מיט'ן עם חכם ונבון,
דערויף איז די תירוץ: וואטס-עפ, דאס איז די איינציגסטע הסבר אויף אזא ווילדע חידוש ווי ערוואקסענע אידן רעדן ווי קליינע קינדער און אלעס כדי צי ציברעכן די האראוואניע פונ'ם אייגענעם הייליגן רבי'ן זי"ע.
אבער כדי דאס זאל נישט אויסקוקן ווי א בלויזע קאנספיראציע, האבן עטליכע אידן נאך אזוי שנעל ווי נעכטן נאכטן, א קארגע עטליכע שעה נאכ'ן באשרייבונג, דאס וועריפייד און קאנפירמד במלא מובן המילה, און יא, איר האט גוט ציגעטראפן, ווי האבן זיי דאס וועריפייד? טאקע אויף: וואטס-עפ... :D
די וואטס-עפ גרופע נעכטן פון צענדליגער אידן אינעם געגנט (ליידער...) האט נעכטן געברויזט און געזידלט מיט 1) פערזענליכע אנגריפן אויף עסקני הציבור, 2) שקרים גדולים לעיני השמש, און קיינער פון די אויסהערער האבן דאס נישט פארלייקנט,
נו, איז דען דא א גרעסערע וועריפיקאציע אויף וואס מיר האבן נעכטן געשריבן, איבער די מצב פון וואטס-עפ ליינער, זאגט מען דא שקר פאר א ריזיגע גרופע, און קיינער לייקנט נישט, איז נישט וואטס-עפ מקור השקר?
איינע פון די גרויסע שקרים וואס איז נעכטן געוועהן א גרויסע באזע פאר די שנאה און בלבולים פון די בעלי האחדות אויף וואטס-עפ, איז געוועהן אז ביי די קהלא קדישא מעמד האט א חשוב'ער עסקן געזאגט אז ער ארבעט שוין פאר א ראש הקהל 6 יאר,
געבויט אויף דעם שקר וואס מען האט נעכטן פארקויפט פאר אזא גרויסע גרופע, וואס דאס איז דאך א זאך וואס מען קען מברר זיין, א פשוט'ע מילתא דעבידא לגלויי, פאר יעדן וואס הערט אויס די דרשה פון קהלא קדישא, אבער עכ"ז מיט דעם אלעם האט מען געבויט הנחות און געמאכט בלבולים אוף וואטס-עפ געבויט אויף אזא יסוד של שקר,
נו, אויב צענדליגער אידן זיצן און הערן שקרים לעיני השמש אן קיין שום פארלייקענונג, איז דאס נישט א מקור השקר? קען מען נאך ערווארטן נאכ'ן הערן שקר מיט א בלעכענע פנים אז זיי זאלן קענען הערן אמת???
צו געדענקט איינער די אלע אנדערע בלבולים וואס מען האט שוין געזאגט אויף די גרופע, אויפ'ן מסירת נפש ריעלטאר און נאך..?
אזוי שנעל זאל מען פראוון פאר יעדן רעכט דענקנדן מענטש די לעוול פון וואטס-עפ טאלק פון עירינו המעטירה?