באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5219
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9535

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דער תהלים איד »

ק/פ

קליידער פון קינדער מיט א הכשר!!

יעצט ביים מעמד יובל החמשים אין קרית יואל האט דער רבי שליט''א ארויסגעברענגט אז דער שטן שלאפט נישט און ס'איז דא א גרויסע פראבלעם מיט מלבושים, עלטערן גייען שאפינג אנליין און קינדער פאדערן גאר טייערע קליידער, ס'איז פראבלעמען ברוחניות און אויך בגשמיות, מ'מוז טרעפן א תיקון.

יעצט זיצט מען מיט פעקטאריס און מ'גייט אליינס פאבריצירן א גרויסע אויסוואל פון מערערע סארט קליידונג, אלע סארט ערליכע קאלירן, אלע מינים, אבער נאר מיט א הכשר! יעדע קלייד פון א קינד וועט מוזן האבן א הכשר. וחפץ ה' בידינו יצליח.
אוועיטער
בצל התומר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 12:32 am
x 239

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך בצל התומר »

🌴בצל התומר🌴
סאטמאר מהר״יי

פרייטאג און שב״ק פרשת וישלח



פרייטאג פרשת וישלח

פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר הבחור הבר מצוה בן הרה״ח ר׳ יונתן אברהם ווידער הי״ו,
אום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ משולם פייש פערלמוטער הי״ו,
נאכן דאווענען איז די בר מצוה בחור אריין אל הקודש פנימה, דער רבי האט אנגעוואונטשען ברכת קדשו און געגעבן במתנה ספה״ק ויואל משה בחתימת יד קדשו.

~🌴🌴~

שב״ק פרשת וישלח

אום 5:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ״ד הגדול מעוטף בטליתו צו תפילת מנחה און צוגעגאנגען צום עמוד,
צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען הרה״ח ר׳ שמחה בונם שווארטץ הי״ו פון מאנטריאל

נאכן דאווענען איז דער ציבור אדורך גוט שבת זאגן,
דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.

אום 9:40 איז דער רבי אריינגעקומען און ביהמ״ד הגדול צום טיש און אנגעהויבן שלום עליכם,
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען נכדו החתן הרב יוסף מאיר בן חדב״ן הגה״צ ר׳ יצחק ראזענבערגער שליט״א רב ביהמ״ד דקהלתינו הק׳ שכונת לי גארדענס,

הגבהת הכוס צו קידוש: הגה״צ אב״ד קרית יואל- ירושלים שליט״א

מיט די זמירות שבת האט דער רבי מכבד געווען
כל מקדש: הרה״ח ר׳ וואלף שטארק הי״ו חבר הנהלת מוסדותינו הק׳
מנוחה ושמחה: הרה״ח ר׳ ישראל שלום ווייס הי״ו
דער רבי האט געזאגט תורה אויף די פסוקי הפרשה

קה אכסוף: הרה״ח ר׳ מאיר יעקב שטיינמעטץ הי״ו
קה רבון עלם: הר״ר מאיר שווארטץ שליט״א
לאל אשר שבת: הרה״ח ר׳ יעקב יצחק פאללאק הי״ו

מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען מחותנו הרה״ג ר׳ אפרים אהרן טייטלבוים שליט״א ראה״כ צעהלים,

אז ביום: הרה״ח ר׳ אהרן פריעדמאן הי״ו

מען האט פארענדיגט ארום 11:20 און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש

יום שבת קודש

אום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית
פסוקי דזמרה: הרה״ח ר׳ ישעי קרויס הי״ו

דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית

ביי קריאת התורה איז נתכבד געווארן
פתיחה: הרה״ח ר׳ מאיר זאב זאפיר הי״ו פון לאנדאן
כהן: הרה״ח ר׳ יחזקאל גליק הי״ו
לוי: מו״ה יהוסף קרויס הי״ו לרגל הולדת בתו
שלישי: החתן ב״ר יואל זלמן גוטמאן הי״ו
רביעי: החתן ב״ר שמחה לאנדא הי״ו
חמישי: הרה״ח ר׳ שמואל זאנוויל בלויזענשטיין הי״ו
דער רבי האט עולה געווען שישי
הוספות: הרה״ח ר׳ הערשל פליישמאן הי״ו מנהל בית רחל אין מאנטריאל, הרה״ח ר׳ בערל גוטמאן הי״ו, הרה״ג ר׳ יושע העשיל שווארטץ שליט״א ר״מ בישיבתינו הק׳, הרה״ח ר׳ צבי שמעון לאנדא הי״ו, החתן ב״ר שמחה בונם שווארטץ הי״ו, החתן ב״ר ישראל אלעזר האלענדער הי״ו, הרה״ח ר׳ אלי יודא פרענקל הי״ו, הרה״ח ר׳ יעקב הערש אדלער הי״ו, מו״ה משה הלל קאהן הי״ו, הרה״ח ר׳ ישראל אלעזר האלענדער הי״ו,
שביעי: הרה״ח ר׳ משה שמילאוויטש הי״ו
אחרון: הרה״ח ר׳ יושע יעקב טירנוער הי״ו
מפטיר: הרה״ח ר׳ דוד האלענדער הי״ו פון קרית יואל
הגבה: הרה״ח ר׳ שמחה לאנדא הי״ו
גלילה: הרה״ח ר׳ אלעזר ווייסמאנדל הי״ו

צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה״ג ר׳ אברהם חיים גליק שליט״א ר״מ בישיבתינו הק׳
פתיחה לאנעים זמירות: הרה״ח ר׳ משה וויינבערגער הי״ו

מען האט פארענדיגט ארום 12:30
דער ציבור איז אדורך גיט שבת זאגן,

דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען אין היכל ישראל דוב צו די קדישים,
הגבהת הכוס צו קידוש החתן בן הרה״ח ר׳ שמחה לאנדא הי״ו
דער רבי האט פארטיילט שריים פאר די בעלי שמחה און אנגעוואונטשען ברכת קדשו.

מנחה ושל״ס

אום 5:10 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ יחזקאל שרגא רייזמאן הי״ו
ביי קריאת התורה איז נתכבד געווארן
כהן: הרה״ג ר׳ משה יעקב גליק שליט״א פון קרית יואל
לוי: הרה״ג ר׳ אפרים פריעדמאן שליט״א ר״מ בישיבתינו הק׳
שלישי: הרה״ח ר׳ משה יאקאבאוויטש הי״ו פון קרית יואל
דער רבי איז געגאנגען הגבה
גלילה: הרה״ח ר׳ אברהם יצחק קליין הי״ו חבר הנהלת מוסדותינו הק׳ אין לאנדאן

דער רבי האט זיך געוואשן צו של״ס און פארגעזינגען די זמירות
אודה: הרה״ח ר׳ שאול פערלשטיין הי״ו ראה״ק
שיר המעלות: הרה״ח ר׳ שמעי ראזנער הי״ו חבר הנהלת קהלתינו הק׳
דער רבי האט געזאגט תורה

ידיד נפש: הרה״ג ר׳ נחמן שטויבער הי״ו מנהל בישיבתינו הק׳
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט די שבע ברכות פאר די חתנים

נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בעל תפילה איז געווען הרה״ג ר׳ נחמן שטויבער הי״ו מנהל בישיבתינו הק׳,
נאך מעריב איז דער ציבור אדורך זאגן א גוטע וואך
דערנאך האט דער רבי געמאכט הבדלה.

אום 10:30 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ״ד רבינו הק׳ ווי עס איז פארגעקומען די מסיבה לטובת כולל יטב לב בארה״ק, פארריפן דורך הרה״ח ר׳ משה פריעדמאן הי״ו משב״ק,
עס האט אויפגעטרעטן הרה״ח ר׳ משה פריעדמאן הי״ו משב״ק, אזוי אויך האט אויפגעטרעטן מיט דברי תורה הגה״צ אב״ד ירושלים- קרית יואל שליט״א, דערנאך האט דער רבי געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשען ברכת קדשו.

ארום 11:30 איז דער רבי צוריק אהיים לביתו נאוה קודש.

~🌴🌴~
אוועיטער
כרוספדין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 301
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:44 pm
x 309

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך כרוספדין »

כ”א כסלו בחצר הקודש סאטמאר בני ברק (הגרח"צ מייזליש)

פאר מער אין די כ”א כסלו טעמע viewtopic.php?t=940&start=75

.
IMG-20231204-WA0088.jpg
IMG-20231204-WA0088.jpg (214.06 KiB) געזען געווארן 1412 מאל
IMG-20231204-WA0040.jpg
IMG-20231204-WA0040.jpg (303.03 KiB) געזען געווארן 1412 מאל
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 11:25 pm 1) וואס איז וואכענשריפט / היימשטאט / UJC?
ווער וויל צוברעכן קרית יואל / וויל עס אויפבויען / האט געבויעט א נייע שוהל וואס מען דארף נישט / פארדינגט הייזער פאר גוים?
אוועיטער
בצל התומר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 12:32 am
x 239

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך בצל התומר »

🌴בצל התומר🌴
סאטמאר מהר״יי



דּוֹרוֹ רָאוּ וְשָׂמָחוּ, אַשְׁרֵי עַֽיִן רָאֲתָה קְהַל קְדוֹשִׁים רוֹגְשִׁים


״פאראייניגטע הערצער פון רבבות אלפי אנ״ש יראי ה׳ וחושבי שמו פלאטערן פון התרגשות נאכ׳ן מיטלעבן אומבאשרייבליכע רגעי הוד ביי סעודת הודאה כ״א כסלו און הערנדיג דעם דבר ה׳ בגאון ובעוז פון עמוד האש לפני מחנה ישראל כ״ק מרן אדמו"ר שליט״א״


אשרי עין ראתה אהלינו בשמחת קהלינו! אשרי עין ראתה קהל קדושים רוגשים! אשרי עין ראתה גילנו, דיצת קהלינו! ואשרי האזנים ששמעו את דבר ה׳ ברמה בעוז ובתעצומות!


די פאראייניגטע הערצער כלב אחד פון טויזענטער אנשי שלומינו זקנים עם נערים קאכן און פלאטערען אונטער דעם רישומא קדישא נאכן מיטלעבן דעם ליל שימורים לבני ישראל ביים צענטראלן סעודת הודאה ושלחן הטהור בלילה כיום יאיר, כ״א כסלו, במקהלות רבבות עמך בית ישראל אינעם איבערגעפולטען ניו יארק סטעיט ארמארי געביידע אין קראונהייטס, בראשות הרבנים הגאוה"צ רבני ודייני וחברי הביד"ץ דקהלתינו ומנהיגי עדת ישורון ומלכם בראשם אבינו רועינו ונשיא אלקים בתוכינו כבוד קדושת מרן אדמו"ר שליט"א.
איידער מיר טרעטן צו צום באריכט פונעם כנסי' לשם שמים, עלינו לשבח לאדון הכל אויף די געוואלדיגע חסדים און אפענע סייעתא דשמיא וואס האט באגלייט דעם גייסטרייכע און זעלטן דערהויבענע מאורע וואס סאטמארער חסידים האבן מיטגעלעבט תחת קורת גג אחד, מיט די אומגלויבליכע צוזאמענפאר פון אלע געגענטער מרחוק ומקרוב בליעה"ר און מען זעהט ב"ה ווי דער ציבור אנשי שלומינו וואקסט משנה לשנה און דער זמן קהלה לכל ווערט וואס אמאל גרעסער און אומדערהייבאר.
 
ויקם ההיכל - דער מעכטיגער ארמארי ווערט אויפגעשטעלט
מיט געציילטע ווערטער דארף ארויסהייבן לשבח פון די געטרייע הנהלת המוסדות וואס האט אינוועסטירט געלט כח און מח להצלחת המעמד, און מ׳האט זיך געלאזט קאסטן ריזיגע געלטער צו קענען אהערשטעלן דעם גיגאנטישן נ.י. .סטעיט ארמארי פעסטונג, וואס מ׳האט באקומען בלויז אויף גענוי 24 שעה, וואס מ׳האט געמוזט זיין ׳אריין און ארויס׳, ווי א מיליטערישע אונטערנעמונג!
די הנהלת המוסדות האָט צו דעם צוועק אנגאזשירט דעם בארימטן מאורעות עקספערט מו״ה יוחנן פליישמאן הי"ו פון די בארימטע YF פראדאקשן וועלכער האט אינאיינעם מיט זיין שטאב אריינגעלייגט אומבאשרייבליכע און איבערמענטשליכע כוחות דאס צו באווייזן. מיט העכער 100 ארבייטער, וועלכע האבן געארבעט ווי א מיליטער שטאב, אנגעהויבן מוצש״ק קורצליך נאכ׳ן זמן, ביז זונטאג כחצות הלילה, ווען דער זאל איז שוין געווען אויסגעליידיגט און אויסגעקוקט גענוי ווי 24 שעה פריער!
דער ארמארי האט פושט צורה געווען ווי א  מלכותדיגע פעסטונג כראוי וכיאות לשלחן הטהור, עס האט אריינגענומען אין זיך רבבות אלפי ישראל, וואס האבן זיך געפרייעט מיט׳ן יום הצלת רבינו הקדוש זי״ע, און געלויבט השי״ת על הנסים ועל הנפלאות בימים ההם ובזמן הזה, אז מיר האבן די זכי׳ צו זיין פון די הייליגע עדה הקדושה ההולכים בדרכיו, לבלתי סור מן הדרך ימין ושמאל.
א באזונדערע דגוש האט מען געלייגט אז דער מעמד זאל זיך פירן ווי עס פאסט פאר'ן שלחן הטהור לכבוד היום, אן קיין שום סארט אנדערע אויפטריטן וכדומה, נאר בלויז מיוחד פאר דעם הייליגן ציל, א זמן קהלה פאר תלמידים וחסידים הצמאים ומתאבקים לרגלי דרכו הברורה פון רבינו הק' בעל הנס זי"ע בצל קדשו פון ממלא מקומו בקודש עטרת תפארת ראשינו כ"ק מרן אדמו"ר שליט”א, להנחותם הדרך, די אלפים ורבבות וואס קלאמערן זיך צו דעם לגיון של מלך, זאלן קענען ארויסשעפּן א חיזוק והתחזקות להמשיך בדרכיו הקדושים.
 
זוֹכְרֵי זְמִירוֹת יְזַמְּרוּ בְקוֹל 
איינס פון די הויכפונקטן פון די נאכט איז געוויס געווען דער רייכע צוזאמשטעל פון די וועלט בארימטע חסיד׳ישע און ווארעמע מכבדי ה’ מגרונם, אונטער די פירערשאפט פון ראש המשוררים הר״ר יששכר גוטמאן הי״ו, מפארי אנ״ש, וואס האבן מיט א זעלטענע פאכמאנישקייט אנגעפירט מיט די זמירות שירות ותשבחות, און איז טאקע באגריסט געווארן דורך די טויזענטער משתתפים וואס האבן געשפירט זייער חסידישען ווארעמקייט, זינגענדיג די ניגוני קודש מיט א ברען, אריינברענגענדיג א לעבהאפטיגן פייער אין די הערצער פון די אלפי הבחורי חמד.
 
מעמד ״אהודנו״ פאר׳ן לגיון של מלך
דער ערשטע שעה איז פארגעקומען דער רייכער "אהודנו" פראגראם געווידמעט בלויז פאר די טייערע בחורי חמד און איז געווארן אהערגעשטעלט דורך חבורת חיות דקדושה לטובת הבחורים, וואס האט אינאיינוועגס אויך פארגרינגערט די טראנספארטאציע מאביליזאציע אזוי אז די בחורים זענען געקומען מיט די ערשטע באס שיפמענט און געלאזט די שפעטערע באסעס פאר בעלי בתים ואברכים.
במשך דער אהודנו פראגראם האט מען געהערט די טרעפליכע שאלות ותשובות פאנעל מיט אוד מוצל מאש הרב מיכל שטייף א מיטרייזענדע אויפן היסטארישן ״זאנדער טראנספּארט״ אינאיינעם מיטן צדיק הדורות רביה"ק זי"ע און איז געווארן פארגעשטעלט דורך האי ידען נפלא הרה"ח ר' יעקב עקיבא הירש הי"ו מראשי עורכי ״דער איד״ שופרה של יהדות החרדית און האט געצויגן גרויס אינטרעסע און שפאנונוג ביים יונגען דור פּרחי תלמידי סאטמאר.
אזוי אויך האבן די בחורים מיטגעהאלטן מיט געשמאק די ניגוני הודאה פראגראם מיט די רייכע שמועס בקורת ניגוני קודש לדורותיהם דורך די מטיבי נגן ויודעים פּרק בשירה ה"ה הרב מאיר אדלער הי"ו און הרב פנחס ביכלער הי"ו פון די בארימטער מלכות קאפעליע, און איז געווארן באגלייט דורך ראש המשוררים הרב ר' יששכר גוטמאן הי"ו אינאיינעם מיט הרב ר' שלמה זלמן הורוויץ הי"ו.
 
לְנַצֵּחַ עַל מְלֶאכֶת בֵּית ה’ 
צום באשטימטן צייט האבן די עסקנים שטאב אנגעהויבן אויפנעמן דעם ריזן ציבור פון אלפים ורבבות וועלכע האבן מיט א אש קודש געשפאנט צום ריזן ארמארי פעסטונג וואס איז פארוואנדעלט געווארן אין דעם סאטמארע ווענדפונקט פאר יונג און אלט זקני חסידים דור דעה, אישי ציבור, בעלי בתים, אברכים חשובים, אין שפיץ פון א ריזן לאנגער אויבנאן וואס איז געווען באזעצט מעבר לעבר פון פני העדה רבנים חשובים דיינים וראשי ישיבות יושבי על מדין בני וחתני ונכדי כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א און נאך.
מיט א יראת הכבוד האט דער ציבור האלפים אויסגעהערט די דרשה נפלאה פון כבוד הגה"צ אבד"ק ור"מ ירושלים-קרית יואל שליט"א וואס האט מיט א קול רגש ארויסגעברענגט תוקפו של נס וגודל קדושת היום און דער חיוב התבוננות וואס ליגט אויף סאטמארע חסידים אפצוגעבן שבח והודי' אין אזא טאג מיטן הצלת הדורות.
דער רב שליט״א האט אויסגעפירט מיט שטארקע דיבורים איבער התחזקות באמונה טהורה בפרט אין אזא מצב מלחמה, און דער געואלדיגער כח החיזוק וואס ליגט אין די הייליגע תורות און מען קען זיך אנשעפן מיט ריכטיגע חיות דקדושה אין אלע ענינים.
 
נשיא אלקים בתוכינו!
נאכן זינגען א ניגון שמחה והכנה ״ובמקהלות רבבות עמך בית ישראל״ האט מען מכריז געווען אשרינו מה טוב חלקנו און מען איז יעצט מקבל פני הקודש וואס דאס האט ווי געשיקט הארץ פרייד כוואליעס און האט אויפגעהויבן טויזענטער אידן אויפאמאל לחזות בנעם ה' ולקבל פני רעיא מהימנא ורבן של ישראל כ״ק מרן אדמו״ר עט״ר שליט״א.
כ״ק מרן רבינו שליט״א איז ערשינען פון עק זאל און דורכשפאצירט דעם גאנצן זאל, וואו רבינו שליט״א האט באגריסט בפנים מאירים די אלפים מישראל, און דערנאך ארויף אויפ׳ן אויבנאן וואו רבינו שליט״א האט אפגעראכטן די ריקודין נלהבים בעת ווען חיל אלף אלפין ורבבה הייבן זיך אינאיינעם מיט די חומת אש סביב פון פרחי החסידים אברכים ובחורי חמד טפחיים מעל הקרקע און שפירן דעם אשרינו מה טוב חלקנו ומה נעים גורלנו, אז מיר געפונען זיך אין ריינע ד' אמות על אדני קודש פונעם הייליגן רבי'ן זי"ע וואס תקפו ופרשתו שפיגעלט זיך אפ אינעם גאנצן היכל ווי מ'קוקוט נאר ארום און מען זעט דעם לא תשכח מפי זרעו במלא מובן המילה.
רבינו שליט"א האט זיך געוואשן לכבוד היום מ'האט אויפגעגעבן פאר'ן רבי'ן פיש און געטיילט שיריים דערנאך האט דער רבי געטרינקען און געוואונטשען לחיים דער טאג זאל משפיע זיין פאר יעדעם איינעם בני חיי ומזוני רויחי מיט אלע השפעות.
 
יושב ראש המעמד
דער יושב ראש המעמד איז געווען הרב מרדכי יעקב ראזען שליט״א, וואס האט אנגעפירט דעם מעמד מיט א געוואלדיגע געשמאק פון וואס דער עולם האט זיך זייער דערקוויקט, האבנדיג די ריכטיגע ווערטער במשך די גאנצע נאכט.
 
מנכ״ל המוסדות הר״ר חיים יצחק מאנדעל הי״ו: מ׳גייט נאכאמאל העכערן די מלמדים!
דער יושב ראש האט מכבד געווען דעם בארימטן מנכ״ל המוסדות, הרה״ח ר׳ חיים יצחק מאנדעל הי״ו, ארויפצוקומען איבערגעבן אין קורצן דעם דבר הנהלת הישיבה, וואו ר׳ חיים יצחק האט ערקלערט פארוואס די הנהלת הישיבה האט אונטערגענומען די אויסערגעווענליכע שריט פון אויסראפלען אזא הייליגע חפץ דקדושה ווי דער ״כתב דביקות״ של רבינו הקדוש זי״ע. 
א פרייליכע בשורה טובה האט דער ענערגישער אדמיניסטראטאר געמאלדן, אז מ׳גייט אי״ה העכערן אלע מלמדים די פעיראל אין ליכט פון די גרויסע אינפלאציע וואס הערשט יעצט אויפ׳ן גאס, און געבעטן דעם ציבור צו העכערן די נדבות מ׳זאל קענען דערהייבן די פרישע מיליאנען אויפ׳ן בודזשעט.
אויך האט ער מעלה געווען זכרונו הטוב פון הרה״ח ר׳ עקיבא מענדלאוויטש ז״ל, מפארי העסקנים לטובת המוסדות רבות בשנים.
 
הרה״ח ר׳ מאיר שניצלער: דער סיפור מיט׳ן ״אנכי ה׳ אלקיך״
דערנאך האט מען געהערט די הארציגע דרשה פון הייליגן רבינ׳ס הויז בחור, הרבני החסיד המרומם ר׳ מאיר שניטצלער שליט״א, וואס האט געשאנקן דעם היסטארישן כתב דביקות פון מרן רביה"ק זי"ע און האט במעמד אלפים געציטירט די השתלשלות הדברים מה שעינו ראו ולא זר בקודש פנימה, וואס דער עולם האט צוגעהערט מיט א הייליגן ציטער.
 
כזה ראה וקדש!
בעת דער גאנצער ציבור ווארעמט זיך אייצוהאנדלען א זכות אינעם גורל איז געקומען אן איבעראשענדע מאמענט ווען כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א האט ארויסגענומען דעם סכום הנדרש פון 1,800 דאללער, און זיך אנגערופן אז ער וויל אנטייל נעמען אינעם היסטארישן גורל, און דערביי איז געווארן ארויפגערופן מול פני הקודש דער לאנגיעריגער עסקן נמרץ לטובת המוסדות, הרב שאול רייכמאן הי"ו און מקבל געווען מידי קדשו דעם סכום אריינצוגיין אינעם גורל, וואס איז געווען בבחינת ״כזה ראה וקדש״ פאר׳ן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער יושב ראש אויסגערופן בשם הנהלת הישיבה א הארציגן ישר כח פאר׳ן גרויסן נדיב ושוע הרב ר׳ יואל לאנדא שליט״א, פון די גרעסטע תומכי המוסדות, וועלכער האט געטון יעצט א מורא׳דיגע גרויסע שריט מיט זיין געוואלדיגע נדבת הלב צו געבן א סכום נכבד פאר אלע מלמדים און מחנכות פון די מוסדות הק׳, און מ׳האט אים געוואונטשן א מזל טוב במקהלות רבבות לרגל נישואי בתו הכלה שתחי׳ למזל טוב.
 
ומצדיקי הרבים ככוכבים
א מחזה הוד איז געווען בשעת ווען די הונדערטער מלמדים ומרביצי תורה ויראה פון די הייליגע מוסדות זענען געווארן ארויפגערופן דורכגיין כבני מרון מקבל זיין דעם מתנה ספר "מיטיב הנרות" לחנוכה פון כ"ק מרן רבינו שליט"א כאות הכרת הטוב פאר זייער געוואלדיגער געטרייע און אויסערגעווענליגע עבודת הקודש בין כותלי המוסדות.
 
שמעו דבר ה׳ כל הגולה - משא הקודש 
דערנאך האט מען געהאט די זכי' צו הערן דער משא הקודש ודברי אלקים חיים מפום ממלין רברבין, עמוד האש ההולך לפני מחנה ישראל, כ"ק מרן רבינו שליט"א וואס האט קרוב צו א שעה ארומגערעדט יסודות און אונזער עבודה בחובת האדם בעולמו בדרך נלך והמעשה אשר יעשון, צוערשט האט די רבי גערעדט דברי דרוש ואגדה איבער די כח וואס מען האט פון יעקב אבינו פון גיין בעקבי הצאן און די כח פון ישראל כי שרית עם אלקים ועם אנשים און אזוי קענען מיר זיך שלאגן אין אלע דורות מיט די נסיונות הדור.
דער רבי האט ממשיך געווען מדברות קדשו בגודל קדושת היום ותקפו של נס - בשבח המוסדות - הרחבת גבולי הקודש בפרט ביי די ישיבה קטנות - אל תגעו במשיחי אלו תינוקת של בית רבן, מיט א קול אדיר האט רבינו שליט"א זיך באצויגן צום שוועבענדע סכנה רוחני איבער די ביטערע גזירת החינות אין ניו יארק און געזאגט אז מיר כאפן זיך אן באומנות יעקב אבינו לדורן לתפלה ולמלחמה מען פרובירט אויף אלע פראנטן אבער דער העכסטער דארף זיין דער לתפלה און מען דארף מתפלל זיין אן אויפהער אויף דעם גזירה הנוראה און מאכן די ריכטיגע התבוננות בשל מי הרעה הזאת און מתקן זיין די ננושא פון חינוך הבנים והבנות ביי זיך אין שטוב אויפן העכסטן פארנעם ווואס שייך.
רבינו שליט״א האט גאר שטארק מתריע געווען איבער די שעדליכקייט פון די כלים טמאים – די הארבקייט פון נישט היימישע ליין מאטריאל און האטליינס פון גוישע נייעס  – אזוי אויך איבער קדושת הבית וצניעות בנות ישראל און איבער די לאנגע שייטלעך  - איבער מותרות און נידריקייט ביי חתונות די רבי האט גערעדט מיט ווייטאג איבער די התגשמות אויך ביי בגדי אנשים, און ביי די אינגלעך אין חדר וואס וועט בקרוב ווערן איינגעפירט שטרענגע תקנות איבער דעם נושא.
בבחינת עשה טוב האט רבינו שליט״א שטארק מעורר געווען איבער ארייברענגען ווארעמקייט אין די שבתים וימים טובים וואס הייבט די קינדער און בויעט אויף זייער ערליכקייט און זייער אידישקייט צו קענען שטייגן בתורה ויראת שמים.
מיט שארפע דברי מחאה האט דער רבי ארויסגעברענגט איבער געוויסע מתחדשים אין די נושא פון דרך הלימוד ביי די תלמוד תורה קינדער וואס איז אינטקעגן די הוראות פון רבותינו הק' מדור הקודם און ציטירט די ווערטער פון ספה"ק ויואל משה און א מכתב קודש פון הרה"ק מציעשנוב זי"ע איבער אט די האקעלע ענין פון משנה זיין די יסודות.
רבינו שליט״א האט מורא׳דיג שטארק מעורר געווען אז מ׳זאל נישט פארגעסן פון די הייליגע מוסדות בעיר ה׳, די החזקת המוסדות עטה”ק, און במיוחד די הייליגע מפעלים קרן הצלה און שקל הטהור – מפעל הק' אחיעזר וואס טוען אונטערהאלטן דעם חינוך הטהור.
נאך די דברות קודש וואס האט גענומען כמעט א שעה צייט, ווען די אלפים יראי ה׳ וחושבי שמו זיצן מיט א דרך ארץ און שטילקייט און מיט א צמאון לשמוע את דבר ה׳, האט רבינו שליט״א צוגעענדיגט מיט ווארעמע דברי הכנה איבער די השפעות הקדושה לקראת יו"ט חנוכה הממשמש ובא, און מסיים געווען מיט הייליגע ברכות לכל הקהל הקודש, אז מ׳זאל קענען גיין ווייטער אין די הייליגע דרכים ולהרחיב את גבולי הקדושה ביתר שאת וביתר עז.
 
חסידים ואנשי מעשה היו מרקדין 
מיט דביקות און התרוממות האבן די טויזענטער חסידים ואנשי מעשה איאיינעם אפגעראכטן פייערדיגע ריקודין קדישין אויף א רייע ניגוני קודש וואס האט אנגעהאלטן פאר לאנגע מינוטן בהתלהבות אש קודש ויניעו אמות הסיפים.
נאכן בענטשן האט די רבי געזאגט שבע ברכות פאר 6 חתנים תלמידי ישיבתינו הק', און דערנאך פארטיילט א לענגערע צייט כוס של ברכה פאר די חשובע עסקנים בחצרות קדשינו וואס האבן אריינגעלייגט אזויפיל כח און מח להצלחת המעמד. דער רבי האט דאן אפגעראכטן א רקידה מיט די חתנים און דערנאך האט מען ארויסבאגלייט דעם רבי'ן בשירה ובזמרה. דער רבי האט זיך אפגעשטעלט ביי די עסקני המעמד און ביי די משוררים און זיך באדאנקט פאר אלע עוסקים ומסייעים וואס האבן צוגעהאלפן פאר די הצלחה הנפלאה פון דעם מעמד ההוד
דערנאך זענען די טויזענטער בחורים פארבליבן אין זאל טאנצן כאיש אחד בלב אחד, אזוי ווי איינגעפירט אלע יארן נאך מימות רבינו הקדוש זי״ע אז די תלמידי הישיבות רעכטן אפ פייערליכע ריקודין להודות ולהלל על הנסים ועל הנפלאות, און דאן איז מען זיך צעגאנגען אונטער די רישומא קדישא.
צום שלוס דארף נאכעמאל ארויסגעברענגט ווערן לשבח אלע חשוב׳ע עסקנים נמרצים וועלכע האבן אריינגעלייגט כוחות עצומות, ובפרט דער געטרייער ממונה ר׳ יוחנן פליישמאן פון וויי.עף. פראדאקשענס וועלכער האט — כדאי סאטמאר זאל האבן דעם פולסטן צוטרוי ביי די ארמארי פארוואלטונג צו קענען ווייטער ניצן די פעסטונג ביי צוקונפטיגע מאורעות — האט מען עס געדארפט צוריקגעבן סוף פון די נאכט אזוי ווי מען האט עס באקומען א טאג פריער, און ב"ה נאך די שלאפלאזע נאכט פון הארעוואניע האט מען היינט פארטאג צוריקגעגעבן דעם זאל אזויווי פארלאנגט, אז ס׳נישט מעגליך געווען צו זען אפילו אז נעכטן האט זיך אפּגעשפּילט דארט א מאורע אדירה במקהלות רבבות עמך בית ישראל.
עס פירט זיך אויס מיט א פייערליכע הודאה לה׳, עד הנה עזרונו רחמיך ולא עזבונו חסדיך ה’ אלקינו, און מ׳בעט א תפלה אויף ווייטער ואל יטשנו ה׳ אלקינו לנצח, מיר זאלן זוכה זיין ווייטער אנצוהאלטן די הייליגע מסורה, עדי נזכה לקבל פני משיח צדקנו בקרוב בימינו ומלכינו בראשינו אמן.
אשרינו מה טוב חלקינו, ומה נעים גורלינו! חסדי ה׳ כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו!
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3205
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3695

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך שמח »

בצל התומר האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 11:57 pm
@וואסאפשט
געב ביטע איבער פאר @בצל התומר וואס צו טון ווען מ'לייגט ''גאר'' לאנגע פאָוסטס.
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
בצל התומר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 12:32 am
x 239

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך בצל התומר »

🌴בצל התומר🌴
סאטמאר מהר״יי


זונטאג פרשת וישב - ליל כ״א כסלו בצל הקודש



זונטאג פרשת וישב - כ״א כסלו

פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר הבחור הבר מצוה בן מו״ה יונתן אברהם ווידער הי״ו

אום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ״ד הגדול בעל תפילה איז געווען מו״ה יעקב מרדכי טייטלבוים הי״ו

נאכן דאווענען איז די בר מצוה בחור אריין אל הקודש פנימה, דער רבי האט אנגעוואונטשען ברכת קדשו און געגעבן במתנה ספה״ק ויואל משה בחתימת יד קדשו.

אום 4:45 איז דער רבי איינגעקומען צו תפילת מנחה בעל תפילה איז געווען מו״ה שלום דוב טענענבוים הי״ו,
זמני כניסה איז געווען פון 5:15 ביז 6:45.

ארום 7 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בעל תפילה איז געווען הב׳ אהרן יואל מארקאוויטש ני״ו,

״חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו״

אום 9:30 איז רבינו שליט״א אנגעקומען אין די ניו יארק סטעיט ארמארי געביידע אין קראונהייטס, צום צענטראלן סעודת הודאה ושלחן הטהור כ״א כסלו, במקהלות רבבות עמך בית ישראל.

דער רבי איז ערשינען פון די הויפט אריינגאנג און דורכגעגאנגען דעם גאנצן זאל, וואו דער רבי האט באגריסט דעם גאנצן ציבור, און דערנאך ארויף אויפ׳ן אויבנאן, באגריסט די פני העדה רבנים חשובים דיינים וראשי ישיבות יושבי על מדין, רבני ודייני וחברי הביד"ץ דקהלתינו הק׳ און האט אפגעראכטן די ריקודין נלהבים.
דער רבי האט זיך געוואשן לכבוד היום מ'האט אויפגעגעבן פאר'ן רבי'ן פיש און געטיילט שיריים דערנאך האט דער רבי געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשען דער טאג זאל משפיע זיין פאר יעדעם איינעם בני חיי ומזוני רויחי מיט אלע השפעות.
 

דער יושב ראש המעמד הרב מרדכי יעקב ראזען שליט״א האט מכבד געווען הרה״ח ר׳ חיים יצחק מאנדעל הי״ו מנכ״ל המוסדות, ארויפצוקומען איבערגעבן אין קורצן דעם דבר הנהלת הישיבה, וואו ר׳ חיים יצחק האט ערקלערט פארוואס די הנהלת הישיבה האט אונטערגענומען די אויסערגעווענליכע שריט פון אויסראפלען אזא הייליגע חפץ דקדושה ווי דער ״כתב דביקות״ של רביה״ק זי״ע. 
און געמאלדן א בשורה טובה אז מ׳גייט אי״ה העכערן אלע מלמדים די פעיראל אין ליכט פון די גרויסע אינפלאציע וואס הערשט יעצט אויפ׳ן גאס, און געבעטן דעם ציבור צו העכערן די נדבות מ׳זאל קענען דערהייבן די פרישע מיליאנען אויפ׳ן בודזשעט.
אויך האט ער מעלה געווען זכרונו הטוב פון הרה״ח ר׳ עקיבא מענדלאוויטש ז״ל, מפארי העסקנים לטובת המוסדות רבות בשנים.
 
דערנאך האט מען געהערט די דרשה פון הרה״ח ר׳ מאיר שניטצלער הי״ו משב״ק, וואס האט געשאנקן דעם היסטארישן כתב דביקות פון מרן רביה"ק זי"ע און האט פארציילט די השתלשלות הדברים פונעם כתב דביקות.
 
דערנאך האט דער יו״ר אויסגעריפן בשם הרה״ח ר׳ שמואל טייטלבוים הי״ו משב״ק אז דער רבי וויל אנטייל נעמען אינעם היסטארישן גורל, און דערביי איז געווארן ארויפגערופן מול פני הקודש דער לאנגיעריגער עסקן נמרץ לטובת המוסדות, הרב שאול רייכמאן הי"ו און מקבל געווען מידי קדשו דעם סכום אריינצוגיין אינעם גורל, דערנאך האט דער יושב ראש אויסגערופן בשם הנהלת הישיבה א הארציגן ישר כח פאר׳ן גרויסן נדיב הרב ר׳ יואל לאנדא שליט״א, מגדולי תומכי המוסדות, פאר זיין געוואלדיגע נדבת הלב צו געבן א סכום נכבד פאר אלע מלמדים און מחנכות פון די מוסדות הק׳.
 
דערנאך זענען אדורך די הונדערטער מלמדים ומרביצי תורה פון מוסדותינו הק׳ מקבל זיין דעם מתנה ספר "מיטיב הנרות" לחנוכה פון כ"ק מרן רבינו שליט"א כאות הכרת הטוב פאר זייער עבודת הקודש בין כותלי המוסדות.
 
דערנאך האט מען געהאט די זכי' צו הערן דער משא הקודש ודברי אלקים חיים מפום ממלין רברבין, עמוד האש ההולך לפני מחנה ישראל, כ"ק מרן רבינו שליט"א וואס האט קרוב צו א שעה ארומגערעדט יסודות וחובת האדם בעולמו בדרך נלך והמעשה אשר יעשון.
צוערשט האט די רבי גערעדט דברי דרוש ואגדה איבער די כח וואס מען האט פון יעקב אבינו פון גיין בעקבי הצאן און די כח פון ישראל כי שרית עם אלקים ועם אנשים און אזוי קענען מיר זיך שלאגן אין אלע דורות מיט די נסיונות הדור.
דער רבי האט ממשיך געווען מדברות קדשו בגודל קדושת היום ותקפו של נס,
בשבח המוסדות הק׳, הרחבת גבולי הקדושה בפרט ביי די ישיבה קטנות, דער רבי האט מעורר געווען נישט צו שיקן די בחורים לערנען אין פרעמדע מקומות.
דער רבי האט זיך באצויגן צום שוועבענדע סכנה רוחני איבער די ביטערע גזירת החינות אין ניו יארק, אל תגעו במשיחי אלו תינוקת של בית רבן, און געזאגט אז מיר כאפן זיך אן באומנות יעקב אבינו לדורן לתפלה ולמלחמה מען פרובירט אויף אלע פראנטן אבער דער העכסטער דארף זיין דער לתפלה און מען דארף מתפלל זיין אן אויפהער אויף דעם גזירה הנוראה און מאכן די ריכטיגע התבוננות בשל מי הרעה הזאת און מתקן זיין די נושא פון חינוך הבנים והבנות ביי זיך אין שטוב אויפן העכסטן פארנעם ווואס שייך.
דער רבי האט גאר שטארק מעורר געווען איבער די שעדליכקייט פון די כלים טמאים, די הארבקייט פון נישט היימישע ליין מאטריאל און האטליינס פון גוישע נייעס, אזוי אויך איבער קדושת הבית וצניעות בנות ישראל און איבער די לאנגע שייטלעך,
איבער מותרות און נידריקייט ביי חתונות, די התגשמות אויך ביי בגדי אנשים און ביי די אינגלעך אין חדר, וואס וועט בקרוב ווערן איינגעפירט שטרענגע תקנות איבער דעם נושא.
דער רבי האט שטארק מעורר געווען איבער ארייברענגען ווארעמקייט אין די שבתים וימים טובים וואס הייבט די קינדער און בויעט אויף זייער ערליכקייט און זייער אידישקייט צו קענען שטייגן בתורה ויראת שמים.
מיט שארפע דברי מחאה האט דער רבי ארויסגעברענגט איבער געוויסע מתחדשים אין די נושא פון דרך הלימוד ביי די תלמוד תורה קינדער וואס איז אנטקעגן די הוראות פון רבותינו הק' מדור הקודם און נאכגעזאגט די ווערטער פון ספה"ק ויואל משה און א מכתב קודש פון הרה"ק מציעשנוב זי"ע איבער אט די האקעלע ענין פון משנה זיין די יסודות.
דער רבי האט שטארק מעורר געווען אז מ׳זאל נישט פארגעסן פון די הייליגע מוסדות בעיר ה׳, די החזקת המוסדות עטה”ק, און במיוחד די הייליגע מפעלים קרן הצלה און שקל הטהור, מפעל הק' אחיעזר וואס טוען אונטערהאלטן דעם חינוך הטהור.
דער רבי צוגעענדיגט מיט דברי הכנה לקראת יו"ט חנוכה הממשמש ובא, און מסיים געווען מיט ברכות לכל הקהל הקודש, אז מ׳זאל קענען גיין ווייטער אין די הייליגע דרכים ולהרחיב את גבולי הקדושה ביתר שאת וביתר עז.
 
דערנאך האט דער רבי אפגעראכטן פייערדיגע ריקודין אויף א רייע ניגוני קודש וואס האט אנגעהאלטן פאר לאנגע מינוטן בהתלהבות אש קודש.
מיט בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הרה״ח ר׳ יוסף אלי שלעזינגער הי״ו,
נאכן בענטשן האט די רבי געזאגט שבע ברכות פאר 6 חתנים תלמידי ישיבתינו הק', 
החתן בן הרה״ח ר׳ שמחה בונם שווארטץ הי״ו פון מאנטריאל
החתן בן הרה״ח ר׳ מרדכי וואלטער הי״ו פון קרית יואל
החתן בן הרה״ח ר׳ יואל פיש הי״ו פון וויליאמסבורג
החתן בן הרה״ח ר׳ ישראל אלעזר האללענדער הי״ו פון וויליאמסבורג
החתן בן הרה״ח ר׳ יואל גאלדשטיין הי״ו פון וויליאמסבורג
החתן בן הרה״ח ר׳ אהרן לייב רויטנבערג הי״ו פון וויליאמסבורג

און דערנאך פארטיילט א לענגערע צייט כוס של ברכה פאר די עסקנים בחצרות קדשינו פון וויליאמסבורג און קרית יואל וואס האבן אריינגעלייגט אזויפיל כח להצלחת המעמד.
דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט ין א ריקוד מיט די חתנים און מחותנים,
דערנאך האט מען ארויסבאגלייט דעם רבי'ן בשירה ובזמרה אויפן וועג ארויס האט דער רבי זיך אפגעשטעלט ביי די עסקני המעמד און ביי די משוררים און זיך באדאנקט פאר אלע עוסקים ומסייעים וואס האבן צוגעהאלפן פאר די הצלחה פון דעם מעמד.
ארום 12 אזייגער איז דער רבי צוריק אהיים לביתו נאוה קודש.

~🌴🌴~
אוועיטער
בצל התומר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 12:32 am
x 239

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך בצל התומר »

🌴 בצל התומר 🌴
סאטמאר מהר״יי

מאנטאג פרשת וישב - יום כ״א כסלו בצל הקודש


מאנטאג פרשת וישב


פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר הבחור הבר מצוה בן מו״ה אלתר ישראל משה ווייס הי״ו

אום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ״ד הגדול, בעל תפילה איז געווען מו״ה יואל היימאן הי״ו

ביי קריאת התורה איז נתכבד געווארן
כהן: מו״ה יצחק ברוין הי״ו
לוי: הבחור הבר מצוה בן מו״ה אלתר ישראל משה ווייס הי״ו
דער רבי האט עולה געווען שלישי
הגבה: מו״ה אלתר ישראל משה ווייס הי״ו
גלילה: מו״ה משה טייטלבוים הי״ו

נאכן דאווענען איז די בר מצוה בחור אריין אל הקודש פנימה, דער רבי האט אנגעוואונטשען ברכת קדשו און געגעבן במתנה ספה״ק ויואל משה בחתימת יד קדשו.

ארום 3:10 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין היכל הישיבה גדולה בעל תפילה איז געווען הרה״ג ר׳ נחמן שטויבער שליט״א מנה״ר.

נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען צום שולחן הטהור לכבוד היום אינאיינעם מיט די הונדערטער תלמידי הישיבה, דער רבי האט זיך געוואשן, נאך די פיש האט דער רבי געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשען ברכת קדשו,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה והודאה, עס האט אויפגעטרעטן הרה״ג ר׳ ירוחם דייטש שליט״א מנהל חלק ג׳ און הרה״ג ר׳ נחמן שטויבער שליט״א מנהל חלק א׳,

דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ודברי הדרכה פאר די תלמידים, דער רבי האט א לענגערע צייט ארומגערעדט בגודל קדושת היום ותקפו של נס, התחזקות בלימוד התורה ועבודת התפילה,
דער רבי האט גאר שטארק מעורר געווען איבער די שעדליכקייט און הארבקייט פון נישט היימישע ליין מאטריאל און האטליינס פון גוישע נייעס,
דער רבי האט אויסגעפירט מיט ברכות לרוב פאר אלע תלמידים ומרביצי תורה און אז זכות רביה״ק יגן עלינו ועכ״י.

דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט, מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הרה״ג ר׳ נחמן שטויבער שליט״א מנהל חלק א׳.

ארום 6:15 איז דער רבי צוריק אהיים לביתו נאוה קודש.

זמני כניסה איז געווען פון 7:30 ביז 10:15 אויפדערנאכט.

אום 9 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בעל תפילה איז געווען הב׳ חיים זאפיר ני״ו

נאכן געזעגענען איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ״ד ׳היכל התורה׳ אויף קליימער סטריט, ווי עס איז פארגעקומען די שמחת השבע ברכות לכבודו פון החתן בן הרה״ח ר׳ מנחם איזיק הי״ו פון לאנדאן עב״ג בת הנגיד הרב יוסף טאבאק שליט״א פון פלעטבוש,
עס האט אויפגעטרעטן די מחותן הרב יוסף טאבאק שליט״א, דער רבי געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשען ברכת קדשו, דערנאך זיך אויפגעשטעלט אין א ריקוד מיט די חתן, מחותנים און די זיידעס.

אום 11 אזייגער איז דער רבי צוריק אהיים לביתו נאוה קודש.

~🌴🌴~
אוועיטער
כרוספדין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 301
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:44 pm
x 309

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך כרוספדין »

כ”ק מרן אדמו"ר מצאנז שליט"א און הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א ראש ישיבת סלאבודקא ביי א שבע ברכות בביתו נאוה קודש פון הגאון הצדיק ראש ישיבת סאטמאר בני ברק שליט"א
image (20).png
image (20).png (866.43 KiB) געזען געווארן 946 מאל
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 11:25 pm 1) וואס איז וואכענשריפט / היימשטאט / UJC?
ווער וויל צוברעכן קרית יואל / וויל עס אויפבויען / האט געבויעט א נייע שוהל וואס מען דארף נישט / פארדינגט הייזער פאר גוים?
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1765
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 3290

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך ווער »

לקיים בנו חכמי ישראל: כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל נאכן ליידן פון א שוואכקייט
א פייערדיגע חסיד
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:07 pm
x 19

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך א פייערדיגע חסיד »

תהילים שיעור מלא חיזוק קורץ אין שארף דורך האדמ''ר מ'סאטמאר שליט''א (מהר''א) בהיכל הישיבה נאך שחרית

🌴בצל הקודש🌴
שנעלע, קראנטע, און אקוראטע באריכטן און בילדער מהנעשה והנשמע בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
TELEGRAM- https://t.me/BetzeilHakodesh
WHATSAPP - https://chat.whatsapp.com/F5pIFOKjXHcKbIKAF1WiRl
🌴בצל הקודש🌴
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 785
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 898

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

א פייערדיגע חסיד האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 10:00 pm תהילים שיעור מלא חיזוק קורץ אין שארף דורך האדמ''ר מ'סאטמאר שליט''א (מהר''א) בהיכל הישיבה נאך שחרית

וועלכע נושא?
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3205
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3695

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך שמח »

בערל דער פייפער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 10:48 pm
א פייערדיגע חסיד האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 10:00 pm תהילים שיעור מלא חיזוק קורץ אין שארף דורך האדמ''ר מ'סאטמאר שליט''א (מהר''א) בהיכל הישיבה נאך שחרית

וועלכע נושא?
יעדע ענין, כדי צו הערן.
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
פרישער בחור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 12:59 pm
Location: Bp
x 100

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך פרישער בחור »

אידישע נייעס | דאנערשטאג פ' וישב - כ"ד כסלו תשפ"ד:
והדליקו נרות בחצרות קדשך:
כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועט היינט אויפדערנאכט אנצינדן די נרות בהיכל בית מדרשו הגדול אויף הופפער סטריט אין וויליאמסבורג.

כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א וועט היינט אויפדערנאכט אנצינדן די נרות בהיכל ישיבתו הק' באר אברהם סלאנים אין שטאט אלעד.

שמחות בחצרות הקודש:
היינט קומט פאר די שמחת הבר מצוה פון א זון ביי כ"ק אדמו"ר מסטריקוב ירושלים שליט"א, אין סטריקובע בית המדרש אויף רחוב דוד אין ירושלים.

הילולא קדישא:
היינט נאכט ליל א' דחנוכה געפאלט די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק רבי יוחנן מטאלנא זי"ע, נכדו כ"ק אדמו"ר מטאלנא שליט"א וועט אפרעכטן די יארצייט טיש היינט נאכט אין טאלנא בית המדרש אין ירושלים, נכדו כ"ק אדמו"ר מטאלנא שליט"א וועט אפרעכטן די יארצייט טיש היינט נאכט אין די גרויסע שאטער פארנט פון די נייע טאלנא בית המדרש אין שטאט אשדוד.

שישו ושמחו בשמחת התורה:
היינט קומט פאר די מעמד הכנסת ספר תורה וואס ווערט אריינגעגעבן צום לעלובער בית המדרש אין די בית ישראל געגנט אין ירושלים, לזכר נשמתו פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב ירושלים זצ"ל, אין שפיץ פון בנו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מלעלוב ירושלים שליט"א.
פרישער בחור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 12:59 pm
Location: Bp
x 100

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך פרישער בחור »

היינט איז באשטעטיגט געווארן אז הגה"צ ר' יצחק מאיר מורגנשטערן אדמו"ר מתורת חכם וועט אונטערנעמען דעם קומענדיגע וואך א קורצע נסיעה קיין אומאן און וויילן שבת מקץ אין אומאן אוקריינע,

ר' איטשע מאיר שליט"א וועט די קומענדיגע מיטוואך ארויס פארן קיין אוקריינע און לויט'ן יעצטיגע פלאן וועט ער מיטוואך די זיבעטע לעכטל חנוכה אנצינדען די נרות אין מעזיבוז,
און דאנערשטאג נאכמיטאג וועט ער אנקומען קיין אומאן ווי ער וועט וויילן ביז איבער שבת,
ליל זאת חנוכה וועט ער אנצינדען די נרות אינעם אכסניה סמוך ונראה צום ציון פון הרה"ק ר' נחמן מברסלב זי"ע, מאנטאג נאכט וועט ער זיך צוריק קערן למעונו אין ירושלים עיה"ק.
פרישער בחור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 12:59 pm
Location: Bp
x 100

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך פרישער בחור »

על בשורות טובות אומר ברוך הטוב והמטיב:
אין די יעצטיגע מינוטן איז האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א באפרייט געווארן פון שפיטאל,
די רבי וועט היינט נאכט אריין קומען אין גרויסן בית מדרש און אנצינדען די ערשטע לעכטל חנוכה ברוב עם הדרת מלך, און דאנקן דעם רבונו של עולם פאר די ניסים.
כלל ישראל איז ווייטער מתפלל פאר די גענצליכע רפואה פונעם רבי מרן שמואל יעקב בן יענטא בתוך שאר חולי ישראל.
פרישער בחור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 12:59 pm
Location: Bp
x 100

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך פרישער בחור »

‏שש שנים להסתלקותו. עלייה לציון מרן ראש הישיבה הגראי"ל שטיינמן זצ"ל בראשות בנו ראש הישיבה הגר"ש שטיינמן
פיילס
1000168464.jpg
1000168464.jpg (224.71 KiB) געזען געווארן 610 מאל
פרישער בחור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 12:59 pm
Location: Bp
x 100

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך פרישער בחור »

הדלקת נר חנוכה ראשונה בעולם לשנת תשפ"ד: גאב"ד אוסטרליה הגר"ש קאהן שליט"א בהדלקת נר ראשון של חנוכה בבית הכנסת המרכזי באוסטרליה
פיילס
1000168465.jpg
1000168465.jpg (185 KiB) געזען געווארן 616 מאל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 977
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1408

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

ערשטע לעכטל חנוכה ביי רבינו הגדול מרן פוסק הדור כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א
פיילס
5156794751171800381_121.jpg
5156794751171800381_121.jpg (203.85 KiB) געזען געווארן 1230 מאל
5156651110285552518_121.jpg
5156651110285552518_121.jpg (240.82 KiB) געזען געווארן 1230 מאל
5156651110285552520_121.jpg
5156651110285552520_121.jpg (270.74 KiB) געזען געווארן 1230 מאל
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
פרישער בחור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 12:59 pm
Location: Bp
x 100

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך פרישער בחור »

‏ראש הישיבה הגרב"ד פוברסקי בשירת המזמורים לאחר הדלקת נר ראשון של חנוכה
פיילס
1000168603.jpg
1000168603.jpg (184.59 KiB) געזען געווארן 1194 מאל
פרישער בחור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 12:59 pm
Location: Bp
x 100

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך פרישער בחור »

באבוב
פיילס
1000168607.jpg
1000168607.jpg (163.01 KiB) געזען געווארן 1194 מאל
פרייזן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 200
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 9:22 am
x 228

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך פרייזן »

unnamed (22).jpg
unnamed (22).jpg (326.22 KiB) געזען געווארן 1159 מאל
unnamed (18).jpg
unnamed (18).jpg (279.52 KiB) געזען געווארן 1159 מאל
סאטמאר מהר''א
פרישער בחור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 12:59 pm
Location: Bp
x 100

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך פרישער בחור »

מיט גאלדענע אותיות וועט פארשריבען ווערן אין די היסטאריע פון קורות ימי באבוב דעם זעלטענעם און היסטארישען געשעהניש. ווען דעם פארגאנגענע זונטאג פרשת וישלח, איז פארגעקומען א מסיבה של מצוה פאר א געקליבענע צאל גדולי נדיבים בעם און תומכי המוסדות . דעם מעמד איז
פארגעקומען בביתו נאוה קודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א, זייענדיג דאס ערשטע מאל וואס כ"ק רבינו שליט"א פאררופט פערזענליך א אסיפה בביתו נאוה קודש און האט פערזענליך געלאדענט די חשוב'ע נגידים.

די מטרה פונעם אסיפה נחוצה איז געווען משלים צו זיין די מאסיווע פראיעקט פונעם מגבית ‘בנין ציון‘ וואס האט געשאפן די סכומים אדירים אויפצובויען די צוויי ריזיגע און מאיסטעטישע בניני המוסדות פאר בנינו ובנותינו בעיר ואם בישראל בארא פארק, הלא המה די בנין המפואר 'בנות
ציון' וואס איז באנייעט געווארן לתפארת ולשם דעם פארגענגענע חודש אלול כליל בהדרו. די ריזן פראכטפולע בנין התלמוד תורה 'בני ציון' אויף די 36 גאס, וואס וועט אין די גאר נאנטע צוקונפט פולקאם פארענדיגט ווערן בנוי לתלפיות און אנשפרעכט צו זיין די סאמע 'גרעסטע מבצר התורה אין
שטאט', זייענדיג געבויט אויף 10 ריזיגע שטאקן איבער די ערד, און אינהאלט אין זיך קרוב צו 100 קלאס צימערן, א באזונדערע חדר אוכל אויף יעדע שטאק, א ביהמ"ד גדול ומפואר, א הערליכע רחבות'דיג'ע שפיל פלאץ. בנוסף צו דעם, וועט די בנין אינהאלטן 2 גרויסע חתונה זאלן, וואס וועט
אריינברענגן גרויסע הכנסות פאר די הנהלת הת"ת . די מאסיווע פראיעקט וועט אפקאסטן די אסטראנאמישע און פאנטאסטישע סכום פון 150 מיליאן דולר, און א דאנק די געטרייע ארבעט פון די עסקנים און די ברייטהארציגע נדבות פון נדיבי אנ"ש, האט מען געקענט אויפבויען די דאזיגע בנינים און די בליץ שנעלקייט פון בלויז קרוב צו די 3 יאר, ווען די מעמד הנחת אבן הפינה איז פארגעקומען ערב ראש חודש ניסן שנת תשפ"א

דורכאויס די יארן איז בס"ד געשאפן געווארן צענדליגע מיליאנען אויף א אויסטערלישען פארנעם וואס מ'זעהט נישט זיינס גלייכן, ביי די מאסיווע הננו קאמפיין בשנת תשפ"ב ווען כלל אנ"ש האבן אינאיינעם צאמגענומען די ריזן סכום פון 31 מיליאן דולר אל בית האוצר. אזוי אויך זענען דורכאויס די פארגאנגענע יארן פארגעקומען עטליכע באנקעטן ווי עס איז אויפגעטריבען געווארן אסטראנאמישע סכומים לטובת די מגבית בנין ציון:

ביים ערשטע אסיפה בבית הרבני הנגיד ר' לייבל רובין לרפו"ש, איז געשאפן געווארן בלילה אחד גאנצע '50 מיליאן דולר' דורך פילע נגידי ותומכי מוסדותינו, וואס האבן שוין דורכאויס די יארן פילפאכיג פארמערט זייער נתינה און מוסיף געווען כהנה וכהנה . אלעס אינאיינעם איז געשאפן געווארן דעם סכום אדיר פון 135 מיליאן דולר. שטייענדיג יעצט קרוב צו די גמר מלאכת בנית המשכן, האט זיך פארלאנגט די לעצטע שטופ, לאור דאס וואס די הוצאות זענען דראסטיש געשטיגן, און עס האט זיך זאפארט אויסגעפעלט צו שאפן די לעצטע 15 מיליאן דולר להשלמת המגבית , אז מ'זאל שוין קענען צוענדיגן די בנין התלמוד תורה בשלימות. אויף דעם ציל האט כ"ק מרן רבינו שליט"א די נשיא המוסדות פאררופן דעם היסטארישע אסיפה ווי עס זענען געלאדענט געווארן ארום 60 נגידים חשובים תומכי מוסדותינו הקדושים.

די מעמד איז פארגעקומען אין שטוב פון כ"ק רבינו שליט"א ווי דערמאנט, און איז געווען איינגערישט אויף א הערליכען פארנעם. בראש המסובים האט זיך געזעצט כ"ק רבינו, און לימינו איז געזעצן הרה"צ ר‘ חיים שלום , און אויפ'ן אנדערן זייט הרבני הנגיד ר' ישראל ענגלענדער און הרה"ח ר' שמחה
שלמה רובין מגדולי תומכי מוסדותינו. ביים אנהייב פונעם מסיבה האט רבינו שליט"א משמיע געווען דברות קודש און ארויסגעברענגט בנועם שיחו די געוואלדיגע חשיבות פון שטיצן די הייליגע מוסדות און אויפבויען די בתי חינוך, און באטאנט אז די נגידים הנאספים זענען געווען די מתחילים במצוה
און זיי וועלן בע"ה גומר זיין די בנינים, ווייל 'אין המצוה נקרא אלא על שם גומרה '. די רב זז"ג האט דערמאנט לטובה הרבני הנגיד ר' לייבל רובין לרפו"ש, וואס די התחלה צו דעם בוי פראיעקט איז פארגעקומען בביתו, און 'ווען ער וואלט געקענט זיין דא, וואלט ער געווען פון די נחשונים' און
געווינטשן אז 'עס זאל זיין לזכותו'. אויך האט די רב ארויסגעברענגט בתוך דבריו הק' לשבח די ישרא"ל אשר בך אתפאר, הרבני הנגיד ר' ישראל ענגלענדער, וואס שטייט לימיו קדשו בכל עת ועידן אויף א הפלא'דיגע פארנעם און ערמעגליכט צו קענען אויפטוהן גדולות ונצורות למען כבוד שמו יתברך, ואתו עמו העסקן הדגול ר' יחזקאל ראזענבערג, וואס טראגט די עול פון די אלע פראיעקטן על שכמו, א גאנץ יאר. די רב האט צווישען אנדערע אויך דערמאנט לשבח הנה"ח ר' יוסף מייזעלס וואס איז געווען די ערשטע ביים גרויסארטיגע קאמפיין בשנת תשפ"ב זיך אנצושליסן מיט א
גרעסערע נתינה פון א מיליאן דולר.

דערנאך האט ר' מענדל וויינפעלד, מגדולי העסקנים פון בנין ציון, אויסגעשמועסט די פרטים ארום די בוי פראיעקט און די גאר גרויסע קאסטען און איבער די הויך גרייכענעדע ציפערן למעלה מן המשוער, און ארויסגעברענגט בפרטיות ווי אלעס איז דראסטיש געשטיגן. דערנאך האט ר' ישראל ענגלענדער אויפגעטרויטען מיט א הארציגע דרשה, און ארויסגעברענגט די זכי'ה וואס ער און אלע פארזאמעלטע האבן מיט'ן שטיצן די הייליגע קהלה והמוסדות . ער האט פארציילט אז דאס שטיין לימין קדשו
פון רבינו שליט"א האט אים געברענגט הצלחה למעלה מן המשוער, און אז ער פערזענליך זעהט בחוש אז שטיצן די מוסדות התורה והחינוך איז מגין.ר' ישראל האט אויסגעשמועסט אז די אלע פארזאמעלטע האבן קינדער און אייניקלעך און די מוסדות און דארפן פארזיכערן די עקזיסטענטס און
וואוקס פון די קהילה . ר' ישראל האט דערנאך געזאגט אז אויב אלע אנוועזענדע נגידים וועלן העכערן זייער ביז יעצטיגע התחייבות צום פראיעקט מיט נאך ,25% וועט מען צוברענגן נאך א ריזיגע סכום פון 10 מיליאן דולר להשלמת הבנין. דאן האט ר' ישראל איבעראשט דעם ציבור זאגענדיג אז טראץ וואס רבינו שליט"א האט אים געזאגט אז ער האט שוין געגעבן גענוג פאר דעם פראיעקט און בלויז געלאדענט צו קומען רעדן, פראקלאמירט ער אז אויב וועט געשאפן ווערן די ערשטע 10 מיליאן דולר
פון די פארזאמעלטע נגידים וועט ער צוענדיגן דעם מגבית מיט די לעצטע
5 מיליאן דולר, באינו מצווה ועושה .

גלייך דערויף האבן אלע נגידים אריבער אל מול פני הקודש און ארויסגעשריגן צו רבינו שליט"א 'הננו!', און האבן כולם כאחד זיך אינטערגענומען פרישע צדקות פון ריזיגע סומעס למען בית ד' אלקינו. אזוי אויך האט רבינו שליט"א זיך טעלעפאניש פארבינדען מיט עטליכע נגידים וואס האבן נישט געקענט קומען צום מעמד, צווישען זיי הנה"ח הרב יענקל ריגער הנה"ח ר' שאול וואלף און הנה"ח ר' מענדל בראכפעלד ווי אלע האבן זיך אנגעשלאסן לעשות רצון צדיק בשלימות, און אויפ'ן פלאץ איז אריינגעקומען די נויטיגע סכומים צו קענען פארענדיגען די בנינים אדירים
לד' ולתורתו. מה נהדר הי' המראה, אז אין אנדערטהאלבען שעה איז אויפגעטריבען געווארן די לעצטע 15 מיליאן דולר צו פארענדיגן די היסטארישע קרן הבנין בנין ציון פון 150 מיליאן דולר, וישרא"ל נתבעים ונותנים
וואסאפשט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 681
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:57 pm
x 362

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך וואסאפשט »

כ'ווייס נישט ווי ס'באלאנגט
סאטמאר מהרי"י
מסיבה לטובת כולל יטב לב ירושלים עיה"ק
פאררופן דורכ'ן משב"ק הרה"ח ר' משה פריעדמאן הי"ו
מוצש"ק וישלח בבית רביה"ק זי"ע
בהשתתפות כ"ק מרן רבינו שליט"א
unnamed (2).jpg
unnamed (2).jpg (196.38 KiB) געזען געווארן 1086 מאל
unnamed (6).jpg
unnamed (6).jpg (165.02 KiB) געזען געווארן 1086 מאל
unnamed (5).jpg
unnamed (5).jpg (198.85 KiB) געזען געווארן 1086 מאל
אז עפעס איז שווער פרעגט מען וואסאפשט.............
פרישער בחור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 12:59 pm
Location: Bp
x 100

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך פרישער בחור »

סאדיגורה ב"ב און נדבורנה אלעד
פיילס
1000169217.jpg
1000169217.jpg (135.03 KiB) געזען געווארן 1037 מאל
1000169216.jpg
1000169216.jpg (268.98 KiB) געזען געווארן 1037 מאל
1000169215.jpg
1000169215.jpg (184.6 KiB) געזען געווארן 1037 מאל
זקנים
פרישער באניצער
פאוסטס: 34
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 5:08 pm
Location: Bp
x 10

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך זקנים »

התרגשות עצומה ושמחה אדירה שורה בקרב חסידי טאלנא די בכל אתר ואתר, בהשמע דבר כ"ק מרן אדמו"ר מטאלנא שליט"א בשולחן הטהור לרגל יומא דהילולא רבה של כ"ק מרן אדמו"ר בעל 'תפארת יוחנן' זיע"א, בבשורה ההיסטורית על יסוד 'ישיבה לצעירים' טאלנא, לשמו ולזכרו הטהור של מרן אדמו"ר זיע"א, אשר תפתח את שעריה לקראת ראש חודש אלול הבעל"ט.

בדברות קודש אשר נשא כ"ק רבינו שליט"א בשולחן הטהור לרגל ההילולא, חשף בפני קהל הקודש עדות שקיבל מבעל המעשה, הרה"ח משה ווארשווער שיחי' (חצור – ירושלים) מבאי ביתו של בעל ההילולא מרן אדמו"ר זיע"א, אשר נכנס בפני בעל ההילולא עם קוויטעל וסכום כסף כפדיון כנהוג, ולפליאתו מרן אדמו"ר זיע"א לקח הקוויטעל אך החזיר לו הפדיון באמרו לו בהאי לישנא: 'את הכסף תשמור אצלך לישיבה של נכדי', הלא הוא כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א.

וסיים כ"ק רבינו שליט"א שאת הכסף קיבל כבר לפני זמן רב מבעל המעשה כציווי מרן זיע"א, והוא גנוז ומנוח באוצרותיו, ועתה כשנשלמים כ"ה שנים להסתלקותו של מרן זיע"א, והתעוררו העסקנים עם נכבדי קהילתנו הק' להקים ישיבה לשמו ולזכרו של מרן זיע"א, הזמן גרמא להודיע בשערי בת רבים על שבעזר השי"ת הבשיל והגיע העת הנכון להקים ישיבה לבחורי חמד, כצוואתו וברכתו של אותו זקן, כאן בעירנו אשדוד, לקראת שנת הלימודים הבעל"ט, ראש חודש אלול תשפ"ד.

בהמשך הרחיב בגודל העבודה שהכניס בעל ההילולא בחינוך הבחורים, וסיים בברכה נאמנה במאמר הגמרא 'הרגיל בנר הויין ליה בנין תלמידי חכמים', שבזכותו של בעל ההילולא נזכה להיטיב נרות צעירי הצאן, שזהו ענין הרגילות בנרות, להדריכם בנתיבות התורה והעבודה. והזמן גרמא לזה כנרמז בפסוק 'ואני והנר נלכה עד כ"ה' שבשנת כ"ה יוקם ישיבה קדושה ונעסוק בחינוך הנערים כהדרכותיו של מרן זיע"א.

התרגשות אשר אחזה בקרב אנשי שלומנו בשמיעת האי בשורה רבתה עד מאד, וכבר בסיום שולחן הטהור הרימו כמה נדיבים בעם את תרומת הקודש לטובת השיבה הקדושה, ומסרו לידי כ"ק רבינו שליט"א.

כאמור, שמחה אדירה שורה בללבות אנשי שלומנו מאז נשמע דבר המלך, בשורה אשר נחרטת בספר דברי ימי חצרות קדשנו כהיסטורית בפתיחה הישיבה הק' הראשונה דחסידי טאלנא, וכפי שמתבשרים שבימים הבאים יוקם 'וועד הרוחני' של ישיבתנו הק', כדי לכונן את בית היוצר לנערים, לשמו ולזכרו הטהור של מרן זי"ע בהושבת ישיבה על קברו.

הנה ימים באים!
שרייב פאוסט