בלאט 71 פון 217

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 1:19 pm
דורך יאנטשי
טראמפ מיט א מעלדונג איבער די ווענעזועלא דראג מלחמה היינט אום 3:00

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 1:23 pm
דורך חלום חלמתי
בן תורה האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 1:13 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 12:41 pm די סיקרעט סערוויס האט פארשלאסן דעם אריינגאנג צום עליפס פארק ווי די מידיע האט געסטרימט לייוו דעם פארניכטונג פונעם ווייסן הויז
די ווייסע הויז איז שוין פארניכטעט?.. ;)
אנבעליוועבל וויאזוי די מידיע קען מאכן א שטורעם פון גארנישט
יאפ די מזרח פליגל איז א פארגאנגענהייט צו מאכן פלאץ פאר דעם טראמפ באל רום געביידע

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 1:45 pm
דורך חלום חלמתי
טראמפ רופט צוריק די נעשאנעל גארדס פון באן פראנציסקא, נאך א שמועס מיט די ארטיגע מעיאר וואס האט זיך געבעטן פאר א שאנס אליינס צו נעמען קאנטראל

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 2:27 pm
דורך חלום חלמתי
אינטרעסאנטע שטודיע אז 'יענע מחלה' פאציענטן וואס האבן באקומען די קאוויד וואקסין אין די זעלבע תקופה פון אנהייבן טריעטמענט האבן געהאט א גרעסערע שאנס איבערצולעבן ב נאכדעם וואס דער וואקסין האט פארניכטעט פארשידענע צעלן

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 2:34 pm
דורך חלום חלמתי
פריש פון טאקער קארליסאן, ביטקוין איז געגרינדעט געווארן דורך די סי איי עי צו שפיאנירן אויף קרימינאלן

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 2:46 pm
דורך חלום חלמתי
אמעריקאנער באמבאדיר פליגערס זענען אין ריכטונג פון ווענעזועלע.


טראמפ רעדט 3:00 פון אוועל אפיס.

ווער ס'וויל קען פרובירן צו צוזאמשטעלן זאכן

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 2:49 pm
דורך בלק
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 2:34 pm פריש פון טאקער קארליסאן, ביטקוין איז געגרינדעט געווארן דורך די סי איי עי צו שפיאנירן אויף קרימינאלן
דער טאקער איז געפערלעך לעצטנס

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 2:50 pm
דורך שינאווער
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 2:46 pm אמעריקאנער באמבאדיר פליגערס זענען אין ריכטונג פון ווענעזועלע.


טראמפ רעדט 3:00 פון אוועל אפיס.

ווער ס'וויל קען פרובירן צו צוזאמשטעלן זאכן
סא איי געס אז דער בלאט קאווער פון אפאר וואכן צוריק איז נישט געווען סתם אין די וועלט אריין...
בלאט תצא פה.jpeg
בלאט תצא פה.jpeg (187.72 KiB) געזען געווארן 506 מאל

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 2:50 pm
דורך בלק
איך האב נישט קיין ווערטער צו באדאנקען @חלום חלמתי איך באלעק מיר מיט זיינע באריכטן

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 2:51 pm
דורך שינאווער
בלק האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 2:50 pm איך האב נישט קיין ווערטער צו באדאנקען @חלום חלמתי איך באלעק מיר מיט זיינע באריכטן
מי טאאא

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 3:01 pm
דורך בן תורה
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 1:23 pm
בן תורה האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 1:13 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 12:41 pm די סיקרעט סערוויס האט פארשלאסן דעם אריינגאנג צום עליפס פארק ווי די מידיע האט געסטרימט לייוו דעם פארניכטונג פונעם ווייסן הויז
די ווייסע הויז איז שוין פארניכטעט?.. ;)
אנבעליוועבל וויאזוי די מידיע קען מאכן א שטורעם פון גארנישט
יאפ די מזרח פליגל איז א פארגאנגענהייט צו מאכן פלאץ פאר דעם טראמפ באל רום געביידע
איך האב נישט געמיינט דיר דערמיט, איך האב געמיינט די לינקע מידיע וואס פרובירט אראפמאלן א בילד כאילו טראמט איז דא צו דעסטרויען דעם ווייסן הויז.

אגב, איך האב זייער הנאה פון דיינע נייעס באריכטן.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 3:28 pm
דורך חלום חלמתי
קייסער כורש דער צווייטער.

אברהם יעקב טערקלטויב המכונה טורקס, פון די משפחה מאגאזין. האט באקומען א פראגע ביים ווייסע הויז פרעסע קאנפערענץ, און אנגעפרעגט דעם פרעסע סעקראטאר אויב טראמפ רעדט פון אויפבויען דעם ביהמ"ק...

לעוויט האט געענפערט 'נאכנישט'......

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 3:30 pm
דורך דעת קדשי
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 3:28 pm קייסער כורש דער צווייטער.

אברהם יעקב טערקלטויב המכונה טורקס, פון די משפחה מאגאזין. האט באקומען א פראגע ביים ווייסע הויז פרעסע קאנפערענץ, און אנגעפרעגט דעם פרעסע סעקראטאר אויב טראמפ רעדט פון אויפבויען דעם ביהמ"ק...

לעוויט האט געענפערט 'נאכנישט'......
וואלט געדארפט פרעגן ווען גייט ער עס אויפבויען...נישט אויב..

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 3:34 pm
דורך זבולון שטיינקלאץ
שינאווער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 2:51 pm
בלק האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 2:50 pm איך האב נישט קיין ווערטער צו באדאנקען @חלום חלמתי איך באלעק מיר מיט זיינע באריכטן
מי טאאא
מי טרי...

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 4:34 pm
דורך חלום חלמתי
ליסטע פון די נדבנים פאר די נייע ווייט האוז.

שם הבנין גייט צו טראמפ אוודאי.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 5:53 pm
דורך שינאווער
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 2:46 pm אמעריקאנער באמבאדיר פליגערס זענען אין ריכטונג פון ווענעזועלע.


טראמפ רעדט 3:00 פון אוועל אפיס.

ווער ס'וויל קען פרובירן צו צוזאמשטעלן זאכן
עפעס געווען למעשה?

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 6:25 pm
דורך חלום חלמתי
שינאווער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 5:53 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 2:46 pm אמעריקאנער באמבאדיר פליגערס זענען אין ריכטונג פון ווענעזועלע.


טראמפ רעדט 3:00 פון אוועל אפיס.

ווער ס'וויל קען פרובירן צו צוזאמשטעלן זאכן
עפעס געווען למעשה?
טראמפ האט געלייקנט די באריכט פון די פליגער'ס און געזאגט אז בקרוב וועט מען זעהן אמעריקאנע ערד אפעראציעס אין ווענעזועלע

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 7:09 pm
דורך חלום חלמתי
בד"ה ר' מיכאל שמוס, 99

לעצטע איבערלעבער פון דעם ווארשע געטא

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 7:17 pm
דורך חלום חלמתי
טראמפ זאגט אז עפעס א הרוצה בעילום שמו נדבן האט געשנאדערט 130 מיליאן דאלער, צו קענען צאלן פאר די מיליטער לייט פעי טשעקס בשעת די אנגייענדיגע שאטדאון

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 7:22 pm
דורך חלום חלמתי
אין פענסילוועניע ארבעט שוין נישט קיין סנעפ וויבאלד די סטעיט באקומט מער נישט די פאנדן פון די פעדעראלע גאווערמענט זינט די אנהייב פונעם שאטדאון, ניו יארק און קאליפארניע וועלן נאכפאלגן אין די קומענדיגע טעג

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 8:00 pm
דורך חלום חלמתי
טראמפ מיט א מעסידש אין עהרע פון די דאון סינדראם קינדער.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 8:08 pm
דורך חלום חלמתי
מעיאר עדעמס קומט אן צום תנאים פון בת ר' שלומי שטיינמעץ


Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 8:12 pm
דורך חלום חלמתי
די חברה ווערן מער משוגע ביי די מינוט....

אפציעלע ווייסע הויז טיקטאק אקאונט האט דעיס פריער געפאוסט.

⚠️קוקן מיט פארזיכטיקייט ⚠️


Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 8:59 pm
דורך הדסים
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 2:34 pm פריש פון טאקער קארליסאן, ביטקוין איז געגרינדעט געווארן דורך די סי איי עי צו שפיאנירן אויף קרימינאלן
דער איז דאך אזוי מין טויט צעדרייט אז נאר, לעצטנס האט אלעקס זשאונס מסביר געווען אויף טאקער'ס פאדקעסט אז די נעאו-קאנס זענען עפ"י רוב געווען אידן און אז מ'קוקט גוט וועגן 9/11 זעט מען אז אלע שטריכן צייגן אויף מדינת ישראל, טאקער האט צוגעשאקלט מיטן קאפ און צוגעלייגט אז ער האט עס שוין אויך געזאגט לעצטנס.

וואס נאך?.. אה די טראצקיאיסטן האבן זיך אריינגעשמוגלט קיין אמעריקע און זיך דערקלערט נעאוקאנס זיי האבן זיך נאר געמאכט ווי זיי דארפן פרייהייט... באמת האבן זיי געמיינט די וועלטס ארדענונג און זיי הרג'ענען יעדן וואס שטייט זיי אין וועג..

אבער אבי מ'קען שוין האקן אויך אויף ביטקוין די ליבלינג פון די רעכטע און ליבערטעריענס, זאל ער צוריקגיין צום קרעדיט קארד; דארט האט די גאווערמענט נישט קיין שום קאנטראל...

פארפאלן, אז מ'איז אויפריכטיג איז מען אויפריכטיג...


@שאינו יודע לשאול קענסט שוין מודה זיין...

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 10:12 pm
דורך Think and Thank
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 5:42 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 5:37 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 9:27 am

Lol

קאליפארניע ליבעראלן קען מען פארקויפן זאמד אויכעט, אבער אין קעיס איינער וויל וויסן, ער בויעט איבער דעם קעסטל ווי אנגעצייכנט.
@נאו לעיבל כ'זעה יעצט די ניו יארק טיימס באריכטעט פון אנאנימע ווייסע הויז באאמטע אז די גאנצע וועסט ווינג פליעט אראפ...

דאס איז שוין יא עפעס אויב אמת (פון די ווייסע הויז האט נאך גארנישט געליקט דערווייל, מילא גלייב איך שווער די באריכט באט יא.)
שוין האסטע...

די גאנצע מעשה פארט אראפ...

מען מישט דא אינגרויסן. די אוועל אפיס און אלע עכט היסטארישע אפטיילונגען פון די ווייסע הויז זענען אין די וועסט ווינג, בעת וואס טראמפ ווארפט אראפ די איסט ווינג.