פארמאגט איר א ביקס?

שמועסן ארום דעם טישל אויף א לייכטערן אופן

פארמאגט איר א ביקס?

יא, מיט לייסענס
12
7%
יא, אן לייסענס
7
4%
ניין
157
87%
ניין, איך האב לייסענס צו האבן א גאן אבער איך האב עס נישט געקויפט למעשה
1
1%
איך האלט אינמיטן מאכן לייסענס
4
2%
 
Total votes: 181

שמות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 416
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
Location: Brooklyn
x 273

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך שמות »

א גוי וואס איך ארבעט צוזאמען פלעגט זיך גרויס האלטן צו מיר מיט זיין ביקס וואס ער פארמאגט.
ביז איין טאג האט ער מיר געזאגט אז זיין זוהן האט איינעם געשאסן ביי א געשלעג, כלומרשט סעלף דיפענס.
און דערווייל זיצט ער אין תפיסה...
#שלא עשנו גוי #גוי'שע חינוך
פנחס דוד לעבאוויטש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 261
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 12:44 pm
x 813

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך פנחס דוד לעבאוויטש »

שמות האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 6:00 pm א גוי וואס איך ארבעט צוזאמען פלעגט זיך גרויס האלטן צו מיר מיט זיין ביקס וואס ער פארמאגט.
ביז איין טאג האט ער מיר געזאגט אז זיין זוהן האט איינעם געשאסן ביי א געשלעג, כלומרשט סעלף דיפענס.
און דערווייל זיצט ער אין תפיסה...
#שלא עשנו גוי #גוי'שע חינוך
וואס האט איין זאך מיטן צווייטע?... ער האט א ביקס אין קלאזעט מיט א פין נאמבער... און זיין זון איז א רוצח.
חנן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 212
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 2:11 pm
x 594

Re: פארמאגט איר א גאן ?

פאוסט דורך חנן »

בן תורה האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 4:30 pm וואה דער תהלים איז זאגט עפעס.. פארוואס טאקע האב איך נישט קיין קעצל אין שטוב?

איך מיין איך גיי מיך קויפן א קעצל. סאיז באמת א חיוב השתדלות, וויפיל איז די שיעור צו ליידן פון מייז אינדערהיים??

חוץ דעם, סאיז באמת א מצוה צו מחי' זיין דעם אויבערשטנס ברי'. איך גיי עס פיטערן יעדן טאג!

באלד העסטו מיר נאך זאגן אז מיין טאטע האט נישט געהאט, מיין טאטע האט אויך נישט געהאט די ברוינע קאטשקעס אויפן גאס, אשר על כן?

נישט יעדע זאך איז שווארץ אדער ווייס, דא קומט נישט אריין מסורה, שטייט נישט אין ערגעץ אז מטאר נישט. בכלל ווער זאגט אז מיין טאטע וואלט נישט געקויפט קיין קעצל ווען ער ווייסט ווען ווי מקויפט עס?

ווילסט ארויסקומען מיט א מחאה? איך האב מיט דעם אויך נישט קיין אישו.
גראדע האב איך שוין ערנסט געטראכט פון שאפן א קעצל זאל מסדר זיין מיינע מייז. ס'ווייב האט אבער מחליט געווען אז ענדערש צען מייז ווי איין קעצל. נו, ווער בין איך צו האלטן אנדערש?
חנן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 212
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 2:11 pm
x 594

Re: פארמאגט איר א גאן ?

פאוסט דורך חנן »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 7:53 pm @מאטאווירט טשעפע נישט מיין פאם פאון... ס'איז חיי אדם תלויים בו :roll:

מיין עלטער באבע וואלט געהאט א דישוואשער, ווען ס'וואלט געווען אזא זאך. זי האט עס נישט געהאט ווייל ס'פשוט נישט געווען.

משא"כ א קאר וואלט זי נישט געהאט אפילו ווען ס'וואלט געווען. פון וואו ווייס איך? ווייל מיין מאמע האט נישט...

לענין, וואס מאכסטע א מישמאש. פארשטייסט אז א רייפל וואלט מיין זיידע געקענט האבן, און ער וואלט עס גראדע געקענט נוצן אין אונגארן. מיין עלטער זיידע וואלט זאגאר געקענט איינקויפן א גוטן שווערד. נאר ס'איז אים נישט געקומען אזאנס אין געדאנק. פארוואס? איך גיי עס נישט מסביר זיין נאר אויב איינער איז מיר מסביר פארוואס ער האט נישט געהאט א קעצל אין שטוב...
נישט ממש. זיי האבן נישט געקענט האבן א רייפל אדער שווערד. פאר א סיבה איז דאס די צווייטע אמענדענט אין אמעריקע. אין אייראפע איז דאס נישט געווען די סטאנדארט. ציווילע זענען נישט עבלויבט געווארן קיין געווער.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3993
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 6711

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך וואוילער »

פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 2:59 am
שמות האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 6:00 pm א גוי וואס איך ארבעט צוזאמען פלעגט זיך גרויס האלטן צו מיר מיט זיין ביקס וואס ער פארמאגט.
ביז איין טאג האט ער מיר געזאגט אז זיין זוהן האט איינעם געשאסן ביי א געשלעג, כלומרשט סעלף דיפענס.
און דערווייל זיצט ער אין תפיסה...
#שלא עשנו גוי #גוי'שע חינוך
וואס האט איין זאך מיטן צווייטע?... ער האט א ביקס אין קלאזעט מיט א פין נאמבער... און זיין זון איז א רוצח.
ווען א רויבער קומט אים אקעגן לויפט ער עפענען די פארשפארטע קלאזעט?
.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
שרייב פאוסט