Spa 42 האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 05, 2023 7:29 pm
צווייטער האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 05, 2023 5:43 pm
דו ביסט מסביר אז מ'דארף זיך בכלל נישט מתיחס זיין צו די טענות וויבאלד ס'קומט פון די באקאנטע אנטי אימעילס, ממילא איז אירעלעוואנט זייערע טענות און מ'דארף בכלל נישט דן זיין לגופו של דבר.
אבער דו האסט געקוואוט די ווערטער:
''איך קוק דאס אן ווי עפעס א "קאמאן קאר" סטייל טענה.
אויב וועסטו געוואויר ווערן אז די ווילנא ש"ס אויסשטעל האט געמאכט א פרייער איד, וועט עס ווערן פראבלעמאטיש?
נישט דאס איז די נושא, צו דער ערפינדער איז דער אדער יענער. לדעתי.''
ממילא האלטסטו אז מ'דארף יא קוקן לגופו של דבר און ס'איז בכלל נישט נוגע פון ווי ס'קומט
@דער תהלים איד האט געשריבן אז עס
קוקט אויס ווי א קאמאן קאר סטייל טענה.
האב איך געשריבן אז עס קומט
טאקע פון די קאמאן קאר אימעיל בלעסט.
איך האב בכלל נישט געשריבן מיין מיינונג אין די נושא.
דער בחור מיט פרישע סחורה...
קרית יואל מאנרא
אין ווייטערדיגע באריכטן איבער דעם נייעם משכילישן זכרו חדר, וואס איז לעצטנעס געגרינדעט געווארן אינערהאלב די תלמוד תורה אין קרית יואל [מהר"א] דורך די געוועזענע דריי בעלי בתים פון וועד החינוך,
וועלכע האבן אדאפטירט א לערן פראגראם וועלכע שטאמט פון א געוועזענע נוצרי, אין היינטיגער מזרחי'סיטישער קוק'ניק, מיטן נאמען דן בארי, וועלכער רייסט אויס אונזער גאנצן מסורה וואס מיר האבן מקבל געווען מאבותינו ורבותינו מדור דור ביזן בארג סיני.
דעם פארגאנגענעם מיטוואך פרשת וירא תשפ"ד, האט כ"ק מרן אדמו"ר מסטאמאר שליט"א [מהר"א] פארופן אן מסיבת שבע ברכות, לרגל נישואי נכדתו היקרה, ווי מען האט אצינד איינגעלאדענט אלע חשובע סופרי סת"ם פון די שטאט קרית יואל.
מען האט דארט אויך געגעבן די געלעגענהייט פאר די חשובע סופרים אויך אנצופרעגן אלע זייערע שאלות בעניני סת"ם,
איינע פון די סופרים האבן אנגעפערעגט איבער די נייע רצועות וואס ווערט לעצטנעס פארקויפט, וועלכע איז אהערגעשטעלט געווארן, אז עס איז געפארבט שווארץ פון ביידע זייטן אדורך און אדורך, וועלכע איז געמאכט געווארן צו פארמיידן שאלות אויף די סתם רצועות וועלכע קענען אמאל ווערן אפעגעריבן און עס פארלירט דעם שווארצן קאליר, וואס ברויך זיין שווארץ הלכה למשה מסיני.
האט כ"ק מרן רבינו שליט"א דערויף גענטעפרט וזל"ק:
די כלל איז, וועלכע זאך הייסט יא אדער נישט משנה געווען מדרכי אבותינו ורבותינו, א יעדע זאך וואס אונזערע רבי'ס און אונזערע עלטערן האבן אויך געקענט טוען, און פונדעסוועגן דאך האבן זיי עס -משום איזה סיבה- נישט געטוען, דאן לויטעט דערויף דעם כלל, פון שמע בני מוסר אביך ואל תטוש תורת אמך, און מען זאל נישט משנה צו זיין פון וואס אונזערע עלטערן און רבי'ס האבן זיך געפירט.
די קלארע פסק און הוראות קודש, פון כ"ק מרן רבינו שליט"א, בנוגע מאכן שינוים, און אנרירן מסורת אבותינו ורבותינו איז געווען כמים קרה על נפש עיפה, פאר די טויזענטער עלטערן, פון די צוועלף טויזענט קינדער פון מוסדותינו הקדושים, וועלכע זענען זיך מוסר נפש נישט משנה צו זיין קיין קוצו של יוד, בפרט בעניני חינוך בנינו ובנותינו, און זענען זיך פולשטענדיג מתנגד צו די נייע קרומע דרכים וואס די געוועזענע בעלי בתים, פראבירן מסית ומדיח צו זיין געוויסע עלטערען, אז זיי זאלן זיך לאזן פארפירן און חלילה וחס טשעפן אונזערע הייליגע חינוך וואס מיר האבן מקובל ביזן בארג סיני.ווייל הלא הדברים קל וחומר, מה דאך ביי רצועות, וואס כולי עלמא מודו אז די שווארצע רצועות איז דא א הידור בהלכה, אבער ווי באלד, אונזערע עלטערן און רבי'ס האבן דאס נישט געמאכט, ברויכן מיר נישט זיין קלוגער,
איז דאך על אחת כמה וכמה, חלילה וחלילה זיך צו וואגן צו טשעפען און משנה זיין אונזער הייליגע דרך החינוך וואס מרן רביה"ק בעל ויואל משה זצוק"ל האט אוועקגעשטעלט, איז דאך אוודאי און אוודאי אז מען טאר נישט אפילו צורירן צו וועלן טוישן אפילו א משהו פונעם דרך אבותינו ורבותינו.
אויפן פארלאנג פון אונזעט טויזענטער נאכפאלגער, ברענגן מיר נאכאמאל אראפ די קלארע הוראה פון כ"ק מרן רבינו שליט"א, -אויך ביי אן ענדליכע מסיבת שבע ברכות נאך בשנת תשע"א - אויף נישט צו משנה זיין קיין משהו אין עניני חינוך, ובפרט אזא דראמאטישע טויש פון די מהלך פון דעם 'זכרו' חדר וועלכע שטאמט פון פארברענטע חסידים פון קוק ימח שמו וזכרו, אז דאס האט נישט קיין פלאץ דא ביי אונזער הייליגע מוסדות.