בלאט 8 פון 8
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: מיטוואך מערץ 19, 2025 12:55 am
דורך הדסים
דער מאדים איז לענ"ד געווען גאר שוואך, אן אויסגעדראשענער געדאנק אנע חידושים.
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: מיטוואך מערץ 19, 2025 3:03 pm
דורך איש חשוב

- Moment Magazine 531 Cover.jpg (545.66 KiB) געזען געווארן 600 מאל
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: דינסטאג מערץ 25, 2025 5:42 pm
דורך ר׳ יואל קליין
איך וויל אריינשיקן עטליכע פראו בילדער צום פארמעסט. וואס איז די אדרעס צו שיקן?
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: דינסטאג מערץ 25, 2025 6:07 pm
דורך עדיטאריעל
ר׳ יואל קליין האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 25, 2025 5:42 pm
איך וויל אריינשיקן עטליכע פראו בילדער צום פארמעסט. וואס איז די אדרעס צו שיקן?
farmest@momentmagazine.org
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 27, 2025 2:31 pm
דורך דער תהלים איד

- image.png (1.25 MiB) געזען געווארן 397 מאל
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 27, 2025 2:36 pm
דורך דער תהלים איד
כ'האב געפאוסט דא דעם מאמענט דעקל, נישט צו אדווערטייזן נאר צו עטוואס קריטיקירן.
די עצם נושא איז א קריטישע נושא. ס'איז לדעתי טאקע גאר וויכטיג צו ברענגען אווערנעס אז ווער עס לאזט נישט קינדער גיין צו זייער טאטע/מאמע נאכ'ן זיך צוטיילן ל"ע איז באטראכט ביי אלעמען ווי אן אכזר ורשע, אכזריות'טע ומרשעת, ס'איז אומדערהערט און האט נישט קיין תירוץ, ס'איז אפגעפרעגט, אויב דו טוסט דאס זיי וויסן אז יעדער - אפילו ווער עס קלאפט דיר מכלומרשט אין פלייצע - האלט דיך פאר א רשע מרושע.
נאר וואס, דא פארשטיי איך - כאטש כ'האב עס נישט געליינט אינעווייניג - אז מ'האט געמאכט א שמועס מי לעבעדיגע מענטשן. דאס מיינט, אז ווען זיי רעדן איבער דעם, בארעדן זיי זייער צד השני, די "נישט גערעכטע זייט" וואס טוט די שרעקליכע עוולה.
אין אנדערע ווערטער, מיינט דאס אז איך קען נעקסטע וואך האבן אן ארטיקל איבער עפעס א גט פרשה, וואו די צווייטע זייט איז אויסדרוקליך נישט גערעכט?... נאכדעם איבער עפעס א די"ת וועגן א פראפערטי וואס די צווייטע זייט האט מרים יד געווען בתורת משה?... כ'מיין...
יא, יענער איז זיכער נישט גערעכט, אבער א היימישע מאגאזין באשרייבט א יחיד'ס שרעקליכע עוולות?
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 27, 2025 2:47 pm
דורך פופציגער
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 27, 2025 2:36 pm

ביסט זיכער מאמענט האט געשריבן נעמען?
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 27, 2025 2:49 pm
דורך דער תהלים איד
אה, דאס דארפסטו ענדערש וויסן...
כ'האב געשריבן אז כ'פארשטיי אזוי. עקטשולי, כ'האב געהערט מענטשן רעדן בערך אזוי... אויב איז עס נישט אזוי, קענסל איך מיין טענה.
אפשר איז די טענה געווען אז מ'קען אליינס פארשטיין פון וועמען מ'רעדט.
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 27, 2025 3:21 pm
דורך פופציגער
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 27, 2025 2:49 pm
אה, דאס דארפסטו ענדערש וויסן...
כ'האב געשריבן אז כ'פארשטיי אזוי. עקטשולי, כ'האב געהערט מענטשן רעדן בערך אזוי... אויב איז עס נישט אזוי, קענסל איך מיין טענה.
אפשר איז די טענה געווען אז מ'קען אליינס פארשטיין פון וועמען מ'רעדט.
דאס אז מענטשן רעדן איז אומפארמיידבאר.
דער שמועס איז פולקאם אנאנים.
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 27, 2025 3:23 pm
דורך דער תהלים איד
גאט איט!
שכוח פאר'ן קלארשטעלן.
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 27, 2025 3:54 pm
דורך דער תהלים איד
איינער האט מיר יעצט געשיקט אפאר בילדער פונעם ארטיקל. אויב די 'ערשטע' נעמען זענען עכט, איז עס א היבשע געוואגטע זאך. איך וואלט עס נישט גע'עצה'ט צו טון.
איך שיהי' קומט אבער קרעדיט פאר'ן שטיפן די עצם נושא, און ס'איז ניטאמאל גענוג. ס'דארף גיין פייער דערויף! יעדע מאמע וואס האלט צוריק קינדער פון פולע וויזיטעישן'ס, מיט אלע תירוצים אינאיינעם, זאל וויסן אז יעדער קוקט איר אן ווי א מרשעת! יא א מרשעת!
ס'איז א פחד וואס אלס ס'גייט פאר, איך קען עטליכע קעיסעס, און כ'האב לעצטנס געהערט פון איינעם, א טאטע וואס זיין לעצטע קשר מיט זיין טאכטער וואס איז יעצט 26 יאר איז געווען, ווען זי איז א כלה געווארן און זי האט געקאלט בעטן אז אויב ער קומט צו איר תנאים זאל ער נישט זיצן אויבנאן.
מ'קען וויינען.
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 27, 2025 4:29 pm
דורך עדיטאריעל
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 27, 2025 3:54 pm
איינער האט מיר יעצט געשיקט אפאר בילדער פונעם ארטיקל. אויב די 'ערשטע' נעמען זענען עכט, איז עס א היבשע געוואגטע זאך. איך וואלט עס נישט גע'עצה'ט צו טון.
איך שיהי' קומט אבער קרעדיט פאר'ן שטיפן די עצם נושא, און ס'איז ניטאמאל גענוג. ס'דארף גיין פייער דערויף! יעדע מאמע וואס האלט צוריק קינדער פון פולע וויזיטעישן'ס, מיט אלע תירוצים אינאיינעם, זאל וויסן אז יעדער קוקט איר אן ווי א מרשעת! יא א מרשעת!
ס'איז א פחד וואס אלס ס'גייט פאר, איך קען עטליכע קעיסעס, און כ'האב לעצטנס געהערט פון איינעם, א טאטע וואס זיין לעצטע קשר מיט זיין טאכטער וואס איז יעצט 26 יאר איז געווען, ווען זי איז א כלה געווארן און זי האט געקאלט בעטן אז אויב ער קומט צו איר תנאים זאל ער נישט זיצן אויבנאן.
מ'קען וויינען.
כ'ווייס נישט צו אלע, אבער איינע פון די אינטערוואוס איז די 'ערשטע' נאמען די עכטע - איך קען פערזענדליך גוט יענעמס געשיכטע.
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 27, 2025 4:32 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
פארוואס זאל עס נישט מעגן זיין א עכטע ערשטע נאמען? סך הכל ליינט עס די אנדערע זייט און ווייסן אז מען מיינט זיי. זיי מעגן וויסן... עס לאנג אין פובליק שטייט נישט א פולע נאמען. אזוי איז מיין מיינונג.
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: פרייטאג מערץ 28, 2025 12:26 am
דורך פעיק ניוז
די מאמענט דעקלעך די לעצטע שטיק צייט זענען סופער דופער, ארויף עטליכע ניוואס.