בלאט 8 פון 13

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

געפאוסט: דינסטאג יוני 04, 2024 1:49 pm
דורך שאינו יודע לשאול
אינטערסאנטע באריכט אויף "א בליק": ר' שמעון נעמט זיך אן פאר זיין צושטערטע הדלקה ווען עס פאסירט א "הדלקה" אויף די בערג ארום מירון. (די פייערן אין צפון געשאפן דורך די מיסילס)

א בליק ווידיאו. *מוזיק

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

געפאוסט: דינסטאג יוני 04, 2024 2:28 pm
דורך רעגענדיגע זונטאג
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 1:49 pm אינטערסאנטע באריכט אויף "א בליק": ר' שמעון נעמט זיך אן פאר זיין צושטערטע הדלקה ווען עס פאסירט א "הדלקה" אויף די בערג ארום מירון. (די פייערן אין צפון געשאפן דורך די מיסילס)

א בליק ווידיאו. *מוזיק
אדער קען מען זאגן אז חיזבאלא טוט תשובות המשקל, נאך וואס זיי האבן צושטערט די הדלקות ל"ג בעומר, האבן זיי יעצט אנגעצינדן עטליכע גרויסע הדלקות..

לכבוד התנא האלוקי..

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

געפאוסט: דינסטאג יוני 04, 2024 2:38 pm
דורך שאינו יודע לשאול
רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 2:28 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 1:49 pm אינטערסאנטע באריכט אויף "א בליק": ר' שמעון נעמט זיך אן פאר זיין צושטערטע הדלקה ווען עס פאסירט א "הדלקה" אויף די בערג ארום מירון. (די פייערן אין צפון געשאפן דורך די מיסילס)

א בליק ווידיאו. *מוזיק
אדער קען מען זאגן אז חיזבאלא טוט תשובות המשקל, נאך וואס זיי האבן צושטערט די הדלקות ל"ג בעומר, האבן זיי יעצט אנגעצינדן עטליכע גרויסע הדלקות..

לכבוד התנא האלוקי..
:lol:

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

געפאוסט: דינסטאג יוני 04, 2024 5:19 pm
דורך Spa 42
פאליציי האבן יעצט -אינעם יארצייט- אפגעשפארט די ציון פון שמואל הנביא, און ארויסגעשיקט אלע מתפללים.

עס איז געגאנגן מכות אויף מענער און פרויען צוגלייך.

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

געפאוסט: דינסטאג יוני 04, 2024 6:56 pm
דורך אנדערער
Spa 42 האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 5:19 pm פאליציי האבן יעצט -אינעם יארצייט- אפגעשפארט די ציון פון שמואל הנביא, און ארויסגעשיקט אלע מתפללים.

עס איז געגאנגן מכות אויף מענער און פרויען צוגלייך.
וואס איז די אנגעגעבענע סיבה?

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

געפאוסט: דינסטאג יוני 04, 2024 7:07 pm
דורך Spa 42
אנדערער האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 6:56 pm
Spa 42 האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 5:19 pm פאליציי האבן יעצט -אינעם יארצייט- אפגעשפארט די ציון פון שמואל הנביא, און ארויסגעשיקט אלע מתפללים.

עס איז געגאנגן מכות אויף מענער און פרויען צוגלייך.
וואס איז די אנגעגעבענע סיבה?
סעיפטי.

צופיל מענטשן.

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

געפאוסט: מיטוואך יוני 05, 2024 12:53 pm
דורך Spa 42
Spa 42 האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 5:19 pm פאליציי האבן יעצט -אינעם יארצייט- אפגעשפארט די ציון פון שמואל הנביא, און ארויסגעשיקט אלע מתפללים.

עס איז געגאנגן מכות אויף מענער און פרויען צוגלייך.

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

געפאוסט: מיטוואך יוני 05, 2024 4:59 pm
דורך דער תהלים איד

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 06, 2024 7:17 pm
דורך Spa 42
א איין יעריג קינד פון שדרות איז ליידער נפטר געווארן, נאכן ווערן פארגעסן אין א קאר.

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 06, 2024 7:30 pm
דורך שאינו יודע לשאול
Spa 42 האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 7:17 pm א איין יעריג קינד פון שדרות איז ליידער נפטר געווארן, נאכן ווערן פארגעסן אין א קאר.
ברוך דיין האמת.

😭😭😭

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 06, 2024 9:45 pm
דורך שמח
Spa 42 האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 7:17 pm א איין יעריג קינד פון שדרות איז ליידער נפטר געווארן, נאכן ווערן פארגעסן אין א קאר.
בד''ה

השם ירחם!!

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

געפאוסט: פרייטאג יוני 07, 2024 2:19 pm
דורך דער תהלים איד
עס ווערט געפלאנט א גרויסער עצרת נגד גזירת הגיוס אויף אסרו חג.


Screenshot 2024-06-07 141843.jpg
Screenshot 2024-06-07 141843.jpg (335.99 KiB) געזען געווארן 705 מאל

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

געפאוסט: דינסטאג יוני 11, 2024 1:39 pm
דורך Spa 42
פאליציי אין יפו האבן ברוטאל ארעסטירט א חרדישע אינגערמאן פון אמעריקע, וואס לויט עדות איז ער ארעסטירט געווארן פארן נישט באצאלן ארויפגייענדיג אויפ'ן באן, אדער צוליב נישט וועלן ווייזען אינדענטיפיקאציע באווייזן.

די פאליציי האבן דערשטיקט דעם אינגערמאן, בשעת ער האט געשריגן און געוויינט פאר הילף.

ווען אן אנוועזענדע האט פארגעהאלטן די פאליציי, האבן זיי געשריגן, "פארשטאָפּט איר פיסק"

די פאליציי האט דערנאך ווילד אראפגעווארפן די אינגערמאן אויפן ערד.

די שר הבריאות אוריאל בוסו האט אין א סטעיטמענט געזאגט:
די ווילדקייט פון פאליציי אקעגן ציווילע איז געפערליך, און דארף קומען צו אן ענדע.

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

געפאוסט: פרייטאג יוני 14, 2024 3:08 pm
דורך שאינו יודע לשאול
שומרון - א יונגע פארפאלק וואס האלט אינמיטן שבע ברכות און וואינט אין א קאראוואן אין די שדה אפרים פארם וואס איז ארומגענומען מיט אראבישע דערפלעך זענען מיט ניסים געראטעוועט געווארן פון אומגעברענגט ווערן אין זייער היים, די פארפאלק וואס האט געהאט די נאכט א שבע ברכות אין א ווייטע געגנט זענען דערפאר געבליבן דארט נעכטיגן. אין די שפעטע נאכט שעות זענען צוויי פאלעסטינער טעראריסטן באוואפנט מיט ביקסן אנגעקומען צום קאראוואן און געזוכט די איינוואינער מיטן ציל זיי צו רצח׳נען, ווען זיי האבן געזען אז זיי זענען נישט דארט האבן זיי אונטערגעצינדן דעם קאראוואן וואס איז ארויף אין פלאמען.



Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

געפאוסט: זונטאג יוני 16, 2024 5:15 pm
דורך Spa 42
העפטיגע זוכערייען קומען פאר נאך א 46 יעריגע פרוי פון בני ברק אלישבע פיקדו.

בשורות טובות

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

געפאוסט: זונטאג יוני 16, 2024 5:18 pm
דורך אלטערנעסייד פארקינג
Spa 42 האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 5:15 pm העפטיגע זוכערייען קומען פאר נאך א 46 יעריגע פרוי פון בני ברק אלישבע פיקדו.

בשורות טובות
וואס איז די נאמען צו מתפלל זיין?

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

געפאוסט: זונטאג יוני 16, 2024 5:22 pm
דורך Spa 42
א 76 יעריגער האט זיך דערטקאנקן אין חיפה, הצלה האט אים ארויסגענומען שוין אן קיין פולס ה"י.

נאכן שווער ארבעטן אויף אים, האט מען אים אריינגעפירט אין רמב"ם שפיטאל ווי ער איז אין א קריטישע צושטאנד.

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

געפאוסט: מיטוואך יוני 19, 2024 11:37 pm
דורך Spa 42
א שווערע עקסידענט האט פאסירט די נאכט אויף כביש 90 ווי צוויי קארס זענען געווען פארמישט.

ווען מד"א איז אנגעקומען האבן זיי ליידער באשטעטיגט די טויט פון 4 פאסאזשירן.

נאך צוויי זענען פארוואונדעט געווארן, און געפינען זיך אין א סטאבילע צושטאנד.

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

געפאוסט: מיטוואך יוני 19, 2024 11:39 pm
דורך Spa 42
4 מענטשן זענען היינט דערטראנקען געווארן אין אשקלון, איינער האט עס נישט איבערגעלעבט, און די אנדערע דריי געפונען זיך אין שפיטאל.

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

געפאוסט: מיטוואך יוני 19, 2024 11:52 pm
דורך אלטערנעסייד פארקינג
רבש"ע עד מתי? 😢

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 20, 2024 11:20 am
דורך שאינו יודע לשאול
JDN
א פארשוין וואס האט גע'גנב'ט א צאל תפילין בייטלעך פון די צאנזער בית המדרש אין חיפה, איז געכאפט און ארעסטירט געווארן דורך די ארטיגע פאליציי, נאך א געלונגענע אויספארשונג וואס איז אנגעגאנגען פאר עטליכע טעג.

באריכטן זענען אריינגעגעבן געווארן צו די פאליציי מיט עטליכע טעג צוריק, אז א צאל טלית און תפילין בייטלעך זענען פארשוואונדן געווארן פון די שאפעס אין ביהמ"ד דורכאויס די נאכט, נאכן דורכקוקן די סעקיוריטי קאמערעס האט מען געזעהן ווי א פארשוין ברעכט זיך איין אין שוהל עטליכע מאל און שפאצירט ארויס מיט זעקלעך תפילין.

נאך א אויספארשונג האט די פאליציי באוויזן צו לייגן א האנט אויף דעם פארשוין, און נאכן אים אויספרעגן איז ער ארעסטירט געווארן, זייענדיג געצווינגען צוריקצוברענגען אלע גערויבטע חפצי קדושה וואס ער האט געהאט ביי זיך אין באזיץ.

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 20, 2024 12:08 pm
דורך שאינו יודע לשאול
אראבער האבן מיט געוואלד בארויבט דעם קאר פון א 70-יעריגער איד נעבן דעם אליהו איבערגאנג אין שומרון. נאך די גניבה, האט דער איד לרפו"ש געליטן א הארץ אטאקע און גייט יעצט דורך CPR.
@ישראל_הלוי

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 20, 2024 12:14 pm
דורך שאינו יודע לשאול
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 12:08 pm אראבער האבן מיט געוואלד בארויבט דעם קאר פון א 70-יעריגער איד נעבן דעם אליהו איבערגאנג אין שומרון. נאך די גניבה, האט דער איד לרפו"ש געליטן א הארץ אטאקע און גייט יעצט דורך CPR.
@ישראל_הלוי
בד"ה. הי"ד.

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 20, 2024 1:43 pm
דורך אלטערנעסייד פארקינג
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 12:14 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 12:08 pm אראבער האבן מיט געוואלד בארויבט דעם קאר פון א 70-יעריגער איד נעבן דעם אליהו איבערגאנג אין שומרון. נאך די גניבה, האט דער איד לרפו"ש געליטן א הארץ אטאקע און גייט יעצט דורך CPR.
@ישראל_הלוי
בד"ה. הי"ד.
שומו שמים!! ווי אזוי האט ער געהייסן?

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

געפאוסט: פרייטאג יוני 21, 2024 7:05 pm
דורך שאינו יודע לשאול
בני ברק - גרויסע ניסים האט פאסירט אויף שאסיי נומער איינס ווען א לאקאלע פאמיליע וואס איז געווען אויפן וועג צו א משפחה בר מצוה אין דער שטאט מודיעין עילית איז געראטעוועט געווארן עטליכע סעקונדעס פאר זייער קאר האט גענצליך אויפגעריסן אין פלאמען,

דער יונגערמאן האט פארציילט אז ער האט אינמיטן פארן געהערט אן אויפרייס פון די מאטאר, ער האט זיך אין אן אויגנבליק אפגעשטעלט אינמיטן די פארנומענע שאסיי און געשריגן אז יעדער איינער זאל שוין ארויס טאנצן, זיין קליינע צוויי יעריג טאכטער האט זיך פארהאנקעט מיט די סיט בעלט און ער איז שנעל אריינגעטאנצן אינעם קאר און איר ארויסגעכאפט, בלויז עטליכע סעקונדעס דערנאך האט די קאר גענצליך אויפגעריסן אין העלישע פלאמען,

ווי פארשטענדליך איז פון די קאר גארנישט געבליבן, בלויז די ספרים וואס ער האט געקויפט פאר די בעל שמחה איז מיט ניסים נישט פארברענט געווארן, בלויז די פאפיר ארום איז געווארן פארברענט.

פילע אידן וואס האבן זיך פארזאמלט האבן ארויסגעהאלפן די משפחה, צווישן זיי זענען געווען צוויי גוטע אידן איינער האט אפגעפירט דעם משפחה צום שמחה, א צווייטער האט געגעבן א שיינע סכום געלט צו קויפן א פרישע קאר.


קרעדיט: א בליק לייוו