'עצרת המיליאן' אין ליכט פון גזירת גיוס ה' לך אין ירושלים

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 7781
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 18662

Re: 'עצרת המיליאן' אין ליכט פון גזירת גיוס ה' לך אין ירושלים

פאוסט דורך דער תהלים איד »

שוהם האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 7:53 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 7:49 pm
שוהם האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 7:39 pm
נאך א מזל טאקע אז די גויים האבן ווייניג געזען איבער די פראטעסט אין מאנהעטן.

ווען ס'וואלט געווען א ריכטיגע איבערקערעניש, און די מדינה וואלט געהאט בושות, וואלטן עס די חברי כנסת אויך גענוצט צו שטיפן זייער געזעץ.

און וועמען גייט אן וואס זיי נוצן אויס? ווייסעכניש.
איך פארשטיי נישט (?) פארוואס פון יעדע פאוסט נעמסטו איין זאך און די איבריגע איגנארירסטו.
ווילאנג @פארטריבן שיקט נישט זיין קוויקפעי... באצאלט מיר קיינער נישט צו שרייבן אויף אידטיש און מיין צייט איז דא גאר באגרעניצט.

הזמן יכלה צו ענטפערן אויף יעדע קוועטש.

איך וועל געווענליך אויסוועלן א נקודה וואס איז א הויפט יסוד, אדער וועל איך אויסקלויבן עפעס וואס קען איינעם באמת שווער זיין און איבערלאזן די וואס א אלגעמיינע ליינער ווייסט דעם תירוץ אפילו אן זאגן.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 7781
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 18662

Re: 'עצרת המיליאן' אין ליכט פון גזירת גיוס ה' לך אין ירושלים

פאוסט דורך דער תהלים איד »

צריכין פרנסה האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 11:17 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 8:01 pm
צריכין פרנסה האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 7:09 pm וואס @דער תהלים איד זאגט מיט א ליצנות'דיגע שטימונג אנבאלאנגט אן אסיפת ההנהלה, איז אויך ווייט פון צו די זאך. מימים ימימה איז אזוי געגאנגען די החלטות אין די עדה. אדרבא, זאגט @דער תהלים איד , איר ווייסט אפשר וואס איז געווען מיט די השגחה אויפן תנובה פעקטארי?, וכהנה רבות אשר א"א לפורטם.
אזויפיל קען מען זאגן, אין די הנהלת העדה זענען אליינס געווען גדולי ישראל, א ביישפיל ווי מרא דכולא תלמודא הגאון ר' גרשון שטמר זצללה"ה, און היינט אויך יבלחט"א, געפונען זיך אין די הנהלת העדה גרויסע אידן, צום ביישפיל, הרב הצדיק ר' משה קרמר שליט"א ממנהיגי ברסלב, ועוד.
WOW!

איך לייג דאס אוועק.

רבותי איר הערט? ווער מאכט החלטות אין די עדה החרדית? נישט א גאב"ד, נישט א ראב"ד, נישט חברי ביד"ץ, נאר ר' אפרים שטערן, ר' נחמן יאקאב, ר' נציג פלוני מתוא"י ונציג פלוני מקהל פרושים, וכו' וגו'.

און איבער דעם - לדבריך - רבה של ירושלים ומנהיגה של יהדות החרדית הגאון רבי גרשון שטעמער זכר צדיק וקדוש לברכה לחיי העולם הא, העמיר דא בלייבן.


צריכין פרנסה האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 7:09 pm מרן הגאב"ד בעל שערי טובי' זצללה"ה האט אין אנהייב געהאט חילוקי דעות מיט הגר"ג זצ"ל, און מרן הקנה בושם זצללה"ה האט פארופן אן אסיפה בייים רב ז"ל אין שטוב, צו מסביר זיין ר' גרשון'ס אמט אין ירושלימ'ער החלטות, נאך מימות מרן הגאב"ד בעל מנחת יצחק, פון דאן לא זזה ידו מתוך ידו כידוע. שמעתי פרטי הדברים מעד נוכח
איך גלייב נישט אזא מעשה אויפ'ן בעל קנה בושם זצ"ל, אבער איך שיהי' אויב איז געווען עפעס וואס האט געמאכט דעם גאב"ד זצ"ל אנהויבן נאכגיין נאך די הנהלה ועל פיהם יושק, ווערן אסאך זאכן הערליך פארענטפערט.

להצדיק את הצדיק.
@דער תהלים איד ס'האט מיר נישט אויסגעזעהן ווי דו ווילסט פארשטיין, דעריבער האב איך נישט ציטירט דיין פאוסט. ביי דיר וועט שטענדיג סייווי זיין נאר איין צד, (ניטאמאל פון ירושלים נאר פון שטעטל ק"י, כמבואר בכל רחבי הפארום)
איך קען דיר נישט פערזענליך, אבער אז דו אטאקירסט מיר וועל איך דיר דערציילן:

איך האב א אמונה טפילה, אז ווען מיר גייען זיך קענען פערזענליך, וועט זיך ארויסשטעלן אז איך פארשטיי 2 צדדים און דו נישט. אזוי שמעקט עס. (איך זאג נישט אז איך שרייב ביידע צדדים, נישט אלעס וואס איך טראכט און ווייס שרייב איך, ואתך הסליחה...)

אין דעם אשכול למשל, בין איך דער וואס פארשטייט די צד פון נישט גיין און די צד פון יא גיין. און די אנדערע זענען די וואס פרובירן צו זאגן אז דאס גיין איז כאילו א עולה. כאפסט? און דא זאגסטו אז?

עניוועי. דאס איז נאר אגב.


צריכין פרנסה האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 11:17 pm איך האב נישט געשריבן אז די הנהלה מאכט החלטות, ח"ו, פונקט פארקערט, נאר א גאב"ד, מיט א ראב"ד, מיט די ביד"צ, "אלע צוזאמען" ווי פארשטייט זיך.
א גאב"ד האט קיינמאל נישט געמאכט קיין החלטות אליינס, נאר אויב בי"ד האט אויך געהאלטן אזוי, אויב עס איז אייך אזא בייז-וואונדער,דאן זענט איר נישט באקאנט מיט די הלוך ילך אין די עדה דורך ירושלים, אפשר דורך קרית יואל.
ריכטיג, וכך הוה אז גאנץ בי"ד איז געזיצן בהרכב מלא און באשלאסן אז אויב קומט מען נאך די תנאים גייט בי"ד גיין.

דער איינציגער וואס האט געהאלטן אנדערש איז געווען א חבר הנהלה. נאר, ס'איז נישט געווען קיינעמס אינטערעסע צו מאכן דערפון א פייער ממילא האט מען עס געלאזט לויפן.

*

אגב אז דו רעדסט פון נישט מאכן באשלוסן אליינס, איך קען א פרשה פון בערך 10 יאר צוריק, וואו איך האב אליינס גערעדט מיט חברי ביד"ץ, און ס'איז ארויסגעקומען פסקים וואס בלויז 2 פון די 7 חברי הביד"ץ האבן אזוי געהאלטן. די אנדערע האבן אדער נישט געהאט קיין מיינונג אדער געהאלטן שארף להיפך, נאר זיי האבן אונטערגעשריבן ווייל ס'איז געווען א ציווי, א באפעל, און זיי האבן נישט געוואלט רעזיגנירן צוליב דעם...

סו די חילוק פון היינט ביז דעמאלס איז, אז היינט קען יעדער חבר הביד"ץ באמת זאגן זיין דעת תורה, א זאך וואס איז שוין נישט געווען אין בי"ד פאר 20 יאר, צוליב די מהלך וואס דו לייגסט אן אין רבי גרשון זצללההה"ה.

צריכין פרנסה האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 11:17 pm אלע יארן ווען ס'איז געווען ערנסטע חילוקי דעות אין בי"ד, אדער צווישן מרא דאתרא און בי"ד האבן די הנהלה זיך געזעצט דן זיין, און מ'האט געטוהן כדעת הרוב.
ישתקע הדבר ולא יאמר. חס וחלילה אזוי צו מוציא לעז זיין אויף די עדה החרדית, אז ווען די חברי הבי"ד האבן א וויכוח, גייט מען אראפ א דרגא צו די פראסטע און הייליגע חברי הנהלה בענעזאם ועל פיהם יושק.

מיר זענען נישט קיין מוסולמענער און נישט קיין קריסטן. ח"ו!!! ביי אונז איז דעת תורה קובע. עס איז בכלל נישט נוגע וויפיל חשובע אידן די הנהלה האט אמאל געהאט.

*

און צוריק צום עיקר, ביי אונזער פאל איז בכלל נישט געווען קיין מיינונג פארשידנהייט ביי די רבני העדה, ס'איז געווען מוחלט בהרכב מלא, נאר א פשוטער חבר הנהלה פאליטיקאנט האט געמאכט א אסיפת בעלי בתים און באשלאסן אז נישט, כדי ס'זאל ווערן אזא "למען השלום" צו זיין שב ואל תעשה...

נו, כל הכבוד, די עדה איז חרוב ונחרב, נאו פראבלעם. אבער ב"ה אז א גאב"ד איז דא א גדול בישראל, און ער האט געטון וואס ער האט צו טון.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 7781
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 18662

Re: 'עצרת המיליאן' אין ליכט פון גזירת גיוס ה' לך אין ירושלים

פאוסט דורך דער תהלים איד »

totty האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 10:02 pm
שוהם האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 9:11 pm
totty האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 9:02 pm
לאמיר זיין אביסל קלאר:
אלע דייני העדה החרדית ווי אויך דער גאב"ד שערי טובי' און גאב"ד תשובות והנהגות האלטן אז גיין צי א מחאה מיינט נישט אראפנעמען די התבדלות פון הייליגן חת"ס עכ"פ אויב זיי קומען נאך די פארלאנגען
און א ניק אויף אידטיש מיט א געוויסע פאליטיקאנט אינערהאלב הנהלת העדה האלטן אנדערש

זאל יעדער אויספאלגן די הוראות פון זיינע מנהיגים ושלום על ישראל...
מרן הגאב"ד זצ"ל האט געהאלטן אז גיין צו א מחאה וואס פארלאנגט נישט קיין פשרות איז נישט קיין סתירה מיט התבדלות. כצ"ל.

ביים פאריגן פראטעסט איז נישט געווען קיין רעדע וועגן פשרות זיי האבן פארלאנגט אז מ'זאל פטר'ן יעדן, פארשטייט זיך אז איינמאל זיי זענען צוריק געווען אין דער ממשלה האט מען פארגעסן פון אלע צרות.

חוץ וואס דאן איז אויך געווען תיכף א געזעץ פון פשרות וואס טאקע צוליב דעם האט די עדה האט זיך אויסגענומען מיט די מארגנים אז עס זאל זיין קלאר אז מען איז נישט מסכים אויף קיין פשרות כדי מזאל נישט קענען ניצן די עצרת אויף די פשרות
און די מארגנים האבן דאס שטארק איינגעהאלטן

צווישן אנדערע ווערטער אין די החלטת העצרת שטייט:
"התורה היא אשר מסרו אבותינו את נפשם על לימודה ועל קיומה זה אלפי שנים. אין לנו שיור אלא התורה הזאת"
"כי יש לשמור מכל משמר על ההסדר שהיה קיים במשך כל השנים לגבי לומדי התורה, שכל החפץ ללמוד תורה יוכל לעשות זאת ללא מגבלה וללא הפרעה"

אוודאי צווישן אונז זאגט מען מער ווי סתם לומדי תורה נאר אלע שומרי תורה אבער פון זייער זייט איז עס זייער שטארק געשריבן און געזאגט אז עס זאל נישט זיין קיין שום "הגבלות" וואס איז זייער קלאר קעגן סיי וואסערע פשרות און יעדים נאר צוריקגיין צום אמאליגן הסדר

אויך איז אינטערסאנט ווי זיי זענען נישט נאר מוחה אויף די בג"ץ ווי פאריגעס מאהל נאר אויך קעגן די ממשלה:

"ג. העצרת מוחה כנגד מערכות המשפט והפקידות המשפטית, שבעזות מצח לוחמים נגד התורה ונגד לומדיה. כל החלטותיהם והכרעותיהם, לרבות המלצותיהם ועצותיהם, נובעות אך ורק מרצון להתנכל ללומדי התורה ולהצר את צעדיהם. ולדאבוננו נתקיים בנו, מקום המשפט שמה הרשע. העצרת קוראת לאותן מערכות לחזור בהם מדרכם הנלוזה, ומזימתם לא תצלח! וכמו כן העצרת מביעה את כאבה נגד ממשלת ישראל אשר לא פעלה כדי למנוע מצב מחפיר זה. אנו נמשיך בלימוד התורה בכל תנאי ובכל מצב."


נאך איז אינטערסאנט די ווערטער וואס קוקט אויס זייער שטארק א מחאה אויף די שלטון הרשע וואס רבינו הקדוש וואלט זיכער הנאה געהאט עס צי זעהן.. וואו זיי פארשעמען די מדינה אז אין גאנץ וועלט קען מען לערנען רואיג נאר אין ארה"ק רודפט מען ערליכע אידן


"ד. העצרת פונה בלב כואב לאחינו בית ישראל, ולאותם התועים שטרם זכו לאור התורה, בקריאה נרגשת, אחינו! בכל העיתים והזמנים אבותינו מסרו את נפשם למען לימוד התורה הקדושה, היתכן שדווקא כאשר זכינו להיות בארה”ק תהיה פגיעה בלומדי התורה?! לא יעלה על הדעת שבכל העולם מתאפשר לכל אדם ללמוד תורה כרצונו ודווקא בארה”ק ירדפו את בני התורה."


אגב איך בין מסכים צי הערן א צד נישט צי גיין אבער פארשטיי דער וואס איז יא געגאנגען אז ער האט גארנישט געטוישט פון שיטת רבינו הויואל משה און נישט פון חת"ס

דער סדר העצרת, און די החלטות וואס דו ברענגסט דא זענען אין א געוויסן זין נאך שארפער ווי ביים עצרת המיליון קעגן די לאפיד גזירה, וואו דער בעל שערי טוביה זצ"ל האט געהייסן גיין:

Screenshot 2025-10-31 143734.jpg
Screenshot 2025-10-31 143734.jpg (56.22 KiB) געזען געווארן 858 מאל
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1080
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 3647

Re: 'עצרת המיליאן' אין ליכט פון גזירת גיוס ה' לך אין ירושלים

פאוסט דורך Think and Thank »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 31, 2025 2:40 pm דער סדר העצרת, און די החלטות וואס דו ברענגסט דא זענען אין א געוויסן זין נאך שארפער ווי ביים עצרת המיליון קעגן די לאפיד גזירה, וואו דער בעל שערי טוביה זצ"ל האט געהייסן גיין:


Screenshot 2025-10-31 143734.jpg

ביי די יעצטיגע החלטות איז געווען א רוף נישט משתף פעולה צו זיין מיט סיי וועלכע פלאן פאר גיוס 'חרדים' (נישט ספעציפיש בני תורה)?
ביי די יעצטיגע החלטות איז געווען א ווארענונג אז אריינשלעפן דעם ציבור אין א קאמף וועט פירן צו א מרי אזרחי און זאגאר א ברודער קריג?
נאסע שמאטעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 350
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 752

Re: 'עצרת המיליאן' אין ליכט פון גזירת גיוס ה' לך אין ירושלים

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

@Think and Thank אויב דו מאכסט דיוקים איז עס דעמאלס אודאי אויך געשטאנען נאר אלס א קריאה פאר "תלמידי הישיבות והכוללים". עס איז דאך ווייט נישט קיין נייע מהלך. נישט אזוי? סוי די חילוקים קוקן נישט אויס צו זיין א זאך וואס מאכט די הלכה אנדערש.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1080
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 3647

Re: 'עצרת המיליאן' אין ליכט פון גזירת גיוס ה' לך אין ירושלים

פאוסט דורך Think and Thank »

נאסע שמאטעס האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 31, 2025 3:47 pm @Think and Thank אויב דו מאכסט דיוקים איז עס דעמאלס אודאי אויך געשטאנען נאר אלס א קריאה פאר "תלמידי הישיבות והכוללים". עס איז דאך ווייט נישט קיין נייע מהלך. נישט אזוי? סוי די חילוקים קוקן נישט אויס צו זיין א זאך וואס מאכט די הלכה אנדערש.

איך באצי זיך ספעציפיש צו וואס דער תהילים איד האט געשריבן אז די יעצטיגע החלטות זענען שארפער ווי דעמאלס, ווייז איך אן אז דעמאלס האט מען ארויסגעשטעלט א רוף קעגן צוהעלפן סיי וועלכע פלאן וועלכע צילט גיוס חרדים (וואס אזא רוף ביי די יעצטיגע עצרת וואלט געמיינט ארויסטרעטן עמטליך קעגן די יעצטיגע אקטיוויטעטן פון אגודה) ווי אויך א סטראשע מיט א בירגער קריג, עפעס פון וואס די יעצטיגע החלטות חלומ'ען נישט.
נאסע שמאטעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 350
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 752

Re: 'עצרת המיליאן' אין ליכט פון גזירת גיוס ה' לך אין ירושלים

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

יעצט שטייט פונקט אזוי "ללא מגבלה" וואס איז קעגן די פלאן פון די חרדישע נציגים. און יעצט שטייט אויך א מחאה קעגן די ממשלה וואס איז דעמאלס נאר געווען א קריאה.
אוועיטער
עדיטאריעל
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1488
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:46 am
x 5348

Re: 'עצרת המיליאן' אין ליכט פון גזירת גיוס ה' לך אין ירושלים

פאוסט דורך עדיטאריעל »

כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
אוועיטער
עדיטאריעל
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1488
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:46 am
x 5348

Re: 'עצרת המיליאן' אין ליכט פון גזירת גיוס ה' לך אין ירושלים

פאוסט דורך עדיטאריעל »

כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
שוהם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 309
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 11:27 pm
x 518

Re: 'עצרת המיליאן' אין ליכט פון גזירת גיוס ה' לך אין ירושלים

פאוסט דורך שוהם »

עדיטאריעל האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 10:56 am https://www.dropbox.com/scl/fi/wycd0u1q ... s&e=2&dl=0
ווער איז דאס?
שמח האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 10:35 pm אויב האסטו נישט וואס צו ענטפערן קען דאס זעלבסט זיין דער ענטפער.
יעקב דוד
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 11:20 pm
x 193

Re: 'עצרת המיליאן' אין ליכט פון גזירת גיוס ה' לך אין ירושלים

פאוסט דורך יעקב דוד »

מטות מסעי האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 11:57 am איך האב די ווידעא ווי ער פאלט ליידער אבער געלונגט מיך נישט צו ארויף לייגן
סאיז טאקע דא אזא ווידיאו? נאך איינער האט עס געזעהן?
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1696
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2780

Re: 'עצרת המיליאן' אין ליכט פון גזירת גיוס ה' לך אין ירושלים

פאוסט דורך טיפע טאשן »

יעקב דוד האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2025 10:28 am
מטות מסעי האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 11:57 am איך האב די ווידעא ווי ער פאלט ליידער אבער געלונגט מיך נישט צו ארויף לייגן
סאיז טאקע דא אזא ווידיאו? נאך איינער האט עס געזעהן?
יא עס איז דא
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
שרייב פאוסט