בלאט 8 פון 39
Re: בולעטין
געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 14, 2024 9:50 pm
דורך שאינו יודע לשאול
Luigi Mangione, דער אנגעקלאגטער אויפן יונייטעד העלטקער מארד, האט אויפגענומען Karen Friedman Agnifilo, א געוועזענער מאנהעטן דיסטריקט פראקוראר, אים צו פארטיידיגן.

- unnamed - 2024-12-14T214809.333.jpg (37.63 KiB) געזען געווארן 397 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 14, 2024 9:55 pm
דורך שאינו יודע לשאול
דער פארלאמענט אין דרום קארעא האט אימפיטשט דעם ארטיגן פרעזידענט צוויי וואכן נאך זיין דורכגעפאלענער מארשאל לאו דעקלעראציע.

- im-43523015.jpg (44.14 KiB) געזען געווארן 398 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 14, 2024 9:59 pm
דורך שאינו יודע לשאול
געהילפן צו מעיאר עדעמס פרובירן אים צו שאפן א טיקעט צו טראמפס איינשווערונג וואו ער וויל זיך באטייליגן, אין א צייט ווען דער מעיאר רוקט זיך נענטער צו טראמפ אויף אימיגראציע און נאך.

- 2022-06-29T020154Z_1469114981_RC2D1V9VW1AH_RTRMADP_3_USA-ELECTION-NEW-YORK-1024x683.jpg (87.47 KiB) געזען געווארן 395 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 12:24 am
דורך שאינו יודע לשאול
די ענווייראמעטאלע פראטעקשאן אגענטור זאגט אז זיי וועלן ערלויבן קאליפארניע פאראויסגיין מיט א געזעץ וואס וועט אינגאנצן פארבאטן גאז געטריבענע קארס ביז 2035.

- 107109701-16614706031661470599-25097748378-1080pnbcnews.jpg (44.39 KiB) געזען געווארן 360 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 12:43 am
דורך שאינו יודע לשאול
די ווייסע הויז זאגט אז די דראונס וואס ווערן לעצטנס געזען העכער ניו דזשערסי זענען נישט פון אויסלענדישע רעגירונגען, נאר דאס איז דראונס וואס מענטשן שיקן ארויף מיט לעגאלע באשטעטיגונג.
דאס קומט נאכדעם וואס א ניו דזשערסי סענאטאר האט באשולדיגט אז די דראונס זענען שפיאנאזש געצייג דורך איראן.

- 76991791007-usatsi-24978574-168402931-lowres.jpg (158.76 KiB) געזען געווארן 348 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 12:47 am
דורך שאינו יודע לשאול
טראמפ האט פרייטאג געזאגט אז ער וועט פרובירן צו ענדיגן די דעילייט סעווינג טיים, ווען מיליאנען אמעריקאנער רוקן דעם זייגער צו פארדינען נאך א שעה ליכטיגקייט.

- 1657543781293.jpeg (42.54 KiB) געזען געווארן 346 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 12:51 am
דורך שאינו יודע לשאול
דער פראנצויזישער פרעזידענט מאקרון האט נאמינירט דער צענטריסטישער François Bayrou אלס דער קומענדיגער פריים מיניסטער, דער פערטער פריים מיניסטער אין איין יאר.

- 2024-12-13T135823Z_590102149_RC2DOBA8C59L_RTRMADP_3_FRANCE-POLITICS-1024x683.jpg (133.73 KiB) געזען געווארן 345 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 12:53 am
דורך שאינו יודע לשאול
א רוסישע מיסיל אטאקע האט באטראפן אוקריינישע ענערגיע איינריכטונגען.

- 13ukraine-strike-placeholder-zvlh-articleLarge.jpg (36.43 KiB) געזען געווארן 345 מאל

- 2022-10-22T164727Z_1518833443_RC2G6X9TUQ5Q_RTRMADP_3_UKRAINE-CRISIS-ENERGY-STRIKES-1024x766.jpg (179.03 KiB) געזען געווארן 345 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 1:01 am
דורך שאינו יודע לשאול
מיטש מעקאנעל האט ארויסגעלייגט א סטעיטמענט אין שטיצע פון די פאליא וואקסין און געשריבן אז "פרואוון צו אינטערמינעווען די באגלייבטקייט פון מעדיצינען וואס זענען באשטעטיגט אלס אפעקטיוו, איז נישט בלויז מיסאינפארמאטיוו, נאר סכנה'דיג.
די סטעיטמענט פון מעקאנעל וועלכער איז אליין א פאליאו איבערלעבער, איז א רעאקציע צו פריש פארעפנטליכטע באריכטן אז א געהילף צו RFK האט עטליכע יאר צוריק פרובירט צו איבערצייגן די FDA אראפצונעמען די אפראוועלס פון די פאליאו וואקסינען.

- EEUU-MITCH_McCONNELL_61644.jpg (138.11 KiB) געזען געווארן 343 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 1:05 am
דורך שאינו יודע לשאול
אן אפעלאט געריכט האט געלאזט אין פלאץ א אורטייל וואס פארלאנגט פון טיק טאק צו פארקויפט ווערן אדער וועט עס פארבאטן ווערן אין אמעריקע, נאכדעם וואס די סציאלע מידיע פלאטפארמע האט פרובירט צו פרירן די אורטייל וואס איז ארויסגעגעבן געווארן פריער אין יאר.
דער קעיס וועט מעגליך גרייכן צום סופרים קאורט.

- 107210361-1679006788827-gettyimages-1248389594-AFP_33BG8EN.jpeg (93.75 KiB) געזען געווארן 341 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 1:09 am
דורך שאינו יודע לשאול
קאנגרעספרוי פעלאוסי, געוועזענע דעמאקראטישע פירער, איז שפיטאליזירט געווארן אין לוקסעמבורג נאכן פאלן און זיך צוקלאפן זייענדיג אין לאנד מיט א אומפארטייאישע גרופע פון קאנגרעסלייט.
Re: בולעטין
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 1:12 am
דורך שאינו יודע לשאול
אמווייניגטנס פיר זענען שפיטאליזירט געווארן ווען א קליינער עראפלאן האט געקראכט אויף א פארנומענע שאסיי אין טעקסאס.

- ff_1734013664820_1734013665032.jpg (40.76 KiB) געזען געווארן 338 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 2:33 am
דורך פליט
@שאינו יודע לשאול איר זענט מאסיוו!!!
Re: בולעטין
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 10:41 am
דורך טיר
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 15, 2024 12:43 am
די ווייסע הויז זאגט אז די דראונס וואס ווערן לעצטנס געזען העכער ניו דזשערסי זענען נישט פון אויסלענדישע רעגירונגען, נאר דאס איז דראונס וואס מענטשן שיקן ארויף מיט לעגאלע באשטעטיגונג.
דאס קומט נאכדעם וואס א ניו דזשערסי סענאטאר האט באשולדיגט אז די דראונס זענען שפיאנאזש געצייג דורך איראן.76991791007-usatsi-24978574-168402931-lowres.jpg
איך מיין מ'דארף עפענען א עקסטרע אשכול איבער דעם די שטאט דרייט זיך איבער וועגן די נושא פון די דראונס
Re: בולעטין
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 1:17 pm
דורך שאינו יודע לשאול
טיר האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 15, 2024 10:41 am
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 15, 2024 12:43 am
די ווייסע הויז זאגט אז די דראונס וואס ווערן לעצטנס געזען העכער ניו דזשערסי זענען נישט פון אויסלענדישע רעגירונגען, נאר דאס איז דראונס וואס מענטשן שיקן ארויף מיט לעגאלע באשטעטיגונג.
דאס קומט נאכדעם וואס א ניו דזשערסי סענאטאר האט באשולדיגט אז די דראונס זענען שפיאנאזש געצייג דורך איראן.76991791007-usatsi-24978574-168402931-lowres.jpg
איך מיין מ'דארף עפענען א עקסטרע אשכול איבער דעם די שטאט דרייט זיך איבער וועגן די נושא פון די דראונס
יא יא, מכובד.
Re: בולעטין
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 1:25 pm
דורך שאינו יודע לשאול
א כינעזער ביזנעסמאן מיט נאנטע ביזנעס באציאונגען מיט פרינץ ענדרוי פון ענגלאנד, איז פארבאטן געווארן פון אריינקומען אין ענגלאנד צוליב שפיאנאזש באשולדיגונגען.
פרינץ ענדרוי, דער ברודער פון קעניג טשארלס, איז באקאנט פאר זיינע פארבינדונגען מיט אויסלענדישע ביזנעסלייט, וואס האט אים שוין מערערע מאל געברענגט פראבלעמען.

- wirestory_2908cb7c032e52b706364d86c51b60b9_16x9.jpg (113.72 KiB) געזען געווארן 244 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 1:42 pm
דורך שאינו יודע לשאול
טראמפ איז ערשינען ביי א מיליטערישע פוט באל שפיל אינאיינעם מיט ווענס, מאסק, ספיקער זשאנסאן, און פיט העגסעט.
דאס ווערט געזען ווי א פרואוו צו ברענגען מער שטיצע פאר העגסעט, טראמפ'ס קאנדידאט פאר דעפענס סעקרעטאר.

- download (21).jpeg (151.85 KiB) געזען געווארן 236 מאל

- Screenshot 2024-12-15 134008.jpg (38.03 KiB) געזען געווארן 236 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 2:05 pm
דורך שאינו יודע לשאול
לויט באריכטן האט דער פאלעסטינער אויטאריטעט אונטערגענומען א מיליטערישע קאמפיין קעגן ארטיגע מיליטאנטן גרופעס.

- מערב ברעג.jpeg (195.41 KiB) געזען געווארן 223 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 2:09 pm
דורך שאינו יודע לשאול
סעקרעטערי אוו סטעיט בלינקען האט נעכטן אפיציעל געמאלדן אז די ביידען אדמיניסטראציע האט געמאכט דירעקטע קאנטאקט מיט די סירישע רעבעלן גרופע.
דאס איז די ערשטע מאל וואס די אמעריקאנע רעגירונג אנערקענט אין די עפנטליכקייט אז זיי פארהאנדלען מיט די גרופע, וואס איז דערווייל באצייכנט אלס טעראר גרופע ביי די אמעריקאנע רעגירונג.

- https___d1e00ek4ebabms.cloudfront.net_production_13e003c7-adb4-4d15-8b05-ca7b492be318.jpg (68.97 KiB) געזען געווארן 219 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 2:12 pm
דורך שאינו יודע לשאול
די באפרייאונג אקציעס אין די סירישע טורמעס גייען נאך אן אין פולן קראפט, ווען פילצאליגע בירגער האפן נאך צו טרעפן זייערע פאמיליע מיטגלידער און נאנטע וואס זענען ארעסטירט געווארן אין די פארגאנגעגנע יארן דורך דער אסאד רעזשים.

- 14syria-prisons-05-articleLarge.jpg (28.04 KiB) געזען געווארן 216 מאל

- 14syria-prisons-add-04-gkcp-articleLarge.jpg (35.07 KiB) געזען געווארן 216 מאל

- ap24346248179263-scaled.jpg (102.17 KiB) געזען געווארן 216 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 2:18 pm
דורך שאינו יודע לשאול
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מוצש"ק דעצעמבער 14, 2024 9:47 pm
זשעף בעזאס פון אמאזאן און מארק זוקערבערג פון מעטא, וועלן ביידע ביישטייערן א מיליאן דאלאר פאר טראמפ'ס איינשווערונג צערעמאניע, אין א פרואוו אנצוקניפן פאזיטיווע באציאונגען מיט דער אריינקומענדער אדמיניסטראציע.Screenshot 2024-12-14 214434.jpgcolin-jb-8.jpg
סעם אלטמאן פון OpenAI וועט אויך ביישטייערן א מעלאנע צום איינשווערונג.

- t_8507f270ef96437b968591c27c4f05c8_name_20231117_Gaza_Strike_00_00_27_00_Still045.jpg (100.24 KiB) געזען געווארן 212 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 2:23 pm
דורך שאינו יודע לשאול
א דענישע ארכיטעקט האט אויפגעבויט א צוויי שטאקיגע שווימענדע הויז אין קאפענהאגען.

- unnamed - 2024-12-15T142054.820.jpg (314.61 KiB) געזען געווארן 209 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 2:39 pm
דורך שאינו יודע לשאול
נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער זשעק סאליווען זאגט אז אמעריקע האפט צו זען אן אפמאך צווישן מדנ"י און חאמאס נאך דעם חודש.

- 2024-10-11T194311Z2040797808RC2UBAAQMYKFRTRMADP3USA-IRAN-SANCTIONS.jpg (107.92 KiB) געזען געווארן 195 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 2:49 pm
דורך שאינו יודע לשאול
אילאן מאסק, דער וועלטס רייכסטער פערזאן, איז געווארן דער ערשטער מענטש צו דערגרייכן א נעט ווערט פון 400 ביליאן דאלאר.

- Inside-The-200-Billion-Networth-Of-Worlds-Richest-Person-Elon-Musk_65489014c8388.jpg (147.15 KiB) געזען געווארן 189 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 3:43 pm
דורך שאינו יודע לשאול
א פרישע באריכט דורך דער FBI אינספעקטאר דזשענעראל דעקט אויף אז כאטש 26 FBI אינפארמאנטן האבן אנטיילגענומען אין די JAN. 6 ראיאטן. איינער פון די אגענטן איז אריין אינעם קעפיטאל געביידע, און צוויי אנדערע זענען אריין אין די פארבאטענע זאנע.
לויט דער באריכט איז נישט געווען קיין פרואוון מצד די FBI צו אינטערהעצן די פראטעסטירער, א טעאריע וואס איז ארויפגעברענגט געווארן אין די טעג נאכן איבערפאל.

- BT5H3HYTNKBRGRJWNKD6W2XWVA.jpg (260.18 KiB) געזען געווארן 167 מאל