בלאט 8 פון 26

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 23, 2024 3:39 pm
דורך טיפע טאשן
נארמאלע מענטש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 11:40 am
מרור מיט חרוסת האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 11:38 am
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 10:36 am @ווערווייס איך האב געשריבןו גאר קורץ, נאכ'ן הערן שאצונגען פון מענטשן אז פאר 12:45 "זיכער נישט". און ס'איז טאקע גאר קורץ אויב וועט עס זיין בלויז איין שעה. פארגלייך עס נישט צו אן הפסקה אין שטיבל צווישן חופה און סעודה... דער רבי גייט דאך דא צוערשט אהיימגיין.

@נפתלי דו פרעגסט ווייל דו ווילסט וויסן? דער ענטפער איז אז יששכר גוטמאן איז אויך אוועילעבל יענע נאכט, און מעגליך אז שירה אויך, און און די בערקא ברודער אויך סיי די זינגער און סיי די שפילער. אבער ניין מ'האט זיי נישט באשטעלט, זינט מ'איז לעצטנס זייער צופרידן ב"ה פון די סאטמארע שפילער און זינגער. ס'באלאנגט טאקע נישט אזוי... (צו זיין צופרידן :roll: ) באט דעץ דע קעיס.
כ'ווייס נישט וואס דו רעדסט זיך אפ אויף די סאטמארער קאפעליע, זיי זענען נאך די בעסטע ווען עס קומט צו אזאלכע מעמדים ווי ל"ג בעומר
מיט יואלי קליין וואלט געווען נאך בעסער
און מיט מאטי שטיימעטץ נאך בעסער...

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 23, 2024 3:41 pm
דורך בערל דער פייפער
נאך וואס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 2:50 pm
איך האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 2:46 pm
נאך וואס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 2:40 pm

איך גלייב זייער שווער אז די רבי וועט משמיע זיין עטליכע דברות קודש, נאכן הערן די דברות קודש ביים יארצייט סעודה כ"ו ניסן, ווי די רבי האט זיך זייער צוגעיאגט ביי די דברות קודש, די רבי וועט מסתמה שטארק מקצר זיין (אזוי קלער איך)
ווער עס האט אמאל געהערט א דרשה ווי די רבי רעדט מיט א תשוקה צו ר' שמעון ווייסט אז עס איז נישט שייך צו מקצר זיין
אמת די דברות קודש פון ל"ג בעומר איז אלעמאל באופן יוצא מן הכלל
ונזכה ונחי' ונראה
ביים לחיים נאכן הדלקה יארן צוריק פלעגט די רבי נאר רעדן איין מאל

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 23, 2024 3:56 pm
דורך איך
בערל דער פייפער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 3:41 pm
נאך וואס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 2:50 pm
איך האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 2:46 pm

ווער עס האט אמאל געהערט א דרשה ווי די רבי רעדט מיט א תשוקה צו ר' שמעון ווייסט אז עס איז נישט שייך צו מקצר זיין
אמת די דברות קודש פון ל"ג בעומר איז אלעמאל באופן יוצא מן הכלל
ונזכה ונחי' ונראה
ביים לחיים נאכן הדלקה יארן צוריק פלעגט די רבי נאר רעדן איין מאל
דאס יאר וועט אבער זיין א געהריגע טיש

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 23, 2024 5:02 pm
דורך נאך וואס
איך האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 3:56 pm
בערל דער פייפער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 3:41 pm
נאך וואס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 2:50 pm
אמת די דברות קודש פון ל"ג בעומר איז אלעמאל באופן יוצא מן הכלל
ונזכה ונחי' ונראה
ביים לחיים נאכן הדלקה יארן צוריק פלעגט די רבי נאר רעדן איין מאל
דאס יאר וועט אבער זיין א געהריגע טיש
גראדע אויב איך דענק גוט רעדט די רבי בלויז איין מאל ביים טיש ל"ג בעומר

בלויז פורים און שושן פורים און פורים קטן זאגט ער מערערע דברות קודש

כך מונח בזכרוני, ושגיאות מי יבין

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 23, 2024 5:20 pm
דורך קריץ
נאך וואס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 5:02 pm
איך האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 3:56 pm
דאס יאר וועט אבער זיין א געהריגע טיש
גראדע אויב איך דענק גוט רעדט די רבי בלויז איין מאל ביים טיש ל"ג בעומר

בלויז פורים און שושן פורים און פורים קטן זאגט ער מערערע דברות קודש

כך מונח בזכרוני, ושגיאות מי יבין
ליגט מיך אין קאפ אין לג בעומר האט די רבי אויכעט גערעדט מערערע מאל.

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 23, 2024 7:30 pm
דורך נפתלי
שיינע אינטערוויא אויף קול סאטמאר בנוגע די טרעפיק אינפערמאציע

איינער קען אהערברענגן??

זייער וויכטיג צו מפרסם זיין!

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 23, 2024 7:59 pm
דורך רואיגער-טיש
פיינע איידיע

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 23, 2024 10:42 pm
דורך וואלף
מיין חבר זאגט אז די בעסטע איידיע וועט זיין אויב מ'וועט איין יאר אויספראבירן דעם פלוס פון טרעפיק "אן פאבליק סעפטי" בדוק ומנוסה אז מ'וועט זעהן פלאות

פון וואו ווייס איך? ווייל מ'האט עס נאך קיינמאל אויספראבירט, און ביזדערוייל ווערט נאר ערגער דער מצב פון יאר צו יאר פינטל.

איך טראכט אז חסידישע אידן געבן זיך אסאך בעסער אן עצה ווי אפאר קלאציגע גוים וואס קאנטראלירן דעם טרעפיק עיין ערך ל"ג בעומר במירון

פאר דו ענטפערסט דוק ודוק ותמצא נחת

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 23, 2024 10:51 pm
דורך נפתלי
נפתלי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 7:30 pm שיינע אינטערוויא אויף קול סאטמאר בנוגע די טרעפיק אינפערמאציע

איינער קען אהערברענגן??

זייער וויכטיג צו מפרסם זיין!
https://customer.teleground.com//media/ ... 133202.wav

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג מאי 24, 2024 12:48 am
דורך משה רבינו
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 3:16 pm @מאטאווירט דאס איז צו פיל קערעקטערס פאר א פלעינע אויפרעגעניש...

ביי כלל ישראל פון היינט ארבעט עס אזוי. נישט דוקא אין סאטמאר און נישט דוקא ביי קהילות, נאר כמעט איבעראל, יעדער ווייסט אז ווען ס'שטייט "8:00 הייבט זיך אן דער בר מצוה" מיינט עס בערך 9:00.

סוי אז מ'וועט שרייבן 8:45 וועט עס אויסשפילן דעם עולם... מ'וועט מיינען אז ס'מיינט א מינוט פאר'ן זמן 9:30.
בכלל נישט אמת אין אנדערע חסידות ווען עס שטייט 9:00 קומט די רבי אריין 9:00.

איך האב געסטאפט צו גיין צו טישן נאר וועגן דעם, די רבי פאר זיך איז גאנץ פינקטליך אזוי ווי מען זעהט שבת ביים דאווענען.
עס איז די שטוב ארום אדער די זמנים שרייבערס, א משוגעת וואס מאכט משוגע די מענטשהייט און פארטרייבט כסדר מענטשן פון די טישן.

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג מאי 24, 2024 12:53 am
דורך מרור מיט חרוסת
משה רבינו האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 12:48 am

כ'ווייס נישט פון ווי דו נעמסט אז אין אנדערע קהילות איז מען יא פונקטליך, דאס מיינט פלעין א רבי'שע ווערטשאפט,
און אויב האסטו טאקע א פראבלעם טו וואס די אנדערע הונדערטער אידן טוען קום לכתחילה שפעט.

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג מאי 24, 2024 1:45 am
דורך וואס איך זאג
די רבי איז פינקטלעך מיט זיינע זמנים ב. יעדע מאורה האט זיינע זמנים ווען די רבי קומט אריין אין מ ווייסט דעמאלטס צו גיין יענע צייט

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג מאי 24, 2024 6:46 am
דורך נארמאלע מענטש
אנקעטע האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 8:17 am
נארמאלע מענטש האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 10:24 am
נפתלי האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 10:22 am אויב די עסקנים הערן מיך אויס.. זאלן זיי ברענגן יואלי קליין מחשובי אנ"ש פון ירושלים
מּען האט אים שוין אמאל גערופן אבער ער האט אפגעזאגט ווייל ער זינגט און מירון, אבער היי יאר ווען מירון איז ליידער פארמאכט גלייב איך ער וועט עס אנעמען

ווער געדענגט נאך די הדלקה מוצאי שבת פיקודי און מירון מיט יואלי קליין... אהה.. זכרונות...
Wow א גוטע געדאנק אוי איז ער גוט
גייט זינגן ביים ברודער מוצש"ק און עידן פעלעס מיט בערי קארפן!
KIMG0395.JPG

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג מאי 24, 2024 9:18 am
דורך דער תהלים איד
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 10:16 am בנוגע די 'עכטע' געפלאנטע זמנים, ביידע נעכט, האב איך מברר געווען קראנט כזה:

מוצש"ק וועט דער רבי (מהר"א) אי"ה אריינקומען גאר קורץ נאך הבדלה, אום 12:00 פונקטליך. דער טיש מיט די חאלאקעס דארפן צו דויערן לפי חשבון גענוי 3 שעה.

זונטאג נאכמיטאג איז דער יעצטיגער פלאן אז דער רבי וועט אריינקומען (אדער רוף עס ארויסקומען..) 7:45 צום מעמד, די ניגונים ודב"ק דארף צו נעמען בערך א שעה. ס'איז דא ווער עס ארבעט אז די זמנים זאלן זיך נאכמער צוריקריקן, אבער דאס איז עס ביזדערווייל.
אפדעיט:

מ'האט מקדים געווען דעם זמן וואס דער רבי קומט אריין בע"ה, צו 7:30. דאס איז דער עכטער פלאן כעת. (כמובן קענען זאכן ווערן אנדערש)

פאר די נשים צדקניות איז אפשר גוט צו לאזן וויסן אז די ניגונים און דב"ק "בעפאר'ן" אנצידן די הדלקה דויערט בערך א שעה.

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג מאי 24, 2024 9:20 am
דורך יאנטשי
רואיגער-טיש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 12:37 am אזוי אויך וועט זיין ביי די קול סאטמאר ליניע לייוו טרעפיק אופדעיט'ס פון אלע וועגן אריין קיין קרית יואל אי'ה, מיט לאקאלע כסדר'דיגע באריכטן פון מאסן טראנספארטאציע.
"היות די ליינס זענען איבערגעפילט איז די סיסטעם צוגעשטעלט נאר פאר מעמבערס, צו ווערן א מעמבער דריקט..."

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג מאי 24, 2024 9:20 am
דורך משה רבינו
זאל מען שרייבן 7:30 אויפן צעטיל נישט 6:45, איי עס איז נאך ליידיג? ווייל די עולם ווייסט אז די זמן איז אבי געשאסן נאך 1-2 טישן וואס די זמן וועט זיין פינקטליך ליידיגערהייט וועט יעדער וויסן די זמן איז פינקטליך

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג מאי 24, 2024 9:23 am
דורך גראסערי
וואלף האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 10:42 pm מיין חבר זאגט אז די בעסטע איידיע וועט זיין אויב מ'וועט איין יאר אויספראבירן דעם פלוס פון טרעפיק "אן פאבליק סעפטי" בדוק ומנוסה אז מ'וועט זעהן פלאות

פון וואו ווייס איך? ווייל מ'האט עס נאך קיינמאל אויספראבירט, און ביזדערוייל ווערט נאר ערגער דער מצב פון יאר צו יאר פינטל.

איך טראכט אז חסידישע אידן געבן זיך אסאך בעסער אן עצה ווי אפאר קלאציגע גוים וואס קאנטראלירן דעם טרעפיק עיין ערך ל"ג בעומר במירון

פאר דו ענטפערסט דוק ודוק ותמצא נחת
האסט שוין פארבירט אהיים צו פארן מוצאי שבועות נאכן באגלייטן אוועק פון גארפיעלד?

דעמאלס איז עפ'ר נישט דא קיין פאבליק סעפטי און אזא פנים טראגט דאס

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג מאי 24, 2024 9:26 am
דורך יאנטשי
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 10:36 am @ווערווייס איך האב געשריבןו גאר קורץ, נאכ'ן הערן שאצונגען פון מענטשן אז פאר 12:45 "זיכער נישט". און ס'איז טאקע גאר קורץ אויב וועט עס זיין בלויז איין שעה. פארגלייך עס נישט צו אן הפסקה אין שטיבל צווישן חופה און סעודה... דער רבי גייט דאך דא צוערשט אהיימגיין.

@נפתלי דו פרעגסט ווייל דו ווילסט וויסן? דער ענטפער איז אז יששכר גוטמאן איז אויך אוועילעבל יענע נאכט, און מעגליך אז שירה אויך, און און די בערקא ברודער אויך סיי די זינגער און סיי די שפילער. אבער ניין מ'האט זיי נישט באשטעלט, זינט מ'איז לעצטנס זייער צופרידן ב"ה פון די סאטמארע שפילער און זינגער. ס'באלאנגט טאקע נישט אזוי... (צו זיין צופרידן :roll: ) באט דעץ דע קעיס.
אויך איז מען צופרידן אן א קלארינעט :cry:

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג מאי 24, 2024 9:30 am
דורך דער תהלים איד
משה רבינו האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 9:20 am זאל מען שרייבן 7:30 אויפן צעטיל נישט 6:45, איי עס איז נאך ליידיג? ווייל די עולם ווייסט אז די זמן איז אבי געשאסן נאך 1-2 טישן וואס די זמן וועט זיין פינקטליך ליידיגערהייט וועט יעדער וויסן די זמן איז פינקטליך

viewtopic.php?p=91013#p91013

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג מאי 24, 2024 9:38 am
דורך משה רבינו
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 9:30 am
משה רבינו האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 9:20 am זאל מען שרייבן 7:30 אויפן צעטיל נישט 6:45, איי עס איז נאך ליידיג? ווייל די עולם ווייסט אז די זמן איז אבי געשאסן נאך 1-2 טישן וואס די זמן וועט זיין פינקטליך ליידיגערהייט וועט יעדער וויסן די זמן איז פינקטליך

viewtopic.php?p=91013#p91013
למשל אין סקווירא ווען עס שטייט א זמן ווייסט יעדער עס איז פינקטליך, ווייל עס איז טאקע, עס איז א סאטמארע משוגעת צו שיסן זמנים אבי אין די וועלט.

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג מאי 24, 2024 9:51 am
דורך אנדערער
משה רבינו האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 9:38 am
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 9:30 am
משה רבינו האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 9:20 am זאל מען שרייבן 7:30 אויפן צעטיל נישט 6:45, איי עס איז נאך ליידיג? ווייל די עולם ווייסט אז די זמן איז אבי געשאסן נאך 1-2 טישן וואס די זמן וועט זיין פינקטליך ליידיגערהייט וועט יעדער וויסן די זמן איז פינקטליך

viewtopic.php?p=91013#p91013
למשל אין סקווירא ווען עס שטייט א זמן ווייסט יעדער עס איז פינקטליך, ווייל עס איז טאקע, עס איז א סאטמארע משוגעת צו שיסן זמנים אבי אין די וועלט.
אלץ רב פלעגט דער רבי אריינקומען פונקטליך צו מסיבות אפילו עס איז געווען כמעט ליידיג און עס פלעגט זיך שנעל אנפילן. אלץ רבי איז עס אפשר נישט קיין כבוד

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג מאי 24, 2024 10:17 am
דורך ווערווייס
משה רבינו האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 12:48 am
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 3:16 pm @מאטאווירט דאס איז צו פיל קערעקטערס פאר א פלעינע אויפרעגעניש...

ביי כלל ישראל פון היינט ארבעט עס אזוי. נישט דוקא אין סאטמאר און נישט דוקא ביי קהילות, נאר כמעט איבעראל, יעדער ווייסט אז ווען ס'שטייט "8:00 הייבט זיך אן דער בר מצוה" מיינט עס בערך 9:00.

סוי אז מ'וועט שרייבן 8:45 וועט עס אויסשפילן דעם עולם... מ'וועט מיינען אז ס'מיינט א מינוט פאר'ן זמן 9:30.
בכלל נישט אמת אין אנדערע חסידות ווען עס שטייט 9:00 קומט די רבי אריין 9:00.

איך האב געסטאפט צו גיין צו טישן נאר וועגן דעם, די רבי פאר זיך איז גאנץ פינקטליך אזוי ווי מען זעהט שבת ביים דאווענען.
עס איז די שטוב ארום אדער די זמנים שרייבערס, א משוגעת וואס מאכט משוגע די מענטשהייט און פארטרייבט כסדר מענטשן פון די טישן.
געווענליך די זמנים שרייבער
ביי יעדע טיש און יעדע מאורע, יעדע תפלה, קען מען פאראויס וויסן בערך די ריכטיגע זמן, אוודאי מאכט זיך צומאל אז ס'פארשלעפט זיך, אבער בדרך כלל איז אזוי

יארן לאנג איז געווען א משוגעת צו שרייבן אז פסח צופרי און שבועות צופרי דאוונט מען 10:00 אזייגער ווען לכתחלה'דיגע זמן איז געווען נישט פאר 10:30, היי יאר איז עס געווארן מתוקן ב"ה, לאמיר האפו די זעלבע מיט אנדערע זאכן

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג מאי 24, 2024 10:48 am
דורך כא כא כא
וויכטיגע אינפארמאטיווע אינטערוויא בנוגע די גרויסארטיגע הדלקה און קרית יואל, ערב ל״ג בעומר תשפ״ד, טראנספאטאציע, טראפיק , און אייניגע זיכערהייט אנווייזונגען, מיט ר׳ דוד ג׳ברא נ״י מראשי העסקנים .דורך קול סאטמאר ביטע צוהערן צו די פרטים‬

https://customer.teleground.com//media/ ... 133202.wav

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג מאי 24, 2024 12:02 pm
דורך מכבי
יאנטשי האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 9:20 am
רואיגער-טיש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 12:37 am אזוי אויך וועט זיין ביי די קול סאטמאר ליניע לייוו טרעפיק אופדעיט'ס פון אלע וועגן אריין קיין קרית יואל אי'ה, מיט לאקאלע כסדר'דיגע באריכטן פון מאסן טראנספארטאציע.
"היות די ליינס זענען איבערגעפילט איז די סיסטעם צוגעשטעלט נאר פאר מעמבערס, צו ווערן א מעמבער דריקט..."
און 3 שעה נאכן מעמד/ טיש איז עס נאכאלץ איבער געפילט...

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג מאי 24, 2024 12:34 pm
דורך Yankel
אויב איינער וואוינט אין איינע פון די צוגעשפארטע גאסן לאזט מען אריינפארען?