איד האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 15, 2024 2:59 pm
וכן נוהגין האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 15, 2024 11:32 am
איד האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 15, 2024 10:52 am
אפגעזען צו זיי האבן געטון א ריכטיגע זאך אדער נישט
אבער לעבן אין דינייעל האט נישט קיין פשט
אויב איז דא נאך א קהילה פון אידן אזויווי אונז, אפי' זיי האבן געעפנט זייער קהילה מיט א אומרעכט, זענען זיי למעשה א קהילה!
און ס'האט נישט קיין פשט פון לייקענען
קרית יואל איז אויך אמאל געווען איין קהילה, ס'האט זיך צעטיילט איז דא צוויי, אפי' קען זיין מ'האט זיך אפגעטיילט נישט אויסגעהאלטן
איך האב געזעהן אין דיינע הודעות ווי די ווילסט כאילו איגנארירן די פאקט אז ס'איז דא נאך א קהילה
אבער פון די אנדערע זייט זעהט יא אויס ווי ס'איז דא
לויט ווי ס'קוקט אויס איז דא אפי' צוויי חדרים
סא אפי' קען זיין זיי האבן געטון אן אומרעכט, זענען זיי דא
יעצט אויב דו קענסט ענטפערן
וויפיל משפחות וואוינען דארט?
און וויפיל פאר יעדע קהילה?
ש'כח
אזוי גאר? ווען אפאר מענטשן מאכן נעמען זיך צוזאם צו מאכן א שוהל און חיידר. און ניצן די לאגא פון סאטמאר אדער פון בעלזא וכדו' דארף דען די אריגינעלע חסידות פראמאוטען יענעם'ס קהילה אלץ סאטמאר אדער בעלזא און עס אנערקענען ווען אימער מען רעדט פון זייער קהילה? און אויב טוהן זיי נישט מזכיר זיין יענע ניצער'ס ווערן זיי אפגעפרעגט. הישמע כזאת?
ניין! די ארגינעלע קהילה דארף בכלל נישט אנערקענען אין זיי!
אבער דו, ווען דו קומסט דא אויף א אלטוועלטליכע פלאטפארמע יא!
באמת מוזטו אויך נישט,
אבער שרייבן דא כאילו זיי עקזעסטירן נישט, מיינט אז דו לעבסט אין דינייעל
אזויווי איינער פון קהילות מהר''א זאל דא ארויף קומען לייקענען אז ס'איז דא א מהרי''י קהילה אין קרית יואל...
די מציאות איז (ליידער) אז ס'איז דא נאך א קהילה דארט. פינטל.
דו עולם דא וויל וויסן די מציאות
ש'כח
עס איז אביסל אנדערש ווי קרית יואל היינט ווייל עס איז מער דומה ווי בחייו פון רבין ז"ל זאל איינער מאכן א אנדערע קהילה
פאקטיש האט דאך דער גרינדער עס געבויעט און זיין פאטער איז ווי דער מרא דאתרא
איז ווען עס ואלט געווען 20 יאר שפעטער א מחלוקה פון 2 קינדער פון זיי מילא
אבער מרעדט דאך דא פון עטליכע יאר נאך וואס דער בונה האט עס געבויעט און לעבט נאך ב"ה איז עס זייער ארג צו נעמען זיין שטאט און עס מאכן קעגן אים
יעצט צי זיי דארפן אנערקענען אז אנדערע עקזיסטן אוודאי יא אבער זיי מקיים דעם ואהבת לרעך כמוך און פארשטיי דעם שפיר וויאזוי עס שפירט זיך ווען מעפענט א פלאץ מיט 10 פינגער און מגיסט אריין מיליאנען און ארום 5 ביז 10 משפחות פון צווישן די 24 (בעיקר אנגעפירט דורך 2 אידן וואס וואוינען בכלל נישט דארט רוב יאר) זענען אומצופרידן און וכו'
און אז דו רעדסט אז דער גרינדער זאל מסכים זיין אז זיי זאלן גיין עקסטער הער איך אז הרב רובין איז מסכים בחפץ לב און ער וויל אדרבה אז ווי מער קהילות זאלן עפענען בתי מדרשים און ווען עס וועט זיין גענונג גרויס קען א צווייטער עפענען מוסדות (סך הכל נישט אויף אן אופן עס זאל זיין געשטעלט אויף ציברעכן די הויפט מוסד)
ער וויל בעיקר איין זאך אז די דירות פרייזן זאל זיין אינטער די וועד העיר כדי די פרייזן זאלן בלייבן נידריג (און אפשר אויך די עירוב און נאך עניני העיר זאל זיין א וועד פון יעדן אינעאיינעם)
אבער אז דו רעדסט פון קרית יואל וועל איך דיר פארציילן א מעשה
מיט 17 יאר צוריק האט מיין שוואגער אין קרית יואל געמאכט א ברית אין א שול וואס איז געווען פארמישט אין א מחלוקה מיטן מרא דאתרא האב איך געפרעגט מיין רב צי איך זאל אהינגיין צי די שמחה
איך האב געפרעגט א רב מער א געפילישער וואס וועט זיכער זאגן יא ..
אבער צי מיין ערשטוינונג האט ער מיר פארציילט א מעשה ווי פאלגענד:
געווען איז עס אין די תר"צ יארן ווען דער מהרי"צ דושינסקי איז ארויף קיין ארץ ישראל און ער האט פארלאזט די שטאט חוסט האט חוסט באקומען א צווייטן רב
די דושינסקי תלמידים האבן מיט די צייט געפענט א אייגענע קלויז און כסדר געמוטשעט רב דושנסקי צי קומען אויף שבת צי זיי
למעשה האבן זיי ענדליך געפועלט און דער רב איז געקומען אויף שבת אבער צי זייער ערשטוינונג איז ער געגאנגען נאר אינעם גרויסן שוהל דאווענען און נישט געוואלט גיין צום קלויז
נאך גרויסע הפצרות ער זאל כאטש קומען צי שחרית האט ער מסכים געווען צי קומען נאר נאך שחרית צי קידוש
ביי קידוש איז ער אהין און זיך נישט געוואלט אראפזעצן און האט אנגעהויבן א דרשה און ער האט געזגאט אז א ביהמ"ד וואס איז קעגן די מרא דאתרא איז אסור צי האלטן אפן און די וויין איז יין נסך און מטאר זיך נישט אראפזעצן דא און מהאט טאקע נאך שבת פארמאכט דעם שוהל ע"כ המעשה
דאס איז די דעת תורה פון פארצייטישע גדולי עולם מייסדי ארץ און זאת התורה לא תהא מוחלפת וואס כאטש היינט קוקט מען אלעס אן מיט ליבעראלע גלעזער איז עס לדעתי א ענין מער פון בין אדם לחבירו ווי די ענין פון הנהגה דעריבער איז כאטש דא איז טאקע ר' יושע מסכים אויף נאך קהילות (מוסדות איז ער אויך מסכים ווען עס וועט זיין גענונג גרויס בכדי חלוקה)
אבער צי מאכן א קהילה מיטן זעלבן לעטערהעד און מיט אלע תחבולות פון "קעגן" אים אים אויסציטרינקען דאס בלוט דאס איז כמה וכמה לאוין דאורייתא פון לא תונו איש עת עמיתו און לא תעמוד על דם ריעך ועוד ועוד נישט סתם א ענין פון מרא דאתרא
ווער רעדט נאך פון דעם אז די אייציגע תקנה דערווייל וואס ר' יושע האט איינגעפירט איז בלויז די דירת תקנה לטובת הציבור אקאראט ווי סאטמאר רבי האט געטוהן יעצט אין קרית יואל מיט די דירות פשוט אז אידן זאל קענען ווייטער וואוינען דארט מיט א עתיד פון נארמאלע פרייזן האט מען זיך צאמגעשטעלט מיט די אלע וואס האבן געקויפט דארט פאר אינוועסמענטס וואס בעיקר שלאגן זיך מיט ר' יושע די אינוועסטארס וואס האבן געקויפט דירות פאר טייערער ווי ערלויבט דאס איז דאך גאר א הארבע זאך פון מייקרי השער וואס די פוסקים זענען זייער שארף אויף דעם
און טאקע צי די אינוועסטארס איז די קשיא וואס כהאב געפרעגט נעכטן נאך שטערקער
totty2024 האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 15, 2024 2:36 am
וואס אין די וועלט האט דען בכלל געברענגט די מענטשן צי דעם קליין שטעטל טויזנטער מייל אוועק, אויב נישט די ארבעט פון ר' יושע רובין?
המבלי אין שטח במצרים?? אין גאנץ אמעריקא איז נישטא ווי צי גיין מאכן אייגענע זאכן, עס מוז זיין דארט וואו יענער האט דיר אלעס צוגעשטעלט? האסט אויסגעסאקט יענעם לטובה, יעצט האלטסטו עס איז נישט פאר דיר? דעמאלס גיי אוועק פון דארט און געענדיגט, וואס פשט פון גיין דיקא יענעם צוברעכן און מצער זיין?? אפילו אויב דו ווילסט בלייבן אין די מדבר קלימאט, אקעי גיי קיין טוסאן אדער אפילו 30 מייל ארויפציר, אבער דאס איז א כפיות טובה פאר א מייסד העיר וואס האט געמאכט א יש מאין.
עס גייט מיר נישט אין קאפ בכלל פארוואס מזאל אזוי טון
מילא דער וואס וואוינט דארט איז שוין דארט און ער האט נאך א פראבלעם אז ער וויל נישט אוועקגיין (נישט אז ער איז גערעכט מיט וואוינען אין א פלאץ אנציזייען מחלוקת אבער ער האט כאטש א לימוד זכות אויף די עוולה) אבער א אינוועסטאר וואס קויפט דירות פאר רענטעלס וואס אין די וועלט האט דיר געברענגט צי קויפן דארט א אינוועסמענט 2500 טויזנט מייל אוועק פון ניו יארק דייקא דארט און נישט אין קענארסי אדער הנעלאלא דאס איז דאך נאר ווייל ר' יושע האט אויפגבויעט א שטאט פאר אידן נו פארוואס זאל מען מעגן זיין אזא כפוי טובה און גיין קעגן אים
ווילסט מאכן געלט פון א אינוועסטמענט הארצן גערן אבער גיי מיט די וועד העיר דורך ר' יושע ווייל אז נישט האקט עס אינטער א נייע ישוב וואס האלט ביים אנהייב פונעם בליען און וועט אי"ה זיין א גרויסע עיר ואם בישראל אויב איר וועט עס נישט חרוב מאכן
זאל השי"ת אריינזיינען א רוח טהרה ממרום אין יעדן איד אז די געפילן פון מענטשהייט זאל זאך עפענען
מענטשן זאל אנהייבן טראכטן אויך פון יענעם נישט נאר פון זיך און דאס וועט ברענגען אז אפילו מהאט חילוקי דיעות זאל מען זאך אלס האבן אהבה ואחוה ושלום וריעות און נישט חלילה זוכן איינעם אינטערציברענגען אדער שאדן מאכן נאר אדרבה אינאיינעם ווען בויען דירות לשם ולתורתו דאהי אין קרית יואל און אין אלע גענטער איבער די וועלט ביז משיח וועט אונז אויסלייזן פון דעם גלות וקבצינו "יחד" מארבה כנפות הארץ.