די נושא פון "טעראפי"

געזונטע שמועסן און ידיעות
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5953
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 12877

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך דער תהלים איד »

יום טוב האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 9:39 am וואס מיינט טעראפי? פרעג מיך נישט דו קענסט עס נישט פארשטיין .....

הייסט דו ביסט נאכאלס ביי דיין מיינונג אז "טעראפי" מיינט "זיך אויסשמועסן" ותו לא.

אהא.

און לכאורה א "דייאגנאז" מיינט א "געילע נאוטבוק".

און "סקיצאפרעניע" מיינט "א הויכע נשמה".

זאלסטו האבן גרויס הצלחה.
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1998

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך יום טוב »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 12:42 pm
יום טוב האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 9:39 am איז אזוי דרייען זיך ארום הונדערטער אידן וואס האבן מיטגעהאלטן טעראפי געשיכטעס ערשטהאנטיג און וויינען אז טעראפי איז א דיזעסטאר, זיי קען מען נישט גלייבן זיי זעענען חולי נפש, קראנקע מענטשן וואס ביי זיי איז די טעראפי נישט געלונגען פערצופאל אדער זענען זיי גאר אליין שולדיג ווייל זיי האבן נישט געפאלגט די "הייליגע לייסענס טעראפיסט"

ווי זענען די סוקסעס סטאריס ? אה די סוקסעס סטאריס שעמען זיך ..... נאר די טעראפיסטן און די עסקנים ווייסן ווייל עס איז קאנפידעשאל.... אינטערסאנט אז די וואס זענען דורך געפאלן זיי שעמען זיך נישט און די געלונגענע מענטשן זיי שעמען זיך גאר
די סוקסעס סטארי'ס זענען גלוי וידוע פאר יעדן וואס טוט אין העלפן אנדערע אידן. יעדן מיינט יעדן, פון א מלמד פאר 25 קינדער ביז א רבי פאר רבבות חסידים, פון א פשוטע הצלה מעמבער ביז א קעיס מענעדזשער, און אלע אינדערמיט.

און דער וואס זאגט אנדערש, רופט אויס אז ער האט נאכנישט צוגערירט די נושא, נאר בויט מסקנות לויט זיינע שמאלע ידיעות ביי זיינס א קרוב וכדו'.
ווי געזאגט וועל איך זיך נישט באציען צו די סארט מעסעדזשעס נישט די און נישט די אנדערע וואס דו האסט יעצט געשריבן
בתקוה להבנה
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1834
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2149

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך שבת קודש »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 12:42 pm
יום טוב האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 9:39 am איז אזוי דרייען זיך ארום הונדערטער אידן וואס האבן מיטגעהאלטן טעראפי געשיכטעס ערשטהאנטיג און וויינען אז טעראפי איז א דיזעסטאר, זיי קען מען נישט גלייבן זיי זעענען חולי נפש, קראנקע מענטשן וואס ביי זיי איז די טעראפי נישט געלונגען פערצופאל אדער זענען זיי גאר אליין שולדיג ווייל זיי האבן נישט געפאלגט די "הייליגע לייסענס טעראפיסט"

ווי זענען די סוקסעס סטאריס ? אה די סוקסעס סטאריס שעמען זיך ..... נאר די טעראפיסטן און די עסקנים ווייסן ווייל עס איז קאנפידעשאל.... אינטערסאנט אז די וואס זענען דורך געפאלן זיי שעמען זיך נישט און די געלונגענע מענטשן זיי שעמען זיך גאר
די סוקסעס סטארי'ס זענען גלוי וידוע פאר יעדן וואס טוט אין העלפן אנדערע אידן. יעדן מיינט יעדן, פון א מלמד פאר 25 קינדער ביז א רבי פאר רבבות חסידים, פון א פשוטע הצלה מעמבער ביז א קעיס מענעדזשער, און אלע אינדערמיט.

און דער וואס זאגט אנדערש, רופט אויס אז ער האט נאכנישט צוגערירט די נושא, נאר בויט מסקנות לויט זיינע שמאלע ידיעות ביי זיינס א קרוב וכדו'.
ריכטיג די סוקסעס סטארי'ס זענען גלוי וידוע, אבער אין די זעלבע צייט איז ליידער אויך גלוי וידוע פארקערט פון אסאך חרבנות וואס איז געקומען דורך זיי,

ס'איז קלאר אז מען טאר נישט האבן קיין בלינדע טראסט אפילו ווען מען האט לייסענס
און אויב זעהט מען אז זאכן פארן נישט גוט זאל מען נישט ממשיך זיין מיט די תירוץ אז 'זיי פארשטייען דאך וואס זיי טועהן ווייל זיי זענען לייסענס' משא''כ אונז
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2695
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 7417

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך פופציגער »

יום טוב האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 12:06 pm
פופציגער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 11:59 am איבעראל, אין יעדע אינדוסטריע, זענען דא גנבים און פארברעכער.

גארנישט ספעציעל.
אין דעם פעלד איז דאס ליידער סאך מער מצוי צוליב די פארמאכטקייט דערפון, און אויך איז דאס סאך מער האקל ווי אנדערע אינדערסטריס
איבער דעם וועל איך עס לאזן אזוי, דען איך האב נישט שטודירט אלע אינדוסטריעס צו קענען זיין א מאן דאמר דא.

מיר האט בעיקר געשטערט דיין אמאליגע צוגאנג ווי כאילו טעראפי איז א סקעם.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1998

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך יום טוב »

פופציגער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 1:21 pm
יום טוב האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 12:06 pm
פופציגער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 11:59 am איבעראל, אין יעדע אינדוסטריע, זענען דא גנבים און פארברעכער.

גארנישט ספעציעל.
אין דעם פעלד איז דאס ליידער סאך מער מצוי צוליב די פארמאכטקייט דערפון, און אויך איז דאס סאך מער האקל ווי אנדערע אינדערסטריס
איבער דעם וועל איך עס לאזן אזוי, דען איך האב נישט שטודירט אלע אינדוסטריעס צו קענען זיין א מאן דאמר דא.

מיר האט בעיקר געשטערט דיין אמאליגע צוגאנג ווי כאילו טעראפי איז א סקעם.
עס איז נישט קיין סקעם, אבער ווערט גענוצט אלס א ריזיגע סקעם דורך זייער אסאך ליידער, און מען דארף דאס וויסן
אוועיטער
א טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 5:07 pm
x 567

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך א טויב »

איך האב א נאנטער קרוב משפחה וואס דער מזווג הזיווגים האט אים באשערט א BPD א טאכטער פון א BPD, מיין הארץ גייט אויס פאר דעם יונגערמאן, ער איז ביזי דורכך טאג, וואך, חודש, יאר, זיך זעלבסט באשילדיגן אז ער איז נישט געניג רעספעקטפול צו זיין אשת חיה.
בקוציר המעשה העט אים ווען זיין ווייב נישט אזוי אריין געבאקן ווי שעדליך טעראפי איז פארן גוף ונשמה און פארן חלק אלוקי וואלט ער געקענט האבן א גליקליך לעבן, און זי וואלט עווענטשילי אויך גענאסן, אבער היות זי האט זיך דערלערענט דער שפראך פון @יום טוב , האט דער יונגערמאן אריינגעוויינט אין מיין אויער פורים, איך האב דאן געטוען די טעראפי פון @יום טוב , פארשטייצעך אז איך האב נישט אמאל געקענט ארויפברענגען אויף מיין ליפן די נושא פון טעראפי.

#עס טוט זייער וויי
אוועיטער
א טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 5:07 pm
x 567

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך א טויב »

גראדע ווייס איך פערזענליך פון עטליכע סוקסעס געשיכטעס!!!

#איך בין נישט קיין עסקן אדער כלל טוער
#א פלענע אוזן קשבת
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1998

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך יום טוב »

א טויב האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 1:28 pm איך האב א נאנטער קרוב משפחה וואס דער מזווג הזיווגים האט אים באשערט א BPD א טאכטער פון א BPD, מיין הארץ גייט אויס פאר דעם יונגערמאן, ער איז ביזי דורכך טאג, וואך, חודש, יאר, זיך זעלבסט באשילדיגן אז ער איז נישט געניג רעספעקטפול צו זיין אשת חיה.
בקוציר המעשה העט אים ווען זיין ווייב נישט אזוי אריין געבאקן ווי שעדליך טעראפי איז פארן גוף ונשמה און פארן חלק אלוקי וואלט ער געקענט האבן א גליקליך לעבן, און זי וואלט עווענטשילי אויך גענאסן, אבער היות זי האט זיך דערלערענט דער שפראך פון @יום טוב , האט דער יונגערמאן אריינגעוויינט אין מיין אויער פורים, איך האב דאן געטוען די טעראפי פון @יום טוב , פארשטייצעך אז איך האב נישט אמאל געקענט ארויפברענגען אויף מיין ליפן די נושא פון טעראפי.

#עס טוט זייער וויי
מען קען נישט פארדעם פארהוילן די פאקט

מען דארף וויסן ביידע , איי יענער וועט דאס אפלערנען שלעכט? טאקע א פראבלעם, אבער פון די צווייטע זייט איז דאך דא א פארקערטע פראבלעם אז מענטשן וועלן אריינפאלן אוון הרגענען זייער לעבן , דארף מען זאגן ביידע זאכן מען דארף יא גיין אבער וויסן צו וועם מען גייט
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1998

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך יום טוב »

א טויב האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 1:30 pm גראדע ווייס איך פערזענליך פון עטליכע סוקסעס געשיכטעס!!!

#איך בין נישט קיין עסקן אדער כלל טוער
#א פלענע אוזן קשבת
איך מיין איך האב גענוג קלאר געשריבן די נושא , נישט געזאגט אז עס איז נישט דא גוטע הילף, ליין איבער ותמצא נחת האפענטליך, און איך פלאן נישט צו גיין הין און צוריק אן א סוף
אוועיטער
א טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 5:07 pm
x 567

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך א טויב »

יום טוב האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 1:34 pm
► Show Spoiler
איך מיין איך האב גענוג קלאר געשריבן די נושא , נישט געזאגט אז עס איז נישט דא גוטע הילף, ליין איבער ותמצא נחת האפענטליך, און איך פלאן נישט צו גיין הין און צוריק אן א סוף
איר האט בטעות ריפלייד צו די נישט ריכטיגע פאוסט, ביטע קוק איינס בעפאר.
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1998

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך יום טוב »

א טויב האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 1:28 pm איך האב א נאנטער קרוב משפחה וואס דער מזווג הזיווגים האט אים באשערט א BPD א טאכטער פון א BPD, מיין הארץ גייט אויס פאר דעם יונגערמאן, ער איז ביזי דורכך טאג, וואך, חודש, יאר, זיך זעלבסט באשילדיגן אז ער איז נישט געניג רעספעקטפול צו זיין אשת חיה.
בקוציר המעשה העט אים ווען זיין ווייב נישט אזוי אריין געבאקן ווי שעדליך טעראפי איז פארן גוף ונשמה און פארן חלק אלוקי וואלט ער געקענט האבן א גליקליך לעבן, און זי וואלט עווענטשילי אויך גענאסן, אבער היות זי האט זיך דערלערענט דער שפראך פון @יום טוב , האט דער יונגערמאן אריינגעוויינט אין מיין אויער פורים, איך האב דאן געטוען די טעראפי פון @יום טוב , פארשטייצעך אז איך האב נישט אמאל געקענט ארויפברענגען אויף מיין ליפן די נושא פון טעראפי.

#עס טוט זייער וויי
אין א זייטיגע נקודה אויב איז זיין ווייב טאקע א בי פי די וועט זי אים קיינמאל נישט לאזן גיין צו טעראפי, ער דארף זיך אליינס נעמען אין די הענט אריין אן איר וויסן , און צו אייך איז סתם אינטערסאנט פום ווי קענט איר דיאגניזירן אז זי האט בי פי די ? איר זענט געזיצן מיט איר ? מען קען דיאגניזירן סתם פון אפאר לשה"רלעך?
אוועיטער
א טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 5:07 pm
x 567

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך א טויב »

יום טוב האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 2:33 pm

על ראשון ראשון
איך רעד נישט צו זי לאזט אדער נישט, איך זאג אז זי איז א היבש ביסל קלוגער פון פלען נישט לאזן, זי טוט וואס איר טוט.
צווייטענס
איר זענט גערעכט, איך האב איר נישט געמעגט אנרופן BPD! אבער זי האט אסאך נאטארן וואס מען זאגט אז די וואס לאדען דערויפן מאכן זיך ווי זיי האבן די נאטארן. (עס איז גאר א נאנטע קרוב, במילא פון די נעטארן קען איך זיך נישט ארויסדרייען. והמבן יחין)

א טויב האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 2:41 pm

דאס איז עס געווענליך מיט די בי פי די, זיי זענען קלוג און האלטן א שטארקן קאנטראל אויף די ארומיגע, מיט קלוגע סברות, און געווענליך דער ליידענדער כאפט אפילו נישט ווי מען פירט אים אין באד אריין, און פארלאזט זיך כצאן לטבח אויף דעם בי פי די
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1834
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2149

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך שבת קודש »

אמאל האט מען נישט געהערט פון די אלע טערעפי זאכן די אלע נעמען

ס'איז אלטע שאלה צו אמאל האט מען נישט געליטן פון די אלע זאכן אדער מ'האט יא געליטן נאר מ'האט פשוט גארנישט געטועהן דערצו, איך בין נייגריג וועלעכע ס'איז די ריכטיגע?
אוועיטער
א טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 5:07 pm
x 567

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך א טויב »

@שבת קודש פרעגט אייערע עלטערן ביז וועלכע ליין מען האט זיי געגעבן גרעיפ דזוס, און ווי שטארק די פעטש האבן וויי געטוען.
דערנאך פרעגט אייערע קונדער די זעלבע.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2695
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 7417

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך פופציגער »

שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 3:53 pm אמאל האט מען נישט געהערט פון די אלע טערעפי זאכן די אלע נעמען

ס'איז אלטע שאלה צו אמאל האט מען נישט געליטן פון די אלע זאכן אדער מ'האט יא געליטן נאר מ'האט פשוט גארנישט געטועהן דערצו, איך בין נייגריג וועלעכע ס'איז די ריכטיגע?
ביידע זענען ריכטיג
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1834
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2149

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך שבת קודש »

פופציגער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 4:25 pm
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 3:53 pm אמאל האט מען נישט געהערט פון די אלע טערעפי זאכן די אלע נעמען

ס'איז אלטע שאלה צו אמאל האט מען נישט געליטן פון די אלע זאכן אדער מ'האט יא געליטן נאר מ'האט פשוט גארנישט געטועהן דערצו, איך בין נייגריג וועלעכע ס'איז די ריכטיגע?
ביידע זענען ריכטיג
יא אדער ניין?
נאך וואס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 213
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 4:54 pm
x 160

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך נאך וואס »

א טויב האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 1:28 pm איך האב א נאנטער קרוב משפחה וואס דער מזווג הזיווגים האט אים באשערט א BPD א טאכטער פון א BPD, מיין הארץ גייט אויס פאר דעם יונגערמאן, ער איז ביזי דורכך טאג, וואך, חודש, יאר, זיך זעלבסט באשילדיגן אז ער איז נישט געניג רעספעקטפול צו זיין אשת חיה.
בקוציר המעשה העט אים ווען זיין ווייב נישט אזוי אריין געבאקן ווי שעדליך טעראפי איז פארן גוף ונשמה און פארן חלק אלוקי וואלט ער געקענט האבן א גליקליך לעבן, און זי וואלט עווענטשילי אויך גענאסן, אבער היות זי האט זיך דערלערענט דער שפראך פון @יום טוב , האט דער יונגערמאן אריינגעוויינט אין מיין אויער פורים, איך האב דאן געטוען די טעראפי פון @יום טוב , פארשטייצעך אז איך האב נישט אמאל געקענט ארויפברענגען אויף מיין ליפן די נושא פון טעראפי.

#עס טוט זייער וויי
איך האב א נאנטע קרוב א אינגערמאן וואס פאר עטליכע יאר צוריק ווען ער איז געווען א אינגע בחור איז ער געקומען אין ישיבה יעדן פארטאגס ארום 6:00 פארטאגס און פארברענגט אין ישיבה א גאנצן טאג

נאך 9 שעה וואס ער איז געזעצן אין ישיבה אום 3:00 נאכמיטאג איז אנגעקומען אין ישיבה זיין נאכמיטאג מגי"ש, דער מגי"ש האט זיך זייער גוט צוגעגרייט דעם שיעור און עקסטער אריינגעלייגט כוחות וויאזוי עס אראפצוברענגען צום מוח פון א ישיבה קטנה בחור'ל, באזונדער האט ער זיך צוגעלייגט איידער ער איז געקומען אין ישיבה צו זיין גוט אויסגערוט און אנהייבן זיין ארבעט מיט א פרישקייט

דער בחור הנ"ל האט שוין געהאלטן נאכן אפזיצן אין ישיבה גאנצע 9 שעה, ער האט געהאלטן אינמיטן נאכמאלן עפעס א וואנט פון ישיבה ביי לאנטש, נאך לאנטש ווען מען איז אריין אין כתה האט דער בחור געמאכט שיף דעם שלחן ערוך און ארויסגענומען דעם ברוינעם פאפיר מיט זיין פעדער און גענדיקט דעם מאלעריי, בשעת די שכינים משני הצדדים קוקן אריין איז די ברוינע פאפיר מיט די מאלעריי

דער מגי"ש הייסט דעם בחור זאפארט אוועקלייגן אלעס, ער שפירט אז ער פארלירט דעם פאקוס פון די בחורים אויף וואס ער האט שוין אריינגעלייגט אזויפיל כוחות, דער בחור ווערט נערוועז און ער געבט א מאך א געניץ אויפן קול פון וואס די כתה האט אויסגעשאסן פאר געלעכטער, דער מגי"ש שפירט ווי ער קראכט ער הייסט דעם בחור שוין גיין צום מנהל.

דער מנהל זיצט אין אפיס מער ווייניגער פארט אלעס פיין מען האלט שוין ביי נאכמיטאג סדר, די בית המדרש איז ליידיג דער עולם איז אין די כיתות, יעצט האט אביסל צייט פאר זיך אביסל זיך אפצוריען און צוריק קומען אין ישיבה אין א 2 שעה, ווען עס איז אנהייב חזר'ן און פארבלייבן אויף נאכט סדר, די דרימל יעצט איז גאר וויכטיג פאר אים נאך א טאג ארבייט וואס מען קען ניטאמאל פארשטיין די ארבעט פון א מנהל פון א ישיבה קטנה

דער מנהל האלט שוין די שליסל פון זיין קאר אין זיין האנט אויפן וועג ארויס פון אפיס הערט ער א קלאפ אין די טיר, ער מאכט אויף די טיר דער בחור'ל שטייט דארט "פארוואס ביסטו דא?" ער ענטפערט "איך ווייס נישט די מגי"ש האט מיך געשיקט" מנהל "די ווייסט נישט הא? איך ווייס נישט צו די קענסט צוריק קומען נעקסטע זמן, גיי אריין אין כתה און זעה מען זאל דיך נישט שיקן נאכאמאל"

דער מנהל גייט אהיים, דער בחור גייט צוריק אריין אין כתה מלא כעס אויף זיין מגי"ש וואס האט אים ארויסגעשיקט פאר גארנישט און פאר נישט, צו מאכן די לאנגע מעשה קורץ איז ער מיט די מגי"ש געווען אויף מעסער שטעך און אין די נאכפאלגענדע פאר טאג איז ער נאך אפאר מאל אנגעקומען צום מנהל, און טאקע דייקא אין די נישט ריכטיגע צייט פאר אים

דער מנהל מאכט זיך א חשבון מען דארף דעם בחור שיקן פאר הילף ער איז ממש א אפקומעניש, ער רופט אן דעם טאטען און ער איז זייער שטארק "מציע" אז עס וואלט געווען כדאי אז זיין בחור'ל זאל זיך אביסל איבערשמוסן מיט איינעם, דער פאטער בלית ברירה געבט דעם אקעי און מען באשטימט אז דער בחור וועט אנהייבן גיין איין מאל א וואך צו דעם "הייליגן טערעפיסט" ער בעט א נישטיגע 225 דאלער פאר 40 מינוט.

דער בחור זיצט און שימעלט אפ אין די שיינע אפיס פון די "הייליגע טערעפיסט" ער האט נישט קיין השגה וואס ער זיכט דארט (איך אויך נישט).
יעדע צוויי וואכן הייבט מען אן צו זען עליות און ירידות, ווען ער איז פרייליך איז עס אדאנק די טעראפי, און אויב ער איז אין א שלעכטע גוסטע איז עס א חלק פון די פראסעס.
דער טערעפיסט הייבט נישט אויף קיין טעלעפאון ווען מען רופט אים, זיין גאנצע אנשטעל איז אז ער טוט דא א מורא'דיגע טובה און באמת איז ער זייער פארנומען (נישטא ווער זאל לאכן) מען ווערט משוגה פון אים, ער קריכט אויף גראדע ווענט צו באשילדיגן די גאנצע שטאט פארוואס די בחור איז אזוי (וויאזוי?...)

די מעשה גייט נאך זייער לאנג אבער די פינגער טוט מיר שוין וויי פון קלאפן אזויפיל, כ'מיין אז מען כאפט די נקודה
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1998

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך יום טוב »

א טויב האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 4:14 pm @שבת קודש פרעגט אייערע עלטערן ביז וועלכע ליין מען האט זיי געגעבן גרעיפ דזוס, און ווי שטארק די פעטש האבן וויי געטוען.
דערנאך פרעגט אייערע קונדער די זעלבע.
וואס מיינסטו צו זאגן? דו טענהסט אז אלע האבן געליטן?
אוועיטער
א טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 5:07 pm
x 567

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך א טויב »

נאך וואס האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 4:59 pm
► Show Spoiler
די מעשה גייט נאך זייער לאנג אבער די פינגער טוט מיר שוין וויי פון קלאפן אזויפיל, כ'מיין אז מען כאפט די נקודה
WOW באמת גאר שטארק, און יא איר זענט גערעכט מאכט זיך אזאנס אויך.
אבער אפפרעגן טעראפי אלץ נחלת הכלל ווערט נישט בארעכטיגט דערפאר.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5953
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 12877

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך דער תהלים איד »

נאך וואס האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 4:59 pm
► Show Spoiler
די מעשה גייט נאך זייער לאנג אבער די פינגער טוט מיר שוין וויי פון קלאפן אזויפיל, כ'מיין אז מען כאפט די נקודה
כ'האב געהאט ממש די זעלבע מעשה מיט איינעם וואס האט נישט קיין לייסענס.

סוי וואס איז יעצט?
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1998

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך יום טוב »

א טויב האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 5:24 pm
נאך וואס האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 4:59 pm
► Show Spoiler
די מעשה גייט נאך זייער לאנג אבער די פינגער טוט מיר שוין וויי פון קלאפן אזויפיל, כ'מיין אז מען כאפט די נקודה
WOW באמת גאר שטארק, און יא איר זענט גערעכט מאכט זיך אזאנס אויך.
אבער אפפרעגן טעראפי אלץ נחלת הכלל ווערט נישט בארעכטיגט דערפאר.
אזעלעכע מעשיות קומען פאר טעגליך, די טעראפיסטן זוכן צו מאכן געלט, און די ישיבה איז זייערע אגענטן ווייל אזוי רעדט זיך די ישיבה איין אז די ארבעט וועט זיי זיין גרינגער

אבער דאס איז טאקע א זייטיגע נקודה אבער אויך וויכטיג צו באטאנט ווערן
לייבל פריש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 345
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:13 pm
x 390

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך לייבל פריש »

יום טוב האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 5:53 pm
א טויב האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 5:24 pm
נאך וואס האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 4:59 pm
► Show Spoiler
די מעשה גייט נאך זייער לאנג אבער די פינגער טוט מיר שוין וויי פון קלאפן אזויפיל, כ'מיין אז מען כאפט די נקודה
WOW באמת גאר שטארק, און יא איר זענט גערעכט מאכט זיך אזאנס אויך.
אבער אפפרעגן טעראפי אלץ נחלת הכלל ווערט נישט בארעכטיגט דערפאר.
אזעלעכע מעשיות קומען פאר טעגליך, די טעראפיסטן זוכן צו מאכן געלט, און די ישיבה איז זייערע אגענטן ווייל אזוי רעדט זיך די ישיבה איין אז די ארבעט וועט זיי זיין גרינגער

אבער דאס איז טאקע א זייטיגע נקודה אבער אויך וויכטיג צו באטאנט ווערן
געהערט פון א עסקן אז עס איז א פראבלעם אז די איינגעשטעלטע זענען פויל צי ארבעטן מיט בחורים וואס האבן אישוס - וואס דאס באטרעפט צומאל גרויסע פארצענטן - און דעריבער שיקט מען תיכף צי טעראפי אזוי איז די ישיבה באפרייט
מדארף אריינקוקן דערין צי עס איז אמת אבער מאכט סענס
דערמאנונג: אדר א’ נישט שבט ב’...
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1998

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך יום טוב »

לייבל פריש האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 5:58 pm
יום טוב האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 5:53 pm
א טויב האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 5:24 pm
WOW באמת גאר שטארק, און יא איר זענט גערעכט מאכט זיך אזאנס אויך.
אבער אפפרעגן טעראפי אלץ נחלת הכלל ווערט נישט בארעכטיגט דערפאר.
אזעלעכע מעשיות קומען פאר טעגליך, די טעראפיסטן זוכן צו מאכן געלט, און די ישיבה איז זייערע אגענטן ווייל אזוי רעדט זיך די ישיבה איין אז די ארבעט וועט זיי זיין גרינגער

אבער דאס איז טאקע א זייטיגע נקודה אבער אויך וויכטיג צו באטאנט ווערן
געהערט פון א עסקן אז עס איז א פראבלעם אז די איינגעשטעלטע זענען פויל צי ארבעטן מיט בחורים וואס האבן אישוס - וואס דאס באטרעפט צומאל גרויסע פארצענטן - און דעריבער שיקט מען תיכף צי טעראפי אזוי איז די ישיבה באפרייט
מדארף אריינקוקן דערין צי עס איז אמת אבער מאכט סענס
די ערשטע זאך וואס קומט היינט אויף אין געדאנק ווען א בחור מאכט פראבלעמען אביסל צו לעבעדיג וכדומה, טעראפי, ווייל לשיטת הטעראפיסטן דארף יעדע קליינע פראבלעם גיין צו זיי אזוי שטייט אין די בוקס , ומשל בעל התל ובעל החריץ דער טעראפיסט מאכט געלט און די ישיבה דארף זיך נישט ספראווען, וליתר שאת לייגט מען דעם בחור אויף פילן פאר לייף און מען ראונירט די רעסט אף זיין לעבן און פארטיג
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1998

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך יום טוב »

האב איך געהערט פון א איד אז ער האט באקומען א פאון קאל פון זיין אינגלס מלמד אז זיין אינגל דארף טעראפי, פארוואס? ווייל לעצטנס קריגט ער זיך ארום מיט אנדערע קינדער .... אפאר וואכן שפעטער רעדט ער צו דעם מלמד נאך א מאל זאגט ער ניין עס האט זיך שוין געסעטלט ...,

קאמענטארן זענען איבריג
שרייב פאוסט