אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4828
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14391

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

אנדערער האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 11:40 pm א. מען וועט אפגעבן דין וחשבון פאר יעדע קליינקייט און די גיהנם איז גענוג גרויס פלעגט מיין רבי זאגן
די נקודה איז נישט אז ווייל יענער האט שוין עובר געווען מעג איך אויך, נאר ווייל יענער האט עס שוין ארויסגעלייגט פארן פובליק, און די בילד איז שוין סייווי באקאנט, קען מען גלייבן אז ס'באדערט שוין נישט מער פאר יענעם אז נאך צוויי הונדערט מענטשן זעהן עס.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2638
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3007

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך אנדערער »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 9:06 am
אנדערער האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 11:40 pm א. מען וועט אפגעבן דין וחשבון פאר יעדע קליינקייט און די גיהנם איז גענוג גרויס פלעגט מיין רבי זאגן
די נקודה איז נישט אז ווייל יענער האט שוין עובר געווען מעג איך אויך, נאר ווייל יענער האט עס שוין ארויסגעלייגט פארן פובליק, און די בילד איז שוין סייווי באקאנט, קען מען גלייבן אז ס'באדערט שוין נישט מער פאר יענעם אז נאך צוויי הונדערט מענטשן זעהן עס.
איך פארשטיי. אבער מיין נקודה איז אז אויב 100 מענטשן זענען מצער א מענטש און נאך איינער איז נאר מצער א טראפ גייט ער נאך אלץ באצאלן דערפאר
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3835
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 4960

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך שמח »

פליט האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 11:55 pm
דעס איז מיין פאדקעסט.
:lol:
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1856
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5087

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך נקודות טובות »

פליט האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 11:55 pm @נקודות טובות
זייער אמת דיינע ווערטער, אבער לויף אהין צו דעם טעמע און כאפ א בליק וויפיל ניקס האבן דאס געליינט און גע'לייקט, די עולם גלייכט זייער אזעלכע בילדער זעהט אויס...

בנוגע די רבי'ס,א גרויס חלק פון די רבי בילדער אין די אויסגאבעס איז היינטיגע טעג, פערענטשעס בילדער, ווי די עולם קומט אן צום מעמד, דער עולם ביים פארלאזן דעם זאל, און אזוי ווייטער...

פאקט איז אז אונז לעבן היינט טאקע אין א ווירטואלער וועלט, פריוואטקייט איז שוין נישט פארהאן היינט, חוץ ביי דיר אינדערהיים ווען די ווינדאו שעידס איז פארמאכט...
צו עס איז א תירוץ? ניין. אבער פון יעדעם קען מען שוין היינט טרעפן א בילד וואס איז פאבליק.


סאו אדער קענען אונז לאזן יענעם קוקן בילדער פון אונז ווי אונז האנדלען זיך איין א שיינעם לולב, אדער קענען אונז אויך קוקן די בילדער פון אונז, און אויך הנאה האבן פון די געלונגענע בילד פון מיין קליינטשיגע..


דעס איז מיין פאדקעסט.
הער אויס. וויפיל ניקס האבן געלייקט? יא אסאך ניקס האבן געלייקט. דאס מאכט אויס? איך ווייס אז מענטשען האבן הנאה. אשר ע"כ, דאס איז משנה? אפשר גאר להיפך.

בנוגע פארענטשעס און די עולם פארלאזן די זאל. איש בין אנשים איז אנדערש ווי דער איינצילנער אינגערמאן וואס די היט פליעט אים אראפ פון קאפ ווען ער פראבירט צו נעמען עפעס פון די העכסטע שעלף אין לאמבער ערב סוכות, בשעת זיין דריי יעריגס פליקט אראפ א גאנצע שורה מיט גלאזענע באלבס... פארשטייסט. איך בארעכטיג נישט, אבער פארגלייך עס נישט.

אלץ מיך אויס, גיי ווייטער אן. עס איז דיין דעסישען נישט מיינס. דו לייגסט עס, נעם עס אויף דיר. צו איך גיי דיר מחזק זיין? ניין. איך וואלט נישט געוואלט אז מיין קלאס אפ בילד זאל זיין דא, איך בין נישט נייגעריג אז כל הקהל הקודש זאל קענען ציילן פונקטלעך וויפיל פרעקילס איך האב, אדער זעהן מיין פארשוויצטע פאני פעיס...

נאכאמאל. לייגן דא א בילד וואס האט ממילא סירקולירט אויף וואטסעפ, נו שוין. אז ס'איז סיי ווי פארשפרייט איז דערנאך. מיגו דאתקצאי לבין השמשות אתקצאי לכולי יומא. איך וואלט עס נישט געטוהן, אבער מוחה בין איך אויך נישט.
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
שרייב פאוסט