בלומען האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 20, 2024 11:57 am
נישט אינגאנצן ריכטיג
היינט צו טאגס איז בלומינג גראוו רעדי אויף א גאלדענעם טאץ פאר די וואס קויפן יעצט, קומען זיך דארט דרייען, לערנען, באזוכן די בתי מדרשים, אפיסעס, אינוועסטארס, נאמען געבערס און ק"י שרייערס
די וואס האבן געשוויצט דא במלוא מובן המילא די ערשטע פאר יאר, זענען געקומען דא וואוינען על ארץ לא זריעה אין פראקטישן הינזיכט, זיך געדארפט ספראווען מיט כל מיני שוועריגקייטן ברוחניות ובגשמיות צוגלייך, זיך אוועקגעגעבן מיט בלוט און שווייס פאר די רוחניות און גשמיות פון געגנט, זיי האבן א פראבלעם מיט די ניי אנשיקעניש און באזארגער, און האבן רעכט זיך צו נעמען צום הארצן
מטבעי וואלט איך געהאט זייער א שטארקע מיטגעפיל מיט די וועלכע האבן אריינגעלייגט כוחות איבערצונעמען דעם ווילעדזש צו א אידישע פירערשאפט, און איך וואלט איגנארירט אלע טענות ומענות פונעם ארטיגן עולם קעגן די באעהרדע, איך וואלט געטראכט אז ס'איז א נאטורליכע נויט וואס מענטשן האבן אלעמאל צו גלייבן יעדע דבר רע אויף איינעם וואס איז געווארן העכער ווי אים.
הגם, די חלק פון קארופציע אויף פערמיט'ס וד"ל ואכמ"ל איז א קלא דלא פסיק וואס האט שטארקערע ידים ורגלים מער ווי סתם געמויזעכצער, אבער איך וואלט דאס אויך פארקוקט, ווי קול מבשר האט שוין גע'פסק'ט ביי די 3 דיעות אפטיילונג אז פראטעקציע און קארופציע איז א צורך פאר די בריאה...
אבער, אבער, אבער!
היות דער מציאות איז אז די וואס האבן עוסק געווען דערין זענען אידן וואס ווילן אז דא זאל זיין אן "עיר ואם בישראל מאנסי" מיט אלעס וואס דאס נעמט מיט, יו נעים איט, און זייער ציל איז נישט עפעס א באהאלטענע זאך, נאר קלאר און אפן און שפריצט פון יעדעס ווארט און יעדע פעולה און יעדע קארופציע, די גאנצע ווירטשאפט טאפ-טו-באדעם איז אויף דעם געבויט דורך די "עסקנים" אינאיינעם מיט איין אינוועסטאר וועלכע האבן זיך אריינגעזען אינעם ווילעדזש, דערפאר, ווערט עס באטראכט ביי יעדן ירא שמים ווי א "גניבה", נישט ווי א "עסקנות". ס'איז א פאלנע גניבה פון מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע דער מייסד פון די שטאט. ס'איז א פאלנע גניבה פון יעדן ערליכן תושב אין גאנץ קרית יואל. מ'קען דאס נישט אנדערש אנפעינטן, ס'איז נישט במציאות.
אמת, ס'איז טאקע דא זייער א שיינע דעקל דערויף וואס רופט זיך "אחדות", אבער טאקע אט דער אחדות ניגון זאגט איין זאך: אונז וואלט מיר זייער געוואלט זיין סאטמארע אידן, אונז זעמיר (למשל) עכטע יראי ה' און חסידים פונעם דרך המייסד, אבער היות אין סאטמאר קריגט מען זיך, היות סאטמאר איז ליידער פארגליטשט געווארן, היות סאטמאר איז געווארן א שמוציגע זאך (ח"ו), היות סאטמאר האט שוין עקספייערט, דערפאר מוזן מיר בלית ברירה שענקען די שטאט פאר מאנסי!
דאס איז א מאוומענט פונעם שטן וואס שטערט פאר אלע "יראי ה'" פון אלע קהילות! אפילו פון די וואס האלטן נישט אז קרית יואל האט א מרא דאתרא. נאך אלעם וויל יעדער דאס זאל נישט ווערן מאנסי, דאס זאל נישט ווערן א מקום הפקר הנקרא "עיר ואם בישראל", קיין איין ירא ה' וויל דאס נישט, אויסער איין פירמע וואס שטייט און ברעכט אויס צואה אויף אלעמען מיט שפאט: UJC.
און נישט נאר וואס דער ציבור יראי ה' ווילן דאס נישט, נישט נאר וואס רביה"ק מייסד העיר בשמי מעל האט צער דערפון, נאר עפ"י שכל און עפ"י הלכה און עפ"י מציאות איז דער געגנט געבויט אויף קרית יואל, געבויט דורך קרית יואל, געבויט נאר אדאנק קרית יואל, געבויט אלס טייל פון קרית יואל, און קיין שום עסקן/פירמע גייט דאס נישט קענען טוישן. פארפאלן, בלומינגראוו איז נישט בלומינגבורג! און אויך נישט פאקיסטאן! און אויך נישט אלאסקא! פארוואס טאקע? פארוואס זענען די אידן נישט אהינגעפארן? פאר א סיבה. ווייל זיי האבן נישט געוואלט/געקענט גיין אליינס בויען א שטעטל, זיי האבן נאר געוואלט/געקענט אויסציען קרית יואל!
דאס איז שכל און דאס איז מציאות, און די וואס שלאגן זיך אויף פארקערט זענען יחידים, מחריבים, און אפגעהיטן זאל מען ווערן אויב מען וואלט דאס געלאזט גיין ווייטער.