יום טוב האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 15, 2024 3:30 pm
קדוש ישראל האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 15, 2024 3:21 pm
יום טוב האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 15, 2024 3:14 pm
האב איך אייך שוין געזאגט אז פאר 20 יאר צוריק האט מען אויך געוויסט איבער ואהבת נאר עס איז נאך נישט געווען די היינטיגע מיינונג זאגער פון כלל ישראל אויף פארשידענע אופנים וואס געוויסע טיפ מענטשן וואס זיי האבן אלעמאל גאר שטארק חושש געווען אויף ואהבת לרעך און אויף צער בעלי חיים וכו האבן נאך נישט געהאט די שופר אין די האנט צו אויסמענטשלען די אומענטשליכע חסידים
איר זאגט דאך אליין אז צוואנציג יאר צוריק האט עס נישט געשטערט דעם עולם - איז טאקע נישט געווען קיין פראבלעם פון ואהבת לרעך כמוך.
היינט שטערט עס מענטשן, רוב מענטשן היינט גייען אין א שויער פאר די מקוה, רוב מקוואות היינט האבן א מודעה אז מזאל גיין אין שויער פאר די מקוה, רוב מענטשן ווילן אז איר זאלט גיין אין שויער פאר די מקוה - האט איר א פראבלעם מיט ואהבת לרעך כמוך.
אזוי שווער צו פארשטיין?
ביטע הייבט נישט אן זאגן אז רוב מענשן גייען היינט נישט אין א שויער פאר די מקוה, און אז רוב מקוואות היינט האבן נישט קיין מודעה אז מזאל גיין אין שויער פאר די מקוה, און אז רוב מענטשן ווילן נישט אז איר זאלט גיין אין שויער פאר די מקוה.
אמאל האט דאס אויך געשטערט פאר געוויסע מענטשן אבער זיי האבן געוויסט אז דאס איז עס זיי גייען נישט טוישן די מציאות דאס זענען חסידישע אידן און פארטיג אז ער וויל קען ער גיין אין די פייוו טאונס און זיין א נארמאלע איד מיט ואהבת לרעך כמוך בהידור רב היינט צוטאג שפירט ער זיך ווי א תנא קמט און ער זאגט מיינונגען און ער פארלאנגט אז יעדער זאל זיך צושטעלן צו אים הלמאי ואהבת לרעך כמוך, גיבט עס נאך אפאר יאר און די עולם וועט נעמען שיריים מיט גאפלעך און ווען מדארף געבן לחיים וועט זיין א זייף דיספענסער און ווער עס וועט טוו ווי די אמאליגע משוגעים און עסן פיש מיט די הענט וועט נישט זיין מן הישוב וואס הייסט בל תשקצו איז א לאו אין די תורה אין ביהמ"ד וועט יעדער האבן אן עקסטערע בענקל מיט א טיש צוליב די חשש פון ונשמרתם מאוד לנפשותיכם
די טויש איז נישט נאר אין דעם די גאנצע מהלך המחשבה וועט געטוישט דורך די מיינונג זאגער
לאמיר זאגן אז איר זענט גערעכט, ווער זאגט אז איר זענט גערעכט מיט דעם אז מ'דארף פייטן די סיסטעם. ווער זאגט אז מדארף ארויסגיין מיט א מלחמת מצוה קעגן עסן שיריים מיט א גאפל. אפשר אז היינט וויל מען נישט איר זאלט גיין אין מקוה פאר א שויער, איז נישט. איר "זעהט" שוין די ירידה פון כלל ישראל אין דעם. ווען ליידער איז עס ווייט ווייט פונעם ביטערן אמת. כ'מיין ס'פעלט אייך די שיקול הדעת אויף וואס און ווען מדארף זיך קעגןשטעלן און ווען מ'דארף מיטגיין מיטן שטרום.
ס'דא הונדערטער זאכן וואס איר טוט היינט צוטאגס וואס אמאל איז עס געווען אראפגעקוקט, נאר וואס דען, ס'האט זיך געטוישט אביסל פאר אייער צייט. און ס'דעמאלטס אויך געווען ערליכע אידן, אייערע אייגענע רבי'ס און זיידעס האבן דעמאלטס געלעבט, און שוין, נישט אויף יעדע זאך האבן זיי געמאכט א געוואלד.
איר טוישט אייער קליידער מער ווי איינמאל א וואך?
איר טרינקט קאלארד סאדא? ביי שבת'דיגע סעודה?!
איר עסט טשולנט אדער קוגעל אינמיטן די וואך?
איר נוצט א טישו אדער א טאשטיכל?
קבל את האמת מי שאמרו