בלאט 69 פון 235
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 19, 2025 2:03 pm
דורך חלום חלמתי
די ווייסע הויז ניצט ווייטער זייער פרומיום מאסיווע AI גענעראטאר....
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 19, 2025 2:22 pm
דורך חלום חלמתי
די פב"א האט געטראפן א 'האנטינג (יאגד) מאשין' מיט א קלארע ליניע צו די טרעפ פונעם עיר פארס איינס אין פלארידע. טראמפ האט דעם שבת אפגעשטאט א בליץ באזוך אינדערהיים אין מאר א לאגא נאך פינף חדשים אין וואשינגטאן, און אויפן וועג אהין האט די סיקרעט סערוויס באמערקט דעם געפאר.
לויט פאקס איז דער מאשין שוין געווארן אראפגעלייגט דארט עטליכע חדשים צוריק
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 19, 2025 2:53 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מוצש"ק אקטאבער 18, 2025 10:57 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מוצש"ק אקטאבער 18, 2025 10:47 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מוצש"ק אקטאבער 18, 2025 8:23 pm
צוקונפטיגער ניו יארקער מעיאר האט זיך געלאזט פאטאגראפירן איינס פון די שותפים אין פלאנירן די 1993 באמבאדירונג אויף די טווין טאוערס
אילאן מאסק צוטירט
וויצע פרעזידענט רעאגירט
ניו יארק פאוסט
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 19, 2025 7:03 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מוצש"ק אקטאבער 18, 2025 10:52 pm
טראמפ מיט א עי איי ווידעא ווי ער דרייווט א קעניג טראמפ פליגער און גיסט ''פעך און שוועבל'' אױף די פראטעסטירער, בתוכם א באקאנטע לינקע פאדקעסטער
דער פאדקעסטער איז אביסל באליידיגט און פארלאנגט עמיצער זאל פרעגן טראמפ פשט דערין, ווענס זאגט אז ער וועט פרעגן דעם פרעזידענט....
#2025, אלס אויף סאושל מידיע...
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 19, 2025 11:31 pm
דורך חלום חלמתי
פרעזידענט טראמפ וועט זיך מארגן זעצן אויף א מאלצייט מיט די רעפובליקאנע סענאטארן און זיי מחזק זיין זיך ווייטער צו האלטן שטארק מיט די עבודת הקודש אין אזא שווערע שאט-דאון, און זיי שטארקן חלילה נישט פאלן פאר די שונאים און נאכגעבן אפילו א קיצו של יו"ד פאר די דעמאקראטן.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 20, 2025 12:08 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 19, 2025 11:03 am
לויט די פרעזידענט פון קאלאמביע זענען איינס פון די ווענעזועלע דראג שיפן א קאלאמביאנישע פיש כאפער, און אמעריקע האט עס אומזיסט אטאקירט.IMG_20251019_110127_785.jpg
פרעזידענט טראמפ ענפערט אים שארף אפ....
IMG_20251019_110136_754.jpg
דער בחור האט זיך באליידיגט, ער רופט צוריק די קאלאמביע אמבאסאדאר פון אמעריקע
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 20, 2025 4:24 pm
דורך חלום חלמתי
ארבעט ביים מערב פליגל פונעם ווייסן הויז, ווי מען גייט אויפבויען א שטאק פאר א נייע טראמפ באל רום
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 20, 2025 4:33 pm
דורך חלום חלמתי
אפעלאט געריכט באשטימט אז די טראמפ אדמיניסטראציע האט רעכט אריינצושיקן נעשאנעל גארד'ס קיין פארטלאנד ארעגאן
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 20, 2025 10:55 pm
דורך חלום חלמתי
קראנקע אנטיסעמיטיקע מיט א פרישע פרטים יבואו אפדעיט, אז מארגן גייט זי פארציילן גרויסססעע סודות איבער די טשארלי קורק מערדעריי, כאילו ס'איז דא א געג ארדער אויף איר און איינער לאזט איר נישט רעדן. די רעפובליקאנע אנטיסעמיטן שטייען געשפאנט צו הערן וויזוי די מוסד האט אזוי פאכמאניש אנגעדרייט דעם מארד.
איינער ווינדערט זיך נאר פארוואס ס'איז דא א געג ארדער אויף איר, געווענליך גייט א צו איסור פירסום נאר אויף איינער וואס איז אינוואלווד אין א קעיס...
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 20, 2025 11:01 pm
דורך חלום חלמתי
ווייסע הויז שטאלצירט מיט די פרישע דורכשניטלעך $3.00 א גאלאן גאז אין אמעריקע.
אין טעקסעס וכו' האלט עס ביי $2 און אין קאליפארניע איז עס פארשטייט זיך $4.50...
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 12:09 am
דורך חלום חלמתי
אינמיטן זיך אויפטוהן אז אמעריקע האט די בעסטע מיליטערישע עקוויפמענט אין די וועלט, ווערט טראמפ אביסל גערעגט ווען א רעפארטער צוקרעקט א 400 יאריגע היסטארישע שפיגל מיט איר קעמערע... אבער ער איז זיך מחזק אז דאס לעבן האט פראבלעמען ..
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 12:54 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 19, 2025 11:31 pm
פרעזידענט טראמפ וועט זיך מארגן זעצן אויף א מאלצייט מיט די רעפובליקאנע סענאטארן און זיי מחזק זיין זיך ווייטער צו האלטן שטארק מיט די עבודת הקודש אין אזא שווערע שאט-דאון, און זיי שטארקן חלילה נישט פאלן פאר די שונאים און נאכגעבן אפילו א קיצו של יו"ד פאר די דעמאקראטן.
איין סענעטאר איז נישט געלאדנט געווארן, די אלטע ריינאו טראמפ שונא רענד פאול.
טראמפ זאגט ביים מיטאג אז די סענאטאר - וואס איך וויל נישט זאגן זיין נאמען - איז סייווי א ניין אויף יעדן ביל מילא איז א שאד זיין צייט...
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 12:57 pm
דורך חלום חלמתי
גיידער אוועק פון דא די אורח, ניו יארק פאוסט וויל לייגן פרעשור אז סליווא זאל זיך ארויסציען פונעם מעיאר פארמעסט, נאך א אנקעטע אז קאומא קעגן מאמדאני האט שטארקע שאנסן צו געווינען
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 12:59 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 21, 2025 12:57 pm
גיידער אוועק פון דא די אורח, ניו יארק פאוסט וויל לייגן פרעשור אז סליווא זאל זיך ארויסציען פונעם מעיאר פארמעסט, נאך א אנקעטע אז קאומא קעגן מאמדאני האט שטארקע שאנסן צו געווינען
געוועזענע מעיאר (און טראמפ פריינט) רודי זשוליאני זאגט אז ער טוט שטארק אינדארסירן סליווא, ווייל ער קען נישט לייגן זיין רצון מאמדאני זאל פארלירן העכער זיינע פרינציפן.
און סליווא טענה'ט אז ער גייט אין ערגעץ נישט. ער בלייבט לויפן ביז אויס
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 2:19 pm
דורך שינאווער
ווי איך פארשטיי וויל טראמפ זייער שטארק אז מאמדאני זאל געוואונען צוליב וואס עס וועט אים לכאורה שטארק העלפן אין 26
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 2:27 pm
דורך חלום חלמתי
שינאווער האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 21, 2025 2:19 pm
ווי איך פארשטיי וויל טראמפ זייער שטארק אז מאמדאני זאל געוואונען צוליב וואס עס וועט אים לכאורה שטארק העלפן אין 26
אין חדר ווען דער שטארקע יונגל האט געכאפט א זעץ פון די שטערקערע, האט ער געזאגט אז ער האט עניוועי נישט געוואלט געווינען...
מאמדאני איז די לעצטע זאך טראמפ דארף אין נ.י. און ס'וועט אים ווייניג העלפן אינדרויסן פון ניו יארק. פונקט ווי טשיקאגא העלפט אים נישט אין פענסילוועניע.
אפשר סטעפעניק וועט קענען רייטן דערויף
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 8:36 pm
דורך חלום חלמתי
דזשאנסאן זאגט אז ער וועט נישט בלאקירן א קאנגרעס רעזאלוציע ארויסצוגעבן די עפשטיין פיילס, אבער קודם דארף די שאט-דאון זיין פארביי
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 8:37 pm
דורך חלום חלמתי
סתם אינטרעסאנט; א ליסטע פון די גרעסטע לופטליניעס לויט וויפיל מענטשן זיי האבן געטראגן אין 2024
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 10:06 pm
דורך חלום חלמתי
אפדעיט פון אילן מאסק...
און וואס וועלן די מענטשן טון? אה ניצן אלעס וואס די ראבאט מאכט..
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 10:42 pm
דורך חלום חלמתי
די קאמאנדיר אין טשיף מאנט פון די יוסטיץ דעפארטמענט דעם באשיידענעם סומע פון 230 מיליאן דאלער, אלס ווידערגוטמאכונג פון דעם דעפארטמענט וואס האט אים אומזיסט גערודפ'ט מיט די ראשע קאלוזשן און די FBI זיכעריי אין מאר-א-לאגא.
ווערנדיג געפרעגט זאגט ער אז וועט מנדב זיין די געלט פאר אזעלכע וואוילטעטיגע צוועקן ווי נאך מער פארשענערן דעם ווייסע הויז, 'ווייל למעשה איז עס א מיאוסע זאך פאר דעם וואס מאכט אפ ווי די געלט זאל גיין עס צו נעמען פאר זיך...'
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 12:41 am
דורך חלום חלמתי
האט איר שוין אמאל געהערט דעם נאמען סענעטאר דזשעף מערקלי?
קעי איך נישט, אבער יעצט איז דער אלטער קראכער אין די נייעס, פרובירנדיג ארויסצושטיין פון צווישן 100 סענאטארן האט דער דעמאקראט פון ארעגאן זיך געשטעלט רעדן 6 שעה צוריק בשעה 6:45 'אין א פראטעסט רעדע קעגן טראמפ'.
אבער ווי ס'זעהט אויס שטארבט ער עני רגע סאו קיין רעקארד וועט ער ווארשיינליך נישט ברעכן.
עדיט מיטוואך צופרי, ער דרשנט נאכאלץ
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 12:45 am
דורך שוהם
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 22, 2025 12:41 am
האט איר שוין אמאל געהערט דעם נאמען סענעטאר דזשעף מערקלי?
קעי איך נישט, אבער יעצט איז דער אלטער קראכער אין די נייעס, פרובירנדיג ארויסצושטיין פון צווישן 100 סענאטארן האט דער דעמאקראט פון ארעגאן זיך געשטעלט רעדן 6 שעה צוריק בשעה 6:45 'אין א פראטעסט רעדע קעגן טראמפ'.
אבער ווי ס'זעהט אויס שטארבט ער עני רגע סאו קיין רעקארד וועט ער ווארשיינליך נישט ברעכן.
כ'האב פונקט געזען מיין לאקאלער האומלעס זיך שאלען אויפן גאס מורמלענדיג, כ'מיין ס'איז א פראטעסט רעדע קעגן טראמפ
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 12:48 am
דורך שוהם
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 21, 2025 12:57 pm
גיידער אוועק פון דא די אורח, ניו יארק פאוסט וויל לייגן פרעשור אז סליווא זאל זיך ארויסציען פונעם מעיאר פארמעסט, נאך א אנקעטע אז קאומא קעגן מאמדאני האט שטארקע שאנסן צו געווינען
אינטערעסאנט אז עטליכע חדשים צוריק האבן זיי געהאט אויפן דעקל 'Just Cuo away'
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 8:21 am
דורך נאו לעיבל
אונזער פרעזידענט / קעניג ביים צעשמעטערן שטיקער היסטאריע
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 9:18 am
דורך חלום חלמתי
השבת אבידה אין מאנסי; א פיצל ניי געבוירן קינד איז געפונען געווארן מיט א צעטיל אז ווער ס'קען זאל קעיר נעמען, פאליציי איז שוין פארמישט.
אפדעיט; א משוגענער מאכט מארקעטינג