בלאט 69 פון 69

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 2:01 pm
דורך חלום חלמתי
שינאווער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 1:57 pm סא יעצט וועט מען שוין שיקן טאמהאק? כמיין, וויפיל מאל דארף פוטין ווייזן קלאר פאר טראמפ אז ער האלט נישט ביים זיך אינטערגעבן?
שיקן טאמהאק מיינט אז אמעריקע געבט ארויס איינס פון זייער פארגעשריטענסטע מיסיל, פלאס א שיף פון ווי עס צו קענען שיסן, פלאס א גאנצע קרא טרענירטע מיליטערלייט וואס קענען אפערירן מיט דעם מיסיל.

פוילן וועט דארפן באמבאדירט ווערן בעפאר אז אמעריקע זאל זיך קענען אזוי פארמישן אינעם קריג...

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 12:49 am
דורך שוהם
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 2:01 pm
שינאווער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 1:57 pm סא יעצט וועט מען שוין שיקן טאמהאק? כמיין, וויפיל מאל דארף פוטין ווייזן קלאר פאר טראמפ אז ער האלט נישט ביים זיך אינטערגעבן?
שיקן טאמהאק מיינט אז אמעריקע געבט ארויס איינס פון זייער פארגעשריטענסטע מיסיל, פלאס א שיף פון ווי עס צו קענען שיסן, פלאס א גאנצע קרא טרענירטע מיליטערלייט וואס קענען אפערירן מיט דעם מיסיל.

פוילן וועט דארפן באמבאדירט ווערן בעפאר אז אמעריקע זאל זיך קענען אזוי פארמישן אינעם קריג...
זיי זענען שוין בא'דראונ'ט געווארן וכאילו לא היה

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 5:38 pm
דורך חלום חלמתי
טראמפ; די באריכט אז אמעריקע האט ערלויבט צו שיסן מיסלען טיפער אריין אין אוקריינא איז שקר וכזב

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 2:27 pm
דורך חלום חלמתי
נאסע שמאטעס האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 2:17 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 7:57 pm
נאסע שמאטעס האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 7:55 pm

צ"ל אוקריינא קאפיטולאציע
דערווייל האט אוקריינא מסכים געווען און נישט רוסלאנד, סאו...
אפשר טאקע ביסטו מיר עס מסביר. רוסלאנד גייט ארויס מיט: 1. קריימיע פארזיגלט 2. פרישע שטחים איינגענומען 3. אוקריינע גייט נישט אריין אין נאטא.

מיט וואס גייט אוקריינע ארויס?
סעקיוריטי גאראנטי וואס איז כמעט אזויווי זיין אין נאטא.

אמעריקע וועט העלפן צוריק בויען דעם לאנד. ווי נאר אמעריקע קען וואס דאס קען זיי מאכן שטערקער ווי בעפאר.

קרימיע האבן זיי נישט פאר צוועלף יאר, און זיי גייען עס שוין קיינמאל נישט האבן. זיי לעבן נישט אין דינייעל

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 9:53 am
דורך מאירוואלף
פוילישער פרעמיער מיניסטער טוסק זאגט אז שלום אין אוקראינע קען דערגרייכט ווערן אין עטליכע וואכן, ציטירנדיג די לעצטע געשפרעכן מיט נאטא, אי יו און קאנאדע. אבער ער לייגט צו אז קיעוו וועט דארפן אננעמען טעריטאריעלע קאמפראמיסן. דאס קומט בשעת טראמפ און זעלענסקי געבן רמזים איבער פארשריט, כאטש וויכטיגע פראבלעמען זענען נאך דערווייל אומגעלייזט.

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 1:27 am
דורך הדסים
עטליכע טאג צוריק אין קיעוו ~ זייער קלאר


Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 6:31 am
דורך מאירוואלף
די בריטישע בי-בי-סי נייעס אגענטור באריכטעט אז זי האט באוויזן צו אידענטיפיצירן די נעמען פון 160,000 רוסישע סאלדאטן וואס זענען אומגעקומען אין די מלחמה מיט אוקראינע, וואס לויט די שאצונגען שטעלט דאס מיט זיך פאר צווישן 45 און 65 פראצענט פון די פאקטישע צאל טויטע. באזירט אויף דעם אויספארשונג, האלט די סך הכל צאל רוסישע געפאלענע זעלנער ביי אסטראנאמישע ציפערן צווישן 243,000 און 352,000 איבער דעם לויף פון די קנאפע פיר יאר זינט די אינוואזיע האט זיך אנגעהויבן.

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 8:42 am
דורך נאו לעיבל
הדסים האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 1:27 am עטליכע טאג צוריק אין קיעוו ~ זייער קלאר

טראמפ רופט עס, פוטין שיקט ביליגע ענערדזשי פאר אוקריינע.

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 14, 2026 8:33 pm
דורך מאירוואלף
טראמפ האט געזאגט צו רויטערס אז אוקראינע — נישט רוסלאנד — האלט אפ א מעגליכע שלום אפמאך, א שטעלונג וואס איז שטארק מחולק מיט אייראפעאישע פירער, וועלכע טענה'ן אז מאסקווע האט גאנץ ווייניג אינטערעס אין ענדיגן די מלחמה.

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 31, 2026 9:45 pm
דורך הערליכע ביימער
אוקראינע'ס פרעזידענט וולאדימיר זאלענסקי האט רעאגירט צו רוסישער פרעזידענט'ס איינלאדענונג קיין מאסקווע, זאגנדיג אז ער לאדנט איין פוטין קיין קיעוו