בלאט 68 פון 138
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 20, 2024 9:15 pm
דורך בלק
די סוער גרויך אויף מענגין ביי מינט ליעף איז געפערלעך די לעצטע פאר וואכן
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 20, 2024 9:29 pm
דורך לקדש שם שמים
בלק האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 9:15 pm
די סוער גרויך אויף מענגין ביי מינט ליעף איז געפערלעך די לעצטע פאר וואכן
ערגער ווי ביי ריפרעש?
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 20, 2024 9:32 pm
דורך שמח
מערקבאר האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 8:32 pm
בלק האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 6:54 pm
יונה טויב האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 5:54 pm
קיינער זוכט נישט אפצורייסן די רוחניות פונעם שטעטל בלומינג גראוו, יעדער (כמעט) זוכט זיך אפצורייסן פונעם גשמיות קאנטראל וואס די שכנים ווילן האבן אויף אונז.
גרייט פאר די קומענדיגע 888 קערעקטערס פון דברי הבל.
יעצט קען מען דיר שוין נישט ענטפערן וויל די האסט אליין געשריבן אזנעס גייט קומען ניין
קענסט מיר זאגן ווי אזוי עס איז אפילו שייך דיר צו קאנטראלירן בגשמיות פון אינדרויסן ווייל פון דא אין בלומינגראוו ווערן מיר ליידער קאנטראלירט בגשמיות וברחנוית וואס אפילו אונז האבן מיט
א שטארקע מערהייט געשטימט אראפצוווארפן די פארפולטע הנהגה האט עס נישט געהאלפן צילוב וואס זיי האבן זיך אנגעגרייט מיט ליטווישע בחורים
פארקויפסט מיליאן און איין מאל די זעלבע פאלשע ווערסיע
דאס וואס מענטשן האבן געגלייבט די פאלשע ניגון פון ראטעווען דעם הייליגן נאמען האט שוין לאנג געקראכט די ציבור ווייסט זייער קלאר די מאטיווען פון פארכאפן דורך אנעקסעישאן די בענקלעך פינעם אידישן בלומינגראוו ווילעדזש און דער עולם איז נישט רעדי זיך צו לאזן דערפון, גיי פרעג עס אהן ביי אלע מענטשן אין ביהמ"ד ווער עס שטייט צו צום אנעקסעישאן מאוומענט.
וויאזוי ענעקסט מען שטחים מיטן רופן מיט אן אנדערע נאמען ווי א קליינע טייל פון די יעצטיגע איינגעשטעלט אײנעם ווילעדזש ווילן מ'זאל עס רופן?
לאמיר זאגן אז עס זענען דא מאנכע וואס ווילן די גשמיות פון דארט, אבער וואס האט דאס מיט די עסקנים וואס וועלן אז מ'זאל עס רופן מיט איר נאמען ''קרית יואל'' ?
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 20, 2024 10:03 pm
דורך בלק
לקדש שם שמים האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 9:29 pm
בלק האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 9:15 pm
די סוער גרויך אויף מענגין ביי מינט ליעף איז געפערלעך די לעצטע פאר וואכן
ערגער ווי ביי ריפרעש?
עס שמעק אריין אין די גראסערי
די חברה זענען געהעריג סטאק יעדע זאך איז צירוק קיין קרית יואל
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 20, 2024 10:10 pm
דורך בערל דער פייפער
מערקבאר האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 8:32 pm
בלק האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 6:54 pm
יונה טויב האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 5:54 pm
קיינער זוכט נישט אפצורייסן די רוחניות פונעם שטעטל בלומינג גראוו, יעדער (כמעט) זוכט זיך אפצורייסן פונעם גשמיות קאנטראל וואס די שכנים ווילן האבן אויף אונז.
גרייט פאר די קומענדיגע 888 קערעקטערס פון דברי הבל.
יעצט קען מען דיר שוין נישט ענטפערן וויל די האסט אליין געשריבן אזנעס גייט קומען ניין
קענסט מיר זאגן ווי אזוי עס איז אפילו שייך דיר צו קאנטראלירן בגשמיות פון אינדרויסן ווייל פון דא אין בלומינגראוו ווערן מיר ליידער קאנטראלירט בגשמיות וברחנוית וואס אפילו אונז האבן מיט
א שטארקע מערהייט געשטימט אראפצוווארפן די פארפולטע הנהגה האט עס נישט געהאלפן צילוב וואס זיי האבן זיך אנגעגרייט מיט ליטווישע בחורים
פארקויפסט מיליאן און איין מאל די זעלבע פאלשע ווערסיע
דאס וואס מענטשן האבן געגלייבט די פאלשע ניגון פון ראטעווען דעם הייליגן נאמען האט שוין לאנג געקראכט די ציבור ווייסט זייער קלאר די מאטיווען פון פארכאפן דורך אנעקסעישאן די בענקלעך פינעם אידישן בלומינגראוו ווילעדזש און דער עולם איז נישט רעדי זיך צו לאזן דערפון, גיי פרעג עס אהן ביי אלע מענטשן אין ביהמ"ד ווער עס שטייט צו צום אנעקסעישאן מאוומענט.
איך בין טעגליך דארט און קיינמאל נישט געהערט רעדן איבער אנעקסעישאן.
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 21, 2024 1:47 am
דורך פופציגער
גראדע געפעלט מיר דער איידיע... אנעקסירן גאנץ בלומינגראוו ווילעדזש צום קרית יואל ווילעדזש... נישט שלעכט...
כהאף איינער האט עס טאקע אינזין, וועט זיין א שטארקע דערגרייכונג.
איינער ווייסט וויאזוי מ'קען אזאנס טון?
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 21, 2024 8:40 am
דורך קמיאל
איך זעה אז אסאך דרויסנדיגע מענטשן פארשטייען נישט וואס עס קומט פאר אין ״בלומינג גראוו״, דא האט איר אן אימעיל וואס דער באקאנטער ״עסקן לשם שמים״ האט ארום געשיקט פאר די איינוואוינער אפאר חדשים צוריק. איינער זעהט דא איין ווארט איבער ״קרית יואל״, ״די רבינס שטאט״, אדער רוחניותדיגע הנהגה?
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 21, 2024 8:47 am
דורך מי שברך
פופציגער האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 21, 2024 1:47 am
גראדע געפעלט מיר דער איידיע... אנעקסירן גאנץ בלומינגראוו ווילעדזש צום קרית יואל ווילעדזש... נישט שלעכט...
כהאף איינער האט עס טאקע אינזין, וועט זיין א שטארקע דערגרייכונג.
איינער ווייסט וויאזוי מ'קען אזאנס טון?
מען וועט דארט קענען בויען טויזענטער דירות......
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 21, 2024 9:08 am
דורך שמח
קמיאל האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 21, 2024 8:40 am
איך זעה אז אסאך דרויסנדיגע מענטשן פארשטייען נישט וואס עס קומט פאר אין ״בלומינג גראוו״, דא האט איר אן אימעיל וואס דער באקאנטער ״עסקן לשם שמים״ האט ארום געשיקט פאר די איינוואוינער אפאר חדשים צוריק. איינער זעהט דא איין ווארט איבער ״קרית יואל״, ״די רבינס שטאט״, אדער רוחניותדיגע הנהגה?
כ'ווייס נישט וועלכע עסקן איר מיינט, ווי אויך זעה איך נישט דא קיין אימעיל, כ'זעה ס''ה א צעטל (וואס כ'האב נאכנישט געליינט) וואס איך זעה נישט קיין סיבה אייך צו גלייבן אז דאס האט ער ארויסגעשיקט, בכלל לויט ווי איך קען אים (דען ערליכער עסקן פון וועמען איך רעד) איז ער נישט קיין אימעיל שיקער... און זיכער נישט זאנע אויסדרוקן...
ווי אויך דארפט איר נישט ברענגן אלע שמוץ פון שוועסטער קינד/ק''ש ווי איר רופט עס.
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 21, 2024 9:29 am
דורך קמיאל
גלייב יא גלייב נישט, איך האב געמיינט אז דו ווילסט וויסן די פאקטן, אז דו ווילסט נישט איז נישט.
---------
עס קומט נישט פון ק״ש
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 21, 2024 11:26 am
דורך פופציגער
קמיאל האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 21, 2024 9:29 am
גלייב יא גלייב נישט, איך האב געמיינט אז דו ווילסט וויסן די פאקטן, אז דו ווילסט נישט איז נישט.
---------
עס קומט נישט פון ק״ש
דו ביסט אביסל צומישט
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 21, 2024 11:41 am
דורך שמח
פופציגער האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 21, 2024 11:26 am
קמיאל האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 21, 2024 9:29 am
גלייב יא גלייב נישט, איך האב געמיינט אז דו ווילסט וויסן די פאקטן, אז דו ווילסט נישט איז נישט.
---------
עס קומט נישט פון ק״ש
דו ביסט אביסל צומישט
אביסל שטארק צומישט...
םארו ציבור קען ער פארקויפן וואס ער וויל, אבער יאר זאל ער נישט קומען זאגן אויף יענעם זיינע כוונות.
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 21, 2024 11:42 am
דורך שמח
קמיאל האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 21, 2024 9:29 am
גלייב יא גלייב נישט, איך האב געמיינט אז דו ווילסט וויסן די פאקטן, אז דו ווילסט נישט איז נישט.
---------
עס קומט נישט פון ק״ש
אויב קומט עס נישט פון דארט בעט איך דיר איבער פארן דיר חושד זיין.
אבער סזאגט באמת גארנישט לגבי וואס מ'רעדט אין די טעמע...
וואס מיינט שוועסטער קינד וכו'?
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 21, 2024 12:29 pm
דורך כתב וקול
…
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 21, 2024 12:58 pm
דורך שבת קודש
כרוספדין האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 21, 2024 12:47 pm
שמייכלדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 21, 2024 11:48 am
קמיאל האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 21, 2024 8:47 am
כ׳האב געטראפן אן אלטע ארטיקל וואס איז געשריבן געווארן אויף אונזער שוועסטער-קינד פלאטפארמע (איך טרעף נישט די נאמען פונעם שרייבער), איך מיין אז דאס ברענגט גוט ארויס פארוואס רוב תושבי בלומינג גראוו ווילן נישט די ״גשמיותדיגע״ קרית יואל:
דער לימוד איז אז מ'דארף אכטונג געבן וואס מ'שרייבט.
א איד האט יארן צוריק - לויט ווי ס'פארשטייט זיך פון די תגובה - אפגעקלאפט א תגובה מלא שטותים, און נאך היינט ווערט עס איבערגעלייגט צו נייע פלעצער.
אכטונג געבן וואס מ'שרייבט
100% גערעכט. נישט אלעס וואס איז אמת דארף געשריבן ווערן.
ריכטיג אין ווילאמבסבורג אין סאטמאר איז קיינמאל קיין מחלוקת נישט געווען...נאר אין קרית יואל..
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 21, 2024 1:20 pm
דורך רעגענדיגע זונטאג
שבת קודש האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 21, 2024 12:58 pm

זיין פוינט איז געווען אז אין וויליאמסבורג איז גרינגער ארויסצוטשעקן פון די מחלוקת און עס נישט נעמען אזוי פארזענליך, משא"כ אין קרית יואל.
מחלוקת איז ליידער דא איבעראל.
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 21, 2024 1:20 pm
דורך יום טוב
כרוספדין האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 21, 2024 12:47 pm
שמייכלדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 21, 2024 11:48 am
קמיאל האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 21, 2024 8:47 am
כ׳האב געטראפן אן אלטע ארטיקל וואס איז געשריבן געווארן אויף אונזער שוועסטער-קינד פלאטפארמע (איך טרעף נישט די נאמען פונעם שרייבער), איך מיין אז דאס ברענגט גוט ארויס פארוואס רוב תושבי בלומינג גראוו ווילן נישט די ״גשמיותדיגע״ קרית יואל:
דער לימוד איז אז מ'דארף אכטונג געבן וואס מ'שרייבט.
א איד האט יארן צוריק - לויט ווי ס'פארשטייט זיך פון די תגובה - אפגעקלאפט א תגובה מלא שטותים, און נאך היינט ווערט עס איבערגעלייגט צו נייע פלעצער.
אכטונג געבן וואס מ'שרייבט
100% גערעכט. נישט אלעס וואס איז אמת דארף געשריבן ווערן.
וואס איז נייעס אין בני ברק?
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 21, 2024 1:23 pm
דורך יום טוב
רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 21, 2024 1:20 pm
שבת קודש האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 21, 2024 12:58 pm
כרוספדין האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 21, 2024 12:47 pm
100% גערעכט. נישט אלעס וואס איז אמת דארף געשריבן ווערן.
ריכטיג אין ווילאמבסבורג אין סאטמאר איז קיינמאל קיין מחלוקת נישט געווען...נאר אין קרית יואל..
זיין פוינט איז געווען אז אין וויליאמסבורג איז גרינגער ארויסצוטשעקן פון די מחלוקת און עס נישט נעמען אזוי פארזענליך, משא"כ אין קרית יואל.
מחלוקת איז ליידער דא איבעראל.
יעדע זאך האט א פרייז און יא אין קרית יואל וואס עס איז דא אן ערליכע סאטמארע שטרעמונג איז דאס מער אויסגעשטעלט צו דעם , יש אומרים אז דאס איז געווען איינע פון די עיקר סיבות פארוואס ר' ליפא פריעדמאן האט נישט געוואלט עס זאל זיין א שטעטל , אבער דער רבי ז"ל האט דווקא יא געוואלט א סאטמערע שטעטל יצא הפסידו בשכרו
איינער וועט אוועקגיין פון סאטמאר ווייל אין סאטמאר איז דא מחלוקת? אודאי נישט ער וויל זיין א סאטמערער על אף אז עס קאסט א פרייז
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 21, 2024 1:38 pm
דורך שבת קודש
רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 21, 2024 1:20 pm
שבת קודש האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 21, 2024 12:58 pm
כרוספדין האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 21, 2024 12:47 pm
100% גערעכט. נישט אלעס וואס איז אמת דארף געשריבן ווערן.
ריכטיג אין ווילאמבסבורג אין סאטמאר איז קיינמאל קיין מחלוקת נישט געווען...נאר אין קרית יואל..
זיין פוינט איז געווען אז אין וויליאמסבורג איז גרינגער ארויסצוטשעקן פון די מחלוקת און עס נישט נעמען אזוי פארזענליך, משא"כ אין קרית יואל.
מחלוקת איז ליידער דא איבעראל.
אויך נישט אמת איך מיין אז רוב ציבור אין קרית יואל אינטערסירט גאנץ קנאפ די אלע פאליטיקס ניטמאל האלטן זיי מיט די נייעס'לך
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 21, 2024 1:48 pm
דורך פופציגער
ריכטיג.
פאליטיק איז ליידער עפעס וואס קומט און גייט ביי קהלות קדושות. געווען צייטן ווען אין וויליאמסבורג האט מען זיך געריסן ביי די קעפ (ווען איך האב געכאפט קלעפ אלץ קינד פאר'ן חטא פון געהערן צו איין קהלה), און צייטן ווען אין קרית יואל איז געגאנגען הויך פעטש.
רוב קרית יואל'ע אידן לעבן היינט רואיג און פרידליך, מען לעבט אין גוטן מיט אלע שכנים און באקאנטע, און דאס לעבן גייט דא זייער רואיג.
וואס יא? אלץ א תושב קרית יואל בעט איך מיינע זיסע וויליאמסבורגע ברידער, די וועלכע קוקן אזוי מיט א ענגליש פרינציפל'דיגע בליק אויף קרית יואל, און מעסטן אפ ווי "נארמאל" קרית יואל איז, בעט איך אייך, בלייבט ווי איר זענט! קומט ניטאמאל כ"ו אב פארפעסטיגן אונזער לופט דא!
צווישן ראטן און גארבעדזש, פאשקעווילן און פראטעסטן (רעד צו מיר וועגן מחלוקות...), און די אלע תפלת הדרך דעטאלן וואס ווערן פארגעשטעלט אין די וויליאמסבורגע גאסן, אט דארט בלייבטס וואוינען, און שפאנטס מיט שטאלץ אויף די דראגס פארשטינקענע גאסן מיט'ן קאפ געהויבן ארויס פון די טרענטש קאוט קראגן.
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 21, 2024 2:22 pm
דורך טיפע טאשן
כתב וקול האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 21, 2024 12:29 pm
ad0b80d4-ef44-46f7-8d33-a21c442e8af5.jpeg
3e36db8f-29b7-4d7e-a8f8-e7b3f00cf701.jpeg
מען קען עס נישט זען
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 21, 2024 2:39 pm
דורך שמייכלדיג
פופציגער האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 21, 2024 1:48 pm
ריכטיג.
פאליטיק איז ליידער עפעס וואס קומט און גייט ביי קהלות קדושות. געווען צייטן ווען אין וויליאמסבורג האט מען זיך געריסן ביי די קעפ (ווען איך האב געכאפט קלעפ אלץ קינד פאר'ן חטא פון געהערן צו איין קהלה), און צייטן ווען אין קרית יואל איז געגאנגען הויך פעטש.
רוב קרית יואל'ע אידן לעבן היינט רואיג און פרידליך, מען לעבט אין גוטן מיט אלע שכנים און באקאנטע, און דאס לעבן גייט דא זייער רואיג.
וואס יא? אלץ א תושב קרית יואל בעט איך מיינע זיסע וויליאמסבורגע ברידער, די וועלכע קוקן אזוי מיט א ענגליש פרינציפל'דיגע בליק אויף קרית יואל, און מעסטן אפ ווי "נארמאל" קרית יואל איז, בעט איך אייך, בלייבט ווי איר זענט! קומט ניטאמאל כ"ו אב פארפעסטיגן אונזער לופט דא!
צווישן ראטן און גארבעדזש, פאשקעווילן און פראטעסטן (רעד צו מיר וועגן מחלוקות...), און די אלע תפלת הדרך דעטאלן וואס ווערן פארגעשטעלט אין די וויליאמסבורגע גאסן, אט דארט בלייבטס וואוינען, און שפאנטס מיט שטאלץ אויף די דראגס פארשטינקענע גאסן מיט'ן קאפ געהויבן ארויס פון די טרענטש קאוט קראגן.
אייזן ארויסגעברענגט.
יענער פוינט ארויס געוויסע נקודות און בלאזט עס אויף ארויס פון פראפארץ כאילו די גאנצע לעבן אין ק"י דרייט זיך ארום און ארום א.ג. ילדות
מ'קען די זעלבע צעפאקן וומ"ס מיט זייערע ילדות'ן און משוגעתן (פונקט ווי יעדע שטאט, חסידות מענטש...)
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 21, 2024 3:19 pm
דורך כתב וקול

- IMG_6347.jpeg (294.35 KiB) געזען געווארן 1013 מאל

- 7f150ec0-6e64-415a-ad57-969b5ea862aa.jpeg (214.23 KiB) געזען געווארן 1013 מאל
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 21, 2024 3:21 pm
דורך כתב וקול

- effb5b14-6191-4196-81ba-89c7a784448e.jpeg (198.05 KiB) געזען געווארן 1005 מאל

- IMG_6346.jpeg (256.22 KiB) געזען געווארן 1005 מאל
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 21, 2024 4:38 pm
דורך כרוספדין
יום טוב האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 21, 2024 1:20 pm
כרוספדין האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 21, 2024 12:47 pm
שמייכלדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 21, 2024 11:48 am
דער לימוד איז אז מ'דארף אכטונג געבן וואס מ'שרייבט.
א איד האט יארן צוריק - לויט ווי ס'פארשטייט זיך פון די תגובה - אפגעקלאפט א תגובה מלא שטותים, און נאך היינט ווערט עס איבערגעלייגט צו נייע פלעצער.
אכטונג געבן וואס מ'שרייבט
100% גערעכט. נישט אלעס וואס איז אמת דארף געשריבן ווערן.
וואס איז נייעס אין בני ברק?
אסאך גוטע נייעס ב”ה, אבער נישט אלעס דארף געשריבן ווערן.....