בלאט 68 פון 69
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2025 10:34 am
דורך חלום חלמתי
בודקע האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 28, 2025 8:15 am
אוקראינע'ס פרעזידענט וולאדימיר זאלענסקי זאגט אז אוקראינע האט באקומען א פּאטריאט פארטיידיגונגס מיסיל סיסטעם פון מדינת ישראל.
דאס איז א טויש אין פאזיציע פון מדינת ישראל וואס האט זיך געהאלטן נוטראל אין די קריג אין די ערשטע יארן, פארמאגנדיג געמיינזאמע אינטערעסן מיט רוסלאנד אין סיריע.
IMG_20250928_081448_819.jpg
אמעריקע האט עס גענומען פון איינעם און געגעבן צום צווייטן. גארנישט מיט ארץ ישראל
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2025 1:31 am
דורך בודקע
רוסלאנד האט דורכגעפירט א ברוטאלע אטאקע קעגן אוקראינע, שיסנדיג 595 דראונס און 48 מיסילס.
די אוקראינע עירפארס האט נוטראליזירט 611 פון זיי אבער די איבעריגע האבן יא דערגרייכט זייערע צילן מיט ברוכווארג פאלנדיג אויף 25 אנדערע ערטער.
אמווייניגסטנס פיר מענטשן זענען געשטארבן, אריינגערעכנט א 12 יעריג מיידל אין קיעוו און העכער 40 זענען פארוואונדעט געווארן.

- IMG_20250929_012939_679.jpg (160.32 KiB) געזען געווארן 1006 מאל
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2025 2:11 pm
דורך יאנקל גרויס
ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ האט אויטאריזירט דער באנוץ פון לאנגשטרעקיגע דראונס און מיסילס פון אוקראינע, צו אטאקירן צילן אינעווייניג אין רוסלאנד.
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 01, 2025 12:35 am
דורך משיח משיח
רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין האט פארארדנט די גרעסטע מיליטערישע דרעפט אין 9 יאר, פארלאנגענדיג אז 135,000 זעלנער זאלן ווערן רעקרוטירט ביז יאר 2026.
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 01, 2025 12:50 am
דורך בודקע
משיח משיח האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 01, 2025 12:35 am
רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין האט פארארדנט די גרעסטע מיליטערישע דרעפט אין 9 יאר, פארלאנגענדיג אז 135,000 זעלנער זאלן ווערן רעקרוטירט ביז יאר 2025.
מיינסט אוודאי צו זאגן "26"
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 01, 2025 9:35 am
דורך משיח משיח
בודקע האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 01, 2025 12:50 am
משיח משיח האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 01, 2025 12:35 am
רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין האט פארארדנט די גרעסטע מיליטערישע דרעפט אין 9 יאר, פארלאנגענדיג אז 135,000 זעלנער זאלן ווערן רעקרוטירט ביז יאר 2025.
מיינסט אוודאי צו זאגן "26"
יא יא
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 06, 2025 5:22 am
דורך בודקע
רוסלאנד האט געשאסן 500 דראונס און 50 מיסילס אריין קיין אוקראינע אין א מאסיווע נאכט אטאקע אין וועלכע 5 זענען געשטארבן און אמווייניגסטנס 10 זענען פארוואונדעט געווארן.

- IMG_20251006_052141_983.jpg (241.08 KiB) געזען געווארן 805 מאל
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 06, 2025 5:25 am
דורך בודקע
אוקראינע באשולדיגט כינע און העלפן רוסלאנד מיט סאטעליט שפיאנאזש און אינפארמאציע צו העלפן אידענטיפיצירן און אטאקירן סטראטעגישע לאקאציעס אין אוקראינע, בעידזשינג טוט לייקענען די באשולדיגונגען.

- IMG_20251006_052435_891.jpg (116.03 KiB) געזען געווארן 805 מאל
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 06, 2025 4:47 pm
דורך חיימ'קע
רוסישער פרעזידענט פוטין און מדינת ישראל פרעמיער נתניהו דיסקוסירן טראמפ'ס שלום פלאן פאר עזה
די צוויי האבן גערעדט וועגן פרעזידענט טראמפ'ס גרויסע צוואנציג פונקטן פלאן צו ברענגען די עזה מלחמה צו אן ענדע, און פוטין האט ווידערהאלט אז ער וויל א דיעל וואס זאל זיך ענדיגן מיט א פולקאמע פאלעסטינער לאנד. די צוויי האבן אויך גערעדט וועגן טרעפן א לעזונג צו די איראנער נוקלעארע פראגראם אישו און וויאזוי צו קענען נאכמער סטאביליזירן די צושטאנד אין סיריע. עס איז די ערשטע מאל זייט אוגוסט וואס די צוויי רעדן, און ס'קומט אינמיטן באריכטן אז נתניהו האט פרובירט צו בארואיגן אנגעצויגנקייט צווישן פוטין און טראמפ.
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 13, 2025 5:02 pm
דורך חלום חלמתי
זעלענסקי קומט פרייטאג באזוכן טראמפ, ווי מען וועט אים גאר מעגליך באשטעטיגן טאמהאק מיסילס
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 12:26 am
דורך Think and Thank
איך גלייב זייער שווער אז אמעריקע וועט געבן טאמאהאוק קרוז מיסילס פאר אוקראינע.
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:02 am
דורך אנדערער
Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 12:26 am
איך גלייב זייער שווער אז אמעריקע וועט געבן טאמאהאוק קרוז מיסילס פאר אוקראינע.
פארוואס?
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 11:27 am
דורך חלום חלמתי
טראמפ רעדט יעצט מיט פוטין
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:19 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 11:27 am
טראמפ רעדט יעצט מיט פוטין
און ס'איז געבליבן אז מען וועט מאכן נאך א מיטונג.
לכאורה נעקסטע וואך אין אונגארן
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:31 pm
דורך Think and Thank
אנדערער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:02 am
Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 12:26 am
איך גלייב זייער שווער אז אמעריקע וועט געבן טאמאהאוק קרוז מיסילס פאר אוקראינע.
פארוואס?
א קאמבינעישאן פון עטליכע פאקטארן. א לאנג רעינדזש קרוז מיסיל איז נישט סתם א מיסיל וואס איז מער פארגעשריטן ווי באליסטישע מיסילס, נאר עס איז א גענצליך באזונדערע פראדוקט - עקטושעלי, א גענצליך באזונדערע קאטעגאריע פון געווער. בלויז ארום 10 לענדער אפערירן בכלל אזעלכע סארט מיסילס! עס איז גאר א קאמפליצירטע מאשין צו מעינטענען, אפערירן און נוצן, און קומט מיט נאך אסאך טייערע, קאמפליצירטע, פארגעשריטענע עקוויפמענט וואס מען מוז האבן צו קענען בכלל נוצן די מיסילס.
כ'וועל אנכאפן אויסטראליע פאר א דוגמא. אויסטראליע האט אין 2023 געמאכט א דיעל מיט אמעריקע צו קויפן ביז 200 טאמאהאוק קרוז מיסילס (ווערנדיג די צווייטע לאנד צו קויפן די מיסילס, נאך ענגלאנד), פאר א פרייז פון כמעט 900 מיליאן דאלער. אויסער דעם האבן זיי געמאכט א דיעל צו קויפן נאך ארום 250 מיליאן דאלער ווערט עקוויפמענט, צו קענען אפערירן די מיסילס. דאס קומט אויס צו א סך הכל פון איבער פינף א האלב מיליאן דאלער פער מיסיל. אזוי אויך האט אויסטראליע נאר געקויפט די שיף-לאונטשד ווערסיע, וואס דאס צו קענען קויפן מוז מען האבן שיפן מיט די מעגליכקייט צו קענען טראגן די מיסילס און זייערע עקוויפמענט. די אנדערע אפשענס זענען סובמארין-לאונטשד (וואס אוקראינע האט זיכער נישט די מעגליכקייטן דערצו) און גראונד לאונטשד, וואס די גראונד לאונטשינג סיסטעם איז ממש ניי און איז דערווייל נאכנישט פארקויפט געווארן פאר קיינעם (כאטש עטליכע לענדער זענען אין געשפרעכן צו קויפן).
בקיצור, מען רעדט פון א העכערע שטאפל פון וואפן וואס בלויז געציילטע לענדער פארמאגן, איז זייער טייער און גאר קאמפליצירט און פאדערט אסאך עקספערטיז און עקוויפמענט צו אפערירן.
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
געפאוסט: פרייטאג אקטאבער 17, 2025 2:40 am
דורך בודקע
פרעזידענט טראמפ זאגט אז פוטין וואלט ווען געדארפט געווינען די מלחמה אין איין וואך, און עס גייט שוין אריין אין די פערטע יאר.
"איך ווייס נישט פארוואס ער זעצט פאר מיט די מלחמה, עס גייט אזוי שלעכט פאר אים."
פרעזידענט טראמפ זאגט אז רוסלאנד האט פארלוירן נאנט צו א מיליאן און אהאלב זעלנער אין די מלחמה.
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
געפאוסט: פרייטאג אקטאבער 17, 2025 1:48 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:19 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 11:27 am
טראמפ רעדט יעצט מיט פוטין
און ס'איז געבליבן אז מען וועט מאכן נאך א מיטונג.
לכאורה נעקסטע וואך אין אונגארן
טראמפ זאגט אז פוטין וועט זיך מעגליך טרעפן מיט זאלענסקי
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
געפאוסט: פרייטאג אקטאבער 17, 2025 1:55 pm
דורך בודקע
און צום דריטן מאל..
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
געפאוסט: פרייטאג אקטאבער 17, 2025 2:12 pm
דורך חלום חלמתי
(מיין פעוועירד) דזשורנאליסט פיטער דואסי פון פאקס פרעגט זעלענסקי וואס די חילוק פון טראמפ אין ביידען איז.
זעלענסקי; טראמפ איז יעצט פרעזידענט און ביידען נישט, מילא נאר טראמפ קען ערלעדיגן א שלום אפמאך. אזוי אויך האט טראמפ יעצט איבערצייגט אז ער קען גוט פארהאנדלען א פייער אפשטעל אין די מיטל מזרח, מילא האף מיר אויך צו ערלעדיגן איינס.
טראמפ; די חילוק איז אז איינער איז עקסטרעם אומטויגליך און איינער איז עקסטרעם געלונגען...
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 19, 2025 2:28 pm
דורך חלום חלמתי
לויט באריכטן האט טראמפ געלייגט משונה'דיגע לחץ אויף זאלענסקי אנצונעמען די פוטין שלום אפמאך.
טראמפ האט געסטראשעט זעלענסקי אז פוטין וועט צומאלן אוקריינא אויב באקומט ער נישט וואס ער ברויך
(באריכט פון די דאזיגע וואס טענה'ן אויך אז טראמפ איז א פוטין פאפעט, נעמען מיט זאלץ..)
אזוי אויך קומט אריין די סיבה פארוואס טראמפ האט ארויסגעשטורעמט פונעם זיצונג אין אלאסקע. דאס איז געווען ווען פוטין האט זיך גענומען מסביר זיין בטוב טעם ודעת פארוואס ער מעג אינוואדירן אוקריינא, באגלייט מיט דראמאטישע היסטאריע לעקציעס, ביז טראמפ איז צוקראכט געווארן און געענדיגט דעם זיצונג...
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 20, 2025 10:57 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:19 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 11:27 am
טראמפ רעדט יעצט מיט פוטין
און ס'איז געבליבן אז מען וועט מאכן נאך א מיטונג.
לכאורה נעקסטע וואך אין אונגארן
אמעריקאנער רוביא מיט רוסישע אויסערן מיניסטער לעווראוו וועלן אפהאלטן א אסיפות עסקנים אין הכנה צום זיצונג קומענדיגע וואך אין בודאפעסט
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 1:03 am
דורך שוהם
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 20, 2025 10:57 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:19 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 11:27 am
טראמפ רעדט יעצט מיט פוטין
און ס'איז געבליבן אז מען וועט מאכן נאך א מיטונג.
לכאורה נעקסטע וואך אין אונגארן
אמעריקאנער רוביא מיט רוסישע אויסערן מיניסטער לעווראוו האבן אפגעהאלטן א אסיפות עסקנים אין הכנה צום זיצונג קומענדיגע וואך אין בודאפעסט
ס'איז שוין אין סטייל היינט...
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 12:51 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 20, 2025 10:57 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:19 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 11:27 am
טראמפ רעדט יעצט מיט פוטין
און ס'איז געבליבן אז מען וועט מאכן נאך א מיטונג.
לכאורה נעקסטע וואך אין אונגארן
אמעריקאנער רוביא מיט רוסישע אויסערן מיניסטער לעווראוו וועלן אפהאלטן א אסיפות עסקנים אין הכנה צום זיצונג קומענדיגע וואך אין בודאפעסט
מאנכע זאגן אז די טראמפ פוטין מיטונג קען נישט צושטאנד קומען נאכדעם וואס דעי צווי קענען זיך נישט פאראייניגן אויף א פלאן.
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 1:42 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 21, 2025 12:51 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 20, 2025 10:57 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:19 pm
און ס'איז געבליבן אז מען וועט מאכן נאך א מיטונג.
לכאורה נעקסטע וואך אין אונגארן
אמעריקאנער רוביא מיט רוסישע אויסערן מיניסטער לעווראוו וועלן אפהאלטן א אסיפות עסקנים אין הכנה צום זיצונג קומענדיגע וואך אין בודאפעסט
מאנכע זאגן אז די טראמפ פוטין מיטונג קען נישט צושטאנד קומען נאכדעם וואס דעי צווי קענען זיך נישט פאראייניגן אויף א פלאן.
באשטעטיגט פון ווייסע הויז, די זיצונג וועט נישט צושטאנד קומען
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 1:57 pm
דורך שינאווער
סא יעצט וועט מען שוין שיקן טאמהאק? כמיין, וויפיל מאל דארף פוטין ווייזן קלאר פאר טראמפ אז ער האלט נישט ביים זיך אינטערגעבן?