בלאט 67 פון 74
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג מערץ 11, 2025 4:51 pm
דורך Eric Trump
עהעם האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 11, 2025 4:40 pm
על פי תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 11, 2025 4:13 pm
עהעם האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 11, 2025 4:08 pm
דו ווידערהאלסט מיין פוינט וואס איך האב פריער געשריבן אז פון די צודרייטע פירערס דארף מען אוודאי קער נעמען און זיי אוועקנעמען יעדע סארט פאוער, אבער דאס פייניגן אומשולדיגע מיטגלידער אין די קהילה וואס עקשן'נען זיך דארט צו בלייבן איז נישט ריכטיג.
מען פייניגט נישט קיין איין אומשולדיגע מיטגליד, דו ווייסט עס אויך.
אוועקנעמען פון א מענטש זיין בחירה און אים מיט געוואלד "נארמאליזירן", הייסט אין מיינע אויגן געפייניגט.
פון די אלע אינטערוויאס וואס איך האב דערווייל געהערט, זאגן אלע בפה מלא, אז בשעת'ן דארט זיין איז זיי גוט געווען.
איך וואלט נישט געוואלט לעבן אזא לייפסטייל, און איך האלט אז ס'איז משוגע און צודרייט, אבער נעמען פשוט'ע בירגער, נישט קיין פירערס און קאנטראלערס, און זיי באצווינגענערהייט ארויסכאפן און זיי זאגן "אמת ביסט אין א משוגע'נע פלאץ", און זיי נעמען אויפן צימבל איז לדעתי נישט די וועג.
פונקט ווי אסאך מענטשן האבן טענות אויף עפעס א קהילה אין בני ברק אז מ'רעדט דארט אינטערעסאנטע מיני מושגים, אבער יעדער פארשטייט אז די חסידים זענען נישט שולדיג, און קיין איין פראמינענטע כח דרייט נישט איבער דאס מקום.
נאכאמאל, די פירערס דארף מען אראפנעמען פונעם ראדאר, אבער איבערדרייען דאס מקום פון די פשוט'ע מענטשן איז נישט ריכטיג.
וואס הייסט איבער דרייען דאס מקום מען מען דארף צוברעכן דעי כת ארויס ראטעווען די קינדער אין די בעסטע וועג איז צוזאמען מיט די עלטערן די עסקנים זענען זייער קלאר אז מען פרובירט ארויס צו ברענגען די קינדער אן די עלטערן אויך ווייל ווי לאנג זיי גלייבן אין דעם כת איז עס א סכנה פאר די קינדער
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג מערץ 11, 2025 4:56 pm
דורך יאיא
דעת קדשי האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 11, 2025 4:50 pm
על פי תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 11, 2025 4:48 pm
רבותי איך גיי ענק שרייבן עפעס, און ענק גייען אנהייבן צו פארשטיין זאכן:
איך האב געהערט פון אן עד וואס האט פארברענגט שעות מיט נחמן העלבראנץ אין תפיסה, און אים אפילו מחזק געווען, אז נחמן האט אים געזאגט אז ער שרייבט אויף אייוועלט.
הצלחה רבה.
וואס איז זיין ניק?
די האלסט אז גילו גייט נישט אן אויף אים?
מען דארף געהעריג ארויף ברענגען די שאלה דארט
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג מערץ 11, 2025 5:06 pm
דורך עהעם
פלאם האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 11, 2025 4:29 pm
קוקנדיג ווייטער אין דיינע תגובות קומט מיר אויס היבש אינטרעסאנט דיין השקפה אויף לב טהור:
עהעם האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 02, 2025 12:10 pm
קען זיין יא, קען זיין נישט, די שאלה הייבט בעצם אן פון וואס די קולט באשטייט.
למשל אויב יאפפעד ווען גיין צו די רעגירונג און אפסטעמפלען די חרדישע אידנטום אלס א קולט, וועט דאס ווערן דיזיגנירט אלס א קולט?
ווער האט די גיידליינס ווי אזוי אפצומעסטן און אפצושאצן א קולט? יושע העכט? סתם א טעראפיסט? א דיין? ווער?
עהעם האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 02, 2025 12:37 pm
זייער גוט ארויסגעברענגט, דאס מיינט אין אנדערע ווערטער, אז עס קענען זיין אז מענטשן געפינען זיך אין ערגערע פלעעצער און מצבים ווי לב טהור, נאר קיינער ווייסט נישט דערפון.
פון די אנדערע זייט קענען זיין מענטשן וואס געפינען זיך אין לב טהור למחצה לשליש ולרביע, דאס הייסט זיי ווילן דוקע לעבן אזא סארט לייף סטייל, אבער זענען נישט משועבד כל כולם צו די קולט פירער.
עהעם האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 03, 2025 10:04 am
זיי זענען זייער מקפיד אויף דקדוק, אויך אויף מלרע ומלעיל, וכו'.
אין זייערע ספרים זעט מען אויך א שטארקע דגוש ווי אזוי די פסוקים ווערן אראפגעברענגט
וואס איז אינטערעסאנט? איך מיין איך בין קלאר מיט מיין צוגאנג, די פירערס דארט זענען צודרייטע חברה און מ'דארף זיי אפשטעלן אבער די פשוט'ע מענטשן דארט, האבן די עסקנים נישט די רשות זיי אוועקצושלעפן מיט געוואלד, און אומדירעקט פייניגן די קינדער.
זייערע ספרים זענען דא אויפן געוועב, יעדער קען עס זען.
אויך האב איך געשריבן, קענסט מיך פעקט טשעקן, אז איך בין אויפגעוואקסן מיט די וויינגארטנס און דורך זיי ווייס אביסל זייערע שיטות און משוגעת'ן.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג מערץ 11, 2025 5:07 pm
דורך עהעם
דעת קדשי האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 11, 2025 4:50 pm
על פי תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 11, 2025 4:48 pm
רבותי איך גיי ענק שרייבן עפעס, און ענק גייען אנהייבן צו פארשטיין זאכן:
איך האב געהערט פון אן עד וואס האט פארברענגט שעות מיט נחמן העלבראנץ אין תפיסה, און אים אפילו מחזק געווען, אז נחמן האט אים געזאגט אז ער שרייבט אויף אייוועלט.
הצלחה רבה.
וואס איז זיין ניק?
ביסט מיך נישט חושד?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג מערץ 11, 2025 5:12 pm
דורך Eric Trump
עהעם האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 11, 2025 5:06 pm
פלאם האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 11, 2025 4:29 pm
קוקנדיג ווייטער אין דיינע תגובות קומט מיר אויס היבש אינטרעסאנט דיין השקפה אויף לב טהור:
עהעם האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 02, 2025 12:10 pm
קען זיין יא, קען זיין נישט, די שאלה הייבט בעצם אן פון וואס די קולט באשטייט.
למשל אויב יאפפעד ווען גיין צו די רעגירונג און אפסטעמפלען די חרדישע אידנטום אלס א קולט, וועט דאס ווערן דיזיגנירט אלס א קולט?
ווער האט די גיידליינס ווי אזוי אפצומעסטן און אפצושאצן א קולט? יושע העכט? סתם א טעראפיסט? א דיין? ווער?
עהעם האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 02, 2025 12:37 pm
זייער גוט ארויסגעברענגט, דאס מיינט אין אנדערע ווערטער, אז עס קענען זיין אז מענטשן געפינען זיך אין ערגערע פלעעצער און מצבים ווי לב טהור, נאר קיינער ווייסט נישט דערפון.
פון די אנדערע זייט קענען זיין מענטשן וואס געפינען זיך אין לב טהור למחצה לשליש ולרביע, דאס הייסט זיי ווילן דוקע לעבן אזא סארט לייף סטייל, אבער זענען נישט משועבד כל כולם צו די קולט פירער.
עהעם האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 03, 2025 10:04 am
זיי זענען זייער מקפיד אויף דקדוק, אויך אויף מלרע ומלעיל, וכו'.
אין זייערע ספרים זעט מען אויך א שטארקע דגוש ווי אזוי די פסוקים ווערן אראפגעברענגט
וואס איז אינטערעסאנט? איך מיין איך בין קלאר מיט מיין צוגאנג, די פירערס דארט זענען צודרייטע חברה און מ'דארף זיי אפשטעלן אבער די פשוט'ע מענטשן דארט, האבן די עסקנים נישט די רשות זיי אוועקצושלעפן מיט געוואלד, און אומדירעקט פייניגן די קינדער.
זייערע ספרים זענען דא אויפן געוועב, יעדער קען עס זען.
אויך האב איך געשריבן, קענסט מיך פעקט טשעקן, אז איך בין אויפגעוואקסן מיט די וויינגארטנס און דורך זיי ווייס אביסל זייערע שיטות און משוגעת'ן.
מען ארבעט די עיקר צו ראטעווען די קינדער ,אין ווי לאנג זיי בלייבן צוזאמען וועלן ארויס קומען נייע פירערס די כת דארף ווערן פארמאכט
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג מערץ 11, 2025 5:13 pm
דורך דער תהלים איד
עהעם האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 11, 2025 5:06 pm
וואס איז אינטערעסאנט? איך מיין איך בין קלאר מיט מיין צוגאנג, די פירערס דארט זענען צודרייטע חברה און מ'דארף זיי אפשטעלן אבער די פשוט'ע מענטשן דארט, האבן די עסקנים נישט די רשות זיי אוועקצושלעפן מיט געוואלד, און אומדירעקט פייניגן די קינדער.
זייערע ספרים זענען דא אויפן געוועב, יעדער קען עס זען.
אויך האב איך געשריבן, קענסט מיך פעקט טשעקן, אז איך בין אויפגעוואקסן מיט די וויינגארטנס און דורך זיי ווייס אביסל זייערע שיטות און משוגעת'ן.
דיין צוגאנג איז משוגע קלאר ב"ה.
דאס יהדות החרדית איז טאקע אזוי צוגעגאנגען דערצו במשך די לעצטערע לאנגע יארן.
ליידער קלאפט מען זיך יעצט אשמנו דערויף! אשמנו כי ראינו בצרת אחינו!
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג מערץ 11, 2025 5:33 pm
דורך צווייטער
@עהעם עפעס איז מיר נאכנישט קלאר, פריער האסטו געשריבן אז ס'איז נישטא ''קיין איין פרוף'' אויף די מעשים וואס זענען דארטן פארגעקומען, אין כאן קולט, אין כאן מעשי רציחה, אין כאן רדיפות ואלימות בלי גבול. נאר מ'רעדט פון אביסעל משוגעים.
אבער נאכדעם האסטו אביסל צוריקגעדרייט אז די פירערס דארף מען יא אפשטעלן (פון וואס?) נאר די מענטשן ליידן דארטן אומשולדיג.
ביטע אויסקלארן פאר די וואס זענען נאכנישט קלאר.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג מערץ 11, 2025 5:41 pm
דורך עהעם
צווייטער האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 11, 2025 5:33 pm

אז מ'וועט עס איבערחזר'ן וועט מען קלארער ווערן
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג מערץ 11, 2025 5:45 pm
דורך פארגעהאלטן
עהעם האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 11, 2025 5:41 pm
צווייטער האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 11, 2025 5:33 pm
@עהעם עפעס איז מיר נאכנישט קלאר, פריער האסטו געשריבן אז ס'איז נישטא ''קיין איין פרוף'' אויף די מעשים וואס זענען דארטן פארגעקומען, אין כאן קולט, אין כאן מעשי רציחה, אין כאן רדיפות ואלימות בלי גבול. נאר מ'רעדט פון אביסעל משוגעים.
אבער נאכדעם האסטו אביסל צוריקגעדרייט אז די פירערס דארף מען יא אפשטעלן (פון וואס?) נאר די מענטשן ליידן דארטן אומשולדיג.
ביטע אויסקלארן פאר די וואס זענען נאכנישט קלאר.
אז מ'וועט עס איבערחזר'ן וועט מען קלארער ווערן
@עהעם חזר עס שנעל איבער און קום אונז קלאר מאכן
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג מערץ 11, 2025 5:46 pm
דורך על פי תורה
עהעם האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 11, 2025 5:41 pm
צווייטער האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 11, 2025 5:33 pm
@עהעם עפעס איז מיר נאכנישט קלאר, פריער האסטו געשריבן אז ס'איז נישטא ''קיין איין פרוף'' אויף די מעשים וואס זענען דארטן פארגעקומען, אין כאן קולט, אין כאן מעשי רציחה, אין כאן רדיפות ואלימות בלי גבול. נאר מ'רעדט פון אביסעל משוגעים.
אבער נאכדעם האסטו אביסל צוריקגעדרייט אז די פירערס דארף מען יא אפשטעלן (פון וואס?) נאר די מענטשן ליידן דארטן אומשולדיג.
ביטע אויסקלארן פאר די וואס זענען נאכנישט קלאר.
אז מ'וועט עס איבערחזר'ן וועט מען קלארער ווערן
די פראבלעם איז אז די לב טהור'ניקעס האבן די וועלט צייט, מ'זיצט האומלעס אויפן פלאר אין די שמוציגע גוואטאמאלא סיטי מיט א סמארטפאון און מ'ווערט משוגע פון ליידיג גיין, און מ'איז זיך מחיה אז מען טענה'ט זיך מיט אים.
כ'מיין מ'זאל אים איגנארירן און שוין. איך עכ''פ זעי נישט איך זאל דא קענען שטיין און רעדן מיט זיי מער. פון מיין זייט איז דער שמועס געשלאסן.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג מערץ 11, 2025 5:57 pm
דורך אן אפן הארץ
עהעם האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 11, 2025 4:40 pm
על פי תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 11, 2025 4:13 pm
עהעם האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 11, 2025 4:08 pm
דו ווידערהאלסט מיין פוינט וואס איך האב פריער געשריבן אז פון די צודרייטע פירערס דארף מען אוודאי קער נעמען און זיי אוועקנעמען יעדע סארט פאוער, אבער דאס פייניגן אומשולדיגע מיטגלידער אין די קהילה וואס עקשן'נען זיך דארט צו בלייבן איז נישט ריכטיג.
מען פייניגט נישט קיין איין אומשולדיגע מיטגליד, דו ווייסט עס אויך.
אוועקנעמען פון א מענטש זיין בחירה און אים מיט געוואלד "נארמאליזירן", הייסט אין מיינע אויגן געפייניגט.
פון די אלע אינטערוויאס וואס איך האב דערווייל געהערט, זאגן אלע בפה מלא, אז בשעת'ן דארט זיין איז זיי גוט געווען.
איך וואלט נישט געוואלט לעבן אזא לייפסטייל, און איך האלט אז ס'איז משוגע און צודרייט, אבער נעמען פשוט'ע בירגער, נישט קיין פירערס און קאנטראלערס, און זיי באצווינגענערהייט ארויסכאפן און זיי זאגן "אמת ביסט אין א משוגע'נע פלאץ", און זיי נעמען אויפן צימבל איז לדעתי נישט די וועג.
פונקט ווי אסאך מענטשן האבן טענות אויף עפעס א קהילה אין בני ברק אז מ'רעדט דארט אינטערעסאנטע מיני מושגים, אבער יעדער פארשטייט אז די חסידים זענען נישט שולדיג, און קיין איין פראמינענטע כח דרייט נישט איבער דאס מקום.
נאכאמאל, די פירערס דארף מען אראפנעמען פונעם ראדאר, אבער איבערדרייען דאס מקום פון די פשוט'ע מענטשן איז נישט ריכטיג.
כ'קען מיך נישט גלייבן אז כ'גיי אים ענטפערן, אבער עהעם... כהעם... איך האב יעצט א שוואכע מינוט:
דו ווייסט זיסקייט אז די משכונות וואס זענען געהאלטן געווארן ביי כאמאס, ווי שיין זיי רעדן אין די (געצוואונגענע) ווידיאו'ס, ווי גוט כאמאס נעמט קעיר פון זיי!
האסט געזעהן ווי זיי פאכען מיט די הענט מיט א שמייכל ביי די פראפאגאנדע סטעידזש איידערן באפרייעט ווערן?...
יעצט בנוגע ארויסצוואונגען מענטשן פון דארט..
ס'איז געווען א איד ר' מרדכי שווארץ ע"ה פון סקווירא, ער האט דארט געהאט אן אייניקל, דער איד האט געוואלט זעהן דאס אייניקל, רעדן טעלעפאניש, זעהן די קינדער אא"וו, אבער מ'האט אים נישט געלאזט, מיט אלע מיני תירוצים.
איין טאג האט ער זיך דערוואוסט אז אן אייניקל גייט "חתונה" האבן (וואטעווער דעט מיענס), איז ער אראפגעפארן מיט זיי ב"ב, א אלטערע פאר פאלק, מיט א דרשה געשאנק, צו געבן פאר זיין אייניקל, זיין בלוט און פלייש,
ער איז אנגעקומען דארט, און מען האט אים נישט אריינגעלאזט, מ'האט אים פארטריבן מיט רציחה און געוואלד.
ר' יואליש מארגענשטערן פלעגט אזוי פארגיסן טרערן פאר זיין פארכאפטע טאכטער.. אא"וו אלע עלטערען פון די וועלכע זענען מיט געוואלד אהין אנגעקומען.
איז לאמיר יעצט נאכאמאל ליינען דיינע ווערטער: " זיי באצווינגענערהייט ארויסכאפן און זיי זאגן "אמת ביסט אין א משוגע'נע פלאץ", און זיי נעמען אויפן צימבל איז לדעתי נישט די וועג"... ווער כאפט פון וועם?
ווי ביסטו געווען ווען הר' שלמה האט זיי אוועקגעכאפט פון זייערע עלטערן.
ווי ביסטו ווען דארט אין דעם מקום כאפט מען אוועק קינדער פון די עלטערן און מ'פייניגט אויס איינער וואס מ'טרעפט רעדן מיט די אייגענע בלוט און פלייש אויב האט עס די הנהלה גע'אסר'ט...
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג מערץ 11, 2025 6:00 pm
דורך גארנישט
@אסמכתא בעלמא צו קען מען אפשר זיכער מאכן אז די חששות דא זענען נישט ריכטיג
קען מען אפשר זען צו בלאקן ניקס פון גוואטאמאלא וכו'
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג מערץ 11, 2025 6:01 pm
דורך על פי תורה
פליז ענטפערטס אים נישט, דעי חברה קענען אזוי אנגיין פאר שעות אריכות און זאגן מער ליגנטס ווי ווערטער, די איינציגסטע וועג אים שטיל צו מאכן איז דורך איגנארירן
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג מערץ 11, 2025 6:03 pm
דורך הדסים
גארנישט האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 11, 2025 6:00 pm
@אסמכתא בעלמא צו קען מען אפשר זיכער מאכן אז די חששות דא זענען נישט ריכטיג
קען מען אפשר זען צו בלאקן ניקס פון גוואטאמאלא וכו'
ס'איז פארהאן גענוג פון זיי אין (נארט) אמעריקע
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג מערץ 11, 2025 6:04 pm
דורך עהעם
אן אפן הארץ האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 11, 2025 5:57 pm
עהעם האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 11, 2025 4:40 pm
על פי תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 11, 2025 4:13 pm
מען פייניגט נישט קיין איין אומשולדיגע מיטגליד, דו ווייסט עס אויך.
אוועקנעמען פון א מענטש זיין בחירה און אים מיט געוואלד "נארמאליזירן", הייסט אין מיינע אויגן געפייניגט.
פון די אלע אינטערוויאס וואס איך האב דערווייל געהערט, זאגן אלע בפה מלא, אז בשעת'ן דארט זיין איז זיי גוט געווען.
איך וואלט נישט געוואלט לעבן אזא לייפסטייל, און איך האלט אז ס'איז משוגע און צודרייט, אבער נעמען פשוט'ע בירגער, נישט קיין פירערס און קאנטראלערס, און זיי באצווינגענערהייט ארויסכאפן און זיי זאגן "אמת ביסט אין א משוגע'נע פלאץ", און זיי נעמען אויפן צימבל איז לדעתי נישט די וועג.
פונקט ווי אסאך מענטשן האבן טענות אויף עפעס א קהילה אין בני ברק אז מ'רעדט דארט אינטערעסאנטע מיני מושגים, אבער יעדער פארשטייט אז די חסידים זענען נישט שולדיג, און קיין איין פראמינענטע כח דרייט נישט איבער דאס מקום.
נאכאמאל, די פירערס דארף מען אראפנעמען פונעם ראדאר, אבער איבערדרייען דאס מקום פון די פשוט'ע מענטשן איז נישט ריכטיג.
כ'קען מיך נישט גלייבן אז כ'גיי אים ענטפערן, אבער עהעם... כהעם... איך האב יעצט א שוואכע מינוט:
דו ווייסט זיסקייט אז די משכונות וואס זענען געהאלטן געווארן ביי כאמאס, ווי שיין זיי רעדן אין די (געצוואונגענע) ווידיאו'ס, ווי גוט כאמאס נעמט קעיר פון זיי!
האסט געזעהן ווי זיי פאכען מיט די הענט מיט א שמייכל ביי די פראפאגאנדע סטעידזש איידערן באפרייעט ווערן?...
יעצט בנוגע ארויסצוואונגען מענטשן פון דארט..
ס'איז געווען א איד ר' מרדכי שווארץ ע"ה פון סקווירא, ער האט דארט געהאט אן אייניקל, דער איד האט געוואלט זעהן דאס אייניקל, רעדן טעלעפאניש, זעהן די קינדער אא"וו, אבער מ'האט אים נישט געלאזט, מיט אלע מיני תירוצים.
איין טאג האט ער זיך דערוואוסט אז אן אייניקל גייט "חתונה" האבן (וואטעווער דעט מיענס), איז ער אראפגעפארן מיט זיי ב"ב, א אלטערע פאר פאלק, מיט א דרשה געשאנק, צו געבן פאר זיין אייניקל, זיין בלוט און פלייש,
ער איז אנגעקומען דארט, און מען האט אים נישט אריינגעלאזט, מ'האט אים פארטריבן מיט רציחה און געוואלד.
ר' יואליש מארגענשטערן פלעגט אזוי פארגיסן טרערן פאר זיין פארכאפטע טאכטער.. אא"וו אלע עלטערען פון די וועלכע זענען מיט געוואלד אהין אנגעקומען.
איז לאמיר יעצט נאכאמאל ליינען דיינע ווערטער: " זיי באצווינגענערהייט ארויסכאפן און זיי זאגן "אמת ביסט אין א משוגע'נע פלאץ", און זיי נעמען אויפן צימבל איז לדעתי נישט די וועג"... ווער כאפט פון וועם?
ווי ביסטו געווען ווען הר' שלמה האט זיי אוועקגעכאפט פון זייערע עלטערן.
ווי ביסטו ווען דארט אין דעם מקום כאפט מען אוועק קינדער פון די עלטערן און מ'פייניגט אויס איינער וואס מ'טרעפט רעדן מיט די אייגענע בלוט און פלייש אויב האט עס די הנהלה גע'אסר'ט...
דו זאגסט די זעלבע ווי איך, די צודרייטע פירערס דארף מען משפט'ן און זיי נישט לאזן האבן קאנטראל אויף מענטשן
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג מערץ 11, 2025 6:07 pm
דורך מאיר שלום
מ'טאר זיך נישט טענה'ן מיט די חברה.
ס'געבט זיי נאר ברען שטאף, און עטוואס לעגיטימקייט.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג מערץ 11, 2025 6:14 pm
דורך הדסים
עהעם האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 11, 2025 4:40 pm
על פי תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 11, 2025 4:13 pm
עהעם האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 11, 2025 4:08 pm
דו ווידערהאלסט מיין פוינט וואס איך האב פריער געשריבן אז פון די צודרייטע פירערס דארף מען אוודאי קער נעמען און זיי אוועקנעמען יעדע סארט פאוער, אבער דאס פייניגן אומשולדיגע מיטגלידער אין די קהילה וואס עקשן'נען זיך דארט צו בלייבן איז נישט ריכטיג.
מען פייניגט נישט קיין איין אומשולדיגע מיטגליד, דו ווייסט עס אויך.
אוועקנעמען פון א מענטש זיין בחירה און אים מיט געוואלד "נארמאליזירן", הייסט אין מיינע אויגן געפייניגט.
אמת, אפגערעדט נעמען א מענטש און אים מיט געוואלד טעראריזירן.
פון די אלע אינטערוויאס וואס איך האב דערווייל געהערט, זאגן אלע בפה מלא, אז בשעת'ן דארט זיין איז זיי גוט געווען.
אוי ליגנט זאגן, ליגנט זאגן טאר מען נישט, ס'איז א גראבע נעוויירע.
איך וואלט נישט געוואלט לעבן אזא לייפסטייל,
זיי אויך נישט, ווי זיי זאגן 90 פראצענט פריוואט, פארגעס נישט אז וואס זיי זאגן ברבים איז לצור על פי צלוחיתא.
און איך האלט אז ס'איז משוגע און צודרייט, אבער נעמען פשוט'ע בירגער, נישט קיין פירערס און קאנטראלערס, און זיי באצווינגענערהייט ארויסכאפן און זיי זאגן "אמת ביסט אין א משוגע'נע פלאץ", און זיי נעמען אויפן צימבל איז "לדעתי" נישט די וועג.
עמיצער ט'אייך איינגערעדט איר האט דעת?
פונקט ווי אסאך מענטשן האבן טענות אויף עפעס א קהילה אין בני ברק אז מ'רעדט דארט אינטערעסאנטע מיני מושגים, אבער יעדער פארשטייט אז די חסידים זענען נישט שולדיג, און קיין איין פראמינענטע כח דרייט נישט איבער דאס מקום.
אהא, לב טהור'ס פראבלעם איז אינטערעסאנטע מיני מושגים.
נאכאמאל, די פירערס דארף מען אראפנעמען פונעם ראדאר, אבער איבערדרייען דאס מקום פון די פשוט'ע מענטשן איז נישט ריכטיג.
נאכאמאל, די פירער דארף מען אראפנעמען פון ראדאר ווייל זיי פייניגן מענטשן זענען מטמאים ומחטיאים, אבער די וואס ווערן געפייניגט דארף מען דארט לאזן.
און איך ענטפער נאך.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג מערץ 11, 2025 6:16 pm
דורך הלבלר בקולמסו
עהעם האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 11, 2025 6:04 pm
דו זאגסט די זעלבע ווי איך, די צודרייטע פירערס דארף מען משפט'ן און זיי נישט לאזן האבן קאנטראל אויף מענטשן
קום אריין מיט א פראקטישע וועג וויאזוי מען פירט דאס אויס למעשה...
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג מערץ 11, 2025 6:18 pm
דורך שינאווער
עהעם האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 11, 2025 6:04 pm
אן אפן הארץ האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 11, 2025 5:57 pm
עהעם האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 11, 2025 4:40 pm
אוועקנעמען פון א מענטש זיין בחירה און אים מיט געוואלד "נארמאליזירן", הייסט אין מיינע אויגן געפייניגט.
פון די אלע אינטערוויאס וואס איך האב דערווייל געהערט, זאגן אלע בפה מלא, אז בשעת'ן דארט זיין איז זיי גוט געווען.
איך וואלט נישט געוואלט לעבן אזא לייפסטייל, און איך האלט אז ס'איז משוגע און צודרייט, אבער נעמען פשוט'ע בירגער, נישט קיין פירערס און קאנטראלערס, און זיי באצווינגענערהייט ארויסכאפן און זיי זאגן "אמת ביסט אין א משוגע'נע פלאץ", און זיי נעמען אויפן צימבל איז לדעתי נישט די וועג.
פונקט ווי אסאך מענטשן האבן טענות אויף עפעס א קהילה אין בני ברק אז מ'רעדט דארט אינטערעסאנטע מיני מושגים, אבער יעדער פארשטייט אז די חסידים זענען נישט שולדיג, און קיין איין פראמינענטע כח דרייט נישט איבער דאס מקום.
נאכאמאל, די פירערס דארף מען אראפנעמען פונעם ראדאר, אבער איבערדרייען דאס מקום פון די פשוט'ע מענטשן איז נישט ריכטיג.
כ'קען מיך נישט גלייבן אז כ'גיי אים ענטפערן, אבער עהעם... כהעם... איך האב יעצט א שוואכע מינוט:
דו ווייסט זיסקייט אז די משכונות וואס זענען געהאלטן געווארן ביי כאמאס, ווי שיין זיי רעדן אין די (געצוואונגענע) ווידיאו'ס, ווי גוט כאמאס נעמט קעיר פון זיי!
האסט געזעהן ווי זיי פאכען מיט די הענט מיט א שמייכל ביי די פראפאגאנדע סטעידזש איידערן באפרייעט ווערן?...
יעצט בנוגע ארויסצוואונגען מענטשן פון דארט..
ס'איז געווען א איד ר' מרדכי שווארץ ע"ה פון סקווירא, ער האט דארט געהאט אן אייניקל, דער איד האט געוואלט זעהן דאס אייניקל, רעדן טעלעפאניש, זעהן די קינדער אא"וו, אבער מ'האט אים נישט געלאזט, מיט אלע מיני תירוצים.
איין טאג האט ער זיך דערוואוסט אז אן אייניקל גייט "חתונה" האבן (וואטעווער דעט מיענס), איז ער אראפגעפארן מיט זיי ב"ב, א אלטערע פאר פאלק, מיט א דרשה געשאנק, צו געבן פאר זיין אייניקל, זיין בלוט און פלייש,
ער איז אנגעקומען דארט, און מען האט אים נישט אריינגעלאזט, מ'האט אים פארטריבן מיט רציחה און געוואלד.
ר' יואליש מארגענשטערן פלעגט אזוי פארגיסן טרערן פאר זיין פארכאפטע טאכטער.. אא"וו אלע עלטערען פון די וועלכע זענען מיט געוואלד אהין אנגעקומען.
איז לאמיר יעצט נאכאמאל ליינען דיינע ווערטער: " זיי באצווינגענערהייט ארויסכאפן און זיי זאגן "אמת ביסט אין א משוגע'נע פלאץ", און זיי נעמען אויפן צימבל איז לדעתי נישט די וועג"... ווער כאפט פון וועם?
ווי ביסטו געווען ווען הר' שלמה האט זיי אוועקגעכאפט פון זייערע עלטערן.
ווי ביסטו ווען דארט אין דעם מקום כאפט מען אוועק קינדער פון די עלטערן און מ'פייניגט אויס איינער וואס מ'טרעפט רעדן מיט די אייגענע בלוט און פלייש אויב האט עס די הנהלה גע'אסר'ט...
דו זיצט נעבעך דארט, און ס'דיר שווער צו אנערקענען די אמת, און איך וואלט נישט אנדערש געווען ווען איך וואלט דארט געווען.
איך האב דיר ליב!
דו זאגסט די זעלבע ווי איך, די צודרייטע פירערס דארף מען משפט'ן און זיי נישט לאזן האבן קאנטראל אויף מענטשן
איך פרוביר צו זעהן דא צו ס'איז פארהאן איין שורה פון
@אן אפן הארץ 'ס פאוסט וואס איז דער "זעלבע" ווי דיינע פוינטס וואס דו ברענגסט דא ארויס, אבער אן ערפאלג...
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג מערץ 11, 2025 6:20 pm
דורך גארנישט
איינער דא קלערט אז דער יענגיער קלערט אז איינער ווערט אפגעקויפט מיט זיינע שטותים
א פרייליכען פורים!
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג מערץ 11, 2025 8:17 pm
דורך מעביר על המידות
קען אפשר איינער אפדעיטן אביסל ווי מהאלט מיט די הצלת הילדים והמשפחות?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג מערץ 11, 2025 8:54 pm
דורך נחל
ווען קינדער פון 13-14 דארפן גיין צום קינד, און נישט אין א שפיטאל, נאר צווישן שווארצע פלאסטישע געביידעס אין א ווערהאוז מיט ניטאמאל די minimum nourishment וואס מ’דארף האבן אין אומשטענדן, איז ערווארטעט אסאך וואס וועלן נישט לעבן רח”ל.
כ’שרייב עס פאר די וואס וואונדערן זיך באמת וויאזוי ס’קען זיין אזויפיל טויטפעלער רח”ל.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג מערץ 11, 2025 10:33 pm
דורך Think and Thank
עהעם האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 11, 2025 4:08 pm
על פי תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 11, 2025 3:53 pm
איך גיי מיך נישט טענה'ן מיט קיינעם, סיי וויבאלד איך האב נישט קיין צייט (איך גיי נישט זיין אקטיוו די קומעדיגע פאר טעג בכלל), און סיי וויבאלד איך ווייס אז לב טהור האט דא ניקס.
עס איז דא עוועיליבל פארן פאבליק עטליכע ווידיאוס אויף יודיש און ענגליש פון עדות וועלעכע דערציילן איבער רציחות און ניוול.
עס זענען דא הונדריטער אידן אין ברוקלין און אין אפסטעיט וועלעכע האבן שוין גערעדט מיט יוצאים און געהערט אליין איבער רציחות און ניוויל.
איך אליין האב גערעדט מיט צענדליגער יוצאים און געהערט כלי ראשון איבער:
עטליכע מאל מלקות ארבעים חסר אחת מיט אן אייזערנעם גאפל אויפן בלויזן רוקן אין א פאדל בלוט
צענדליגע בעביס פון עטליכע טאג אלט וועם מען האט געלאזט אויסגיין צום טויט
יונגעלייט וועלעכע מען האט געלאזט אויסהינגערן פאר וואכן לאנג מיט יסורי איוב
בחורים וועלעכע האבן באקומען תענית דיבור פאר א יאר צייט על לא עוול בכפם
קליינע קינדער וועמען מען האט געגעבן מלקות אויפן פנים ביז עס האט געגאסן בלוט פון אלע זייטן
איסורי כריתות בכפייה כמה וכמה פעמים
יש כאן אוישוויץ ויש כאן גאז קאמערן!
און צו די אלע רוצחים וועלעכע זיצן האומלעס אויף די ערד אין גווטאטמאלא סיטי מיט פילטערלאזע סמארטפאון'ס און עפענען ניקס אויף אידטיש צו פארדעקן זייערע רציחות: איך גיי זיך מיט ענק נישט טענה'ן, פונקט ווי איך וואלט מיך נישט גע'טענה'ט מיט קיין נאציס. איך שרייב דאס נאר אז די ערב רב אידן (כלשונכם הטמאה) זאלן נישט נתפעל ווערן פון אייער גיפט. יעצט שרייבט שנעל צוריק: איך האב גארנישט מיט לב טהור וכו' וכו'
דו ווידערהאלסט מיין פוינט וואס איך האב פריער געשריבן אז פון די צודרייטע פירערס דארף מען אוודאי קער נעמען און זיי אוועקנעמען יעדע סארט פאוער, אבער דאס פייניגן אומשולדיגע מיטגלידער אין די קהילה וואס עקשן'נען זיך דארט צו בלייבן איז נישט ריכטיג.
חלילה וחס!! ווער חלומ'ט פון טשעפען די מענטשן וועלכע זענען נעבעך אריינפאלן אין לב טמא?! מען רעדט פון ארויסנעמען די אומשולדיגע קינדער פון דעם ארט וואו מען פייניגט זיי בגשמיות וברוחניות. די עלטערן קענען ווייטער דארט בלייבן אויב זיי ווילן.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג מערץ 11, 2025 11:20 pm
דורך ליכטעלע
מעביר על המידות האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 11, 2025 8:17 pm
קען אפשר איינער אפדעיטן אביסל ווי מהאלט מיט די הצלת הילדים והמשפחות?
היינט אנגעקומען א משפחה קיין קרית יואל.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך מערץ 12, 2025 1:30 am
דורך שמואל פוקס
היינט איז אנגעקומען א משפחה קיין קרית יואל. משפחת ר' חיים עזרי' אלטער הי"ו.
מיט וויפיל רענצלעך קלערט איר אז ער קומט אן? - איר קלערט מסתמא אז ער האט זיך געפאקט, ער פארמאגט שווערע באקסעס מיט פילע איינרישונגען וואס ער נעמט מיט פון זיין אלטע דירה.
זאג איך אייך, לא מיניה ולא מקצתיה!
איך קען ר' חיים עזריה פערזענליך. מיר האבן אסאך פארברענגט אינאיינעם אין כנישתא חדא. איך בין אים פערזענליך שולדיג א הכרת הטוב, בשעת ער האט מיר באזארגט מיט א געשמאקער צדה לדרך איידער איך בין אפגעפארן קיין ניו-יארק.
ר' חיים עזריה איז א חסידי'שער יונגערמאן, א זאפטיגער איד, טופח על מנת להטפיח. ער קומט אהער מיט א שטוב מיט קינדער, זיינע קינדער זענען גאר געראטן און געלונגען. איך זעה זיי אין א יאר ארום, אלס די מצויינים פון קלאס.
אבער אבער...
דער איד קומט אהער בעירום ובחוסר כל, אן גארנישט ממש. ער פארמאגט נישט קיין פרוטה לפורטה און ער קומט אהער אן קיין פלאן צו דעקן די פילע הוצאות וואס ער פארמאגט אויף זיך. ער איז אן אוד מוצל מאש, און ער דארף וויכטיג האבן הילף.
קודם-כל קומט יעצט צו גיין פורים. ער איז א פרעמדער דאהי אין קרית יואל, בשעת פורים איז א צייט וואס מען קען מאכן געלט. אידן אין קרית יואל, שעמט אייך נישט צוצוגיין צו אים, ווייזט אים צו וועלכע אדרעסן מען קען גיין, גיבט אים עצות ווי אזוי ער קען שאפן אפאר דאלער בעצם יום הפורים. נעמט אים אויף שיין און העלפט אים ארויס מיט וויפיל עס איז שייך.
אט לייג איך צו זיין פעידזש אינעם קאמפיין. לויטן אפמאך מיט די עסקנים גייט די געלט אויסדריקליך פאר אים. עס איז דאך יעצט פורים צייט, כל הפושט יד נותנים לו, און דא רעדט זיםך פון פדיון שבויים, חינוך און פיל אנדערע מצוות.
ווארפט אריין אפאר דאלער פאר דעם טייערן איד, און העלפט אים זיך שטעלן אויף די אייגענע פיס על אדמת אמעריקע.
די לינק צו געבן געלט:
https://www.dryveup.com/mission/13844