בלאט 67 פון 146

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 15, 2025 11:07 pm
דורך חלום חלמתי
געוועזענע פרעזידענט אבאמא מיט א פראפעגאנדע ווידיאו פאר קאליפארניע איינוואוינער צו שטומען לטובת רידיסטריקטן די סטעיט און פארדינען נאך דעמאקראטישע זיצן.


(פאר מיר ווייזט עס ווי די דעמאקראטן האלטן, אז מען דארף אפיר קראצן דעם לעצט פאפולערע דעמאקראט פאר אן עדווערטייזמענט. נישטא קיין שום טאן שטעלער דארט כהיום)



פאראכטן די קליפ

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 15, 2025 11:10 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 10, 2025 12:30 pm אויף טראמפס טיש האט זיך אנגעזעהן נעכטן א מאדעל פאר א געפלאנטע זיג טויער נעבן די לינקאלן מעמאריעל
טראמפ האט עס היינט באשטעטיגט

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 15, 2025 11:19 pm
דורך חלום חלמתי
אה - אה...

סופרים קארט באטראכט צו אנאלירן געוויסע רעכטן וואס די שווארצע און מינאריטעטן האבן באקומען אין 1965 צו באשיצן זייער שטומע, וואס וועט צוגעבן פאר די רעפובליקאנער צווישן 12 און 19 זיצן אין קאנגרעס...!

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 15, 2025 11:23 pm
דורך חלום חלמתי
טראמפ רעגט זיך אויף ABC פארן אפהאקן אן אינטערוויו מיט דזשעי די ווענס צו מאכן א עד, נאכדעם וואס ווענס איז זיי גוט אריינגעפארן

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 12:46 am
דורך Think and Thank
חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 10, 2025 12:28 pm טראמפ זאגט אז טשיינע ווערט צו גרויס פיינטליך און ער וועט מוזן שטרענג רעאגירן, קענסלט געפלאנטע זיצונג מיט טשיינע פרעזידענט Xi .

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 2:01 am
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: מוצש"ק אקטאבער 11, 2025 8:02 pm גוטן מועד.


אין ווענעזועלע גרייט מען זיך אויף א אטאקע פון אמעריקע, פארמערטע אקטיוויטעטן אינעם אמעריקאנער פארטא ריקא באזע. אין זעלנער אין ווענעזועלע פירן דורך עמערזשענסי מושטירונגען.
טראמפ באשטעטיגט אז ער האט געגעבן ערלויבעניש פאר די CIA צו אויספירן געוויסע אקציעס אין ווענעזועלע.

אזוי אויך האט אמעריקע אראפגעווישט נאך א שיפל

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:11 pm
דורך חלום חלמתי
אקסיאס האט באריכטעט אז די דעמאקראטן גרייטן זיך ארויסצושטעלן קאנדידאטן צו פריימערי'ען סענאטער פעטערמאן אין א דיסטריקט וואס די דעמאקראטן האבן שמאל געוואונען.

פעטערמאן האט רעאגירט צום רעפארטער 'האב הנאה פון דיין ציען אויגן ארטיקל'

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:15 pm
דורך חלום חלמתי
לעזונג צום דירות קריזיס? אין קאנאדע האט די גאווערמענט ארויסגעגעבן א קאטאלאג פון 50 פרי אפראווד דעזיינס פאר נייע הייזער, וואס וועט מאכן מען זאל שנעלער קענען בויען מיטן ציל צו פארברייטערן די אויסוואל.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:20 pm
דורך נאסע שמאטעס
כאילו דער פראבלעם איז אז ס'דויערט לאנג צו בויען?

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:23 pm
דורך דיאמאנט סוחר
נאסע שמאטעס האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:20 pm כאילו דער פראבלעם איז אז ס'דויערט לאנג צו בויען?
saving intres and pay payroll and geting more

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:58 pm
דורך חלום חלמתי
אייס אגענטן האבן ארעסטירט אן אומלעגאלע אימיגראנט אין שיקאגא, וואס איז געווען א פאליציי אפיציר...

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 4:01 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2025 10:35 am נאך טראמפס צוזאג אראפ צוברענגען מעדעצין קאסטן וועט די ווייסע הויז אנהייבן פארקויפן מעדיקעישן פאר ביליג אנליין.

די אנליין פירמע וועט הייסן TrumpRx
וועבזייטל איז לעבעדיג

https://trumprx.gov/

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 4:13 pm
דורך חלום חלמתי
פעיק ניוז האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2025 6:05 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2025 1:39 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2025 10:35 am נאך טראמפס צוזאג אראפ צוברענגען מעדעצין קאסטן וועט די ווייסע הויז אנהייבן פארקויפן מעדיקעישן פאר ביליג אנליין.

די אנליין פירמע וועט הייסן TrumpRx
טראמפ מיט מער דיטעילס.

קאמוניזם?

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 4:18 pm
דורך חלום חלמתי
טוויטער / עקס וועט צילייגן אן אפציע צו קענען זעהן פון וואנעט יענער שרייבט געווענליך זיינע פאוסט'ס...

ביסט א רוסישער? זאל יעדער וויסן פארוואס דו נעמסט זיך אן פאר פוטין. שרייבסט לטובת כאמאס? זאל מען זעהן אז די שרייבסט פון שפאניע...

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 4:58 pm
דורך חלום חלמתי
וויצע פרעזידענט ווענס

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 10:19 pm
דורך Think and Thank
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 4:58 pm וויצע פרעזידענט ווענס

*hoping

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: פרייטאג אקטאבער 17, 2025 9:38 am
דורך חלום חלמתי
מדנ"י האט זיך אריינגעריקט צו די ליסטע פון צען שטערקסטע לענדער

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: פרייטאג אקטאבער 17, 2025 9:50 am
דורך חלום חלמתי
עמעזאן וועט הייערן 250,000 ארבעטער אין אמעריקע פאר די חגאות סעזאן. רעכנט אריין פארט טיים און פאל טיים ארבעטער

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: פרייטאג אקטאבער 17, 2025 10:52 am
דורך שמח
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 4:18 pm טוויטער / עקס וועט צילייגן אן אפציע צו קענען זעהן פון וואנעט יענער שרייבט געווענליך זיינע פאוסט'ס...

ביסט א רוסישער? זאל יעדער וויסן פארוואס דו נעמסט זיך אן פאר פוטין. שרייבסט לטובת כאמאס? זאל מען זעהן אז די שרייבסט פון שפאניע...
זיי וועלן ניצען א VPN...

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: פרייטאג אקטאבער 17, 2025 1:49 pm
דורך חלום חלמתי
גאזאלין פרייזן זענען געפאלן שטייענדיג פאר די חגאות סעזאן

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: פרייטאג אקטאבער 17, 2025 1:53 pm
דורך חלום חלמתי
רעפובליקאנער געווערנער קאנדידאט פאר ניו יארק, עליסא סטעפאנוק זאגט אז מאמדאני איז א דזשיהאדיסט

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: פרייטאג אקטאבער 17, 2025 1:54 pm
דורך חלום חלמתי
א טאג פאר ריזיגע פראטעסטן וועלן אויסשרייען איבער אמעריקע ניין פאר קעניגן און טיראנען, בעט די ווייסע הויז אקאונט אן ערקלערונג פון שומער פארוואס ער רופט זיך אין צייטונגען דער מלך פון ניו יארק, אויב איז אמעריקע נישט קיין פלאץ פאר קעניגן...

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: פרייטאג אקטאבער 17, 2025 2:00 pm
דורך חלום חלמתי
סאודי אראביע אין געשפרעכן מיט אמעריקע צו באקומען זיכערהייט פארשפרעכונגען, אין פאל מען אטאקירט זיי זאל אמעריקע זיך קומען אננעמען אזויווי אמעריקע האט מיט נאטאו.

קאטאר האט באקומען אזא הבטחה עטליכע וואכן צוריק

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: פרייטאג אקטאבער 17, 2025 2:01 pm
דורך חלום חלמתי
נאך א ווענעזועלע שיפל אראפגעווישט, דאס מאל האבן עטליכע שמוגלער איבערגעלעבט, און געראטעוועט געווארן דורך די נעווי וואס האלט זיי דערווייל

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: פרייטאג אקטאבער 17, 2025 2:01 pm
דורך יאנטשי
חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 17, 2025 1:01 pm
software expert האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 17, 2025 12:43 pm לתועלת הרבים, ס'האט זיך געפענט א נייעס וואטסעפפ טשעננעל אין א היימישע אידיש, מוראדיג בעטעמט, און כסדרדיגע אפדעיטס
https://whatsapp.com/channel/0029Vb7Cm6E9xVJlRHtMwQ2k
וואספארא מאדנע אגענדעס האט דעי קאנאל מיטן מעלדן אזעלכע צישטיקלטע נייעס?

זעה דא די טוויט פון לאולער
דער בחור ווייסט נאכנישט וויאזוי מען נוצט טוויטער/X און כאפט נישט וואס איז א ריפליי