צווייטער האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 05, 2025 3:13 pm
וואלף האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 05, 2025 2:41 pm
צווייטער האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 05, 2025 2:07 pm
עכט וויל איך נישט אריינרעדן, אבער איך קען זיך נישט איינהאלטן. איך האף איך וועל נישט אריינגעשלעפט ווערן אין ענדלאזע דעבאטעס.
איך האב געזען א תגובה אויף אייוועלט פון ידידינו הרב @יוד אלף בנוגע עפעס אנדערש, כ'האב שטארק הנאה געהאט און ס'איז נוגע לענינינו.
לאמיר נעמען סאטמאר vs מאדערן ארטאדאקס, פארשטייט יעדער אז די core values צווישן די צוויי זענען זייער זייער ווייט, אפילו זיי זענען שומרי תומ''צ, און נישט נאר לגבי ציונות.
ווידעראום, סאטמאר vs פאפא, זענען די צוויי מער ווייניגער די זעלבע, נישט נאר אין די סאמע יסודות נאר אינעם גאנצן הלוך ילך אינעם לעבנסשטייגער אין אלעם. ופשוט הוא.
יעצט לאמיר נעמען וויזשניץ לדוגמא, (ס'איז אזוי מיט אלע א''י חסידות'ער וואס גייען מיט דעם שפאן) לאמיר לייגן פאר א מינוט ציונות מיט אגודה וכו' אין א זייט, אבער אין פאקט זענען זיי מיט אלע אנדערע אידישקייט זאכן, די אלע core values די זעלבע ווי ביי אונז, אנגעהויבן פון לבוש ביז כשרות המאכלים און אלעס בעפאר און נאכדעם און אלעס אינדערמיט.
דא קומט די גרויסע 'אבער', ציונות. מיר זענען זייער סעסעטיוו צו דעם, און מיר שפייען אויס יעדעם וואס איז נישט מיט אונז בשיטה אחת לגבי ציונות.
דא קומט יעדער מיט זיין אייגענע מעסטער וויפיל מ'מעג יא און וויפיל מ'טאר נישט האבן שייכות מיט זיי, מיט חילוקים וחילוקי חילוקים עד אין קץ. ווייל אין פאקט האבן רבותינו הקדושים זיי נישט אפגעסטעמפעלט אלס ציונים, מיר האבן זיי אלס אנגעקוקט פאר ערליכע פרומע אידן, מיר עסן זייערע השגחות, מיר וועלן זיך באנוצן מיט זייערע מקוואות, נאכמער, מיר קוקן זיי אן פאר פרומע אידן וואס זענען 'אנטי-ציונות', נאר ערגעץ ווי האבן זיי א טעות מיט דעם, מיר האבן זיך אפילו משדך געווען צווישן אונז. און מיר האבן שטארק מחשיב געווען זייערע רבי'ס וראשי ישיבות, מ'האט זיי מחשיב געווען סיי אין געדאנק און סיי מחשיב געווען און מכבד געווען באמת בפועל ממש.
ווער האט די ריכטיגע מעסטער? איך ווייס נישט. איך האלט אז איך, אבער דו האלטסט אז דו, וואס זאל איך טון?
מ'קען זיך קריגן איבער די מעסטער בנוגע פארשידענע זאכן
אבער לגבי קומען זיצן אין
קרית יואל איז דער מעסטער קלאר, אז מ'מוז זיין נכנע כל כולו צו דעת קדשו פון רביה"ק זי"ע אין אלע עניני יסודות הדת וואס ער האט געהאלטן, אזוי האט ער געוואלט און אזוי האט ער קלאר געזאגט
הונדערט פראצענט.
איך בין אליינס נישט קלאר די גדרים, אבער לאמיר פארשטיין. רביה''ק זי''ע האט אריינגעלייגט אסאך כוחות אין מלבושי הנשים, און ער האט אויפגעטון א מורא'דיגער הידור אין דעם מיטן ארייננייען סיעמ''ס כידוע.
אבער לאמיר א רגע אריינגיין אין זיין כוונה וואס ער האט געוואלט, ער האט געוואלט סיעמ''ס אדער האט ער געוואלט ערליכע דיקע שטרימפ? מעג א ערליכע פרוי מיט דיקע שטרימפ לכל הדעות אבער אן קיינע סיעמ''ס וואוינען אין קרית יואל? בעסער געפרעגט, וואלט דער רבי זי''ע געלאזט אזא פרוי וואוינען אין קרית יואל? 100 פראצענט אן קיין שום שאלה אז יא! ווייל ער האט פארלאנגט צניעות לויטן שולחן ערוך, און ווילאנג יענער קומט עס נאך איז יענער וועלקאם.
וויזשניץ אין אמעריקע גייט נישט צו קיין בחירות אין א''י, ווייל זיי וואוינען דא, ציונים זענען זיי אויך נישט, זיי זענען ערליכע פרומע אידן. פאר מיר איז שווער צו טראכטן אז דער רבי וואלט געהאט א פראבלעם מיט זיי.
די רבי זי"ע לעבט שוין נישט, אבער אתנו חיים אדמו"ר סאטמאר מהרי"י מייסד הקריה -קרית יטב לב-בלומינגבורג, וואס האט קלאר געבעטן וויזניץ'ע רבי בכבודו ובעצמו נישט צו קומען צו זיין שטאט אין בלומינגבורג!
דארפסט נישט צוריק קריכן אין די עבר , ווי די רבי זי"ע לעבט שוין נישט, און בויען אייגענע מסקנות; קענסט ברענגען ראיות פון היינט צוטאגס , אז סאטמאר זיכט נישט זיך אויסצומישען מיט וויזשניץ, משא"כ למשל סקולען וויליאמסבורג רבי נעמט מען דארט אויף אפט ביותרת הכבוד , און אפילו געווען א פלאן ער זאל דארט אהינמופן, סאיז זייער קלאר די חילוק.
נאך מער פון דעם , בלומינגבורג איז דא שטחים יעצט צו בויען טויזענטער דירות, אפילו זייער אייגענע מענטשן דארפן עס נישט.
מיט דעם אלעם רופן זיי נישט קיין אנדערע קהילות, און זיי טיילן נאך אויך אויס צרות, פאר "סאטמאר געשטימטע" אידן וואס וואינען דארט ווי קהילות העלישוי און נאדבורנא .
וואס זיידעל ראזענבוים איז געווען די גאנץ ערשטע תושב אין בלומינגבורג, אן אים וואלט גארנישט געווען, און די מתפללים פון העלישוי זענען פון די נחשונים פונעם ישוב, מיט דעם אלעם פארשטייען חסידי מהרי"י אז די שטעטל איז זייערס, דארף מען גיין אין שפאן מיט זיי,
אבער וויזניץ איז זיכער דארט וועלקאם

נישט דא ווער זאל לאכן/וויינען