בלאט 66 פון 139

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 19, 2024 12:00 pm
דורך בלק
בלומען האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 11:53 am
בלק האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 11:32 am
Yankel האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 9:11 am

מהאלט און איין צוריקומען צו די קרית יואלע ווייטאג…………
ווייטאג אויף וואס אויף וועם?
ווייטאג פון געוויסע קרית יואלע (Kiryas Joel, NY) אידן אויף די בלומינג גראווע בליאונג
ווייטאג אויף דאס נישט האבן די קאפ אויפן פלאץ די ערשטע 5 יאר און דאדורך אנוואוירן א פעטענציאלע לאנג יאריגע פאווער אויף א שטח וואס איז פיל גרעסער ווי זייער
איבער זאגן הונדערט מאל די ליגענט אז עס קומט פון אינדרויסן פון בלומינגראוו וועט נאך אלטס נישט אוועג נעמען די פאקט אז עטליכע 100 תושבים פון בלומינגראוו האבען געשטימט באחדות צו ווארפן די קארופטירטע ווילעדזש באאמטע לעצטע יאר ביי די וואלן ווי נאר קרית יואלע איינוואוינער וואס זענען אונטער די בלומינגראוו יורעסטריקציע האבען געקענט שטימען

נישט דא קיין שום סיבה צו ארויפשמירן די אייגענע גארביטש אויף אנדערע אידן פון א אנדערע געגענט

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 19, 2024 12:10 pm
דורך בלומען
דאס ווערט איבערגעזאגט בערך אויף יעדן עמוד דא
איך האב דאס שוין אפאר מאל דיבאנקט דא, און איך גיי נישט וועיסטן נאך צייט דא אין פובליק אן א ציל
אויב דו ווילסט באמת אדער האלטס איך בין נישט גערעכט, בין איך גרייט מיך מתווכח זיין אין אישי שפירנדיג אז איך רעד צו א יומען ביאינג
סא זיי אזוי גוט, זוך אויף די תגובות ווי איך האב גערעדט פון, און אויב דו טרעפסט דארט עפעס נישט ריכטיג, ווי למשל אז יענע וואוטס האט געהאט סיי וואס צו טון מיט די יעצטיגע דיסקוסיע, טשעלענזש מיר

און אגב, די ליסטע פון ניקים וואס זענען מודה אז זיי וואוינען נישט אין בלומינג גראוו, וואקסט מיט יעדע אזא תגובה, זינט אין בלומינגגראוו איז יענע וואלן אפילו נישט קיין מדובר מער, און האט נישט געהאט מיט די סארט זאכן קיין כי הוא זה, נאר אויב עפעס ממש פארקערט, ווי מסביר געווען באריכות

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 19, 2024 12:27 pm
דורך משה זרח
בלומען האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 12:10 pm דאס ווערט איבערגעזאגט בערך אויף יעדן עמוד דא

אין קץ לדברי רוח!
איבערקייען דעם זעלבן שקר ספינען און דרייען...
ביי די וואלן ווי רוב תושבים פון סאוט בלומינג גראוו האבן געשטימט אקעגן די באהערדע (אריינגערעכנט אונזער מר. @בלומען ) אריינגערעכנט די מתפללים פון ביהמ"ד בית יעקב (בראשות הדומ"ץ שליט"א) אריינגערעכנט מתפללים פון קרעמניץ (בראשות אב"ד קרעמניץ שליט"א) אריינגערעכנט מתפללי ראדעוויץ (בראשות אב"ד ראדעוויץ שליט"א) אריינגערעכנט פילע מתפללי בית שמואל, מתפללי מעריוואלד. מתפללי קאריץ. ווי אויך די פשוטע תושבי עירנו המעטירה חברים און שטיצער פון ר' חיים מענדל קאהן. סא וואס דרייסטו א קאפ?? ס'איז קלאר אז שנאה מקלקלת את השורה! ווער נאך אזוי ווי מיסטער בלומען האט טאג איין טאג אויס ארויסגעברענגט די קאראפציע פון די ווילעדזש/UJC באהערדע? נאר וואס דען?

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 19, 2024 12:51 pm
דורך בלומען
משה זרח האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 12:27 pm

כככ.. עמיצער איז אנטו מי...
פארשטייט זיך ס'האט נישט קיין פשט אפצולייקענען אדער מודה זיין אויב דו קענסט מיר אדער נישט
און פון דיינע סימנים זעהט גראדע אויס אז נישט
אבער אויב האלטסו יא אז דו קענסט מיר, קום גלייך אין אישי... אויב האסטו מיין נאמען אויפן ערשטן געס, וועל איך דיר גראד מודה זיין, מער פון דעם נישט..
און אגב, פאר די פירער פון אידטיש איז בכלל נישט קיין חכמה צו דערגיין ניקס, און דאס צו נוצן אין א תגובה ווען מ'וויל עפעס אפענטפערן א ניק איז בכלל נישט מאראליש, מילד גערעדט, און נישט לויט די אידטיש רולס

אבער נישט דא, ביטע

אגב, איך האב שוין געהערט דא כל מיני שמועות אויף מיר
אנהויב האט מען געוויסט צו זאגן אז איך בין אן אפיציעלע קארעספאנדענט פאר UJC (אשפר ביסטו עס געווען)
נאכדעם ווייסט איינער קלאר אז איך בין פון די וואכנשריפט וכת דילי'
יעצט אז איך בין פון די געוועזענע העצערס פון UJC און איך האב געשטימט פאר חיים מענדל.
אויב ברויך איך טשאזן איז עס די דריטע, ווייל דא בין איך די ערשטע לעגיטימע תושב אן קיין אגענדע אן אן ארבעטן אונטער קיינעם..

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 19, 2024 1:03 pm
דורך בלומען
און יעצט צום עצם תגובה, ביזט 100 פראצענט גערעכט מיט די אלע וואס האבן געשטימט פאר זיי
דאס האט אבער גארנישט מיט די פאקט אז דאס איז גאנץ אן אנדערע פייט ווי דאס וואס די "עסקנים" וואס האבן אויפגעטרעטן לעצטנס פירן און גאנץ אן אנדערע פייט וואס די הנהגה פון ק"י פירט
איך האב מיר בכלל נישט באצויגן צו אנטי UJC דא

און יעצט וועל איך איבערשרייבן מיין תגובה:

דאס ווערט איבערגעזאגט בערך אויף יעדן עמוד דא
איך האב דאס שוין אפאר מאל דיבאנקט דא, און איך גיי נישט וועיסטן נאך צייט דא אין פובליק אן א ציל
אויב דו ווילסט באמת אדער האלטס איך בין נישט גערעכט, בין איך גרייט מיך מתווכח זיין אין אישי שפירנדיג אז איך רעד צו א יומען ביאינג
סא זיי אזוי גוט, זוך אויף די תגובות ווי איך האב גערעדט פון, און אויב דו טרעפסט דארט עפעס נישט ריכטיג, ווי למשל אז יענע וואוטס האט געהאט סיי וואס צו טון מיט די יעצטיגע דיסקוסיע, טשעלענזש מיר

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 19, 2024 1:11 pm
דורך פישפיקלאדיין
בלומען האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 12:51 pm [
אויב ברויך איך טשאזן איז עס די דריטע, ווייל דא בין איך די ערשטע לעגיטימע תושב אן קיין אגענדע אן אן ארבעטן אונטער קיינעם..
ווער דארף נאך אגענדעס, אויב דאס הייסט שוין אן קיין אגענדע...

פארפאלן קומסט אריין צו אפן.. נאך נישט געווען פון דיר אפי' איין פאזיטיווע תגובה.

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 19, 2024 1:19 pm
דורך בלומען
פישפיקלאדיין האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 1:11 pm
בלומען האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 12:51 pm [
אויב ברויך איך טשאזן איז עס די דריטע, ווייל דא בין איך די ערשטע לעגיטימע תושב אן קיין אגענדע אן אן ארבעטן אונטער קיינעם..
ווער דארף נאך אגענדעס, אויב דאס הייסט שוין אן קיין אגענדע...

פארפאלן קומסט אריין צו אפן.. נאך נישט געווען פון דיר אפי' איין פאזיטיווע תגובה.
איך ווייס נישט וואס דו רופסט אגענדע
איך רוף אגענדע ווען איינער טוט פארשידענע אקטיוויטעטן מיט א געוויסע אפענע אדער אומבאקאנע ציל/אגענדע
איך האב נישט קיין שום פלאן, איך ארבעט נישט אונטער קיינעם
איך שרייב בלויז וואס איך ווייס, האלט און טראכט
רוף עס וויאזוי דו ווילסט
פאזיטיווע תגובה אויף וואס?
איך האב שוין געשריבן כמה פעמים אז די גאנצע סיבה פארוואס כ'האב געעפנט מיין ניק איז פאר דעם אשכול, אריינצוווארפן נאך א צד און מיינע צוויי צענט אין לאנג פארצויגענע איינזייטיגע דיסקוסיעס פון שקרים און העצע, בכלל נישט צו סתם שמועסן דא, צו שמועסן און פארברענגען רואיג זענען דא גענוג אנדערע פלאטפארמעס וואס זענען געמאכט דערפאר, (בשעת וואס אידטיש איז ממש געמאכט פאר אטע דאס וואס מיר טוען דא)

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 19, 2024 1:25 pm
דורך שבת קודש
זעה איך אין היימשטאט אז קרית יואל בוטשער גייט עפענען א נייע לאקאל אין בלומינגראוו

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 19, 2024 1:27 pm
דורך יום טוב
שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 1:25 pm זעה איך אין היימשטאט אז קרית יואל בוטשער גייט עפענען א נייע לאקאל אין בלומינגראוו
אין שכונת זרע קודש

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 19, 2024 1:44 pm
דורך ווירקליך
בלומען האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 12:51 pm
משה זרח האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 12:27 pm
בלומען האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 12:10 pm דאס ווערט איבערגעזאגט בערך אויף יעדן עמוד דא
איך האב דאס שוין אפאר מאל דיבאנקט דא, און איך גיי נישט וועיסטן נאך צייט דא אין פובליק אן א ציל
אויב דו ווילסט באמת אדער האלטס איך בין נישט גערעכט, בין איך גרייט מיך מתווכח זיין אין אישי שפירנדיג אז איך רעד צו א יומען ביאינג
סא זיי אזוי גוט, זוך אויף די תגובות ווי איך האב גערעדט פון, און אויב דו טרעפסט דארט עפעס נישט ריכטיג, ווי למשל אז יענע וואוטס האט געהאט סיי וואס צו טון מיט די יעצטיגע דיסקוסיע, טשעלענזש מיר

און אגב, די ליסטע פון ניקים וואס זענען מודה אז זיי וואוינען נישט אין בלומינג גראוו, וואקסט מיט יעדע אזא תגובה, זינט אין בלומינגגראוו איז יענע וואלן אפילו נישט קיין מדובר מער, און האט נישט געהאט מיט די סארט זאכן קיין כי הוא זה, נאר אויב עפעס ממש פארקערט, ווי מסביר געווען באריכות
אין קץ לדברי רוח!
איבערקייען דעם זעלבן שקר ספינען און דרייען...
ביי די וואלן ווי רוב תושבים פון סאוט בלומינג גראוו האבן געשטימט אקעגן די באהערדע (אריינגערעכנט אונזער מר. @בלומען ) אריינגערעכנט די מתפללים פון ביהמ"ד בית יעקב (בראשות הדומ"ץ שליט"א) אריינגערעכנט מתפללים פון קרעמניץ (בראשות אב"ד קרעמניץ שליט"א) אריינגערעכנט מתפללי ראדעוויץ (בראשות אב"ד ראדעוויץ שליט"א) אריינגערעכנט פילע מתפללי בית שמואל, מתפללי מעריוואלד. מתפללי קאריץ. ווי אויך די פשוטע תושבי עירנו המעטירה חברים און שטיצער פון ר' חיים מענדל קאהן. סא וואס דרייסטו א קאפ?? ס'איז קלאר אז שנאה מקלקלת את השורה! ווער נאך אזוי ווי מיסטער בלומען האט טאג איין טאג אויס ארויסגעברענגט די קאראפציע פון די ווילעדזש/UJC באהערדע? נאר וואס דען?

און אגב, פאר די פירער פון אידטיש איז בכלל נישט קיין חכמה צו דערגיין ניקס, און דאס צו נוצן אין א תגובה ווען מ'וויל עפעס אפענטפערן א ניק איז בכלל נישט מאראליש, מילד גערעדט, און נישט לויט די אידטיש רולס
חברי המערכת האבן נישט קיין וועג צו דערגיין אידענטיטעטן פון ניקס, און מיר וואלטן קיינמאל געטון אזאנס אפילו ווען מ'וואלט יא געקענט.

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 19, 2024 1:45 pm
דורך אייזיק פ
וואף האט געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 9:23 pm איז דא עני אפדעטיס מיט די? treza lane development
איינער ווייסט?

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 19, 2024 4:28 pm
דורך משה זרח
אייזיק פ האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 1:45 pm
וואף האט געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 9:23 pm איז דא עני אפדעטיס מיט די? treza lane development
איינער ווייסט?
אויב רוקט זיך עס שנעל איז עס צוליב "אחדות" און צוליב "אין עוד מלבדו" אויב איז דא פראבלעמען איז עס ווייל דרויסענדיגע פיינטליכע עלעמענטן. וד"ל

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 19, 2024 4:47 pm
דורך רבותי מיר וועלן בענטשן
וואס איז די גרויסע היץ ביי די אין עוד מלבדו-אחדות?!
מען האלט שין א וואך נאר די הערליכע פאזיטיווע דרשה פון הרה"ג רבי בערל מרגליות שליט"א ביי די גרויסע מעמד קהלא קדישא, שיין, שטארק און פאזיטיוו ארויסגעברענגט די יעצטיגע סיטואציע פון קרית יואל, די סכנה וואס הערשט אויב מען וועט נישט טוהן צו די זאך און פארזיכערן די עתיד, און קלאר נישט וויבאלד די יעצטיגע תושבים האבן ח"ו א פראבלעם, ניין, נאר די נאטור פון אונזער הערליכע געגנט קען ציען אזעלכע עלעמענטן בעתיד וואס וועלן שטעלן אין סכנה די גאנצע ציל און עתיד פון עיר הקודש קרית יואל,
די דרשה האט געגעבן אן אויסטערלישע קלארקייט אויף די גאנצע פיקשטער און באגריסט געווארן דורכ'ן ציבור מיט א גרויסע ווארעמקייט באקומענדיג א גרויסע התעוררות צו פארזיכערן די עתיד פונ'ם הייליגן רבינ'ס שטאט, זיכער מאכן דא ווערט נישט קיין מונסי אדער לעיקוואד, וואס איז איבערגעגאסן געווארן מיט נייע דעוועלאפמענטס וואס האט געטוישט די גאנצע אריגינאלע כאראקטער פונ'ם שטאט.
נאך אזא פאזיטיווע שטארקע דרשה מיט אזא פאזיטיווע רעספאנד, וואלט מען געקענט טראכטן אז אונזערע "אחדות" אידן, וועלן אויך רעאגירן פאזיטיוו פארשטייענדיג אז סך הכל רעדט מען דא פון א סאטמארע אישו וואס דארף נוגע זיין ללב יעדן סאטמארע חסיד, יעדער וואס פאררופט זיך אלס תלמיד פון רביה"ק זי"ע, צו פארזיכערן עפעס אויף וואס רביה"ק האט זיך אויסגעדרוקט "ווען נישט קרית יואל האב איך גארנישט אויפגעטוהן אויף דער וועלט".
ווער דען זאל עס באשיצן אויב נישט אונז זיינע תלמידים??
ווי מאדנע ס'הערט זיך אין די פלאץ וואס פאררופט זיך "אחדות" "אין עוד מלבדו" האט זיך אנגעהויבן גאר א פערזענליכע מיאוסע העצע אויף די גרופס למיניהם, פון א קליינע צאל העצער, וואס האבן פערזענליך אנגעגריפן און באשולדיגט מיט די ערגסטע אויסדרוקן און איר ווייסט מיט וואס נאך זיי האבן באשולדיגט די איידעלע עסקנים?? מיט פארשפרייטן "העיט"... :lol:
דא אליין אויף די פלאטפארמע פון אידטיש האט מען ארויסגעלייגט א בלבול אויף א חשוב'ער איד א ריעלטאר א בעל מסירת נפש, אים פערזענליך באשמוצט, און קיינער האט נאך נישט גענימען די מיה צו מברר זיין די מציאות, און צוריקציען פונ'ם פיינטליכן בלבול.
אט די אבסורד איז א פשוט'ע המשך פון די גאנצע בלומינגראוו באחדות סטיל ווי מען ספינט און בארעדט ווער ס'שטייט אין וועג מיט די גרעסטע העיט, און מען באשולדיגט די איידעלע אידן וואס רעדן פרא-אקטיוו און פאזיטיוו, און אפי' אמאל אויב מען דארף אראפרייסן א פירצה אדער מגלה זיין א שקר וועט מען אכטונג געבן נישט צו בארעדן אדער באשמוצן פערזענליכע מענטשן, נאר רעדן קעגן די אגענדא'ס קעגן די רעיונות אבער נישט קעגן מענטשן, קומען מענטשן וואס בארעדן מענטשן פערזענליך און זיי שרייען העיט??
דא אין אונזער געגנט איז עס בכלל נישט קיין חידוש, אבער נאך אלס דארף ארויסגעברענגט ווערן די דאזיגע נקודה אלס א שטארקע מוסר השכל וויאזוי עס קוקט אויס ווען מען הייבט אן אפלאכן פון די ארגינאלע קהילות קדושות פון ווי מען שטאמט, מען זיכט זיך נייע מלבדו גליקן, מען ברענגט אראפ די הייליגסטע וואס כלל ישראל פארמאגט מיט'ן נעמען די הייליגסטע סימבאל "אין עוד מלבדו" און עס ניצן אלס א לאגא, א לאגא וואס איז געמאכט צו ריפלעיסן די ארגינאלע קהילות, צום סוף ענדיגט מען מיט די גרעסטע העיט קעגן יעדן וואס שטייט אין וועג, און מען בלייבט אן די הייליגע מסגרת פון קרית יואל און פון קהילות וע"ז אנו אומרים געגעסן פארשטינקענע פיש און ארויסגעווארפן פון שטאט.
איר האט געליינט ביז דא, איר זענט אנגעפילט מיט העיט צו איינעם פערזענליך? אדער זענט איר אנגעצינדן צו די פירצה? איך גלייב נישט איר זעהט דא עפעס קעגן א מענטש פערזענליך וויבאלד מיר מיינען באמת קיינעם נישט, אויסער די סכנה'דיגע פסול'ע אגענדא, און ווי שוין געשריבן אין א פריערדיגע געלעגנהייט, ס'איז דא אמאל וואוילע אידן מיט שלעכטע אגענדאס, און אמאל נישט וואוילע אידן מיט גוטע אגענדאס, ממילא רעדט מען קעגן די חפצא און נישט קעגן די גברא.
ווי מאדנע איז ווען די וואס פארשפרייטן פערזענליכע העיט, שרייען קעגן העיט? :roll:

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 19, 2024 5:03 pm
דורך רבותי מיר וועלן בענטשן
אבער לגופו של ענין וואס טאקע האט אזוי אויפגעברויזט די אין עוד מלבדו חברה אט די וואך?
די תירוץ איז פשוט, די גרופע אידן וואס זענען ארויסגעקומען וואוינען דא כדי צו אנטלויפן פון א מסגרת של קדושה, צו ווערן "זעלבסטשטענדיג" ווי א טינעיזשאר וואס לויפט אוועק פון זיינע רבי'ס, זיכנדיג וואס מער לויזקייט, פראבירנדיג צו טוהן כל מה שביכולתם צו פארמעקן "קרית יואל" פון אונזער געגנט, זיך נישט כאפנדיג וואס פאר בגידה דאס איז אין רביה"ק זי"ע, און וואספארא פרייז דאס וועט קאסטן פאר זייערע אייגענע צוקונפטיגע דורות,
אט די אנטלויפער זענען געפאלן אין טאטאלן שאק ווען זיי האבן אנגעהויבן צו הערן פון די קהילות הקודש וואס זענען אחריות איבער אונזער הייליגע שטאט אז ניין דא איז נישט קיין מקום הפקר, דא איז געהעריג קרית יואל,
דאס איז געוועהן א גרויסע טראומא,
נו, די ערשטע סטעפ ביי טראומא איז "דינייעל", מען האט פראבירט נישט צו זעהן די פאקט, מען האט פראבירט צו זאגן, נע.. ס'וועט זיך גארנישט אויסלאזן פון די מערכה, שלאף עס איבער, ס'איז נאך א ווינטל וואס בלאזט...
דערנאך וואס מער זיי כאפן אז דאס איז די טרוקענע מציאות, יא מיר וואוינען אין קרית יואל, און בפרט פאריגע וואך ווען טויזנטער אידן האבן געהערט און פארשטאנען די סכנה על עתיד עירינו, און בעזהשי"ת איז דאס די דבר פשוט ביי יעדן אז מען גייט טוהן כל מה שביכולתם צו פארזיכערן קרית יואל.
האבן זיי אנגעהויבן כאפן די מציאות אז דא איז קרית יואל, נו וואס געשעהט יעצט ביי די טראומא סטעפס? "ענגרי" יעצט רעגט מען זיך,
צום סוף וועט זיך עס ענדיגן ווען די חברה וועלן אפמאכן "צו אקצעפטירן" די מציאות וואס דאן וועלן זיי אלע בענעפיטירן בעזהשי"ת פון די גרויסע זכות און שמירה צו וואוינען אינעם היליגן רבינ'ס שטעטל וואס העלפט סיי ברוחניות און סיי בגשמיות פאר יעדן איינאווינער און בפרט פאר די וואס העלפן אויסברייטערן זיין הייליגע שטאט, און פארזיכערן ס'זאל זיך ווייטער פירן ערליך בקדושה וטהרה,
ס'איז אשאד אדורכצוגיין בארגענינג און דעפרעשאן, לאמיר אלע שוין אפמאכן אז דאס איז עס, מיר אלע וואוינען אין קרית יואל, לאמיר נישט פייטן די מציאות און זיך אליין פייניגן, מיר וועלן אלע זיין פיל גליקליכער אויב מיר אקצעפטירן די פאקט און געניסן די קדושה וטהרה פון עיר הקודש קרית יואל!!!!
דאס זענען די 5 סטעפס ווען איינער פאלט אריין אין טראומא:
denial, anger, bargaining, depression, and acceptance

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 19, 2024 6:29 pm
דורך פופציגער
די סוירקלס ענדיגן זיך ליטערלי נישט...

וועליך אייך פארציילן אן עובדה.

כהאב געהאט א חבר אין ישיבה, אזא שטיקל נערוון גייער, וואס האט אין א זוניגן טאג באשלאסן אז איך בין זיין בעסטע חבר, און ס'געגאנגען אזוי ווייט אז ווען ער האט מיר געזען רעדן מיט א צווייטן האט ער אנגעהויבן שפירן ווי דאס איז א פארראט אין זיין מאיעסטעיט.

מאכט זיך אמאל אז ער האט מיר אפן אפירגעהאלטן מיט אזא "וואס רעדסטו לעצטנס אזויפיל מיט פלוני?", און איך קוק אים אן מיט אזעלכע קעצלישע בליקן לייק "וואס אין די לבנה מאכט עס דיר אויס?", זאגט ער מיר "נישט אז כ'האב א פראבלעם, מעגסט רעדן צו אים פון מיין זייט, כ'בין סתם נייגעריג..."

מיין ענטפער איז געווען א קאמישע געלעכטער און אזא "יישר כח פאר'ן מיר געבן רשות צו רעדן מיט אים... איך פריי זיך צו הערן אז דו לאזט מיר".

איי מיען, ווער האט דיר געפרעגט צי איך מעג רעדן? פארוואס טראכסטו אז איך בין בכלל אינטערסירט צי דו לאזט אדער נישט? און וועלכע צפון ווינט האט דיר אהערגעבלאזן מיר צו געבן דעם פארמאלן ערלויבעניש?

בערך אזא געשיכטע זע איך דא...

מער תושבים ווילן יא זיין קרית יואל, אנדערע ווילן נישט, צו שפעט זיך דערמאנט צו ארייננעמען אין קרית יואל, 7 יאר צוריק שוין געגעבן געלט פאר'ן ביהמ"ד, און נאך טענות ומענות צי די תושבים ווילן יא אדער נישט.

און איך ווינדער זיך, איך ווינדער זיך באמת אויף דעם גאנצן שמועס... ווער אין די בלאסע סמבטיון איז נייגעריג אין דיין ערלויבעניש אדער צושטימונג?

ווי שוין געפרעגט פריער, וואס זאל בכלל שטעלן אזא זאך אין א ספק? אויב וועט זיך אויפשטעלן אן ארבעטסלאזער אינגערמאן ביי אונז אין שכונת ויואל משה און ערקלערן אז דא איז נישט קרית יואל וועלן מיר דען שפענדן צייט צו פארענטפערן? אדער מ'וועט אים ארויספירן אויף א הענד-טראק?

דאס יא, מ'האט זיך זייער שפעט דערמאנט צו ענטפערן אויף דעם שטות, און מהאט פארזען אז פראפאגאנדע קען מאכן מענטשן טראכטן דאס וואס לאגיק וואלט קיינמאל דורכגעלאזט דעם פילטער.
דערפאר שטייט דער אשכול ביי אזויפיל בלעטער.

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 19, 2024 6:40 pm
דורך יונה טויב
ווען עטס אליין וואלטס געווען זיכער אינעם פשטות הדברים וואלט נישט אויסגעפעלט אזויפיל אומצאליגע קערעקטערס עס צו מסביר זיין הונדערט אין איין מאל...

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 19, 2024 6:50 pm
דורך בערל דער פייפער
פופציגער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 6:29 pm די סוירקלס ענדיגן זיך ליטערלי נישט...

וועליך אייך פארציילן אן עובדה.

כהאב געהאט א חבר אין ישיבה, אזא שטיקל נערוון גייער, וואס האט אין א זוניגן טאג באשלאסן אז איך בין זיין בעסטע חבר, און ס'געגאנגען אזוי ווייט אז ווען ער האט מיר געזען רעדן מיט א צווייטן האט ער אנגעהויבן שפירן ווי דאס איז א פארראט אין זיין מאיעסטעיט.

מאכט זיך אמאל אז ער האט מיר אפן אפירגעהאלטן מיט אזא "וואס רעדסטו לעצטנס אזויפיל מיט פלוני?", און איך קוק אים אן מיט אזעלכע קעצלישע בליקן לייק "וואס אין די לבנה מאכט עס דיר אויס?", זאגט ער מיר "נישט אז כ'האב א פראבלעם, מעגסט רעדן צו אים פון מיין זייט, כ'בין סתם נייגעריג..."

מיין ענטפער איז געווען א קאמישע געלעכטער און אזא "יישר כח פאר'ן מיר געבן רשות צו רעדן מיט אים... איך פריי זיך צו הערן אז דו לאזט מיר".

איי מיען, ווער האט דיר געפרעגט צי איך מעג רעדן? פארוואס טראכסטו אז איך בין בכלל אינטערסירט צי דו לאזט אדער נישט? און וועלכע צפון ווינט האט דיר אהערגעבלאזן מיר צו געבן דעם פארמאלן ערלויבעניש?

בערך אזא געשיכטע זע איך דא...

מער תושבים ווילן יא זיין קרית יואל, אנדערע ווילן נישט, צו שפעט זיך דערמאנט צו ארייננעמען אין קרית יואל, 7 יאר צוריק שוין געגעבן געלט פאר'ן ביהמ"ד, און נאך טענות ומענות צי די תושבים ווילן יא אדער נישט.

און איך ווינדער זיך, איך ווינדער זיך באמת אויף דעם גאנצן שמועס... ווער אין די בלאסע סמבטיון איז נייגעריג אין דיין ערלויבעניש אדער צושטימונג?

ווי שוין געפרעגט פריער, וואס זאל בכלל שטעלן אזא זאך אין א ספק? אויב וועט זיך אויפשטעלן אן ארבעטסלאזער אינגערמאן ביי אונז אין שכונת ויואל משה און ערקלערן אז דא איז נישט קרית יואל וועלן מיר דען שפענדן צייט צו פארענטפערן? אדער מ'וועט אים ארויספירן אויף א הענד-טראק?

דאס יא, מ'האט זיך זייער שפעט דערמאנט צו ענטפערן אויף דעם שטות, און מהאט פארזען אז פראפאגאנדע קען מאכן מענטשן טראכטן דאס וואס לאגיק וואלט קיינמאל דורכגעלאזט דעם פילטער.
דערפאר שטייט דער אשכול ביי אזויפיל בלעטער.
אגב איך וויל הערן מער איבער דיין חבר...

עקסטערע אשכול אלערט

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 19, 2024 8:03 pm
דורך רעגענדיגע זונטאג
רבותי מיר וועלן בענטשן האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 5:03 pm אבער לגופו של ענין וואס טאקע האט אזוי אויפגעברויזט די אין עוד מלבדו חברה אט די וואך?
די תירוץ איז פשוט, די גרופע אידן וואס זענען ארויסגעקומען וואוינען דא כדי צו אנטלויפן פון א מסגרת של קדושה, צו ווערן "זעלבסטשטענדיג" ווי א טינעיזשאר וואס לויפט אוועק פון זיינע רבי'ס, זיכנדיג וואס מער לויזקייט, פראבירנדיג צו טוהן כל מה שביכולתם צו פארמעקן "קרית יואל" פון אונזער געגנט, זיך נישט כאפנדיג וואס פאר בגידה דאס איז אין רביה"ק זי"ע, און וואספארא פרייז דאס וועט קאסטן פאר זייערע אייגענע צוקונפטיגע דורות,
אט די אנטלויפער זענען געפאלן אין טאטאלן שאק ווען זיי האבן אנגעהויבן צו הערן פון די קהילות הקודש וואס זענען אחריות איבער אונזער הייליגע שטאט אז ניין דא איז נישט קיין מקום הפקר, דא איז געהעריג קרית יואל,
דאס איז געוועהן א גרויסע טראומא,
נו, די ערשטע סטעפ ביי טראומא איז "דינייעל", מען האט פראבירט נישט צו זעהן די פאקט, מען האט פראבירט צו זאגן, נע.. ס'וועט זיך גארנישט אויסלאזן פון די מערכה, שלאף עס איבער, ס'איז נאך א ווינטל וואס בלאזט...
דערנאך וואס מער זיי כאפן אז דאס איז די טרוקענע מציאות, יא מיר וואוינען אין קרית יואל, און בפרט פאריגע וואך ווען טויזנטער אידן האבן געהערט און פארשטאנען די סכנה על עתיד עירינו, און בעזהשי"ת איז דאס די דבר פשוט ביי יעדן אז מען גייט טוהן כל מה שביכולתם צו פארזיכערן קרית יואל.
האבן זיי אנגעהויבן כאפן די מציאות אז דא איז קרית יואל, נו וואס געשעהט יעצט ביי די טראומא סטעפס? "ענגרי" יעצט רעגט מען זיך,
צום סוף וועט זיך עס ענדיגן ווען די חברה וועלן אפמאכן "צו אקצעפטירן" די מציאות וואס דאן וועלן זיי אלע בענעפיטירן בעזהשי"ת פון די גרויסע זכות און שמירה צו וואוינען אינעם היליגן רבינ'ס שטעטל וואס העלפט סיי ברוחניות און סיי בגשמיות פאר יעדן איינאווינער און בפרט פאר די וואס העלפן אויסברייטערן זיין הייליגע שטאט, און פארזיכערן ס'זאל זיך ווייטער פירן ערליך בקדושה וטהרה,
ס'איז אשאד אדורכצוגיין בארגענינג און דעפרעשאן, לאמיר אלע שוין אפמאכן אז דאס איז עס, מיר אלע וואוינען אין קרית יואל, לאמיר נישט פייטן די מציאות און זיך אליין פייניגן, מיר וועלן אלע זיין פיל גליקליכער אויב מיר אקצעפטירן די פאקט און געניסן די קדושה וטהרה פון עיר הקודש קרית יואל!!!!
דאס זענען די 5 סטעפס ווען איינער פאלט אריין אין טראומא:
denial, anger, bargaining, depression, and acceptance
כ'האב נישט פארשטאנען די ענטפער אויף דיין פראגע, וואס טאקע האט אזוי אויפגעברויזט די אין עוד מלבדו חברה אט די וואך?

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 19, 2024 8:06 pm
דורך פופציגער
יונה טויב האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 6:40 pm ווען עטס אליין וואלטס געווען זיכער אינעם פשטות הדברים וואלט נישט אויסגעפעלט אזויפיל אומצאליגע קערעקטערס עס צו מסביר זיין הונדערט אין איין מאל...
כמבואר בהפערעגראף האחרון בתגובתי.

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 19, 2024 8:14 pm
דורך Yankel
פופציגער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 8:06 pm
יונה טויב האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 6:40 pm ווען עטס אליין וואלטס געווען זיכער אינעם פשטות הדברים וואלט נישט אויסגעפעלט אזויפיל אומצאליגע קערעקטערס עס צו מסביר זיין הונדערט אין איין מאל...
כמבואר בהפערעגראף האחרון בתגובתי.
#קרית_יואלע_ווייטאג…

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 19, 2024 9:02 pm
דורך אויגעלעך
Yankel האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 8:14 pm
פופציגער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 8:06 pm
יונה טויב האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 6:40 pm ווען עטס אליין וואלטס געווען זיכער אינעם פשטות הדברים וואלט נישט אויסגעפעלט אזויפיל אומצאליגע קערעקטערס עס צו מסביר זיין הונדערט אין איין מאל...
כמבואר בהפערעגראף האחרון בתגובתי.
#קרית_יואלע_ווייטאג…
זייער ריכטיג געשריבן קרית יואל'ע ווייטאג, לאמיר קלאר מאכן וואס איז די אפטייטש #קרית_יואלע_ווייטאג…?
די ריכטיגע אפטיישט איז: תושבי קרית יואל ווייטאגן מיט א אמת'ע ווייטאג אויף דעם וואס עס זענען דא וואס ווילן אוועק נעמען א חלק פון די שטאט און עס דערקלערן אלס א פלאץ וואו איש כל הישר בעיניו יעשה
און עס איז נישט קיין חסרון נאר אדרבה עס ווייזט אויף די רצון פון די תושבים צו קענען האלטן די שטאט אויף די הייליגע און הויכע דרגה וואס זי איז יעצט
ווען איינער לייגט צוגרינד דיין טאטע'ס נכסים וואלסטו נישט געווייטאגט?

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 19, 2024 10:03 pm
דורך מערקבאר
פופציגער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 6:29 pm די סוירקלס ענדיגן זיך ליטערלי נישט...

אויב וועט זיך אויפשטעלן אן ארבעטסלאזער אינגערמאן ביי אונז אין שכונת ויואל משה און ערקלערן אז דא איז נישט קרית יואל וועלן מיר דען שפענדן צייט צו פארענטפערן? אדער מ'וועט אים ארויספירן אויף א הענד-טראק?

די חילוק איז פשוט, שכונת ויוא"מ זיכט קיינער נישט אפצורייסן פון די הערשאפט פון קר"י

אבער דא ווי א גרופע חברה פרובירן מיט ציין און נעגל צו פייטן פאר א ענעקסעישאן צו נעמען די באשיידענע שטאט און עס אינטערווארפן די לאפעס פון קעי דזשעי ווילעדזש [מכלומרשט מיטן פייטן פאר א הייליגע נאמען] וואס רובא דרובא שטאט שטייט קעגן דעם מיט ציין און נעגל נישט צוצולאזן אזא ווילדע אקט דערפאר וועסטו דארפן ניצן נאך צענדליגע בלעטער איינצורעדן דעם עולם אז פלוצלינג פייט מען פאר די זכרונו לברכה און מען מיינט נישט צו פארכאפן די וואלן און אנעקסירן דעם רואיגן אידישן שטאט צו די קעי דזשעי באהערדע.

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 19, 2024 10:12 pm
דורך פופציגער
מערקבאר האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 10:03 pm

אנעקסירן... אונטער די לאפעס...

ליין איבער וואס כהאב געשריבן.

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 19, 2024 10:18 pm
דורך מערקבאר
פופציגער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 10:12 pm

סך הכל שרייבסטו צו פארטיידיגן די וואס פירן אהן א כלומערשטע הייליגע מלחמה פארן רבי'ן זכרונו לברכה, צו ראטעווען די הייליגע נאמען, מיט די עכטע ציל צו אנעקסירן א עיר ואם בישראל פאר דיקטאטורישע אינטערסען.

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 19, 2024 10:39 pm
דורך פופציגער
מערקבאר האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 10:18 pm
פופציגער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 10:12 pm
מערקבאר האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 10:03 pm

די חילוק איז פשוט, שכונת ויוא"מ זיכט קיינער נישט אפצורייסן פון די הערשאפט פון קר"י

אבער דא ווי א גרופע חברה פרובירן מיט ציין און נעגל צו פייטן פאר א ענעקסעישאן צו נעמען די באשיידענע שטאט און עס אינטערווארפן די לאפעס פון קעי דזשעי ווילעדזש [מכלומרשט מיטן פייטן פאר א הייליגע נאמען] וואס רובא דרובא שטאט שטייט קעגן דעם מיט ציין און נעגל נישט צוצולאזן אזא ווילדע אקט דערפאר וועסטו דארפן ניצן נאך צענדליגע בלעטער איינצורעדן דעם עולם אז פלוצלינג פייט מען פאר די זכרונו לברכה און מען מיינט נישט צו פארכאפן די וואלן און אנעקסירן דעם רואיגן אידישן שטאט צו די קעי דזשעי באהערדע.
אנעקסירן... אונטער די לאפעס...

ליין איבער וואס כהאב געשריבן.
סך הכל שרייבסטו צו פארטיידיגן די וואס פירן אהן א כלומערשטע הייליגע מלחמה פארן רבי'ן זכרונו לברכה, צו ראטעווען די הייליגע נאמען, מיט די עכטע ציל צו אנעקסירן א עיר ואם בישראל פאר דיקטאטורישע אינטערסען.
ניין, ליין איבער, איך שרייב אז דיין גאנצע יעצטיג געשריבענע ארגומענט איז בכלל נישט רעלעוואנט.