דער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:42 am
בצל הקודש
סאטמאר מהר''א
=מאנטאג וירא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר משה יצחק בערנשטיין הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן זאגן די טעגליכע פינף קאפיטלעך תהילים האט דער רבי געזאגט די סדר תהילים וואס איז באשטימט געווארן צו זאגן היינט דורך כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א וביד"צ עדה החרדית לאור די מצב המלחמה בארה''ק, און נאכן יהי רצון געזאגט די תפילה פון אחינו כל בית ישראל הנתונים בצרה וכו'.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ל"א.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 5:40 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד ישמח משה ווי דער רבי האט משמיע געווען די דרשת פתיחת הזמן פאר די אריבער 1,200 תלמידי המתיבתא.
דער רבי האט אנגעהויבן מיט לענגערע דברי דרוש ואגדה אויף די וואכעדיגע סדרה,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט אז מען דארף שטייגן אין ישיבה בתורה עבודה וגמ"ח, תורה: מען זאל לערנען און חזר'ן אז מען זאל קענען קונה זיין מסכת הש"ס און אזוי אויך מיטהאלטן די שיעורים הן אין גמרא און הן אין די שיעורי שו"ע און סיי מיטן אויפשטיין פארטאגס און אזוי אויך צו לערנען מוסר ספרים בקביעות,
עבודה: די תפילות דארפן זיין ווי עס פאסט פאר א ישיבה בחור, דאווענען אויפן קול ובמקום קבוע,
גמ"ח: ארויסהעלפן איינער דעם צווייטן סיי דורך גיין נאך געלט און סיי מיט א גוט ווארט אדער לערנען מיט א בחור וכו',
און דער רבי האט מעורר געווען די בחורים איבער גיין אין מקוה יעדן טאג וכ"ש שבת ויו"ט, און ארומגערעדט איבער די שיינקייט פון די שבתים אין ישיבה, און איבער די דערהויבענקייט פון סעודת רעוא דרעוין, און אויסניצן די מוצאי שבתים מיט תורה און סעודת מלוה מלכה, זיך אפהיטן פון די כלים, און שטארק אויפגעפאדערט נישט צו האבן קיין טעלעפאון אין ישיבה - אפילו א כשר'ע, און מחזק געווען די תקנה פון רביה"ק נישט צו גיין צו חתונות,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט דברי חיזוק פאר די בחורים און ארויסגעברענגט אז מען דארף זען אויסצוניצן די ימי הבחרות, און ארויסגעברענגט די זכי' וואס די בחורים האבן צו לערנען אין די ישיבה פון רביה"ק זי"ע און דערנאך צוגעענדיגט מיט דברי ברכה.
צום שלוס האט דער רבי דערמאנט די שווערע מצב המלחמה אין ארה"ק און די שווערע סכנה אין וועלכע כלל ישראל געפונט זיך.
דער רבי האט באוויינט די הרוגים, און דערמאנט אז כאטש די ביהמ"ק איז חרוב געווארן דורך די חטאים, דאך איז דער נביא מקונן אויף די חללים, וועלכע חללים? אלע! אפילו די וואס האבן חוטא געווען און דורך זיי איז געקומען די חורבן.
עמלק האט מלחמה געהאלטן מיט כלל ישראל, עמלק האט נאר געהאט א שליטה אויף וואס זענען געווען אויסגעשפיגן פונעם עמוד הענן, און דאס איז די וואס האבן געהאט א פסל מיכה, אבער דאך זאגט די תורה זכור את אשר עשה לך עמלק.
ביים צווייטן וועלטס קריג זענען א גרויסע רוב פון די זעקס מיליאן אידן ליידער נישט געווען קיין שותו"מ, דאך זאגט מען ה' ינקום דמם פון אלע זעקס מיליאן.
עס זענען ליידער גע'הרג'עט געווארן 1,400 אידן, טאקע צווישן זיי אזעלכע וואס די תורה זאגט מחלליה מות יומת, אבער אז א גוי האט גע'הרג'עט איז אן אנדערע מעשה.
הקב"ה איז זיך מצער בצרתן של ישראל, אפילו די וואס זענען מחויב מיתה, און אז הקב"ה איז זיך מצער דארף זיך יעדע איד מצער זיין.
דער רבי האט נאכגעברענגט א דרשה פון רבינו הקוה"ט בעל דבר"י זי"ע ביים קריג איבער הצלת פליטי פוילן, אז מען דארף העלפן אלע פלטים, אפילו נישט שומרי תורה ומצות, ווייל ישראל אע"פ שחטא ישראל הוא.
ביים זעקס טאגיגן קריג האט רביה"ק זי"ע זיך זייער מצער געווען אויף 'אלע' הרוגים, עס איז געווען דעמאלט א יום תפילה האט דער רבי געזאגט מ'דארף מתפלל זיין פאר די הצלה פון די אידן, אבער נישט פאר די הצלחה פון די ציונים. וויאזוי? דער אויבערשטער איז א כל יכול.
דער רבי האט ארויסגעברענגט די ווייטאג אז ליידער בשעת הקב"ה איז זיך מצער אויף די הריגות, זענען דא אידן וואס זיי טוט וויי עפעס אנדערש, די כחי ועוצם ידי, דאס וואס זיי האבן זיך פארלאזט אז די מיליטער איז שטארק, דאס האט געכאפט א שטארקן קלאפ, און האט געהאט א געוואלדיגע השפלה פאר די גאנצע וועלט, און עס איז דא מענטשן וואס דאס טוט זיי מער וויי ווי די הרוגים, און די בושה און כעס אויף דעם איז זייער גרויס, די גאות, די כפירה'דיגע לאזונג פון ישראל בטח בצה"ל האט געכאפט א שטארקער קלאפ.
דער ראש הכופרים האט זיך אויפגעטון מיטן כחי ועוצם ידי, פון הימל האט מען אים געוויזן, און דאס פארדריסט זיי זייער שטארק, און אויף דעם איז מען זיך נוקם, אונז גיי מיר זיי ווייזן איינמאל פאר אלעמאל.
דער רבי האט ארויסגעברענגט די זארג וואס די נקמה אקציעס קענען חלילה צוברענגען, שוין יארן לאנג וואס אידיש בלוט ווערט פארגאסן אין די מערכות אהין און צוריק, און עס הערשט א סכנה אז די מלחמה זאל זיך נאכמער צעפלאקערן מיט נאך מדינות, און דאס טוט אריין שלעפן גאנץ כלל ישראל איבער די גאנצע וועלט אין א סכנה.
מען דארף וויסן, פון איין זייט שטייען אכזריות'דיגע רוצחים, רוצחי הגופים. פון די צווייטע זייט שטייען רוצחי נפשות, גדול המחטיאו יותר מההרגו, במשך די יארן האבן זיי מעביר געווען על הדת טויזנטער אידן, דאס איז סאך ארגער ווי די רוצחי הגופים.
עס איז ליידער דא א מלכות המינות אינעם פלטרין של מלך וואס איז יעדן טאג מכעיס דער בוכ"ע מיט אלע עבירות שבתורה, כפירה בביאת המשיח, כפירה בכל התורה כולה. הקב"ה איז א כל יכול, דער אויבערשטער זאל מציל זיין כלל ישראל פון ביידע אנע שום היזק פאר אידישע קינדער.
כלל ישראל איז מתפלל שומר ישראל שמור שארית ישראל, א שמורה מעולה מכל צער ונזק, פאר תושבי ארה"ק, און פאר תושבי חו"ל, דער אויבערשטער זאל זיך מרחם זיין על עמו ונחלתו און אפהיטן אלע אידישע קינדער.
דער רבי האט געענדיגט די דרשה ארום 6:50.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שלמה זלמן הורוויץ הי"ו און הרה"ח ר' ליפא שעהנברוין הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' בנציון יאקאבאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' מיכאל פעקעטע הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' משה מארקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' יואל ווייסמאן הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:20 ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר נתנאל מנחם דייטש שליט"א און הר"ר יואל פיש שליט"א אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15.
~
~