בלאט 66 פון 233

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 12, 2025 12:47 am
דורך שוהם
חלום חלמתי האט געשריבן: מוצש"ק אקטאבער 11, 2025 8:48 pm טראמפ וועט זיך מעגליך ווידער טרעפן מיט צפון קארעא דיקטאטור קים יאנג אן ביי זיין נסיעה דעם חודש קיין אזיע.
דער טראמפ איז דאך אזא קים פאפעט


_____
ש'כח @חלום חלמתי, דיין שפראך איז איינמאליג

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 12, 2025 1:50 am
דורך חלום חלמתי
הילערי קלינטאן באדאנקט טראמפ פאר די שלום אפמאך.

פאקס ניוז זאגט אז כאטש צען גופים וועט כאמאס נישט קענען צוריקגעבן ווייל זיי ווייסן נישט ווי ס'איז.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 12, 2025 1:51 am
דורך חלום חלמתי
משיח משיח האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 12, 2025 12:50 am שכח @חלום חלמתי פאר דיינע באריכטן

אז איר זענט אויך מכיר טוב פאר @חלום חלמתי גיב א א לייק
וויזוי טרענספערסטו עס נאכדעם צו מיר....?
ווער ס'וויל מיר באדאנקען זאל מיר אליינס לייקן.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 12, 2025 1:53 am
דורך חלום חלמתי
אין די פרעסע פארציילט מען אז כאמאס האט אנגעהויבן אנשטאפן די משכונות מיט עסן זיי זאלן נישט אויסקוקן אזוי שרעקלעך ווי לעצטע מאל

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 12, 2025 1:58 am
דורך חלום חלמתי
טראמפ וועט באערן טשארלי קורק מיט פרעזידענטליכן מעדאל אוו פרידאם דינסטאג אין טאג פון טשארלי'ס געבורטסטאג.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 12, 2025 4:09 am
דורך גראד צום זאך
משיח משיח האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 12, 2025 12:50 am שכח @חלום חלמתי פאר דיינע באריכטן

אז איר זענט אויך מכיר טוב פאר @חלום חלמתי גיב א א לייק
דער הולם כאפט ניקס וואספארא ארבעט איז צו ברענגען באריכטן

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 12, 2025 11:55 am
דורך חלום חלמתי
אברהם פריעד כאפט א רקידה ביי א קאנצערט נעכטן מיטן אמעריקאנער אמבאסאדאר צו אר"י מייק הוקאבי אינאיינעם מיטן געוועזענעם אמבאסאדאר דעיוויד פריעדמאן און יו"ר איחוד הצלה ר' אלי' ביער

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 12, 2025 11:57 am
דורך חלום חלמתי
דזשעי די ווענס אויף מיעט די פרעסס; משכונות קענען זיין אינדרויסן אין עני מינוט. באשטעטיגט די באריכט פונעם וואל סטריט זשורנאל אז כאמאס קען באשטיין אז זיי זאלן זיין פריי נאך פאר טראמפ לאנדעט מארגן אינעם ראיאן.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 12, 2025 12:03 pm
דורך חלום חלמתי
קערפער פון געוועזענע מדנ"י שפיאן אין סיריע 'אלי כהן' וועט לויט באריכטן אומגעקערט ווערן קיין אר"י.

כהן איז געווען א מוסד שפיאן אין סיריע אין די 1960'ער יארן און געווען נאנט באפריינדעט מיט די העכסטע אין די רעגירונג ביז מען האט אים געכאפט און ל"ע געהאנגען.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 12, 2025 12:04 pm
דורך חלום חלמתי
שווערע שטורעם ערווארטעט היינט אינעם טריי סטעיט געגנט, וועט אנהאלטן ביז מארגן אינמיטן טאג

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 12, 2025 12:05 pm
דורך חלום חלמתי
אמעריקאנער פענער ווערן געהאנגען בים אריינגאנג צום כנסת, ווי טראמפ וועט מארגן אויפטרעטן

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 12, 2025 12:23 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 12, 2025 12:04 pm שווערע שטורעם ערווארטעט היינט אינעם טריי סטעיט געגנט, וועט אנהאלטן ביז מארגן אינמיטן טאג
לאגווארדיע לופטפעלד בעט צו קוקן מיט די עירליינס אויב אלעס גייט ווי געפלאנט, נאך פולע קענסעלעישנס צוליב די וועטער

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 12, 2025 1:08 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 10, 2025 12:28 pm טראמפ זאגט אז טשיינע ווערט צו גרויס און ער וועט מוזן שטרענג רעאגירן, קענסלט געפלאנטע זיצונג מיט טשיינע פרעזידענט Xi .
והוא ממחרת וחמס המלך שככה, און ער וויל צוריקציען...
Xi האט געהאט א שווערע מינוט זאגט ער, נאכדעם וואס טשיינע האט נישט געוואלט פארהאנדלען מיטן אמעריקאנעם האנדל סעקרעטאר...

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 12, 2025 2:47 pm
דורך חלום חלמתי
געליקטע דאקומענטן דעקן אויף אז מדנ"י האט געארבעט אינאיינעם זינט יארע 2022 מיט די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן, ירדן, באכריין, סאודי אראביע, עגיפטן, און קאטאר אויף עיר דעפענס סיסטעמען און שפיאנאזש באריכטן קעגן איראן.

די אמעריקאנע אויפגעשטעלטע קאאליציע איז געבליבן ארבעטן אינאיינעם דורכאויס די גאנצע מלחמה אין עזה, און ווײטער נאך די דורכגעפאלענע מדנ"י באמבאדירונגען אין קאטאר

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 12, 2025 3:22 pm
דורך חלום חלמתי
טראמפס סקעדזשועל

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 12, 2025 3:24 pm
דורך חלום חלמתי
סי ען ען ווייסע הויז דזשורנאליסט קאלינס, איבער די דברים עומדים על הפרק

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 12, 2025 11:25 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: מוצש"ק אקטאבער 11, 2025 8:43 pm געוועזענע פרעזידענט ביידען וועט אנהייבן אגרעסיווע באהאנדלונגען פאר 'יענע מחלה' וואס ער ליידט פון.
אין אינטערוויו זאגט געוועזענע וויצע פרעזידענט העריס, אז ווען זי האט פרובירט אנצורופן דעם פרעזידענט זיך נאכפרעגן וויאזוי ער שפירט, האט דער לעצטער נישט אויפגעהויבן דעם טעלעפאן אויף איר.

און אויף די פראגע וויאזוי ביידען האט רעאגירט צי איר נייעם ביכל - ווי זי באשולדיגט אים פארן זיך נישט ארויסציען גענוג צייטליך, זאגט זי אז זי וויל נישט זאגן.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 12, 2025 11:27 pm
דורך חלום חלמתי
געווערנער האוקל דערקלערט סטעיט אוו עמערזשענסי, אין ליכט פונעם שטורעם.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 13, 2025 4:44 am
דורך אנדערער
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 12, 2025 11:27 pm געווערנער האוקל דערקלערט סטעיט אוו עמערזשענסי, אין ליכט פונעם שטורעם.
זיי קענען פיקסן סוכות?

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 13, 2025 2:56 pm
דורך חלום חלמתי
קארני דער פרעמיער מיניסטער פון קאנאדע האט קאמענטירט צו פרעזידענט טראמפ וואס האט אים בטעות אנגערופן פרעזידענט; איך האב הנאה אז די האסט מיר דערהויבן צו די פרעזידענט אמט...
'פריי זיך איך האב דיר נישט גערופן גאווערנער' האט טראמפ געענפערט...
:lol:

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 13, 2025 4:17 pm
דורך חלום חלמתי
א פיר שעה בליץ באזוך, אבער ווי קען מען אהיימגיין אן פרישע חלות

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 13, 2025 4:17 pm
דורך חלום חלמתי
צום פערטן מאל דעם יאר, טראמפ אויפן פרעסטיזשפולע טיים מאגאזין

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 13, 2025 5:19 pm
דורך חלום חלמתי
וועטער אין ניו יארק פאר די צווייטע טעג

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 15, 2025 8:34 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 12, 2025 1:58 am טראמפ וועט באערן טשארלי קורק מיט פרעזידענטליכן מעדאל אוו פרידאם דינסטאג אין טאג פון טשארלי'ס געבורטסטאג.
באקריגן.

MSNBC איז געווען די איינציגסטע גרויסע מידיע וואס האט עס נישט געקאווערט לייוו

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 15, 2025 10:41 pm
דורך חלום חלמתי
בודקע האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 5:28 pm
די פענטעגאן גייט אנפאנגן ווערן שטרענגער מיט ריפארטער ווען עס קומט ארויס צו געבן אינפארמאציע וואס זיי ווייסן, דזשורנאליסטן קאנצענטרירט ביי די מיליטערישע הויפטקווארטיר זענען פארארדענט געווארן אינטערצושרייבן א צוזאג אז זיי גייען נישט באריכטן אינפארמאציע וואס מען האט נישט אויטאריזירט עס ארויס צו געבן, אפילו ווען עס רעדט זיך פון אומקלאסיפיצירטע אינפארמאציע. דזשורנאליסטן וועלכע גייען זיך נישט האלטן דערצו קעען אויסשטיין דעם מעגליכקייט פון פארלירן זייער ספעציעלע רעכט צו האבן צוטריט צו די פענטעגאן.

דער פענטאגאן האט פארשיקט רוב מידיע אוטלעטס פון זייערע פענטאגאן אפיסעס, וויבאלד זיי האבן נישט געוואלט אינטערשרייבן אויף פיט העגסעט'ס נייע רול'ס וואס ערלויבט זיי אנצוקלאגן אויב פארעפענטליכן זיי קלאסיפייד אינפארמאציע.

לויט PBS איז עס ווייל די נייע רול'ס ערלויבט נישט די מידיע צו קריטיקירן דעם באנוץ פון נעשאנעל גארד...