בלאט 66 פון 101

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 4:14 pm
דורך ר' משה
וויליאמסבורג - אין א היסטארישע שריט האט מען היינט אנגעהויבן בוי ארבעט ביי ביהמ"ד הגדול ד׳קהל יטב לב ד׳סאטמאר אויף ראדני סטריט צום ערשטן מאל אין לאנגע יארן, צו פארברייטערן דעם ביהמ"ד הגדול.

די ביהמ"ד איז שוין לאנג אויסגעוואקסן פון פלאץ פאר די רבבות אידן וואס קומען זיך מסתופף זיין בצלו פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א בפרט אין די ימים טובים, דערפאר האבן די עסקנים זיך אריינגעלייגט צו טרעפן א לעזונג וויאזוי צו פארברייטערן דעם היכל הביהמ"ד.

וויבאלד די ביהמ"ד איז ארומגעבויעט מיט געביידעס פון אלע זייטן איז די איינציגע אויסוועג געווען צו ארויפבויען אויף די הייעך, די פלאן איז צו ארויפציען דעם ביהמ"ד מיט נאך שטאקן און צולייגן גאלעריען פאר די מענער וואס וועט צולייגן נאך הונדערטער זיץ פלעצער, לויטן פלאן וועט עס זיין גרייט רויערהייט אויף ראש השנה תשפ"ו און נאך די ימים טובים וועט מען דאס פארענדיגן.

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 4:21 pm
דורך בודקע
סאוי די בילד איז יא אמת?

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 4:36 pm
דורך שוהם
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 11:11 am בקיצור, איך זעה אין דעם צעטל איין ווארט

'רבותי קויפסט ענקער דירות ביי ר' יוסל לאנדא'
דאס אז א מוסד זאל געבן א הנחה פאר איינער וואס קויפט ביי דעם וואס שטיצט די מוסדות, איז אומדערהערט. אבער דאס אז א ווילעדזש זאל בעפארצוגן מיטן כח פון געזעץ, דאס מאכט סענס.

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 4:40 pm
דורך טיפע חשבונות
שוהם האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 4:36 pm
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 11:11 am בקיצור, איך זעה אין דעם צעטל איין ווארט

'רבותי קויפסט ענקער דירות ביי ר' יוסל לאנדא'
דאס אז א מוסד זאל געבן א הנחה פאר איינער וואס קויפט ביי דעם וואס שטיצט די מוסדות, איז אומדערהערט. אבער דאס אז א ווילעדזש זאל בעפארצוגן, דאס מאכט סענס.
:lol: :roll:

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 5:16 pm
דורך תורה ויראה
unnamed (6).jpg
unnamed (6).jpg (169.86 KiB) געזען געווארן 2181 מאל

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 5:17 pm
דורך תורה ויראה
unnamed (7).jpg
unnamed (7).jpg (304.06 KiB) געזען געווארן 2181 מאל

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 6:16 pm
דורך וואסאפשט
בודקע האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 4:21 pm סאוי די בילד איז יא אמת?
נאך דא א צד ספק אז יא?

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 6:43 pm
דורך וואסאפשט
שוהם האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 4:36 pm
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 11:11 am בקיצור, איך זעה אין דעם צעטל איין ווארט

'רבותי קויפסט ענקער דירות ביי ר' יוסל לאנדא'
דאס אז א מוסד זאל געבן א הנחה פאר איינער וואס קויפט ביי דעם וואס שטיצט די מוסדות, איז אומדערהערט. אבער דאס אז א ווילעדזש זאל בעפארצוגן, דאס מאכט סענס.
אט אזוי!
קודם לאמיך קלארשטעלן דא שטופט מען נישט איין געגנט מער ווי א צווייטע מיט פריוואטע אינטערעסן, נאר פשוט פאר די טובה פון די מוסדות.

און ווען די אייגענע קהילה מאכט תקנות און פארלאנגן זאכן וואס מ'קען אנרופן פארשטענדלעך, אבער אויב איינער דערוואגט זיך צו פרעגן א קשיא קומט מען מיט גאנצעטע בערג הסברים, אבער ווען די אנדערע זייט טוט עס איז ממש אומפארשטענדלעך און זיכער מיינט מען עפעס דא...

#מענטשן זענען פאני..

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 6:45 pm
דורך בודקע
וואסאפשט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 6:43 pm

מ'האט סתם גערעדט אז ס'איז א שיינע עד פאר יוזפא לאנדא, עפעס איז ראנג?

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 6:55 pm
דורך וואסאפשט
בודקע האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 6:45 pm
וואסאפשט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 6:43 pm
שוהם האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 4:36 pm

דאס אז א מוסד זאל געבן א הנחה פאר איינער וואס קויפט ביי דעם וואס שטיצט די מוסדות, איז אומדערהערט. אבער דאס אז א ווילעדזש זאל בעפארצוגן, דאס מאכט סענס.
אט אזוי!
קודם לאמיך קלארשטעלן דא שטופט מען נישט איין געגנט מער ווי א צווייטע מיט פריוואטע אינטערעסן, נאר פשוט פאר די טובה פון די מוסדות.

און ווען די אייגענע קהילה מאכט תקנות און פארלאנגן זאכן וואס מ'קען אנרופן פארשטענדלעך, אבער אויב איינער דערוואגט זיך צו פרעגן א קשיא קומט מען מיט גאנצעטע בערג הסברים, אבער ווען די אנדערע זייט טוט עס איז ממש אומפארשטענדלעך און זיכער מיינט מען עפעס דא...

#מענטשן זענען פאני..
מ'האט סתם גערעדט אז ס'איז א שיינע עד פאר יוזפא לאנדא, עפעס איז ראנג?
ראנג?
סתם פאני וויאזוי מענטשן טראכטן.

ווען בעצם אויף וואס איז געבויעט אז דאס איז מער אדווערטייזמענט פאר לאנדא ווס. עני אנדערע דעוועלאפמענט?

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 08, 2025 10:14 am
דורך געצל
וואסאפשט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 2:23 pm
בודקע האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 2:22 pm
וואסאפשט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 2:19 pm

AI בילדער?
קען זיין, כ'ווייס נישט, כ'האב עס געזען ערגעץ האב איך עס אהער געברענגט
בפשטות, צופיל זאכן שטומען נישט.

בעלאוניס, פריער דארטן געווען, דאס ביהמ"ד קוקט אויס פונקט ווי פריער

מען בויעט אויבן, אבער עס זעהט זיך נישט אן אין ביהמ"ד

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 08, 2025 10:52 am
דורך נפתלי
געצל האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 08, 2025 10:14 am
וואסאפשט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 2:23 pm
בודקע האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 2:22 pm

קען זיין, כ'ווייס נישט, כ'האב עס געזען ערגעץ האב איך עס אהער געברענגט
בפשטות, צופיל זאכן שטומען נישט.

בעלאוניס, פריער דארטן געווען, דאס ביהמ"ד קוקט אויס פונקט ווי פריער

מען בויעט אויבן, אבער עס זעהט זיך נישט אן אין ביהמ"ד
וואס טוט מען אויבן?

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 08, 2025 12:41 pm
דורך איש חשוב

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מוצש"ק אוגוסט 09, 2025 11:51 pm
דורך נפתלי
און ליכט פון די טעריפס וואס פרעזידענט טראמפ האט ארויפגעלייגט אויף קאנאדא איז פארגעקומען מערערע אסיפות בבית רבינו שליט"א אינאיינעם מיט דייני קהלתינו חברי וועד השחיטה ווי מען האט אויסגעשמועסט אלע אפציעס

נאכן דן זיין בכובד ראש האבן דייני קהלתינו בהוראות רבינו שליט"א פאריגע וואך אפגעשטאט א לענגערע באזוך און די גרויסע עמפייער שחיטה אין פענסעלוועניע, וואס שטיט בהשגחות הגה"צ מ'נירבאטור שליט"א אין ארימגעגאנגן די גאנצע פלענט פאר מערערע שעות,

נאך לענגערע זיצונגען מיט די בעל מכשיר אין אזוי אויך מיט די בעלי בתים איז ענגילטיג באשלאסן געווארן אז כדי צו קענען האלטן די פרייזן פון די פלייש נידריג לתועלת אלפי אנ"ש וועט קהלתינו הק' אנהייבן קומענדיגע וואך נעמען פלייש פון עמפייער שחיטה

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 10, 2025 2:29 am
דורך מטות מיכל
נפתלי האט געשריבן: מוצש"ק אוגוסט 09, 2025 11:51 pm און ליכט פון די טעריפס וואס פרעזידענט טראמפ האט ארויפגעלייגט אויף קאנאדא איז פארגעקומען מערערע אסיפות בבית רבינו שליט"א אינאיינעם מיט דייני קהלתינו חברי וועד השחיטה ווי מען האט אויסגעשמועסט אלע אפציעס

נאכן דן זיין בכובד ראש האבן דייני קהלתינו בהוראות רבינו שליט"א פאריגע וואך אפגעשטאט א לענגערע באזוך און די גרויסע עמפייער שחיטה אין פענסעלוועניע, וואס שטיט בהשגחות הגה"צ מ'נירבאטור שליט"א אין ארימגעגאנגן די גאנצע פלענט פאר מערערע שעות,

נאך לענגערע זיצונגען מיט די בעל מכשיר אין אזוי אויך מיט די בעלי בתים איז ענגילטיג באשלאסן געווארן אז כדי צו קענען האלטן די פרייזן פון די פלייש נידריג לתועלת אלפי אנ"ש וועט קהלתינו הק' אנהייבן קומענדיגע וואך נעמען פלייש פון עמפייער שחיטה
עוף אדער בהמה?

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 10, 2025 6:29 am
דורך בן נביאים
עמפייר איז עוף

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 10, 2025 1:58 pm
דורך וועלווא
וואס גייט פאר מיטן רבי'ן?
https://www.bechatzros.com/post/5107891

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 10, 2025 5:28 pm
דורך פארוואס
וועלווא האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2025 1:58 pm וואס גייט פאר מיטן רבי'ן?
https://www.bechatzros.com/post/5107891
אבער היינט איז מען פריש געווען ביים דאקטער.
וואס גייט פאר ? עניוואן?

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 10, 2025 5:59 pm
דורך לחיים טובים
לאמיר מתפלל זיין און האפן אז די רבי שליט״א זאל זיין געזונט און שטארק ויתחדשו כנשר נעוריו, קענען אנגיין מיט הנהגת הכלל והפרט.
רבים צריכים לו.

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 10, 2025 9:37 pm
דורך וועלווא
JDN זאגט אז די רבי האט לעצטענס געהאט א מעדיצינישע דורכגאנג

דעם פרייטאג נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א אריינגעפארן צו די עלענוויל רידזשענעל שפיטאל אין די קאנטרי בערג, נאך וואס דער רבי האט זיך נישט גוט געשפירט זייענדיג בביתו נאוה קודש אין מחנה דברי יואל ד'סאטמאר אין סוואן לעיק.

די ארטיגע דאקטוירים האבן דורכגעפירט א רייע אונטערזוכונגען אין שפיטאל און באשטעטיגט ב"ה אז דער רבי איז אין א גוטע צושטאנד, נאר דארף זיך פשוט אפרוען זייענדיג אפגעשוואכט צוליב א מעדיצינישע דורכגאנג.

זייענדיג אין עלענוויל נאנט צום זמן כניסת השבת, האבן די עסקנים אין די סאטמארע קעמפ מחנה יהודה אין נעפאנעק, וואס געפונט זיך נישט ווייט פון די שפיטאל, אנגעהויבן צושטעלן אלע באדערפענישן וואס פעלט זיך אויס, אין פאל דער רבי וועט זיין אויף שבת אין זייער געגנווארט, בחסדי ה' האט עס אבער נישט אויסגעפעלט, ווען דער רבי איז באפרייט געווארן פון שפיטאל א קורצע צייט פארן זמן, און אהיימפארן קיין מחנה דברי יואל אין סוואן לעיק מיט פאליצייאישע באגלייטונג. JDN

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 12:25 pm
דורך אינטערעסאנט
*ברוך שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה!*

*גאנץ סאטמאר איינגעהילט אין א שמחה'דיגע התרגשות דקדושה מיט די היסטארישער מעלדונג צום ערעפענונג פונעם נייעם ישיבה "מתיבתא תורה ויראה" צום קומענדיגן זמן החורף תשפ"ו וואס וועט דינען אלס שטארקע מקום תורה פאר הונדערטער בחורי חמד אנ"ש נאכן משלים זיין זייערע לימודים וואס זיי האבן קונה געווען אין ישיבה גדולה.*

זה היום קוינו לו נגילה ונשמחה בישיבת"ו!

אפיציעלע באשטימונג פארגעקומען נעכטן אויפדערנאכט ביים מסיבת לחיים אין מחנה דברי יואל בביתו נאוה קודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א ריש מתיבתא מיט די אנוועזנהייט פון די חברי הנהלת הישיבה - רבינו שליט"א האט מאציל געווען מברכותיו און באותו מעמד ממנה געווען הגה"צ רבי שלום גליק שליט"א צו דינען אלס "ראש הישיבה" און לצידו הרה"ג רבי יצחק זאב פאזען שליט"א אלס "מנהל הישיבה וראש חבורת עיון" - רעגיסטראציע עפענט זיך קומענדיגע וואך.

די היסטארישער שריט פון אוועקשטעלן א ספעציעלע שטארקע נייע מתיבתא פאר תלמידי ישיבתינו קומט נאך לאנגע חדשים פון כוחות ויגיעות, ווען כ"ק מרן רבינו שליט"א האט בשליחות קדשו באאויפטראגט בנו הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א זיך אריינצולייגן ראשו ורובו אינאיינעם מיט די געטרייע חברי ההנהלה אויפצוקומען מיט א פאסיגע פלאן צו עפענען א פרישע ישיבה געווידמעט אלס א מקום תורה פאר די חשובע בחורי חמד נאכדעם וואס זיי זענען משלים די לימודים וואס זיי זענען קונה אין ישיבה גדולה, זיי זאלן ווייטער שטייגן בתורה ועבודה אין א צוגעפאסטע מקום תורה מיט די באגלייטונג פון אויסגערופענע מרביצי תורה מיט שיעורים און לימודים אויפן העכסטן דרגא, און ב"ה אז בכוחו של אותו זקן מרן רביה"ק זי"ע האלט מען ביי די פריידיגע מאמענט ווען מ'קען מעלדן די בשורה טובה אז צום זמן החורף הבעל"ט וועלן זיך עפענען שערי המתיבתא אין א מזל'דיגע שעה צו אקאמאדירן די פילע בחורים וואס קוקן אזוי ארויס אויף דעם דערגרייכונג!

דעטאלן און פרטים וועלן נאכפאלגן בסיעתא דשמיא.

*ובשם ה' נעשה ונצליח להגדיל תורה ולהאדירה!*

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 12:35 pm
דורך אינטערעסאנט
והיה הבנין אחד
דער פראכטפולער חינוך הבנות פעסטונג בית רחל החדש אויף גערי, הערליך פארענדיגט פונדרויסן, ווערנדיג צוזאמגעשמאלצן מיט א געניטע און מייסטערהאפטיגע פונקטליכקייט מיט'ן דערנעבנדיגן מלכות'דיגן בית רחל האדיר "בנין קויפמאן", וואס שטייט צום דינסט פאר די טויזנטער בית רחל הויך-שולע תלמידות המתחנכות בדרך ישראל סבא:
🌴 סאטמאר נייעס און בילדער 🌴
frFESw.jpeg
frFESw.jpeg (293.42 KiB) געזען געווארן 466 מאל
1uJucw.jpeg
1uJucw.jpeg (234.1 KiB) געזען געווארן 466 מאל
FUIbIA.jpeg
FUIbIA.jpeg (207.76 KiB) געזען געווארן 460 מאל

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 12:42 pm
דורך אינטערעסאנט
מי שלא ראה בנין נאה זו
בילדער פון דער מאיעסטישער בנין עטרת יואל החדש וועלעכער איז פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכמיטאג שוין רובו דרובו געווארן אנטפלעקט לעיני השמש, און וועט עפענען אירע טויערן אויף קומענדיגן שנת הלימודים הבעל"ט און באשיינען דעם עיר ואם בישראל מיט איר פרעכטיגן שטאלץ עד ביאת הגואל:
🌴 סאטמאר נייעס און בילדער 🌴
WKChKb.jpeg
WKChKb.jpeg (12.4 KiB) געזען געווארן 432 מאל
DOJHPW.jpeg
DOJHPW.jpeg (11.25 KiB) געזען געווארן 432 מאל

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 12:43 pm
דורך Think and Thank
געצל האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 08, 2025 10:14 am
וואסאפשט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 2:23 pm
בודקע האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 2:22 pm

קען זיין, כ'ווייס נישט, כ'האב עס געזען ערגעץ האב איך עס אהער געברענגט
בפשטות, צופיל זאכן שטומען נישט.

בעלאוניס, פריער דארטן געווען, דאס ביהמ"ד קוקט אויס פונקט ווי פריער

מען בויעט אויבן, אבער עס זעהט זיך נישט אן אין ביהמ"ד

דארט געווען נעכטן נאכט, מען זעהט נאכאלץ גארנישט אינעווייניג.

(כאילו ס'דא א הו"א אז מען ברעכט דעכער בשעת מענטשן דרייען זיך אונטער דעם...)

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 12:47 pm
דורך בודקע
אינטערעסאנט האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 12:25 pm
► Show Spoiler

פאר וועלכע עידזש איז עס?
נאך דריי יאר, אדער נאך פיר יאר?