אלעס ארום ברסלב

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
Coventry
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 170
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:43 pm
x 330

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך Coventry »

פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2026 12:24 pm
קראכמאל האט געשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2026 11:46 am
פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: זונטאג אפריל 19, 2026 2:15 am ר‘ יואל רוטה: וואס איז די ברסלב‘ע אשת חיל?


שוין געווען אמאל דא קליפס, וואו מען זיצט וואכן פאר ראש השנה און מען חזר'ט מיטן עולם די ברסלב'ע נוסח... פארוואס ראש השנה מוז מען דוקא זינגען די וואהלינע-ברסלבע תנועות, נאר יענץ איז ברסלב'ע נוסח....????

וצריך עיון גדול.
מען מוז בכלל נישט. פשוט דאס איז די נוסח און ס'איז סאך א שענערע נוסח און ער וויל יעדער זאל קענען דאווענען צוזאמען.

אגב דאגב, לויטן טרעק רעקארד, אויב וואלט ער ווען געזינגען די סאטמארע נוסח וואלטן אסאך ברסלבע געשריגן אז ער איז אפילו נישט ברסלב...

(4 ???? איז גענוג?????)
און אז מ'רעדט שוין, די ראש ישיבה לייגט צו יעדע יאר שיינע געשמאקע שטיקלעך צום ראש השנה'דיגע דאווענען וואס שטאמט נישט פון ברסלב, אנגעהויבן ביי זינגן ממקומך, מארש ביי אין קצבה, דודי קאליש עיני עמך, און די וויזניצע חמול...
און דאס איז די שיינקייט פון זיין דאווענען.
אוועיטער
Coventry
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 170
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:43 pm
x 330

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך Coventry »

די גאנצע מעכטיגע מלחמה אויף בערלאנד האט זיך אנגעהויבן נאך וואס מוהרא"ש איז נפטר געווארן, מ'האט פשוט געדארפט טרעפן א צווייטן וועם צו רודפן...
זלמעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 372
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 10:17 am
x 1164

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך זלמעלע »

איש ציון האט געשריבן: זונטאג אפריל 26, 2026 2:29 pm גיי ווייס, אפשר וואלט איך אויך געווארן א ברסלב'ער ברלנדיסט...
פנחס דוד לעבאוויטש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 416
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 12:44 pm
x 1192

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך פנחס דוד לעבאוויטש »

איש ציון האט געשריבן: זונטאג אפריל 26, 2026 2:25 pm כ'האב נישט קיין שום דעה בנוגע הרב ברל-נד, כ'שפיר סך הכל אז כ'בין נישט מחוייב צו גלייבן די לשון הרע אויף אים, און זיכער וויל איך נישט שטיצן משפחת חשין מיט זייערע מערכות.
איך שפיר אקוראט דאס.

חוץ לארץ‘דיגע וועלן שנעלער קויפן א מערכה וואו ארץ ישראל‘דיגע. די מערכה חלק, נישט די מיינונג אויף שובו.
פנחס דוד לעבאוויטש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 416
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 12:44 pm
x 1192

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך פנחס דוד לעבאוויטש »

Coventry האט געשריבן: זונטאג אפריל 26, 2026 2:31 pm די גאנצע מעכטיגע מלחמה אויף בערלאנד האט זיך אנגעהויבן נאך וואס מוהרא"ש איז נפטר געווארן, מ'האט פשוט געדארפט טרעפן א צווייטן וועם צו רודפן...
יא יא, די מידיע מעשיות אויף אים האט זיך אנגעהויבן פארשפרייטן תשע”ב, און די היימישע מערכה קעגן אים בערך 4 יאר שפעטער.
זלמעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 372
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 10:17 am
x 1164

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך זלמעלע »

פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2026 12:58 am
Coventry האט געשריבן: זונטאג אפריל 26, 2026 2:31 pm די גאנצע מעכטיגע מלחמה אויף בערלאנד האט זיך אנגעהויבן נאך וואס מוהרא"ש איז נפטר געווארן, מ'האט פשוט געדארפט טרעפן א צווייטן וועם צו רודפן...
יא יא, די מידיע מעשיות אויף אים האט זיך אנגעהויבן פארשפרייטן תשע”ב, און די היימישע מערכה קעגן אים בערך 4 יאר שפעטער.
יא, פונקט אזוי ביי לב טהור, ביז די מידיא און די רעגירונג האבן געפירט זיינע מערכה, ביז היימישע האבן אנגעהויבן די מערכה, איז געדוייערט א סאך צייט

עס נעמט א סאך צייט, ביז צו מברר זיין אז די מצב איז ממש געפערליך "כצעקתה" און נישט סתם קהילה וואס האט געוויסע חסרונות
און נאכדעם פראבירט מען מיט גוטןס, און נאכדעם מיט סטראשונגען
נאר נאך ווען מאיז מברר זייך קלאר אז די מצב איז געפרלעך, און נאר נאך ווען מאיז מברר זיין קלאר אז די אלע אנדערע וועגן העלפן נישט,

דעמאלט ההכרח לא יגונה ארויס גייען אין פאבליק.

אשיינע פנים וואלט עס געהאט צו וואלט מען געלאפן גלייך נאך די מידייא... און כשטעלט זיך פאר וואס וואלט דו געזאגט אויף דעם...
ברוינפן אדער יין
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 2:38 am
Location: מאנסי
x 153

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך ברוינפן אדער יין »

ברטנורה
פרישער באניצער
פאוסטס: 42
זיך איינגעשריבן: מיטוואך פעברואר 25, 2026 5:02 am
Location: בארא פארק
x 109

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך ברטנורה »

ווער סעווייסט אביסל די ענין נישט פון די פראפאגאנדע צעטלעך [וואס זארגן זיך למען קדושת ישראל אין זענען מרבה ניבול פה אז יעדע יונגל זאל וויסן], און ווער עס קען הרב משובו בנים ואנשיו נישט די מושגעים, און ווער עס קען חשין פארשטייט אז די נושא איז גארנישט אזוי פשוט, גראדע איז די ענין פון אמונת צדיקים דארט ביי געוויסע איז נישט צום זאך, סתם אזוי הגה''ק מתורת חכם האט זיך געטראפען ''עטליכע'' מאל מיט הרב משובו בנים אין די לעצטע פאר יאר, און אלע רבנים וואס האבן זיך אריינגעלייקט אין די נושא זעהן די פאלשקייט, נישט סתם געחתמט ווי די בררסלבר'ס [נישט הרה''ק רי''מ שכטר וואס איז א סוגיא פאר זיך ] וואס האב'ן שוין אלטע חשבנות.
שרייב פאוסט