Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: פרייטאג פעברואר 16, 2024 12:33 pm
סיריעסלי... מענטשן זיצן און זענען מעיין אין עדס... עד כדי כך אז מכאפט אויף צי סהאט עפעס מער אדער ווייניגער...
שוימעשעמייעם
שוימעשעמייעם
האסט אויסגעלאזט די אנהויב, מענטשן האבן געבויעט א געביידע איבער א צייטונג וואס האט אריינגעלייגט 4 עדס אליין, האב איך אויפגעוויזן אז ס'איז ליגנט
כהאב נישט גערעדט פון דיר ספעציפיש. איך לאך פון אזעלכע פלפולים.
רבותי מיר וועלן בענטשן האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 16, 2024 9:32 amמערקבאר האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 9:57 pmדעיס איז זייער א ראנג בליקיום טוב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:13 pm
לגופו של ענין איז אזוי : לו יהא אז אייערע ווערטער זענען יא אמת איז דאס נישט קיין שום באווייז אויף די מיינונג פון תושבי שכונת דברי חיים/שאגת ארי' וכו', סך הכל איז דא א צייטונג וואס א טייל תושבי קרית יואל ליינען, און זיי מאכן א געוויסע ווינט, איז יתכן אז היות זיי פראבירן פאר יעדע פרייז צו חרוב מאכן די הנהגה אין קרית יואל, אז זיי האבן געלייגט פרעשור אויף די לאנדא פארוואלטונג צו אדווערטייזן אוון דאן וועלן זייערע אנהענער איינקויפן דארט , און קען זיין אז סהאט אויסגעמאכט און עס מוז אפילו נישט זיין דורך תושבי המקום, גראדע איך גלייך איינצקויפן אין די נייע געשעפט צוליב די געשמאקייט און שטילקייט דארט, און געוויסע מענטשן מיט די זעלבע ציל ווי די וואכנשריפט ארבעטן אויך אויף די אגענדע,
און חוץ מזה איז שוין ווי געשמועסט אז עס איז נישט דא אזא מושג אז תושבי בלומינגראוו זענען מחליט, קרית יואל באלאנגט צו רביה"ק מסאטמאר זי"ע און תושבי קרית יואל זענען מחליט
מען קען נישט צונעמען די רעכטן פון אונז איינוואוינער אין א שטאט און אנדערע זאלן פארן אונז טראכטן און זאגן וויאזוי צו אנרופן זאכן
די ציבור דא איז זיכער נישט ביי די מייננונג, אז די מאכסט היינט וואוטס דערויף האסטו מסתמא 97 פראצענט עולם פאר די זעלבסשטענדיקייט פינעם דעת הציבור קעגן 3 פראצענט וואס וויל אוועקגעבן זייער מהלך מחשבה פאר אנדערע שטעט צו מחליט זיין פאר זיי.![]()
![]()
![]()
א טיפיקל UJC סטייל ספין...
3 פראצענט קומט אויס לויט'ן חשבון פון 400 איינוואוינער פונקטליך 12 מענטשן, דהיינו אין גאנץ בלומינגראוו זענען בלויז דא 12 מענטשן וואס פארשטייען אז די געגנט איז באמת קרית יואל...![]()
![]()
![]()
טייערער מר. מערקבאר וועקט אייך אויף, יא כ'געדענק נאך ווען מען האט פראבירט אזוי צו ספינען מען האט גערעדט בשם דער "יעדער" מיט דער "קיינער", אלעס ביז די וואוטס וואס האט געטוישט די מאפע פון "יעדער" און "קיינער" אבער נישט ביי יעדן, יא, ס'איז נאך אלס דא אזעלכע וואס האלטן זיך שטארק, זיי וועלן ווייטער ספינען און ספינען קעגן אלע מציאות'ן וואס פראסקען אין פנים, נו, אויב ס'העלפט דיר צו לעבן אין דינייעל, קיפ אן...
וואס יא?...
אזווי אין א געווענליכע ביהמ"ד איז דא א מזרח וואנט וואס הייבט אויף די ביהמ"ד און טראגט עס ארויף, דערנאך איז דא א מערב אין פארשידענע פעלער פון אזעלכע וואס פארקערט זיי זענען טראבל מעיקערס וואס שלעפן די ביהמ"ד אויף אראפ, און דערנאך איז דא א ריזיגע מיטל עולם דער ציבור פון אינמיטן ביהמ"ד וואס קומען פשוט דאווענען און שלעפן נישט אויף קיין שום וועג, זיי גייען זיך זייער וועג וזהו, וויאזוי די ביהמ"ד פירט זיך ווערן זיי מיטגעפירט.
די זעלבע איז אין בלומינגראוו, ס'איז דא א ריזיגע מזרח וואנט א גרויסע פראצענט תושבי בלומינגראוו וואס ס'גייט זיי בנפש אז ס'זאל זיין פאראייביגט אז דא איז קרית יואל, איינער זאגט עס העכער און איינער שטילער אבער הצד השוה שבהם זיי ווילן זיך זעהן וואוינען אין קרית יואל און ציטערן ס'זאל נישט דא ווערן קיין נייע בלומינגראוו המעטירה.
דערנאך איז דא גאר א גרויסע פראצענט וואס זיי פארשטייען און ווייסן אז דא איז קרית יואל און זיכן עס נישט צו לייקענען אבער זיי פייערן נישט, פשוט וויבאלד זייער שטייגער אין עבודת ד' איז נישט צו פייערן, זיי נעמען עבודת ד' סמוט.
דערנאך איז דא די ריזיגע מיטל עולם, א גרויסער ציבור פון מענטשן וואס ווילן לעבן רואיג האבן זייער הויז, זיי וועט באדערן אויב מען בויט אזוי ווי מען האט יעצט אנגעהויבן צו עפראוון צו בויען, דאס וועט זיי אנצינדן, אדער אנדער סארט קארופציע, אבער דאס צו ס'איז יא אדער נישט קרית יואל, דאס איז בכלל נישט זייער נושא, זיי זענען נישט קיין אידעאלאגן צו אויספיגורן פונקטליך וואס דער רבי האט יא אדער נישט געוואלט, זיי גייען זיך זייער וועג, און ווילן לעבן רואיג, זיי באדערט אויב מען טוישט זאונינג, אדער אויב זיי פילן איבערגעפארן פון UJC.
דערנאך איז דא די מערב זייט, א גרופע וואס האט א שנאה כבושה צו קרית יואל און ווילן עס אויסרייסן בכל מחיר און אוועקשטעלן די געגנט ווי אן אייגענע שטאט, די ליידיגע וואגן, די גרופע איז פיל קלענער ווי די מזרח גרופע וואס גייט אין פייער פאר קרית יואל.
פון וועלכע שם רעדסטו?
ס'איז שפעט. אי"ה נעקסטע וואך העלמיר צונעמען דעם צעטל אדרעס ביי אדרעס.... א גוטע חושעריי.. \מערקבאר האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 16, 2024 2:32 pm שיקט מיר יעצט איינער אריין א מורא'דיגע קידוש השם וואס טוט זיך אפ אין שטאט
באלד 60 אידישע אייגנטומער זענען זיך מכניע און הארכן אויס צו די דעת תורה הברורה די שרי התורה די שטאטישע דע"ת וואס פאדערט אויף צו האלטן הייליג די שטאט ע"ד ישראל סבא
image.png
וואס איז די ווייטאג דא? ווארשיינליך איז דאס קורא שם זיין מיט הייליגע אידישע נעמען און מעודד זיין יא אריינצוברענגן גוים טמאים לטמא את המחנה גייט בענעזאם, גיי פארשטיי.משה זרח האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 16, 2024 3:48 pmס'איז שפעט. אי"ה נעקסטע וואך העלמיר צונעמען דעם צעטל אדרעס ביי אדרעס.... א גוטע חושעריי..מערקבאר האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 16, 2024 2:32 pm שיקט מיר יעצט איינער אריין א מורא'דיגע קידוש השם וואס טוט זיך אפ אין שטאט
באלד 60 אידישע אייגנטומער זענען זיך מכניע און הארכן אויס צו די דעת תורה הברורה די שרי התורה די שטאטישע דע"ת וואס פאדערט אויף צו האלטן הייליג די שטאט ע"ד ישראל סבא
image.png
קיינער האט נישט מעודד געווען אריינצוברענגן גוים!מערקבאר האט געשריבן: ↑מוצש"ק פעברואר 17, 2024 9:25 pmוואס איז די ווייטאג דא? ווארשיינליך איז דאס קורא שם זיין מיט הייליגע אידישע נעמען און מעודד זיין יא אריינצוברענגן גוים טמאים לטמא את המחנה גייט בענעזאם, גיי פארשטיי.משה זרח האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 16, 2024 3:48 pmס'איז שפעט. אי"ה נעקסטע וואך העלמיר צונעמען דעם צעטל אדרעס ביי אדרעס.... א גוטע חושעריי..מערקבאר האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 16, 2024 2:32 pm שיקט מיר יעצט איינער אריין א מורא'דיגע קידוש השם וואס טוט זיך אפ אין שטאט
באלד 60 אידישע אייגנטומער זענען זיך מכניע און הארכן אויס צו די דעת תורה הברורה די שרי התורה די שטאטישע דע"ת וואס פאדערט אויף צו האלטן הייליג די שטאט ע"ד ישראל סבא
image.png
פון דיינע אישי'ס שיינט אז די ביז איינע פון די כת..., סא קענסטו עס איבערגעבן ווי נאר דו קומסט אריין צו די ארבעט...בלומען האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 16, 2024 12:31 pmמסודר, כ'וועל דאס איבער געבן פאר די וואכנשריפט וכת דיליהיום טוב האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 16, 2024 12:30 pmכבוד הרב
איר זעהט דאך מיט וועם איר האט דא צו טון, די טאן דא גייט זיך נישט טוישן , א שאד די צייט אדרבה כ"ש דפקיר טפי , די אידן גייען נישט אויפהערן אזוי צו רעדן
און נ.ב. קעמסט איבער געבן פאר די וואכנשריפט וכת דיליה אז מיטן פירן א מערכה דערקעגן גיבט דאס נאר צו אז דאס זאל האבן א קיום , ווען זיי האבן שכל ארבעטן זיי פאר זיך אויך צו זיכער מאכן אז דאס איז קרית יואל און זיי זאלן זאגן אז זיי האבן שויןמפארדעם געזאגט אזוי , און זיי האבן דאך טאקע פרוף דערויף ווייל קרית יואל רבתי אי דאך זייער שפריך ווארט און שלום על ישראל, צו מאכן א מצב אז זיי קריגן זיך מיט די ווארט קרית יואל פשוט ווייל דיממרא דאתרא האט אזוי געזאגט איז א געפערליכע טפשות , אבער אויפן זעלבן ציל פאר דיר אליינס אזוי ווי די עירוב למשל , זאג אז עכט מאכסטו די עירוב און פארטיג
סידור קידושין איז איינע פון די ספינס וואס מען ניצט א גאנצן צייט צו בארעכטיגן די גרויסע אומדערהערטע חוצפה און גניבה אוועקצינעמען פון רביה"ק די אויסברייטערונג פון זיין שטאט, די אידן וואס וילן פאר הפקירות אדער תאוות השררה אוועקשטעלן דא אן עיר ואם בישראל האבן זייער ליב זיך צו באניצן מיט סידור קידושין,יונה טויב האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 16, 2024 12:13 am אלע לאנגע תגובות דא, און אלע סתירות פון צייטונגען און צעטלעך ווערט פארענטפערט מיט איין פשוטע תירוץ, קיינער האט נישט קיין פראבלעם מיטן קדושה פונעם שם קר"י, נאר מיט דעם קאנטראל וואס דו ווילסט האבן דערמיט, ווי למשל סידור קידושין אלס איין משל.
איבערשרייבן אומצאליגע מאל אז מען האט יא א פראבלעם מיטן קדושת קר"י מאכט עס נישט אמת, אפילו ווען געזאגט אין א מייק.
(וואס דער יעניגער ברענגט פון בלומינבורג איז בפירוש נישט קיין ראי', זיי שרייבן קרית יט''ל בלויז פאר זייער קהילה, און האבן בכלל נישט קיין פראבלעם אז נאדווארנא און די אנדערע דארט רופן זיך בלומינבורג).
מעגליך אפילו אז מיטן אוועקווארפן די רבי זי''ע וועט קומען א צייט וואס ס'וועט זיין אזא הפקירות רח''ל װאס סידור קידושין וועט שוין נישט זיין קיין אישו ווייל עס וועט שוין נישט זיין פאר וועם!!!רבותי מיר וועלן בענטשן האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 18, 2024 8:08 pmסידור קידושין איז איינע פון די ספינס וואס מען ניצט א גאנצן צייט צו בארעכטיגן די גרויסע אומדערהערטע חוצפה און גניבה אוועקצינעמען פון רביה"ק די אויסברייטערונג פון זיין שטאט, די אידן וואס וילן פאר הפקירות אדער תאוות השררה אוועקשטעלן דא אן עיר ואם בישראל האבן זייער ליב זיך צו באניצן מיט סידור קידושין,יונה טויב האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 16, 2024 12:13 am אלע לאנגע תגובות דא, און אלע סתירות פון צייטונגען און צעטלעך ווערט פארענטפערט מיט איין פשוטע תירוץ, קיינער האט נישט קיין פראבלעם מיטן קדושה פונעם שם קר"י, נאר מיט דעם קאנטראל וואס דו ווילסט האבן דערמיט, ווי למשל סידור קידושין אלס איין משל.
איבערשרייבן אומצאליגע מאל אז מען האט יא א פראבלעם מיטן קדושת קר"י מאכט עס נישט אמת, אפילו ווען געזאגט אין א מייק.
(וואס דער יעניגער ברענגט פון בלומינבורג איז בפירוש נישט קיין ראי', זיי שרייבן קרית יט''ל בלויז פאר זייער קהילה, און האבן בכלל נישט קיין פראבלעם אז נאדווארנא און די אנדערע דארט רופן זיך בלומינבורג).
אזוי ווי ס'איז איינגעפירט אין אלע פאליטישע פארטייען ווען מען וויל דרייוון די מוחות פון די וויילער, זעצט מען זיך אראפ מען זיכט וועלכע אישו רעגט אויף וויילער און מען ניצט עס, צו ס'מאכט יא סענס אדער נישט איז קיין נפקא מינא, די קאמפיין פירער זיצן אין זייער הויפטקווארטיר און לאכן א גוטס ווי גוט ס'געלונגט זיי אז עולם גולם וואס איז אויפגעברויזט אויף אן אישו קויפן אפ די ספין, און דאס וועט זיי העלפן פאר זייער קאמפיין,
ווען מען רעדט פון גוים ביי א פאליטישע קאמפיין נו מילא, ווי לאנג דער נאר איז נישט מיינער, וואס גייט מיר אן, אבער די ווייטאג ווערט גרויס ווען ס'זיצן אידן תלמידים פון רביה"ק זי"ע און ווילן אויסמעקן זיין הייליגע נאמען, זיין ציל פון האבן א שטאט, מאכ'ן די פלאץ פאר א מקום הפקר, נו, דער ערליכער עולם וועט עס דאך נישט צילאזן, קיין פראבלעם מען וועט ניצן סידור קידושין וויבאל טייל עולם איז שטארק אויפגעברויזט דערויף, מען וועט אנדרייען א ציבור אז אויב דא ווערט אויסגעמעקט קרית יואל, וועט נישט זיין דא די פראבלעם פון סידור קידושין, שוין געכאפט א חלק ציבור, און די אנדערע חלק ציבור וועט מען אזוי פארטיפשות'ן מיט אן איינגערעדטע דמיון פון "אחדות" אז זיי וועלן אויך זיין העפי הצד השוה שבהן אוועקווארפן קרית יואל און דער עולם איז העפי, (ליין: געספינ"ט)
ממילא לאמיר זיין קלאר, אויב ביזטו פון די תמימי לב וואס דו בארעכטיגסט צו מאכן דא א מקום הפקר וויבאלד ס'וועט דיר רעליעסן פון סידור קידושין, איז גוט זאלסט וויסן די פשוט'ע מציאות אז די וואס זענען עוסק אין דעם נושא האלטן אז גלילות קרית יואל איז די זעלבע ווי גאנץ קרית יואל, זייער מערכה איז די זעלבע אויב אונזער געגנט הייסט בלומינגראוו, אדער ס'הייסט קרית יואל, ס'מאכט נישט אויס פאר זיי קיין שום נפקא מינה, אין פאקט אלע יארן וואס אונזער געגנט האט געהייסן בלויז בלומינגראוו (אויך אויף אידיש) טראץ אלע פראפאגאנדע פון עיר ואם בישראל איז דא געוועהן די זעלבע מערכה איבער סידור קידושין ווי די גאנצע איבריגע קרית יואל,
הגה בעצמך, סיי עטרת מייזעלס און סיי עטרת מאיר צבי זענען ביידע אין גלילות קרית יואל און ס'האט גארנישט געטוישט לגבי די מערכה,
ממילא בעפאר דו ווארפסט אוועק דיין הייליגע רבי מיט זיין ציל פונ'ם פלאץ, פארשטיי אז אויב טיסטו עס וועגן סידור קידושין וועסטו בלייבן מיט דיין סידור קידושין פראבלעם פלאס דו וועסט נישט האבן די הייליגע מסגרת וואס קרית יואל שטעלט צו, וועסט וואוינען אין א הפקר'דיגע מאנסי און נאך ליידן פון סידור קידושין אויך,
וע"ז אנו קוראים געגעסן פארשטינקענע פיש און ארויסעגווארפן פון שטאט.
אסאך אסאך מער
מהאלט און איין צוריקומען צו די קרית יואלע ווייטאג…………
ווייטאג אויף וואס אויף וועם?Yankel האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 19, 2024 9:11 amמהאלט און איין צוריקומען צו די קרית יואלע ווייטאג…………
ווייטאג פון געוויסע קרית יואלע (Kiryas Joel, NY) אידן אויף די בלומינג גראווע בליאונג