כת לב טהור אין גוואטעמאלע

תקנות פון דעם פארום
מודעה משמחת.
אויפ'ן פארלאנג פון מערערע אקטיווע מיטגלידער, האבן מיר געעפנט איין נייע פארום וואו יעדער וועט קענען שרייבן, אבער יעדע תגובה וועט ערשיינען נאר נאכ'ן באשטעטיגן ווערן דורך א מנהל אדער אחראי.
יעדע נארמאלע שאלה אדער אינפארמאציע, איז וועלקאם און וועט ווערן אפראווד בס"ד אין די ערשטע מעגליכקייט.
כ'זעה כ'הער
ניי צום טיש
פאוסטס: 4
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 21, 2026 10:25 am
x 28

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כ'זעה כ'הער »

הרב ותלמידו האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 10:39 pm
א כיתה אין גוואטעמאלא.jpg
א כיתה אין גוואטעמאלא.jpg (77.87 KiB) געזען געווארן 1432 מאל
די קינדער ביים לערנען.jpg
די קינדער ביים לערנען.jpg (46.7 KiB) געזען געווארן 1432 מאל
אויף די נייע תמימות'דיגע פארענטפערונג אויף קול (יוצאי) לב טהור דעם מאנטיג נשא איבער כמה עניינים וואס ער האט געשפירט אז ער קען כלומר'שט פארענטפערן, רעדט ער בין הדברים איבער די סדר הלימוד כאילו מען לערנט יא רש"י דארט.

אבער כאפ א גוטן בליק דא אריין אין זייערע חומשים וועסטו זעהן אז עס עקזיסטירט נישט קיין רש"י דארט.
שמועות טובות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 420
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
x 1364

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמועות טובות »

כ'זעה כ'הער האט געשריבן: דינסטאג מאי 26, 2026 10:33 pm
הרב ותלמידו האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 10:39 pm א כיתה אין גוואטעמאלא.jpgדי קינדער ביים לערנען.jpg
אויף די נייע תמימות'דיגע פארענטפערונג אויף קול (יוצאי) לב טהור דעם מאנטיג נשא איבער כמה עניינים וואס ער האט געשפירט אז ער קען כלומר'שט פארענטפערן, רעדט ער בין הדברים איבער די סדר הלימוד כאילו מען לערנט יא רש"י דארט.

אבער כאפ א גוטן בליק דא אריין אין זייערע חומשים וועסטו זעהן אז עס עקזיסטירט נישט קיין רש"י דארט.
עס עקזיסטירט נישט קיין רש"י דארט און עס עקזיסטירט נישט גארנישט דארט אויסער די ג' חמורות וואס דאס איז מען מקיים מיט די מערסטע הידורים און חומרות וואס מען האט נאר אמאל געהערט. ר"ל.
צום טיש
פרישער באניצער
פאוסטס: 59
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מערץ 05, 2025 2:12 pm
x 138

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך צום טיש »

פליז ביטע פארוואס פארענטפערט מען זיך?
כאילו סאיז דא א צד..

כמיין איך גיי עפענען א האטליין אז עכט איז ווילאמסבורג אין פלארידא !! און אקעטשאבו איז גאר טיף אין לעיקפראנט אינמיטען ברוקלין נעבן די נעווי יארד..
און די חברה האבן זיך סתם פארמישט ברוך וואוינט אין ווילי און זרח און לעיקפראנט :lol: :lol:
געגאנגן, קום פרעג מיך אפ מאך רעקארדינגס..

מיין חשבון אין מוח איז לו יציור פארב מיר די טונקעלסטע בילד אויף די עסקנים.. איז נאך אלטץ מיליאן מאל מער ליכטיגער ווי די ליכטיגסטע בילד פון א פארשפארטער קולט אין האנעללא!!
קראכמאל
פרישער באניצער
פאוסטס: 49
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 28, 2025 10:54 pm
x 136

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קראכמאל »

איך מיין אויך אזוי ווי הרב @צום טיש, מיטן פירן וויכוחים מיט זיי גיבט מען זיי לעגיטימעט, און מען דארף כסדר זיך פארענטפערן.

ווען זיי האבן אנגעהויבן די האטליין, האבן זיי פרובירט שפילן כאילו זיי פארענטפערן נישט די פארגאנגענהייט פון לב טהור, זיי האלטן נאר פשוט אז די עסקנים טוען נישט ריכטיג מיט די דרכי ההצלה. אבער ווי לענגער עס האט גענומען, האבן זיי שוין באקומען קוראזש צו לייקענען, און בארעכטיגן אלעס וואס דארט איז פארגעקומען. פארוואס? ווייל מען האט געפירט ויכוחים מיט זיי, און דורך דעם האבן זיי געשפירט אז עס זענען דא מענטשן וואס גלייבן זיי, והא ראי' אז מען פילט פאר וויכטיג זיי אפצוענטפערן, נו אויב אזוי קענען זיי שוין גיין ווייטער און בארעכטיגן אלע רשעות.

די ריכטיגע וועג איז זיי צו איגנארירן. די עסקנים האבן שוין ב"ה גענוג קרעדיט אויף זייערע מעשים, און דארפן אנגיין ביתר עוז וביתר שאת.
מעלבער
פרישער באניצער
פאוסטס: 22
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 2:12 pm
x 204

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מעלבער »

מען ברענגט דאס ארויף צו ווייזן מיט וועם מ׳האט צו טון דא.

דאס מערסטע וואס איז תסמור שערות אנוש, א האטליין וואס רעפרעזענטירט לב טהור זאל עס אזוי קלאר ארויסזאגן: מ׳האט נישט געוויסט זי גייט שטארבן, א פשוטע טעות.

ווער איז דער ״מ׳״? ״מ״האט נישט געוויסט?

דער וואס צווינגט אריין עסן אין א אידישע פרוי׳ס מויל? דער בלוט-דארשטיגער רוצח וואס האט אויף זיין קאנטע שווערע גאלאנען אידישע טרערן פארגאסן לכבוד אים, דער אכזר וואס האט ערפינדן יעדן טאג פרישע סאדישטישע המצאות וואס מענגעלע קען זיך פארשטעקן פאר אים, דער וואס האט אפגעטיילט קינדער פון עלטערן מענער פון פרויען אויף א סיסטעמאטישע דויטשע פינקטליכקייט...

דער האט פארזען איין זאך: אז מ׳קען שטארבן.

ס׳דערמאנט פון רש״י אין בראשית אז קין האט נישט געוויסט וויאזוי מ׳הרגעט א מענטש, ער האט פראבירט צו שטעכן פון אלע זייטן, ביז ער האט אויסגעפונען וואו די חיות פון א מענטש איז....

דער האט זיך ארומגעשפילט מיט מענטשן ווי קינדער שפילן זיך מיט דאליס. אלע סארט עקספערעמענטן אויספראבירט וויפיל רציחה (תקונים) איין מענטש קען טעכניש סובל זיין.

ויהי היום... איינמאל האט זיך געמאכט אז ער האט געמאכט א טעות, ער האט נישט געוואוסט אז דער סארט עקספערעמענט מאכט מענטשן שטארבן... עס האט פאסירט א טעות און דער דאלי האט אויסגעהויכט איר נשמה. און דער קליינער רוצח׳ל איז, איינגעשלאפן זיס....

יזדעזע תבל ומלואה!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

עס איז חסדי השם אז די וועלט איז שוין אסאך מער אפן היינט, מ׳ווערט געוואויר טאג טעגליך וואס דארט האט זיך אלס אפגעטון. א מענטשליכע מח בלייבט פשוט שטיין!

און עס איז אויך חסדי השם אז אפאר ערליכע אידן האבן מיט מסירת נפש באשלאסן אפצושטעלן דעם שפיכות דמים איינמאל פאר אלעמאל.
כ'זעה כ'הער
ניי צום טיש
פאוסטס: 4
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 21, 2026 10:25 am
x 28

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כ'זעה כ'הער »

שמועות טובות האט געשריבן: מיטוואך מאי 27, 2026 11:09 am
כ'זעה כ'הער האט געשריבן: דינסטאג מאי 26, 2026 10:33 pm
הרב ותלמידו האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 10:39 pm א כיתה אין גוואטעמאלא.jpgדי קינדער ביים לערנען.jpg
אויף די נייע תמימות'דיגע פארענטפערונג אויף קול (יוצאי) לב טהור דעם מאנטיג נשא איבער כמה עניינים וואס ער האט געשפירט אז ער קען כלומר'שט פארענטפערן, רעדט ער בין הדברים איבער די סדר הלימוד כאילו מען לערנט יא רש"י דארט.

אבער כאפ א גוטן בליק דא אריין אין זייערע חומשים וועסטו זעהן אז עס עקזיסטירט נישט קיין רש"י דארט.
עס עקזיסטירט נישט קיין רש"י דארט און עס עקזיסטירט נישט גארנישט דארט אויסער די ג' חמורות וואס דאס איז מען מקיים מיט די מערסטע הידורים און חומרות וואס מען האט נאר אמאל געהערט. ר"ל.
איך האב ספעציעל גענומען א זאך וואס די ליגנט זעהט יעדער בחוש און מ'דארף קיינעם נישט גלייבן דערפאר.
די נקודה איז, אז ווען יעדער איינער שרייט אויפן צווייטן: דו ביזט דער ליגנער! וחוזר חלילה ווי א וואסער ראד וואס שטעלט זיך נישט אפ ווילאנג די וואסער פליסט, נעמט מען איין ליגנט וואס יעדער זעהט ווי יענער איז מכחיש השמש בצהרים, ועל הכלל כולו יצא אז יעדעס ווארט וואס ער זידט ארויס צווישן די ציין איז מוחזק אלץ שקר וכזב.

הגם איך זעה אז מאנכע זענען נישט צופרידן פון דאס גאנצע זיך וויסנדיג מאכן פון די חברה, אבער מען מוז פארשטיין אז נאך אלעמען דרש'נען זיי אויף זייער ליין פאר יעדן וואס הערט זיי אויס, און דא איז די איינציגסטע פלאץ ווי מען קען זיי ענטפערן, און אויב וועסטו זאגן אז די פסוק זאגט קלאר אַל־תַּ֣עַן כְּ֭סִיל כְּאִוַּלְתּ֑וֹ פֶּֽן־תִּשְׁוֶה־לּ֥וֹ גַם־אָֽתָּה (משלי כו ד), איז דער ענטפער דערויף אז דעם פסוק האט מען שוין אויספרובירט פאר עטליכע און דרייסיג יאר און עס האט זיך ארויסגעוויזן אז מען האט געמאכט א ביטערער טעות, און דא איז גילטיג דער קומענדיגער פסוק פון עֲנֵ֣ה כְ֭סִיל כְּאִוַּלְתּ֑וֹ פֶּן־יִהְיֶ֖ה חָכָ֣ם בְּעֵינָֽיו (משלי כו ה).

ס'פאלט מיר יעצט ביי א פשט/רמז בדרך אפשר, אז דאס איז טאקע די סיבה פארוואס קודם שטייט 'אל תען', ווייל במושכל ראשון דארף מען נישט אריינשפרינגען און זיך אריינשטעלן אויף איין שטאפל מיטן כסיל, אבער אויב מען זעהט צום סוף אז דער מהלך וואס מען האט גענומען האט געהאט ביטערע נאכפאלגן און עס איז געווען א טעות, זאל מען זיך נעמען צום נעקסטן פסוק און אים ענטפערן ווי עס קומט אים כדי אז ער זאל מער נישט האבן קיין שאנס זיך צו דערקלערן אלץ "חכם"...
ועם עקש תתפתל.
כ'זעה כ'הער
ניי צום טיש
פאוסטס: 4
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 21, 2026 10:25 am
x 28

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כ'זעה כ'הער »

קראכמאל האט געשריבן: מיטוואך מאי 27, 2026 3:11 pm איך מיין אויך אזוי ווי הרב @צום טיש, מיטן פירן וויכוחים מיט זיי גיבט מען זיי לעגיטימעט, און מען דארף כסדר זיך פארענטפערן.

ווען זיי האבן אנגעהויבן די האטליין, האבן זיי פרובירט שפילן כאילו זיי פארענטפערן נישט די פארגאנגענהייט פון לב טהור, זיי האלטן נאר פשוט אז די עסקנים טוען נישט ריכטיג מיט די דרכי ההצלה. אבער ווי לענגער עס האט גענומען, האבן זיי שוין באקומען קוראזש צו לייקענען, און בארעכטיגן אלעס וואס דארט איז פארגעקומען. פארוואס? ווייל מען האט געפירט ויכוחים מיט זיי, און דורך דעם האבן זיי געשפירט אז עס זענען דא מענטשן וואס גלייבן זיי, והא ראי' אז מען פילט פאר וויכטיג זיי אפצוענטפערן, נו אויב אזוי קענען זיי שוין גיין ווייטער און בארעכטיגן אלע רשעות.

די ריכטיגע וועג איז זיי צו איגנארירן. די עסקנים האבן שוין ב"ה גענוג קרעדיט אויף זייערע מעשים, און דארפן אנגיין ביתר עוז וביתר שאת.
איך בין דא אנגעקומען ווייל איך האב געהערט זייער האטליין און כ'האב געזוכט ענטפערס צו זייערע טענות.
ניין, איך בין נישט געווען אויסגעקאכט אזוי אין די עניינים פאראיאר און כ'האב ממש לעצטנס אנטדעקט 'אידטיש'.
האסט בעסער געוואלט איך זאל בלייבן איינגערעדט אז זיי זענען ממש באקריוודעטע אידן וואס פארשטייען בכלל נישט וואס מען וויל פון זייער לעבן האבן?
מיט א ברען
פרישער באניצער
פאוסטס: 53
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 5:16 pm
x 51

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מיט א ברען »

מעלבער האט געשריבן: מיטוואך מאי 27, 2026 3:17 pm מען ברענגט דאס ארויף צו ווייזן מיט וועם מ׳האט צו טון דא.

דאס מערסטע וואס איז תסמור שערות אנוש, א האטליין וואס רעפרעזענטירט לב טהור זאל עס אזוי קלאר ארויסזאגן: מ׳האט נישט געוויסט זי גייט שטארבן, א פשוטע טעות.

ווער איז דער ״מ׳״? ״מ״האט נישט געוויסט?

דער וואס צווינגט אריין עסן אין א אידישע פרוי׳ס מויל? דער בלוט-דארשטיגער רוצח וואס האט אויף זיין קאנטע שווערע גאלאנען אידישע טרערן פארגאסן לכבוד אים, דער אכזר וואס האט ערפינדן יעדן טאג פרישע סאדישטישע המצאות וואס מענגעלע קען זיך פארשטעקן פאר אים, דער וואס האט אפגעטיילט קינדער פון עלטערן מענער פון פרויען אויף א סיסטעמאטישע דויטשע פינקטליכקייט...

דער האט פארזען איין זאך: אז מ׳קען שטארבן.

ס׳דערמאנט פון רש״י אין בראשית אז קין האט נישט געוויסט וויאזוי מ׳הרגעט א מענטש, ער האט פראבירט צו שטעכן פון אלע זייטן, ביז ער האט אויסגעפונען וואו די חיות פון א מענטש איז....

דער האט זיך ארומגעשפילט מיט מענטשן ווי קינדער שפילן זיך מיט דאליס. אלע סארט עקספערעמענטן אויספראבירט וויפיל רציחה (תקונים) איין מענטש קען טעכניש סובל זיין.

ויהי היום... איינמאל האט זיך געמאכט אז ער האט געמאכט א טעות, ער האט נישט געוואוסט אז דער סארט עקספערעמענט מאכט מענטשן שטארבן... עס האט פאסירט א טעות און דער דאלי האט אויסגעהויכט איר נשמה. און דער קליינער רוצח׳ל איז, איינגעשלאפן זיס....
ניטאמאל איינגעשלאפן זיס. ער איז געהעריג געשטאנען בראש ביים לוי', און געהאלטן א שיינעם הספד. כ'גלייב נישט ער איז אפילו געווען רויט דעמאלטס... ס'האט נישט אויסגעזען ווי ער האט בכלל געוואוסט וויאזוי זי איז אוועק...
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1560
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15641

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

איך פיל א חיוב מוחאה צו מוחה זיין אויף דעם וואס רוב לב טהור יודן אין גווטאמאלא האט נאך געהעריג וואטסעפ נגד די קלארע הוראה פון מרנא ורבנא הזקן החכם נר''ו. מען איז שוין אזויפיל דורך ביז יעצט, ווער וויל דען פארפאסן זיין לעצטע תיקון? עס ווערט יעצט מקיום די פסוק 'ברבכם זיללו ובהונה ריניתי בחוילה כמוגגנה כלינכם מגופנה', וואו דער נביא זאגט קלאר אז דער וואס וועט נישט עומד בניסיון זיין און פאלגן די לעצטע הוראה פונעם חכם וועט נישט זוכה זיין צו ביאת המשיח.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור,
און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון גדולי הרבנים שליט''א וביניהם הגה''צ דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א ועוד.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2277
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 8040

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

על פי תורה האט געשריבן: פרייטאג מאי 29, 2026 1:26 pm איך פיל א חיוב מוחאה צו מוחה זיין אויף דעם וואס רוב לב טהור יודן אין גווטאמאלא האט נאך געהעריג וואטסעפ נגד די קלארע הוראה פון מרנא ורבנא הזקן החכם נר''ו. מען איז שוין אזויפיל דורך ביז יעצט, ווער וויל דען פארפאסן זיין לעצטע תיקון? עס ווערט יעצט מקיום די פסוק 'ברבכם זיללו ובהונה ריניתי בחוילה כמוגגנה כלינכם מגופנה', וואו דער נביא זאגט קלאר אז דער וואס וועט נישט עומד בניסיון זיין און פאלגן די לעצטע הוראה פונעם חכם וועט נישט זוכה זיין צו ביאת המשיח.
די פסוק שרייט דאך פאר זיך אליינס!!!
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3690
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4600

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אנדערער »

על פי תורה האט געשריבן: פרייטאג מאי 29, 2026 1:26 pm איך פיל א חיוב מוחאה צו מוחה זיין אויף דעם וואס רוב לב טהור יודן אין גווטאמאלא האט נאך געהעריג וואטסעפ נגד די קלארע הוראה פון מרנא ורבנא הזקן החכם נר''ו. מען איז שוין אזויפיל דורך ביז יעצט, ווער וויל דען פארפאסן זיין לעצטע תיקון? עס ווערט יעצט מקיום די פסוק 'ברבכם זיללו ובהונה ריניתי בחוילה כמוגגנה כלינכם מגופנה', וואו דער נביא זאגט קלאר אז דער וואס וועט נישט עומד בניסיון זיין און פאלגן די לעצטע הוראה פונעם חכם וועט נישט זוכה זיין צו ביאת המשיח.
פארוואס טאקע?
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
אוועיטער
אוטובאס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 131
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:15 pm
Location: גיב מיר א מינוט
x 523

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אוטובאס »

על פי תורה האט געשריבן: פרייטאג מאי 29, 2026 1:26 pm איך פיל א חיוב מוחאה צו מוחה זיין אויף דעם וואס רוב לב טהור יודן אין גווטאמאלא האט נאך געהעריג וואטסעפ נגד די קלארע הוראה פון מרנא ורבנא הזקן החכם נר''ו. מען איז שוין אזויפיל דורך ביז יעצט, ווער וויל דען פארפאסן זיין לעצטע תיקון? עס ווערט יעצט מקיום די פסוק 'ברבכם זיללו ובהונה ריניתי בחוילה כמוגגנה כלינכם מגופנה', וואו דער נביא זאגט קלאר אז דער וואס וועט נישט עומד בניסיון זיין און פאלגן די לעצטע הוראה פונעם חכם וועט נישט זוכה זיין צו ביאת המשיח.
אז די וועסט אריינקוקן אין תרגום יונתן, ער גייט נאך אסאך שארפער! וד"ל
תם ולא נשלם!
שבח ושירה לאל בורא עולם!
שרייב פאוסט