בלאט 633 פון 633

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מערץ 23, 2026 4:18 pm
דורך מנהיג
ליינט און האט רחמנות.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג מערץ 24, 2026 2:23 pm
דורך העלפן א איד
הרב יואל יהושע העשיל בלום מראשי העסקנים נעכטן נאכט ביים חתונה פון בן הרבני הנגיד הטפסר המרומם מגדולי תומכים להצלת ילדי לב טהור מו"ה ר' וואלף ווערצבערגער שליט''א
די מחותן הערט א פונקטליכע באריכט ווי מען האלט, און מיט וואס מען קען אלץ ארויס העלפן.
IMG-20260324-WA0017.jpg
IMG-20260324-WA0017.jpg (16.22 KiB) געזען געווארן 2801 מאל

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג מערץ 24, 2026 3:49 pm
דורך העלפן א איד

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 26, 2026 7:19 pm
דורך על פי תורה
נעכטן איז פארגעקומען אין גווטאמאלא די געריכט פון
אהרן אריה טעללער הנקרא אב בי''ד און משה יוסף ראוזנער הנקרא ריש מתיבתא וועלעכע בלייבן אויף בעיל ביזן קומעדיגן משפט אין 3 חדשים ארום.
אזןי אויך די געריכט פון יואל ראוזנער וועלעכע איז ארעסטירט געווארן און גלייך ארויסגעלאזט געווארן אויף בעיל ביזן משפט.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 26, 2026 11:24 pm
דורך גדי
על פי תורה האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 26, 2026 7:19 pm נעכטן איז פארגעקומען אין גווטאמאלא די געריכט פון
אהרן אריה טעללער הנקרא אב בי''ד און משה יוסף ראוזנער הנקרא ריש מתיבתא וועלעכע בלייבן אויף בעיל ביזן קומעדיגן משפט אין 3 חדשים ארום.
אזןי אויך די געריכט פון יואל ראוזנער וועלעכע איז ארעסטירט געווארן און גלייך ארויסגעלאזט געווארן אויף בעיל ביזן משפט.
קען מען שרייבן מער פרטים ארום די משפט?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג מערץ 27, 2026 3:50 pm
דורך על פי תורה
או להם לבריות מעלבונה של תורה!

אין די מינוטן האבן זיך געענדיגט די געריכט פאר 4 משפחות ראוזנער אין אמעריקע:

ליידער ליידער מוז ארויסגעברענגט ווערן מיט ווייטאג, ביים געריכט איז פארגעקומען א שרעקליכע עלבון התורה ווען מרת משה יוסף ראזנער האט געבעטן די שופט ארויס צו שיקן איר אייגענע טאטע כ"ק הגה"צ אב"ד תולדות רפאל קאשוי שליט"א וועלעכע איז פרעזענליך אראפ געקומען צו די געריכט, ארויס צו העלפן ראטעווען די דורות פון די שרעקליכע מקום טומאה וזוהמה.

עס האט זיך ווידעראמאל ארויסגעשטעלט ווי אזוי די מענטשן וועלעכע באלאנגען נאך צו לב טהור וועלן טון יעדע זאך אפי' נגד התורה, אלעס כדי צו קענען אנגיין מיט די מקום טומאה.

ביי די געריכט האבן זיך באטייליגט די זיידע כ"ק הגה"צ אב"ד תולדות רפאל קאשוי שליט"א, די פעטער הרב ר' יחזקאל בלום שליט"א, הרב ר' שמואל הערש בלום שליט"א, הרב יואל יהושע העשיל בלום שליט"א, הרב שלמה זלמן בלום שליט"א, הרב מאיר דוד בלום שליט"א, הרב אשר אהרן בלום שליט"א, און די מומע הרבנית אבראהאם.

די 4 משפחות אויף וועם די געריכט איז היינט געווען זענען פון די וועלעכע זענען אנטלאפן הושענא רבא קיין קאלאמביא, און ווען זיי זענען אנגעקומען צוריק דא קיין אמעריקע האט די FBI אוועק גענומען די קינדער פון צוויי פון די משפחות, די אנדערע צוויי משפחות האבן 2 טאג שפעטער פראבירט צוריק צו אנטלויפן קיין גווטעמאלא, ווען די FBI האט זיי אפגעהאלטן און JFK עירפארט, און אוועק גענומען די קינדער.

היינט איז פארגעקומען די געריכט פאר די משפחות, וואו די שופט האט קלארגעשטעלט אז די עלטערן קענען נישט האבן קיין שום שייכות מיט די קינדער, ווי לאנג זיי גייען נישט אפלאזן די קולט.

כלל ישראל איז מתפלל אז די לעצט פארבליבענע נשמות זאלן בקרוב ארויס געראטעוועט ווערן פון דעם מקום טומאה, זיך פאראייניגן מיט כלל ישראל, און מען זאל שוין בקרוב קענען שליסן דעם ביטערן פרשה.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: זונטאג מערץ 29, 2026 12:06 am
דורך העלפן א איד

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: זונטאג מערץ 29, 2026 12:55 pm
דורך שמועות טובות
על פי תורה האט געשריבן: פרייטאג מערץ 27, 2026 3:50 pm או להם לבריות מעלבונה של תורה!

אין די מינוטן האבן זיך געענדיגט די געריכט פאר 4 משפחות ראוזנער אין אמעריקע:

ליידער ליידער מוז ארויסגעברענגט ווערן מיט ווייטאג, ביים געריכט איז פארגעקומען א שרעקליכע עלבון התורה ווען מרת משה יוסף ראזנער האט געבעטן די שופט ארויס צו שיקן איר אייגענע טאטע כ"ק הגה"צ אב"ד תולדות רפאל קאשוי שליט"א וועלעכע איז פרעזענליך אראפ געקומען צו די געריכט, ארויס צו העלפן ראטעווען די דורות פון די שרעקליכע מקום טומאה וזוהמה.

עס האט זיך ווידעראמאל ארויסגעשטעלט ווי אזוי די מענטשן וועלעכע באלאנגען נאך צו לב טהור וועלן טון יעדע זאך אפי' נגד התורה, אלעס כדי צו קענען אנגיין מיט די מקום טומאה.

ביי די געריכט האבן זיך באטייליגט די זיידע כ"ק הגה"צ אב"ד תולדות רפאל קאשוי שליט"א, די פעטער הרב ר' יחזקאל בלום שליט"א, הרב ר' שמואל הערש בלום שליט"א, הרב יואל יהושע העשיל בלום שליט"א, הרב שלמה זלמן בלום שליט"א, הרב מאיר דוד בלום שליט"א, הרב אשר אהרן בלום שליט"א, און די מומע הרבנית אבראהאם.

די 4 משפחות אויף וועם די געריכט איז היינט געווען זענען פון די וועלעכע זענען אנטלאפן הושענא רבא קיין קאלאמביא, און ווען זיי זענען אנגעקומען צוריק דא קיין אמעריקע האט די FBI אוועק גענומען די קינדער פון צוויי פון די משפחות, די אנדערע צוויי משפחות האבן 2 טאג שפעטער פראבירט צוריק צו אנטלויפן קיין גווטעמאלא, ווען די FBI האט זיי אפגעהאלטן און JFK עירפארט, און אוועק גענומען די קינדער.

היינט איז פארגעקומען די געריכט פאר די משפחות, וואו די שופט האט קלארגעשטעלט אז די עלטערן קענען נישט האבן קיין שום שייכות מיט די קינדער, ווי לאנג זיי גייען נישט אפלאזן די קולט.

כלל ישראל איז מתפלל אז די לעצט פארבליבענע נשמות זאלן בקרוב ארויס געראטעוועט ווערן פון דעם מקום טומאה, זיך פאראייניגן מיט כלל ישראל, און מען זאל שוין בקרוב קענען שליסן דעם ביטערן פרשה.
און דאס איז אויסערדעם וואס זי הערט נישט אויף אריינפרעדיגן אין אירע קינדער אז איר טאטע איז ריין פון די ערב רב און מען דארף אים נאר אויסנוצן כדי אים צוצושלעפן ער זאל זיך אננעמען פאר זיי
און עס איז איר שוין געלונגען ארויסצושלעפן פון איר טאטע פארגאנגענעם חודש אלול מער פון טויזנט דאלאר קעש דורך וויינען צו אים אז זי איז זייער פארארעמט און מיט די געלט איז זי אנטלאפן קיין קאלאמביע על אפו ועל חמתו וכו' וכו'

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מערץ 30, 2026 1:02 pm
דורך העלפן א איד

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג מערץ 31, 2026 4:40 pm
דורך שעה משחקת לו
און די מינוטן האבן זיך גענדיקט 2 געריכטן דא און א אמעריקא, ערשטע געריכט איז געווען בנוגע א געפיילטע ארדער אף פראטעקשן אנטקעגען אהרן ישעי' ראזנער (שריפת חלה) וויליאמסבורג, פון די באורד פון "קול יוצאי לב טהור" וואס איז שוין געווען אינוואלווד און קידנעפן קינדער (בעצם יום השבת), און זיי ארויס געשווערצט פון אמעריקא מיט פאלטשע פאספארטן, און זיי צוריק געטראגן קיין מעקסיקא צו די מקום טומאה וזוהמא לב טמא, אפאר וואכען צוריק האט ער פראבירט צו אינטעווינירן נישט ליגאל מיט געוויסע קינדער פון לב טהור וואס געפינען זיך דא און אמעריקא, די עסקנים נישט נעמענדיג מער קיין טשענסעס האבן תיכף גענומען שריט, און געפיילט א ארדער אף פראטעקשן, ווי עס ארבעט האט די שופט דאס תיכף נאכגעגעבען קודם אלץ א טעמפערערי ארדער, היינט האט די שופט באשטעטיקט די ארדער אף פראטעקשן אויף פערמינאנט, נישט וועלענדיג נעמען שאנסן מיט אזא קרימינאל. צווייטע געריכט איז געווען בנוגע די קינדער פון משפחת יעקב נחום וויינגארטן שר"י, די שופט האט ביי די געריכט קאטאגאריש אפגעווארפן סיי וועלכע פארלאנג פון וויזיטעישן, אפי' סאפערווייזט וויזיטעישן, די נעקסטע געריכט וועט פארקומען און 5-6 וואכען ארום.

https://chat.whatsapp.com/GbrSQbJpSEcId ... ?mode=gi_t