
בצל הקודש

=דינסטאג וירא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' ישראל שפיטצער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' שמעון ווידער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר משה בנימין יצחק כהן הי"ו.
ב"ר יצחק יודא דוד אונגאר הי"ו.
ב"ר יואל בנימין דייטש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ל"א.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
שמחת החתונה פון נכדת רבינו הכלה בת חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מ'דושינסקיא שליט"א חתן הגה"צ גאב"ד סיגעיט שליט"א,
עב"ג החתן הרב ישעי' רובין שליט"א בן הרה"ג ר' ארי' מנחם מענדל שליט"א בן הגה"צ רבי יחזקאל שרגא שליט"א - אבד"ק טאמאשוב וחתן הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א.
ארום 5:15 איז רבינו שליט"א אריין געקומען אין חדר שמואל חיים בביהמ"ד הגדול ווי דער דער רבי האט געדאווענט מנחה, נאך מנחה איז די גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער לברך ולהתברך ביי מרן רבינו שליט"א.
רבינו שליט"א איז אריין געקומען צום קבלת פנים ארום 5:50, במשך די קבלת פנים האט מען געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות,
דערנאך האט די בדחן האברך ר' משה יושע ווייס הי"ו אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין און אויסגערעכנט די גרויסע יחוס פון די חתן כלה.
ביים קבלת פנים האט זיך משתתף געווען כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א.
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, חשוב'ע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען ווארעמע דברות קודש לעורר זכות אבות און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור,
דערנאך איז מען געגאנגען צום באדעקן אין די זאלן פון קרן ויואל משה, ווי מען האט מסדר געווען די כתובה.
ביים חופה האט רבינו שליט''א מכבד געוועהן מיט סידור קידושין הגה"צ גאב"ד סיגעיט שליט"א, די עלטער זיידע פון די כלה.
קריאת הכתיבה: הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א, די זיידע פון די חתן.
ברכות ראשונות: כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, די זיידע פון די כלה.
ברכה אחריתא: הגה"צ אבד"ק טאמאשאב שליט"א, די זיידע פון די חתן.
עדי קידושין: הרה"ג ר' זלמן לייב רובין שליט"א - אב"ד דינוב מאנסי, און הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א.
ביים חופה האט זיך משתתף געווען די שוואגער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
דערנאך האט רבינו שליט"א געוואונטשן ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די געהויבענע זיידעס.
עטליכע מינוט נאך די חופה ארום 7:45 האט דער רבי געדאווענט מעריב בחדר שמואל חיים אין ביהמ"ד הגדול.
דער רבי איז אריין געקומען צום סעודת החתונה ארום 8:10, דער רבי האט געטאנצען עטליכע מינוט אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צום סעודה,
נאך די פיש האט דער רבי געמאכט א לחיים און געוואונטשן לכל העם הנאספים.
ארום 9:25 איז דער חתן אריינגעקומען און דער רבי האט געטאנצען מיטן חתן פאר א לענגערע צייט, און דערנאך מכבד געווען די זיידעס און די מחותנים הרבנים הגאונים שליט"א צו טאנצען מיטן חתן,
דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א.
דער רבי האט פארלאזט די ביהמ"ד ארום 10:00 אזייגער,
ארום 11:10 איז דער רבי אריין געקומען צו ברכת המזון, מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א,
ברכות ראשונות: הגה''צ אב"ד דקהלתינו 15טע עוו. ב"פ שליט"א,
ברכה אחריתא: הרה"צ רבי חיים אלעזר ראבינאוויטש שליט"א - ר"י מונקאטש בן כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א עלטער פעטער פון די חתן.
דערנאך האט די בדחן האברך ר' משה יושע ווייס הי"ו אויסגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארעמע חרוזים און מעורר געווען זכות אבות הק', דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, וכל העם הנאספים,
דערנאך האט דער רבי אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש פאר א לענגערע צייט, דערנאך איז דער רבי געטאנצען מיטן חתן, און דערנאך מיט חדב"ן הגה"צ רבי דוד דוב שליט"א ובני משפחתו, און דערנאך מיט משפחת המלוכה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זי"ע,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט אחיו הגה''צ אב"ד דקהלתינו 15טע עוו. ב"פ שליט"א,
דערנאך האט מען אויסגערופן צום מצוה טאנץ די זיידעס כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, הגה"צ אבד"ק טאמאשוב שליט"א, און הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א, און דערנאך די אבי החתן הגה"צ רבי ארי' מנחם מענדל שליט"א און אבי הכלה חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א,
דערביי האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ מיט יעדע פון די זיידעס און מחותנים באזונדער.
דערנאך האט די בדחן אויסגערופן די חתן, מען האט געטאנצען אשת חיל, און דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די חתן כלה, דער רבי האט פארלאזט די ביהמ"ד אום 2:25.
~

~