בלאט 622 פון 633

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 05, 2026 10:07 pm
דורך אוטובאס
עסקן נמרץ האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 05, 2026 9:29 pm מ'האט ארעסטירט מאיר יואל אין די פארלאפענע מינוטן.
אין גואטאמאלא?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 05, 2026 11:18 pm
דורך בערל דער פייפער
בערל דער פייפער האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2025 12:12 am
צופראסקעט האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 11:40 pm א סליחות אין קרית בבל
מוצאי שבת 1:35 איז חיים יעקב אלימלך ראזנער צוגעגענגן צום עמוד
מען האט גענדיקט ארום 3:10
פאלגענד איז א רשימה פון די משתתפים
ריש מתיבתא
אב"ד
חיים יעקב אלימלך ראזנער
יואל ראזנער
אברהם יודא לייבוש מלכה
מאיר יואל מלכה
אלטער ניסן גאלדמאן
מרדכי שרגא גאלדמאן
שאול בויער
שמואל נחום בויער
יושע חיים זיסל לאווער
משה יוסף מנחם העלבראנץ
אברהם חנה דוד קמחי
ברוך יושע (די נייע גר)
אברהם דינקל

האפענטליך וועט שוין איבער א יאהר יעדער זיין על המנוחה ואל הנחלה בארץ הקודש מיט משיח אינאיינעם
ווי אזוי שטימט עס מיט דעם?
על פי תורה האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2025 10:49 am מאיר יואל מלכא (ער איז פארשטעלט ווי א גוי, אזוי דערקענט אים קיינער נישט)
פאר ווער עס האט נישט מיטגעהאלטן

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג פעברואר 06, 2026 12:01 am
דורך בסד
עסקן נמרץ האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 05, 2026 9:29 pm מ'האט ארעסטירט מאיר יואל מלכה אין די פארלאפענע מינוטן.
וואס איז זיין פאזיציע?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג פעברואר 06, 2026 11:56 am
דורך שמועות טובות
כשמו כן הוא
טיילן 'מלקות' צום טויט איז זיין פאזיציע געוועזען אלע יארן

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג פעברואר 06, 2026 12:38 pm
דורך חלא בר חמרא
@אין כל חדש אין אנדערע ווערטער זאגסטו אז עסקנים זענען געוועהן אינוואלווד אין ארעסטירן ר' מאיר יואל?

אזוי קוקט אויס לפום ריהטא פון די פאוסט. טאמער נישט, שטעל קלאר וואס דו האסט געמיינט מיט'ן פאוסט.

viewtopic.php?p=241278#p241278

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג פעברואר 06, 2026 12:40 pm
דורך טיפע טאשן
חלא בר חמרא האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 06, 2026 12:38 pm @אין כל חדש אין אנדערע ווערטער זאגסטו אז עסקנים זענען געוועהן אינוואלווד אין ארעסטירן ר' מאיר יואל?

viewtopic.php?p=241278#p241278
אויב יא אויב ניין?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג פעברואר 06, 2026 12:40 pm
דורך חלא בר חמרא
טאקע נישט נוגע, נאר פאר די וועלכע ווילן וויסן.

לכאורה מיט'ן פאוסט האט ער עפעס געוואלט לאזן הערן, אבער מחמת קוצר המשיג ועומק המושג האב איך (און נאך) לצערי נישט פארשטאנען.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג פעברואר 06, 2026 1:07 pm
דורך אין כל חדש
סענס אף יומער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 06, 2025 3:30 pm ערב סוכות תשפ"ו לפ"ק.

צום אלעם ערשטן דארף מען אפגעבן א שבח והודאה פארן רבש"ע, אז מיר האבן געהאט דעם זכיה און געקענט זיין א חלק, מיט די הילף פון כלל ישראל, אין די פעולות און השתדלות אפצוראטעווען די קינדערלעך יוצאי לב טהור, וואס אצינד דארף מען שוין נישט מאריך זיין בכלל אין וואספארא שרעקליכע מקום און אומשטענדן זיי האבן זיך געפינען ברוחניות ובגשמיות, און געלויבט דעם אייבערשטן אז מען האט געזען דעם יד השם און אפענע סייעתא דשמיא אויף יעדן טריט און שריט, און דער רבש"ע זאל טאקע העלפן אז זיי אלע זאלן אויסוואקסן אמת'ע ערליכע תורה טרייע אידן לשם ולתפארת.

אזוי ווי א גרויס חלק פון כלל ישראל זענען דאך שותפים לדבר מצוה, און טוען זיך זארגן פאר די וואוילזיין פון די טייערע קינדער אויף א אויסטערלישע פארנעם, פראבירן מיר עסקנים צו זיין די מערסטע אפן מיטן ציבור, און מיטטיילן די מערסטע דעטאלן וויפיל ס'איז שייך איבער די פארשריט אויף א יעדע פראנט. (עס איז דא אסאך פרטים װאס מ'קען כעת נישט מיטטיילן, כדי נישט צו שטערן די וואוקס און הצלחה פון די טייערע קינדערלעך שיחיו, און, בעז"ה ביים סעודת הודאה וועט מען קענען אסאך מער פארציילן, אבער אסאך דעטאלן וועט שטענדיג דארפן בלייבן פארהוילן צוליב די סענסיטיווקייט פונעם פרשה).

עס זענען אריין געקומען גאר אסאך פראגן פונעם ציבור, בעיקר בנוגע וויאזוי מען גייט גיין פון דא און ווייטער אויפן נייעם יאר שנת תשפ"ו, און בנוגע אז די ראשי הכת זאלן אלע בעז"ה ווערן אומשעדליך אויפן עתיד, ווי אויך בנוגע די קינדער וואס זענען שוין ארויסגעקומען פון גואטעמאלא צו אנדערע לענדער אבער זייערע עלטערן האלטן זיך נאך שטארק מיט די לב טהור רשעות, און וואס ס'איז די פלאן מיט די קינדער וואס זענען מאיזה סיבה שהוא געבליבן מיט די עלטערן אין גואטעמאלא.

מיר וועלן פראבירן ווי ווייט מעגליך צו ענטפערן די שאלות די קלארסטע וואס מען קען מיטטיילן, ויותר ממה שקראתי לפניכם כתוב כאן.

די ערשטע זאך ווילן מיר קודם קלאר מאכן אז מיר עסקנים, וואס דער מסבב כל הסיבות האט אזוי געפירט אז עס איז צו אונז אנקומען דעם צעקת אחינו ילדי בני ישראל, וועלן בס"ד ובהוראות הרבנים נישט נאכלאזן און מיד ווערן, און מיר וועלן נישט מסיח דעת זיין און נישט אפטרעטן, ביז די חבורה וועט זיין אויסגעריסן אינגאנצן אן איבערלאזן נאך זיך די מינדעסטע איבערבלייבעניש, אפגעזעהן די צייט, געלט, כח, וואס וועט זיך פאדערן דאס צו דערגרייכן.

און אצינד לאמיר זיך באציען צו עטליכע וויכטיגע נקודות איבער די שאלות וואס ווערן כסדר געפרעגט פון די עסקנים.

1) בנוגע די אנפירערס וואס האבן זיך נישט נישט געטוישט און אפגעלאזט די חבורה, וועט זיך נאך יו"ט אננהייבן די קרימינאלע טרייעלס אויף די וואס האבן שוין קלאגעס, און עס גייט פארענדיגט ווערן די קלאגעס אויף אזעלכע וואס זענען נאך דערווייל נישט ארעסטירט. ליידער איז די סכום פון קלאגעס אין די שווערע צענדליגע. עס איז נישט יעצט די צייט אריין צו גיין דא אין אן אריכות וויאזוי די קרימינאלע סיסטעם אין גואטעמאלא ארבעט, אבער מיר ווילן קלאר מאכן, אז מען זאל קיינמאל נישט נעמען קיין שום ראיות פון אנדערע נייעס קוואלן אז איינער איז באפרייט ווילאנג מיר מעלדן דאס נישט, וויבאלד א מענטש וואס קען האבן אויף זיך פינף קלאגעס, און צומאל וועט מען אים משום סיבות שונות קודם אנקלאגן נאר אויף איין קלאגע, און ער גייט ארויס ריינגעוואשן פון די איין ספעציפישע קלאגע, מיינט דער אנגעקלאגטער אז ער קען שוין פאקן פעק און ארויספארן פריי פון לאנד, ער ווייסט גארנישט אז ער האט נאך מערערע קלאגעס וואס גייען נאך נאכקומען. (ווען מיר עסקנים ארבעטן בס"ד ריינצואוואשן איינעם פון זיינע קלאגעס, גייען מיר איבער אלע קלאגעס זיכער צו מאכן אז די מענטש ווערט באפרייט אינגאנצן, און נישט אז מען זאל יעדן טאג דארפן ארבעטן פונדאסניי). ווי אויך איז דא צומאל געוויסע סיבות פארוואס זיי ארעסטירן נישט איינעם וואס דארף ארעסטירט ווערן, וויבאלד די פראסעקיוטערס האבן א נוצן פון דעם אז יענער פערזאן זאל נאך זיין פריי, ואכמ"ל. (דאס ענין פון געבן שוחד פאר שופטים וכדומה וואס די ראשי הכת פלעגן, און טוען זיך נאך באנוצן דערמיט, קענען מיר נישט דא בארירן ברבים. צוליב די ערנסטע אינוועסטיגעישאנס וואס גייען אן דערוועגן, איז נישט לעגאל מיטצוטיילן סיי וועלכע דעטאלן דערוועגן, אבער אזויפיל קענען מיר זאגן, אז בס"ד מאכן מיר זיכער אז דאס זאל מער נישט קענען ארבעטן, און מ'וועט בעז"ה מפרסם זיין מער ווען מען וועט קענען לעגאל אדרעסירן דעם נושא).

2) בנוגע די משפחות וואס זענען שוין ארויסגעקומען און זיי האלטן זיך נאך מיט די רשעות'דיגע סארט לעבנסשטייגער, ווילן מיר מודיע זיין, אז מיר פארמאגן די נויטיגע קשרים צו געבן לעגאלע הילף פאר די אלע משפחות וואס זייערע משפחה מיטגלידער זענען פון די וואס ווילן זיך נישט טוישן. נאר אין די לעצטע צוויי וואכן אליינס האבן געריכטן דא אין אמעריקע אוועקגענומען די רעכטן פון עטליכע לב טהור עלטערן אויף זייערע קינדער, און איבערגעגעבן זייערע קינדער פאר אנדערע משפחה מיטגלידער. איין משפחה פון ניו דזשערסי, און איין משפחה פון מישיגן. (אין ניו יארק איז שוין געווען אזא פרשה א שטיק צייט צוריק). און לויט ווי עס קוקט יעצט אויס, וועט מען נאך די ימים טובים דארפן העלפן נאך געציילטע משפחות אוועק צו נעמען די קינדער פון די עלטערן זיי צו ראטעווען, אויסער אויב עס וועט פאסירן א טויש ביי זיי ביז נאך יום טוב. (איראניש איז, ווי יעקב נחום וויינגארטן, דער א.גַ גרויסער עקספערט און פארשטייער אין געזעץ, האט גע'פסק'נט פאר די לב טהור משפחות זיך נישט צו טוישן, און אז זיי זאלן גיין וואוינען אין ניו דזשערסי, ווייל דארטן וועט מען נישט קענען אוועק נעמען קינדער דורך די געריכט אפילו אויב מען פייניגט די קינדער מיט אלע אלטע לב טהור דרכים).

3) בנוגע די משפחות מיט קינדער וואס געפינען זיך נאך אין גואטעמאלא, גרייט מען זיך בס"ד נאך יו"ט צו פיילן קלאגעס אנטקעגן די עלטערן וואס ווילן נישט ארויספארן פון גואטעמאלא, וואס זיי זענען באגאנגען אסאך אומלעגאלע אקטיוויטעטן. עס זענען אויך דא דארט צוויי משפחות וואס די טאטעס זענען נישט דארט מיט די מאמע און די קינדער, און אין אזעלכע פעלער וועלן די קלאגעס דארפן גיין אויף די מאמעס. מען ארבעט אויס אז די קלאגעס זאל זיין אויף אזעלכע סארט פארברעכנס וואס מען געבט אונטער פינף יאר תפיסה, וואס אין אזא פאל קען מען אויסקויפן די תפיסה מיט געלט, אבער אזא מענטש ווערט ארויסגעווארפן פון לאנד, וואס דאס איז די הויפט ציל בסייעתא דשמיא. ווי אויך גייען מיר ארבעטן מיט די אימיגראציע אויטאריטעטן ארויס צו ווארפן אלע אנדערע פארבליבענע מיטגלידער פון לאנד. בעז"ה וועלן מיר נישט רוען ביז אלע קינדער גייען ארויס פון דארט און זענען מסודר אין אנדערע לענדער צווישן דעם היימישן ציבור.

4) אויב איז דא איינער וואס האט א משפחה מיטגליד אדער א ידיד וואס איז נאך אין גואטעמאלא מיט קינדער, און יענער וויל באמת ארויס קומען, נאר ער דארף סיי וועלכע הילף ארויס צו גיין פון לאנד ווי פאספארטס, גרין קארדס וכדו', זאל מען זיך פארבינדן מיט די עסקנים ביז אסרו חג, כדי מען זאל חלילה נישט לייגן קיין קלאגעס אויף אומשולדיגע משפחות.

דער אייבערשטער זאל העלפן אז אלע משפחות זאלן שוין אויפגעראכטן ווערן, און זוכה זיין מגדל צו זיין זייערע קינדער על דרך ישראל סבא במנוחה, און מיר זאלן אלע זוכה זיין צו גיין אנטקעגן משיח צדקינו בב"א.

החותמים:
ראשי העסקנים להצלת ילדי לב טהור
עשה למענך אם לא למענינו:

די עסקנים בעטן זיך נאכאמאל בכל לשון של בקשה, צו די געציילטע משפחות "מיט קינדער" וואס זיצן און ווארטן אויף משיח אין גואטאמאלע, משיח וועט דאך ממילא בהכרח מוזן קומען קיין אמעריקא צו די חכם און תפיסה, ענק וועלן זיך שטעלן דארט ביי די תפיסה און דער חכם ברוב רחמיו וחסדיו וועט ענק זיכער מיט נעמען קעגן משיח אפי' ענק זענען בהכרח ארויס פון גוטעמאלא.

נעמטס אין אכט, "ענק גייען מיט די קינדער בס"ד נישט קענען בלייבן אין גואטאמאלע", הייבטס ענק אויף און גייטס ארויס ווען ענק זענען נאך עלטערן צוזאמען מיט ענקערע קינדער, ווארטס נישט אז מען זאל ענק דארפן ח"ו אפטיילן פון די קינדער, און אזוי ארויס ראטעווען די קינדער.

עס איז בס"ד בס"ה א רעדע פון צייט ביז מען וועט אנקומען צו א יעדעם איינעם. נעמטס ענק אריין אין קאפ: "לב טמא איז א בלוטיגע "היסטאריע" פון כלל ישראל". עס וועט נישט בלייבן דערפון קיין שריד ופליט בע"ה.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג פעברואר 06, 2026 1:13 pm
דורך מענדי קעניג
יואל מלכה

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג פעברואר 06, 2026 1:21 pm
דורך נאסע שמאטעס
חלא בר חמרא האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 06, 2026 12:38 pm @אין כל חדש אין אנדערע ווערטער זאגסטו אז עסקנים זענען געוועהן אינוואלווד אין ארעסטירן ר' מאיר יואל?

אזוי קוקט אויס לפום ריהטא פון די פאוסט. טאמער נישט, שטעל קלאר וואס דו האסט געמיינט מיט'ן פאוסט.

viewtopic.php?p=241278#p241278
עס קען נישט זיין אז די עסקנים האבן אים ארעסטירט. אלע שופטים זענען דאך שוין אונטערגעקויפט ביי לב טהור און יו"ט ליפא יואל ראזנער איז שוין רואיג אז די עסקנים קענען מער נישט ארעסטירן קיין פארברעכער. נישט אזוי? אזוי האב איך דא געהאט געליינט...

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג פעברואר 06, 2026 1:22 pm
דורך חלא בר חמרא
ליינען קענסטו יא? וואו שטייט דאס?

דו האסט וועם צו פרעגן...

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג פעברואר 06, 2026 1:25 pm
דורך חלא בר חמרא
וואס אי זטאקע געווראן מיט די אינוועסטיגעישאנס פון וועלכע @סענס אף יומער האט גערעדט???

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג פעברואר 06, 2026 1:28 pm
דורך אין כל חדש
חלא בר חמרא האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 06, 2026 12:38 pm @אין כל חדש אין אנדערע ווערטער זאגסטו אז עסקנים זענען געוועהן אינוואלווד אין ארעסטירן ר' מאיר יואל?

אזוי קוקט אויס לפום ריהטא פון די פאוסט. טאמער נישט, שטעל קלאר וואס דו האסט געמיינט מיט'ן פאוסט.

viewtopic.php?p=241278#p241278
ליידער זענען דא היינט קינדער און אמעריקא וואס ליידען נאך היינט ערענסטע מעדיקעל קאנדישן'ס, ליידער א חלק דערפון פערמינענט, וואס איז צושטאנד געקומען פון די קאלטבלוטיגע רוצחישע מכות פון מאיר יואל מלכא, מען קען אין דעם אסאך מאריך זיין.

דאס איז אחוץ וואס ער האט באהאלטן די חתונה געהאטע אינגע פרויען פאר חדשים, די עסקנים האבן אלע מעדיקעל רעקארדס פון די דאקטוירים אין גוטעמאלא וואס האבן אונטער געזיכט די פרויען, נאכן זיך אונטער געבען פאר די רעגירונג, און זענען אריין אין שעלטער, תסמור שערות אנוש.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג פעברואר 06, 2026 1:48 pm
דורך נח איש צדיק
אין כל חדש האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 06, 2026 1:28 pm

איך קען מענטש וואס זענען דאמיטדש דארך די ווייב פון משה יוסף ראזנער וואס זי מאכט נאך משוגע גוויסע משפחה אינטרסנטע פאר וואס איר בלוט איז ווייסער

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג פעברואר 06, 2026 1:59 pm
דורך מסתמא
נח איש צדיק האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 06, 2026 1:48 pm
אין כל חדש האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 06, 2026 1:28 pm
חלא בר חמרא האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 06, 2026 12:38 pm @אין כל חדש אין אנדערע ווערטער זאגסטו אז עסקנים זענען געוועהן אינוואלווד אין ארעסטירן ר' מאיר יואל?

אזוי קוקט אויס לפום ריהטא פון די פאוסט. טאמער נישט, שטעל קלאר וואס דו האסט געמיינט מיט'ן פאוסט.

viewtopic.php?p=241278#p241278
ליידער זענען דא היינט קינדער און אמעריקא וואס ליידען נאך היינט ערענסטע מעדיקעל קאנדישן'ס, ליידער א חלק דערפון פערמינענט, וואס איז צושטאנד געקומען פון די קאלטבלוטיגע רוצחישע מכות פון מאיר יואל מלכא, מען קען אין דעם אסאך מאריך זיין.

דאס איז אחוץ וואס ער האט באהאלטן די חתונה געהאטע אינגע פרויען פאר חדשים, די עסקנים האבן אלע מעדיקעל רעקארדס פון די דאקטוירים אין גוטעמאלא וואס האבן אונטער געזיכט די פרויען, נאכן זיך אונטער געבען פאר די רעגירונג, און זענען אריין אין שעלטער, תסמור שערות אנוש.
איך קען מענטש וואס זענען דאמיטדש דארך די ווייב פון משה יוסף ראזנער וואס זי מאכט נאך משוגע גוויסע משפחה אינטרסנטע פאר וואס איר בלוט איז ווייסער
און דו ווייסט אז איר ברודער ריי”ה מסרט איר נישט? וואס גייסטו טענה‘ן איין טאג נאך די קייטעלעך? זאג שוין פון פאראויס...

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מוצש"ק פעברואר 07, 2026 8:59 pm
דורך שעה משחקת לו
IMG_4913.jpeg
IMG_4913.jpeg (414.66 KiB) געזען געווארן 1643 מאל
אסאך רביס אן תלמידים

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מוצש"ק פעברואר 07, 2026 9:00 pm
דורך שעה משחקת לו
IMG_4914.jpeg
IMG_4914.jpeg (426.23 KiB) געזען געווארן 1639 מאל
יעצט און לב טהור סעודה שלישית

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מוצש"ק פעברואר 07, 2026 11:06 pm
דורך קטן בקטנים
שעה משחקת לו האט געשריבן: מוצש"ק פעברואר 07, 2026 9:00 pm IMG_4914.jpeg
יעצט און לב טהור סעודה שלישית
ווער האט גענומען די בילדער?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: זונטאג פעברואר 08, 2026 3:58 am
דורך שקיעה
שעה משחקת לו האט געשריבן: מוצש"ק פעברואר 07, 2026 8:59 pm IMG_4913.jpeg
אסאך רביס אן תלמידים
עס איז דא דארט מנין ?
איינער קען זאגן די נעמען ווער עס איז אלץ דארט?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: זונטאג פעברואר 08, 2026 9:40 am
דורך לעבער אייער
די וואך שבת איז געווען א גרויסע שבת אין בבל
עס האבן געוויילט דארטן
הרב מרדכי צמח לעווי מארץ הקודש
הרב ישראל הורוויץ מקרית יואל
הרב אהרן גאלדמאן ממאנטרעאל

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: זונטאג פעברואר 08, 2026 10:18 am
דורך אוטובאס
לעבער אייער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2026 9:40 am די וואך שבת איז געווען א גרויסע שבת אין בבל
עס האבן געוויילט דארטן
הרב מרדכי צמח לעווי מארץ הקודש
הרב ישראל הורוויץ מקרית יואל
הרב אהרן לעווי ממאנטרעאל
מה טיבם של אלו?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: זונטאג פעברואר 08, 2026 10:39 am
דורך לעבער אייער
אוטובאס האט געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2026 10:18 am
לעבער אייער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2026 9:40 am די וואך שבת איז געווען א גרויסע שבת אין בבל
עס האבן געוויילט דארטן
הרב מרדכי צמח לעווי מארץ הקודש
הרב ישראל הורוויץ מקרית יואל
הרב אהרן לעווי ממאנטרעאל
מה טיבם של אלו?
זיי האבן געוואלט.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: זונטאג פעברואר 08, 2026 10:59 am
דורך עסקן נמרץ
לעבער אייער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2026 9:40 am די וואך שבת איז געווען א גרויסע שבת אין בבל
עס האבן געוויילט דארטן
הרב מרדכי צמח לעווי מארץ הקודש
הרב ישראל הורוויץ מקרית יואל
הרב אהרן גאלדמאן ממאנטרעאל

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: זונטאג פעברואר 08, 2026 11:14 am
דורך חוקר ודורש
עסקן נמרץ האט געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2026 10:59 am
לעבער אייער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2026 9:40 am די וואך שבת איז געווען א גרויסע שבת אין בבל
עס האבן געוויילט דארטן
הרב מרדכי צמח לעווי מארץ הקודש
הרב ישראל הורוויץ מקרית יואל
הרב אהרן גאלדמאן ממאנטרעאל
.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: זונטאג פעברואר 08, 2026 11:14 am
דורך אוטובאס
כפארשטיי נישט, מ'לאזט זיי צוריק פארן?