בלאט 63 פון 69
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 15, 2025 3:48 pm
דורך שמח

- 1000395807.jpg (9.32 KiB) געזען געווארן 698 מאל
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 15, 2025 5:25 pm
דורך קענסט מיר נישט
גרינגראז האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 15, 2025 3:46 pm
בודקע האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 15, 2025 2:16 am
די זיצונג צווישן פוטין און טראמפ אין ענקארידזש אלעסקע וועט זיך אנהייבן פרייטאג 10:00 אין אוונט מאסקווע צייט און 3:00 נאכמיטאג אינזער צייט, די ווייסע הויז האט געמאלדן.
האט זיך שוין אנגעהויבן??
יא
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 15, 2025 6:49 pm
דורך בודקע
אוקראינא באריכטעט אז אירע קרעפטן האבן באוויזן צו זיקן א שיף וואס האט געפירט איראנער מיליטערישע סופליי פאר רוסלאנד
ו' עקב פ״ה
די שיף וואס האט געפירט איראנער דראונס און אנדערע וואפן איז אטאקירט געווארן ווען עס האט זיך געפונען ביים אָוליאָ פארט אין רוסלאנד. אוקראינער באאמטע זאגן אז זיי האלטן נאך אינמיטן דורכפירן א קלארע אפשאצונג אויף די סוקסעס פון די אטאקע.
0:24
פרעזידענט טראמפ האט זיך ארויס געלאזט מיט עיר פארס 1 קיין אלאסקא צום סאמיט היינט נאכמיטאג מיט'ן רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין
ו' עקב פ״ה
צווישן די מענטשען וועם טראמפ ברענגט מיט צום סאמיט זענען סעקרעטערי אוו סטעיט מארקא רוביא, סי-איי-עי דירעקטער דזשאן רעטקליף, פארשטייער סטיוו וויטקאף, קאמערס סעקרעטערי האווערד לוטניק און טרעזשארי סעקרעטערי סקאט בעסענט. רעדענדיג צו ריפארטער בעפאר'ן אויפשטייגן אויף עיר פארס 1 האט טראמפ געזאגט אז ער האט געהערט אז פוטין ברענגט מיט אסאך ביזנעסלייט צום סאמיט, און ער איז צופרידן דערפון אז זיי ווילן טון ביזנעס, אבער בעפאר די מלחמה ענדיגט זיך וועט נישט פארקומען קיין שום ביזנעס. פוטין האט אין די זעלבע צייט באזיכט א פיש אויל פלענט אין א רוסישע געגענט פון וואו עס נעמט ארום 4 שעה צייט צו פליען קיין ענקארידזש.פוטין'ס פרעסע סעקרעטערי דימיטרי פעסקאוו זאגט אז פוטין גייט ארויס פליען פון דארט זייער פונקטליך, וויבאלד עס איז געווארן אפגעמאכט אז ער גייט זיך טרעפן מיט טראמפ אויפ'ן ראנוועי אין אלאסקא. לויט טייל באריכטן איז פוטין ערווארטעט צו ווערן אויפגענומען מיט א שיינעם רויטן טעפיך, אבער די באריכטן זענען נישט באשטעטיגט געווארן. פוטין ברענגט מיט א צאל הויעך ראנגיקע רוסישע באאמטע, צווישן זיי אויסערן מיניסטער סערגעי לעווראוו, דיפענס מינסעטר אנדרעי בעלוסָאוו, פינאנץ מיניסטער ענטאן סילאָונאוו, און קיריל דימיטיריעוו, דער הויפט פון א גרויסע רוסישע אינוועסטמענט פאנד. דער פראנצויזישער פרעזידענט עמענועל מעקרון זאגט אז ער הט היינט גערעדט מיט אוקראינא'ס פרעזידענט וולאדימיר זעלענסקי, און זיי גייען רעדן נאכאמאל נאכדעם וואס די סאמיט ענדיגט זיך.
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
געפאוסט: מוצש"ק אוגוסט 16, 2025 9:36 pm
דורך Spa 42
פרעזידענט טראמפ שרייבט אז די סאמיט פרייטאג מיט פוטין איז געגאנגען זייער גוט, און אז ער האט גערעדט טעלעפאניש מיט פרעזידענט זעלענסקי, און מיט די פירער פון נאטא.
טראמפ שרייבט אז זעלענסקי גייט קומען מאנטאג נאכמיטאג צום ווייסן הויז אין וואשינגטאן די. סי.

- ח.jpeg (174.69 KiB) געזען געווארן 600 מאל
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
געפאוסט: מוצש"ק אוגוסט 16, 2025 11:07 pm
דורך אנדערער
בודקע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 14, 2025 3:09 pm
טראמפ וועט אנבאטן פאר פוטין אויל גראבונג רעכטן אין אלאסקע אויב שטעלט ער אפ די אוקראינע מלחמה
ה' עקב פ״ה
טראמפ וויל אפערן פאר פוטין די עקאנאמישע בענעפיטן אים צו מאכן וועלן אפשטעלן די מלחמה אין אוקריינע, און צווישן די אפערס איז אז אמעריקע וועט עפענען אלאסקע'ס נאטורליכע אוצרות פאר רוסישע קאמפאניס צו גראבן דארטן. אויך איז טראמפ גרייט צו געבן פאר רוסלאנד צוטריט צו די גאר זעלטענע אונטערערדישע מינעראלן וואס וואקסן אין עטליכע טעריטאריעס אין מזרח אוקריינע, און אראפצונעמען טייל פון די סאנקציעס פון גרויסע רוסישע קאמפאניס.
דאס האט טראמפ געזאגט?
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 17, 2025 1:29 am
דורך בודקע
פרעזידענט טראמפ זאגט אז א פייער אפשטעל איז מער נישט אין געים, עס דארף זיין א פעסטע שלום אפמאך, זעלענסקי וועט קומען קיין וואשינגטאן דעם מאנטאג פאר א זיצונג און דאס וועט נאכפאלגן מיט א פרישע פוטין זיצונג אויב אלעס גייט כשורה.
ביים זיצונג אין אלעסקא האט טראמפ איבערגעגעבן א בריוו צו פוטין געשריבן דורך זיין פרוי ווי זי שרייבט דארט איבער די פארכאפטע אוקריינישע קינדער.
פוטין האט ביים זיצונג מסכים געווען צו פריזן די יעצטיגע קאנפליקט פארשטייט זיך נאר אויב אוקריינע וועט זיך ארויסציען פון דאנעצק - א זאך וואס אוקריינע וועט קיינמאל מסכים זיין.
א לאנטש צווישן די אמעריקאנע און רוסישע דעלעגאציעס איז געווארן אפגערופן און פוטין איז צוריק קיין רוסלאנד.
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 17, 2025 1:30 am
דורך בודקע
אין קורצן, טראמפ זאגט אז ס'איז נישט דא קיין דיעל ביז דערווייל.
פוטין זאגט אז עפעס א אגרימענט איז יא דא, טראמפ גייט קודם רעדן מיט זעלענסקי און די יוראפעישע לענדער.
ימים ידברו..
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 17, 2025 1:31 am
דורך בודקע
אנדערער האט געשריבן: ↑מוצש"ק אוגוסט 16, 2025 11:07 pm
בודקע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 14, 2025 3:09 pm
טראמפ וועט אנבאטן פאר פוטין אויל גראבונג רעכטן אין אלאסקע אויב שטעלט ער אפ די אוקראינע מלחמה
ה' עקב פ״ה
טראמפ וויל אפערן פאר פוטין די עקאנאמישע בענעפיטן אים צו מאכן וועלן אפשטעלן די מלחמה אין אוקריינע, און צווישן די אפערס איז אז אמעריקע וועט עפענען אלאסקע'ס נאטורליכע אוצרות פאר רוסישע קאמפאניס צו גראבן דארטן. אויך איז טראמפ גרייט צו געבן פאר רוסלאנד צוטריט צו די גאר זעלטענע אונטערערדישע מינעראלן וואס וואקסן אין עטליכע טעריטאריעס אין מזרח אוקריינע, און אראפצונעמען טייל פון די סאנקציעס פון גרויסע רוסישע קאמפאניס.
דאס האט טראמפ געזאגט?
נישט וואס איך האב געהערט, דזשאסט פאווערד.
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 17, 2025 2:34 pm
דורך בודקע
פרעזידענט טראמפ האט ארויס געשיקט א פרישע מעסעדזש אין וואס ער דערקלערט אז מען האט געמאכט גאר גרויסע פארשריט איבער רוסלאנד
א' ראה פ״ה
טראמפ האט נישט געמאלדן מער דעטאלן, נאר געשריבן אז מענטשען זאלן אויסווארטן פאר די דעטאלן. אין די זעלבע צייט האט אוקראינא'ס פרעזידענט וולאדימיר זעלענסקי אפגעהאלטן א פרעסע קאנפרענץ אין בריסל, וואו ער האט צווישן אנדערע נאכאמאל אפאלירט פאר א פייעראפשטעל, זאגענדיג, אז כדי צו קענען געהעריג פארהאנדלן דארפן די שיסערייען און אטאקעס זיך אפשטעלן. אי-יו קאמישאן פרעזידענט פרוי ליען, וועלכע האט זיך געפונען ביים פרעסע קאנפרענץ, האט אויך גערעדט צו די אנוועזענדע, זאגענדיג, צווישן אנדערע, אז אינטער די געפלאנטע אפמאך קען נישט ווערן ארויף געשטעלט קיין שום באגרענעצונגן אויף אוקראינא'ס מיליטער, אריין גערעכענט אוקראינא'ס קאאפאראציע מיט אנדערע לענדער.
פרעזידענט טראמפ'ס פארשטייער זאגט אז פוטין איז איינגעגאנגן צו לאזן אמעריקא אוועק שטעלן שטאנדהאפטיגע זיכערהייט גאראנטיען פאר אוקראינא
א' ראה פ״ה
וויטקאף זאגט אז מען רעדט דא פון גאר שטארקע זיכערהייט גאראנטיען, ענליך צו 'ארטיקל 5' פון די נאטא אליאנץ, צולייגענדיג, אז פוטין איז איינגעגאנגן אריין צו שרייבן אין די רוסישע געזעץ אז רוסלאנד וועט מער נישט אריין גיין אין טעריטאריע פון אוקראינא אדער סיי וואו אימער איבער אייראפע. ער זאגט אז דורכאויס די סאמיט מיט פרעזידענט טראמפ האט פוטין געמאכט פארשידענע קאנצעסיעס איבער זיין פאדערונג פאר לאנד אויסטוישונגן מיט אוקראינא, זאגענדיג, אז די קרעמלין רעדט יעצט פון לאנד אויסטוישונגן באזירט אויף די יעצטיגע פראנט ליניעס ווי איידער אויף אדמיניסטראטיווע גרעניצן פון איין ראיאן אדער די אנדערע. וויטקאף זאגט אז די טעמע גייט ווערן אויפגעברענגט מארגן ביים אוועל אפיס זיצונג מיט אוקראינא'ס פרעזידענט, און האפענטליך וועט מען קענען דארט אנפאנגן מאכן באשלוסן. וויטקאף האט צוגעלייגט אז כאטש וואס רוסלאנד'ס שטעלונג האט זיך היבש געטוישט פון פריער איז עס נאך נישט גענוג צו קענען אויסהאמערן א פולע שלום אפמאך.
סעקרעטערי אוו סטעיט מארקא רוביא זאגט אז די מעגליכקייט פון א צייטווייליגע פייעראפשטעל אפמאך צווישן אוקראינא איז נישט אראפ פונ'ם טיש
א' ראה פ״ה
כאטש וואס די בעסטע וועג פאראויס איז א פערמענאנטע אפמאך צו ענדיגן דעם מלחמה. רוביא זאגט אז יעדער פארשטייט אז די בעסטע וועג פאראויס איז א פולע אפמאך, אבער אין די זעלבע צייט איז זייער מעגליך אז אינטערוועגענס אהין פעלט זיך אויס א קורץ-טערמיניגע אפמאך כדי צו קענען פארהאנדלן. ער זאגט אז אמעריקא האט שוין מערערע מאל געבעטן אזא געדאנק פון רוסלאנד, אבער צום באדויער זענען די רוסן קיינמאל נישט איינגעגאנגן דערויף.
א גרעסערע גרופע אייראפעאישע פירער זענען ערווארטעט צו קומען מיטהאלטן די מארגענדיגע זיצונג צווישן פרעזידענט טראמפ מיט זעלענסקי
א' ראה פ״ה
צווישן די וועלכע זענען ערווארטעט איז אי-יו קאמישאן פרעזידענט פרוי ליען, דייטשלאנד'ס קאנצלער פרידריך מערץ, ענגלאנד'ס פרעמיער מיניסטער קיר סטארמער, פראנקרייך'ס פרעזידענט עמענועל מעקרון, פרעמיער מיניסטער מעלאני פון איטאליע און נאטא גענעראל סעקרעטער מארק רוטע. די גרעסערע באגעגעניש קומט נאך א פאון געשפרעך וואס זיי האבן געהאט מיט טראמפ ווען ער איז געווען אינטערוועגענס אהיים פון זיין היסטארישע באגעגעניש מיט'ן רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין.
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 17, 2025 6:38 pm
דורך בודקע
פראנקרייך'ס פרעזידענט עמענועל מעקרון ווארענט אז אייראפע מוז בלייבן שטייף אויף רוסלאנד כדי צו פארמיידן פרישע קאנפליקטן אין די צוקונפט
מעקרון זאגט אז אייראפעאישע פירער גיין קיין וואשינגטאן צו פארטיידיגן אוקראינא און צו פארטיידיגן זיך אליינס. ער זאגט אז ער גלייבט נישט אז פרעזידענט פוטין זיכט צו מאכן שלום, אבער ער גלייבט יא אז פרעזידענט טראמפ זיכט שלום און דאס דארף געטון ווערן אויף די ריכטיגע וועג.
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 18, 2025 12:21 am
דורך בודקע
סעקרעטערי אוו סטעיט רוביא זאגט אז סיי אוקראינע און סיי רוסלאנד וועלן מוזן מאכן קאנצעסיעס פאר דיעל
רוביא זאגט אז דער ציל פון די טראמפ אדמיניסטראציע איז אנצוקומען צו א צושטאנד אז אוקריינע זאל קענען אנגיין מיט זייערע לעבנס רואיג און נישט מורא האבן יעדן טאג אז זיי קענען נאכאמאל אינוואדירט און אטאקירט ווערן. דער סעקרעטערי אוו סטעיט האט געזאגט אז אין די זעלבע צייט דארפן רוסלאנד'ס טענות אויך אדרעסירט ווערן און נאכגעגעבן ווערן, אזוי אז די רוסן זאלן נישט שפירן די געברויך פאר ווייטערדיגע אגרעסיווע שריט.
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 18, 2025 11:15 am
דורך בודקע
אוקראינא'ס פרעזידענט זעלענסקי באשולדיגט רוסלאנד אויף דורכפירן אטאקעס אקעגן אוקראינער ציווילע כדי אינטערצוהאקן די געשפרעכן אין וואשינגטאן
זעלענסקי האט זיך באצויגן צו א דראון אטאקע אויף א רעזידענשעל קאמפלעקס אין די שטאט חרקוב, וואס האט געקאסט דאס לעבן פון ווייניגסטענס 7 מענטשען, און א צווייטע אטאקע אין זעפארעיזשע וואס האט אומגעברענגט דריי מענטשען. ער זאגט אז רוסלאנד זעצט פאר מיט איר שרעקליכע מלחמה מאשין וואס פארניכטעט דאס לעבן פון מענטשען, אלעס כדי צו לייגן דרוק אויף אוקראינא און אייראפע און כדי צו שטערן די דיפלאמאטישע ארבייט. זיינע ווערטער קומען עטליכע שעה בעפער ער גייט זיך טרעפן מיט פרעזידענט טראמפ אין ווייסן הויז, א זיצונג וואס גייט ווערן נאכגעפאלגט מיט א זיצונג וואס וועט אריין נעמען די פירער פון ענגלאנד, דייטשלאנד, פראנקרייך, איטאליע, פינלאד, די אי-יו און נאטא. אין בעפארברייטונג צו די זיצונגן האט טראמפ ארויס געשיקט א מעסעדזש אין וואס ער האט געשריבן אז אויב זעלענסקי וויל האט ער דעם מעגליכקייט צו ענדיגן דעם מלחמה מיט רוסלאנד. טראמפ זאגט אז זעלעסנקי דארף אויפגעבן אויף זיינע האפענונג צוריק צו באקומען קריימיע אדער זיך אנשליסן אין נאטא. לויט די פלאן וועלן אייראפאאישע פירער גרייכן דעם ווייסן הויז ארום 12 מיטאג, און ארום 1:00 וועט טראמפ אויפנעמען זעלעסנקי פאר א זיצונג. 2:15 איז אין פלאן אז טראמפ וועט זיך באגריסן מיט אייראפעאישע פירער, און ארום 3:00 וועט ער אריין גיין מיט זיי אויף א זיצונג.
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 18, 2025 1:13 pm
דורך Spa 42
זעלענסקי קומט אן אין עטליכע מינוט צום ווייסן הויז.
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 18, 2025 1:13 pm
דורך Spa 42
אנגעקומען
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 18, 2025 1:14 pm
דורך Spa 42
טראמפ באגריסט זיך מיט זעלענסקי און גיבט אים די האנט.
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 18, 2025 1:14 pm
דורך Spa 42
אריין אין ווייסע הויז
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 18, 2025 1:21 pm
דורך Spa 42
זעלענסקי גיט איבער א בריוו פון זיין ווייב פאר טראמפ.
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 18, 2025 1:22 pm
דורך אינטערעסאנט
בשעת טראמפ מיט זאלענסקי זענען אינעווייניג, קען איינער ביטע ארויפלייגן די ווידיא'ס פונעם באגעגעניש פון טראמפ מיט פוטין??
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 18, 2025 1:22 pm
דורך Spa 42

- צג.png (858.13 KiB) געזען געווארן 169 מאל
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 18, 2025 1:22 pm
דורך Spa 42
טראמפ:
דאס איז נישט מיין מלחמה, דאס איז ביידן'ס מלחמה.
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 18, 2025 1:23 pm
דורך Spa 42
זעלענסקי נעמט פראגעס פון רעפארטער
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 18, 2025 1:24 pm
דורך בודקע
אייראפעאישע פריער האבן אנגפאנגן אנגעקומען צום ווייסן הויז אין בעפארברייטונג צו זייער באגעגעניש מיט פרעזידענט טראמפ
צוערשט איז אנגעקומען נאטא גענעראל סעקרעטאר מארק רוטע, נאכפאלגענדיג מיט אי-יו קאמישאן פרעזידנט ליען און ענגלאנד'ס פרעמיער מיניסטער קיר סטארמער. אין די קומענדיגע מינוטן זענען ערווארטעט די אנדערע אייראפעאישע פירער און אוקראינא'ס פרעזידענט וולאדימיר זעלענסקי. גלייכצייטיג האבן אייראפעאישע באאמטע געמאלדן אז מארגן וועט פארקומען א ווידעא קאנפרענץ צווישן אי-יו פירער צו דיסקוסירן די רעזולטאטן פון די היינטיגע טאג.
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 18, 2025 1:25 pm
דורך Spa 42
טראמפ:
די מלחמה גייט זיך ענדיגן, מ' קען אבער נישט וויסן ווען עס וועט זיך ענדיגן.
איך האב שוין געענדיגט 6 מלחמות... שווערערע ווי דעם...
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 18, 2025 1:26 pm
דורך בודקע
Spa 42 האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 18, 2025 1:25 pm
טראמפ:
די מלחמה גייט זיך ענדיגן, מ' קען אבער נישט וויסן ווען עס וועט זיך ענדיגן.
איך האב שוין געענדיגט 6 מלחמות... שווערערע ווי דעם...
קענסט שיקן א לינק ווי מ'קען מיטהאלטן?
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 18, 2025 1:28 pm
דורך Spa 42
רעפארטער צו טראמפ:
פירסט לעדי האט איבערגעגעבן א בריוו צו פוטין בעטענדיג ער זאל אויפהערן הרג'ענען קינדער, מיינט דאס אז דיין ווייב האלט אז פוטין איז אומגערעכט? וועט זעלענסקי אויך באקומען אזא בריוו??..