כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
שמועות טובות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 407
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
x 1302

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמועות טובות »

שמועות טובות האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 27, 2026 10:42 am
שמועות טובות האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 27, 2026 10:41 am
חוקר ודורש האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 26, 2026 11:48 pm
איך האב גארדע גערעדט מיט אן אלטע חברותא זיינע פון ישיבה, און ער האט נאר גוטע זאכן צו זאגן אויף אים. ער זאגט אז ער איז געווען א מתמיד עצום, און פלאי פלאים פון א מענטש!

קענסט דן זיין אויב ער איז אריינגעפאלן אין א נישט ריכטיגע פלאץ, אבער כולי עלמא מודה אז ער איז געווען א חשוב'ע בחור און יונגערמאן וואס שמו הלך לפניו.

לא בכדי אז הגה"צ אבדק"ק תולדות רפאל קאשוי שליט"א האט אים גענומען פאר אן איידם.

חכמים הזהרו בדבריכם...
אליינס מיטגעהאלטן ווי ער האלט פאר זיין זיידע הגה"צ מפאיע ז"ל היתכן אז ער האט נישט געהאט מער מסירת נפש ביים קריג
היתכן אז ער האט געארבעט שבת ביים קריג וכו' וכו'
וויפיל מאל זיין זיידע קאשוי רב ז"ל פלעגט אים פארהאלטן פארן לערנען אויף א אומריכטיגן דרך האט ער זיך אריינגעפיפן אין אים מלוא חפניים
ווען ער האט געזאגט ה' מלך האט זעכער אינזין געהאט זיין געטשקע 'ארז'
עפעס אנדערש קען איך נישט טראכטן
חוקר ודורש
פרישער באניצער
פאוסטס: 28
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2025 10:01 am
x 97

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חוקר ודורש »

שמועות טובות האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 27, 2026 2:39 pm
שמועות טובות האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 27, 2026 10:42 am
שמועות טובות האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 27, 2026 10:41 am

אליינס מיטגעהאלטן ווי ער האלט פאר זיין זיידע הגה"צ מפאיע ז"ל היתכן אז ער האט נישט געהאט מער מסירת נפש ביים קריג
היתכן אז ער האט געארבעט שבת ביים קריג וכו' וכו'
וויפיל מאל זיין זיידע קאשוי רב ז"ל פלעגט אים פארהאלטן פארן לערנען אויף א אומריכטיגן דרך האט ער זיך אריינגעפיפן אין אים מלוא חפניים
ווען ער האט געזאגט ה' מלך האט זעכער אינזין געהאט זיין געטשקע 'ארז'
עפעס אנדערש קען איך נישט טראכטן
סתם אבי גערעדט. לאז שוין אפ מיט די שנאה לשם שנאה.

זייט מיר מוחל, אבער אויב דו האסט נישט וואס צו זאגן דו מעגסט בלייבן שטיל. ס'נישט דא קיין מצוה צו אויסשפייען שטותים און זיין א טראל, נאר כדי צו זיין אקטיוו אויף די טעמע.
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2150
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3964

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הדסים »

שמואל גפל האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 27, 2026 10:40 am
על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 27, 2026 12:07 am מזל טוב מזל טוב!
איי זכרונות פון יענעם ביטערן פסח...
מ'קען יא אריינגיין, נישט אריינגיין, יא, ניין, יא, ניין,
שמואלי מיט זיין רואיגקייט, מיט מסירת נפש פאר די טייערע קינדערלעך, זאל אים השי''ת באגליקן מיט אז זיס לעכטיג לעבן!
אמן אי''ה ביי יעדעם אויף שמחות
העי.. ביסט נאך דא?

דו ביסט דאך נאך געווען פון אונזערע ערשטע באריכטער..

viewtopic.php?p=141506#p141506
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
שמואל פוקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 305
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
Location: מאנסי
x 3355

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמואל פוקס »

רבותי, נפל דבר בישראל!

היסטאריע איז היינט געשאפן געווארן אויף אידטיש, ווען צום ערשטן מאל אין די היסטאריע, איז די לב-טהור אשכול אנגעקומען צום צווייטן עמוד פון אידטיש. עס איז נאך קיינמאל נישט געווען אזאנס, מיום היות לב-טהור לאשכול מיוחד. אלעמאל ווען מען האט געעפנט אידטיש, איז לב-טהור געווען אויפן ערשטן עמוד.

היינטיגן טאג, ווען אידן האבן געעפנט אידטיש, זענען זיי ערשטוינט געווארן צו זען, אז דער לב-טהור אשכול געפינט זיך נישט אויבן-אן. וויפיל מען האט געמישט אראפ דעם בלאט, האט מען בשום-אופן נישט געקענט געפינען דעם אשכול. נאר בלויז נאכן איבערמישן און עפענען דעם צווייטן עמוד, האט מען געפינען דעם אשכול. דאס האט אפגעקאסט עטליכע הארץ-קלאפענישן ביי עטליכע.

אין אנדערע נייעס ווערט אפגעצייכנט נאך א היסטארישע געשעעניש פונעם היינטיגן טאג. עפענענדיג דאס היים בלאט פון אידטיש, פלעגט שטענדיג ערשיינען אויפן אויבן-אן, ביי די 'מערסט געלייקטע פאוסט', פלעגט מען דארט געפינען אין א ראם, פיר העכסט ראנגיקע געלייקטע פאוסט. ביזן היינטיגן טאג פלעגט אלע געלייקטע פאוסט זיין אינעם אשכול פון 'כת לב-טהור'. היינט, ווען אידן זענען ארויפגעקומען אויפן היים-בלאט פון אידטיש, איז א סקרוך אריבער אין די ביינער, זעענדיג אז בלויז די צוויי אויבערשטע לייקס זענען בעניני לב-טהור, אבער די צוויי אונטערשטע לייקס, געהערן אין גאר אן אנדערע נושא. "עס איז אנדערע צייטן געווארן", האבן אידן זיך געאייסערט איינער מיטן אנדערן, "וואס פארשטייען די היינטיגע יונגווארג"?!

דער טאג איז בלי-ספק א היסטארישער, וואס וועט לאנג געדענקט ווערן צווישן אידן. דאס וועט ווארשיינליך אריינגיין אין די היסטאריע ביכער לתולדות לב-טהור, אז אין דעם טאג פון יא שבט תשפ"ו, איז לב-טהור אנגעקומען בלויז צו דעם צווייטן עמוד אויף אידטיש. דאס וועט אפגעצייכנט ווערן פאר לאנגע יארן צווישן אידן.

צווישן די אלס-ווייסער טוט זיך א שארפע אפהאנדלונג, צי דאס ווייזט אויף אנדערע צייטן בכלליות, דהיינו אז מען מישט שוין אריבער דאס בלעטל און די נושא הויבט שוין אן אראפצוגיין פון טיש, מיט דעם מיינונג שטעלן זיך אוועק פארשידענע שאצער און זאך קענער. ווידער פון די אנדערע זייט שטייען פארשידענע אפשאצער און פארשטייער, וועלכע טענה'ן מיט עקשנות אז דאס איז ווייט אראפ פון טיש, און נאך לאנגע תקופות וועט לב-טהור זיך געפינען אויף די נייעס ביים סאמע אויבן-אן. איי, דאס וואס עס האט היינט פאסירט? - דאס איז טאקע א זעלטענע געשעעניש, אן ערנסטער צופאל וואס האט פונקט פאסירט, אבער בשום-אופן קען דאס נישט אפגעלערנט ווערן אלס אן אנדייטונג אז די נושא איז פארטיג. מען וועט נאך אסאך שטודירן און דערגיין, וואס עס האט געברענגט דערצו אז לב-טהור זאל אנקומען צום צווייטן בלאט, מעגליך אז די יעצטיגע נייעס פון דעם בעפארשטיינדן יב שבט הידוע, האט אביסל בארואיגט דער מצב מיט לב-טהור, אבער פארט איז דאס ווייט נאכנישט קיין געענדיגטע נושא, און די אינטערעסע פונעם המון-עם איז פונקט די זעלבע ווי אמאל. כלל ישראל קוקט נאך מיט שפאנונג, ווי אזוי די ענינים וועלן זיך אויסלאזן אין לב-טהור, און וואס עס וועט זיין דער סוף מיט אלע יוצאים און מענטשן וועלכע האבן דורכגעבראכן די מויערן, מיט געוואלד אדער מיטן אייגענעם ווילן, און ארויסגעקומען פון דארט, זיך איינלעבנדיג בשלום ובשלוה צווישן היימישע אידן.

ימים ידברו!
עסקן נמרץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 165
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 11:36 am
x 989

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך עסקן נמרץ »

הנה מה טוב ומה נעים...
פיילס
IMG_20260128_152542_762.jpg
IMG_20260128_152542_762.jpg (467.55 KiB) געזען געווארן 2421 מאל
IMG_20260128_214919_145.jpg
IMG_20260128_214919_145.jpg (257.92 KiB) געזען געווארן 2421 מאל
ארויסצוהעלפן די לב טהור יוצאים מיט ווארימע סכומים, ווארפט אריין אייער הארציגע נדבה.

https://toirem.org/23423
שעה משחקת לו
פרישער באניצער
פאוסטס: 22
זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 25, 2026 7:31 pm
x 54

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שעה משחקת לו »

וואה וואה איך האב נאך נישט געזען און מיין לעבן אזעליכע איידילע ווארימע נשמות ווי די יוצאי לב טהור יונגעלייטלעך ( די יושבים )
ממש איינץ ביי אייינץ
פון די חברה
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 23, 2025 4:20 pm
x 3

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פון די חברה »

עסקן נמרץ האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 28, 2026 10:20 pm הנה מה טוב ומה נעים...
ווער איז מיט די שטאפענע היט אינדערמיט?
קרני פרה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 293
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 1:06 am
x 1785

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קרני פרה »

פון די חברה האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 3:24 pm
עסקן נמרץ האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 28, 2026 10:20 pm הנה מה טוב ומה נעים...
ווער איז מיט די שטאפענע היט אינדערמיט?
האברך הצדיק ר׳ אלטר יעקב מייזעלס וואס איז זיך מוסר נפש פאר די יוצאים פון די ערשטע טאג אן
שקיעה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 106
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 2:45 pm
Location: Monsey
x 171

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שקיעה »

עסקן נמרץ האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 28, 2026 10:20 pm הנה מה טוב ומה נעים...
אין מילים
אזעלכע לעכטיגע אידישע קינדער
שעה משחקת לו
פרישער באניצער
פאוסטס: 22
זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 25, 2026 7:31 pm
x 54

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שעה משחקת לו »

image000000.jpeg
image000000.jpeg (292.12 KiB) געזען געווארן 1368 מאל
מציץ מן החרכים
אויף וועליכע זאך ווייס איך נישט
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 538
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1144

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

שעה משחקת לו האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 5:23 pm image000000.jpegמציץ מן החרכים
אויף וועליכע זאך ווייס איך נישט
דאס איז געהעריגע גילוי... אבער וואו און ווען?
שקיעה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 106
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 2:45 pm
Location: Monsey
x 171

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שקיעה »

שעה משחקת לו האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 5:23 pm image000000.jpegמציץ מן החרכים
אויף וועליכע זאך ווייס איך נישט
ווער איז דאס?
שעה משחקת לו
פרישער באניצער
פאוסטס: 22
זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 25, 2026 7:31 pm
x 54

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שעה משחקת לו »

יואל ראזנער
שרייב פאוסט