בלאט 613 פון 614

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 19, 2026 7:00 pm
דורך אהא
מסתמא האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 19, 2026 9:03 am
בנצי האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 19, 2026 2:45 am
מענדי שטערן האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 19, 2026 2:28 am א שוידערליכע און האר אויפשטעלנדע רעקארדירונג, צום ערשטן מאל מפורסם פארן ציבור, וואס ברענגט ארויס די מצב פון די יונגע דור אין לב-טהור.

אויפ'ן רעקורדינג הערט מען שניאור זלמן לעווי, וואס האט אנגעהאלטן קשר מיט הרב @שמואל פוקס זייענדיג אין לב-טהור, בשעת ער פלעגט אים רופן כסדר און זיך אויסוויינען אויף זיינע צרות און זיך דורכרעדן מיט אים.

די רעקארדירונג איז א מעסעדזש וואס ער האט געלאזט פאר ר' שמואל, מיט ביטערע בכיות, נאכן דורכגיין א שווערע מצב אין לב-טהור.

די רעקארדירונג ווערט ארויפגעלייגט מיט'ן דירעקטע רשות פון ר' שניאור זלמן לעווי הי"ו.
כָּל אַלְמָנָה וְיָתוֹם לֹא תְעַנּוּן (הוא הדין לכל אדם אלא שדבר הכתוב בהווה לפי שהם תשושי כח ודבר מצוי לענותם, רש"י): אִם עַנֵּה תְעַנֶּה אֹתוֹ כִּי אִם צָעֹק יִצְעַק אֵלַי שָׁמֹעַ אֶשְׁמַע צַעֲקָתוֹ: וְחָרָה אַפִּי כו'
אוי וויי ס'שרעקליך צו הערן.
און נאך ווי האט כביכול אים אויסגעהערט!!! קיין שום טרער איז נישט געגאנגען לאיבוד.

ייש"כ שניאור זלמן הצדיק פארן לאזן מיטטיילן. דו האסט די שכל נישט צו ערלויבן די פאר פארבליבענע פושעים ואכזריים אז זיי זאלן פארלייקענען וואס לב טמא איז געווען. דו געבסט די כח פאר די הייליגע עסקנים צו אפענדיגן די וויכטיגע ארבעט. מיר פארשטייען זייער גוט אז סאיז דיך נישט גרינג צו מיטטיילן די אלע זאכן נאר דו קוקסט אויף די גרעסערע בילד אז די רשעים זאלן נישט קענען לייקענען השמש בצהרים.
די פראבלעם איז נישט די פושעים וואס לייקענען
די פראבלעם איז די כאילו פאר"תם"טע ניקים וואס פראבירען יעדעס מאל איבערפרעגן און מצדיק זיין די רשעים און פרעגן קשיות אויף די עסקנים
"איני מתיירא לא מהפרושים ולא ממי שאינם אלא מן הצבועים העושה מעשה זמרי ומבקש שכר כפינחס"

אין א זייטיגע ענין עס איז נישט אלעמאל א מצוה צו אופבויען סיפורים און פרשנות אויף רשעים ווייל דעמאלטס ווען איינער ברענגט ראיות פארקערט קומען אנדערע און פראבירען לייקענען אמתע פאקטן
ליידער איז דא גענוג און איבעריג אמתע אז מען דארף נישט אנקומען צו דעם והמ"י

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 20, 2026 7:09 am
דורך על פי תורה
ר' אליעזר קרויס

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 20, 2026 9:50 am
דורך להגדיל הטראסק
אונז מעגן זיך איבערקלערן צו די אלע ודל'ס ואכמלס, וד"בס וכו' שפילן נישט קיין ראלע.

אין בין נישט אין הימל, אבער סכ"ס זאגט די גמרא 'בעון נבלות פה צרות רבות וגזירות קשות מתחדשות ובחורי שונאי ישראל מתים'

פילייכט זאלן אונז אלע זיך איבערקלערן יעדער יחיד פאר זיך צו עס איז אים כדאי צו בלייבן אין דעם אשכול וואו מען רעדט אזויפיל פון דעם טראץ נאר מיט קאוד ווערטער.

איך האב געסטאפט דערמיט, נאר נאך די טראגעדיעס פון די לעצטע צוויי טאג שפיר איך פאר ריכטיג צו שרייבן די תגובה דא.

אויב איז דא איינער וואס ממש מוז טון אין די ענינים זאל ער פרובירן צו זיך אויסקריגן פריוואט אויב זיין רב הייסט אים ווי איידער שרייבן דערפון ברבים איינמאל נאכאמאל און נאכאמאל נאן סטאפ.

איך בין נישט אין הימל, אבער אפשר זענען די יעצטיגע שרעקליכע טראגעדיעס א וועיקאפ קאל און עס איז נישט קיין שום בושה ווען מען זאגט פארן אייבערשטן טעיתי און איך גיי מיך טשעינדזשן.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 20, 2026 11:35 am
דורך געדרונגען
להגדיל הטראסק האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 20, 2026 9:50 am אונז מעגן זיך איבערקלערן צו די אלע ודל'ס ואכמלס, וד"בס וכו' שפילן נישט קיין ראלע.

אין בין נישט אין הימל, אבער סכ"ס זאגט די גמרא 'בעון נבלות פה צרות רבות וגזירות קשות מתחדשות ובחורי שונאי ישראל מתים'

פילייכט זאלן אונז אלע זיך איבערקלערן יעדער יחיד פאר זיך צו עס איז אים כדאי צו בלייבן אין דעם אשכול וואו מען רעדט אזויפיל פון דעם טראץ נאר מיט קאוד ווערטער.

איך האב געסטאפט דערמיט, נאר נאך די טראגעדיעס פון די לעצטע צוויי טאג שפיר איך פאר ריכטיג צו שרייבן די תגובה דא.

אויב איז דא איינער וואס ממש מוז טון אין די ענינים זאל ער פרובירן צו זיך אויסקריגן פריוואט אויב זיין רב הייסט אים ווי איידער שרייבן דערפון ברבים איינמאל נאכאמאל און נאכאמאל נאן סטאפ.

איך בין נישט אין הימל, אבער אפשר זענען די יעצטיגע שרעקליכע טראגעדיעס א וועיקאפ קאל און עס איז נישט קיין שום בושה ווען מען זאגט פארן אייבערשטן טעיתי און איך גיי מיך טשעינדזשן.
גם אני מצטרף להנ"ל

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 20, 2026 12:20 pm
דורך Who knows
ניבול פה איז ווען מ'זאגט נישט וד"ל וד"ב ואכמ"ל, אויב נישט איז דיין מעסעדזש זעלבסט ניבול פה

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 20, 2026 6:31 pm
דורך שמואל פוקס
ברכת מזל טוב

להילד החשוב יניק וחכים
דוד ני"ו
בן מרנא ורבנא החכם נר"ו

לרגל יום הלדת שלו

דיינע עלטערן און מחנכים זאלן זען פון דיר אסאך אידיש נחת

מערכת אידטיש

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 20, 2026 6:39 pm
דורך ז'וריקער
שמואל פוקס האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 20, 2026 6:31 pm
ברכת מזל טוב

להילד החשוב יניק וחכים
דוד ני"ו
בן מרנא ורבנא החכם נר"ו

לרגל יום הלדת שלו

דיינע עלטערן און מחנכים זאלן זען פון דיר אסאך אידיש נחת

מערכת אידטיש
צ"ל כמר צמח דוד קלונימוס
וגם לרבות מזל טוב לו ולאחיו כמר שלמה יו"ט חיים אויפן זיך משלים זיין בתורה ועבודה עד כדי כך אז די מלמדים האבן פארלאנגט מען זאל זיי ביידע ארויפשטעלן א כתה, וכך הוה.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 20, 2026 6:43 pm
דורך שמואל פוקס
אה, מחיה צו הערן!

פארוואס דארף אלע נייעס אויף אידטיש זיין נעגאטיווע...?! - אז ס'איז דא אזעלכע גוטע געשמאקע נייעס, פארוואס זאל נישט יעדער הנאה האבן...

חן חן!

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 20, 2026 7:01 pm
דורך על פי תורה
לעכטיגע קינדערלעך!

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 20, 2026 7:03 pm
דורך על פי תורה
אין אנדערע נייעס האט דער חכם נר''ו ב''ה מסכים געווען אז זיינע קינדערלעך זאלן עסן ''אלע מאכלים מיט א היימישע הכשר'', בתנאי אז זיי ווייסן אז אין גווטאמאלא האט מען טאקע נישט געמעגט וויבאלד עס איז נישט געווען שייך צו האבן אלעס בתכלית הכשרות, משא''כ אין אמעריקע וואו עס וואוינען טויזנטער היימישע יודן איז יא שייך צו האבן אלעס בתכלית הכשרות.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 20, 2026 8:06 pm
דורך אהא
על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 20, 2026 7:03 pm אין אנדערע נייעס האט דער חכם נר''ו ב''ה מסכים געווען אז זיינע קינדערלעך זאלן עסן ''אלע מאכלים מיט א היימישע הכשר'', בתנאי אז זיי ווייסן אז אין גווטאמאלא האט מען טאקע נישט געמעגט וויבאלד עס איז נישט געווען שייך צו האבן אלעס בתכלית הכשרות, משא''כ אין אמעריקע וואו עס וואוינען טויזנטער היימישע יודן איז יא שייך צו האבן אלעס בתכלית הכשרות.
בעזהשי"ת וועט דאס זיין די אנהייב פון זיין גאנצע צוריקערן צו ערליכע אידן
און בקרוב ממש וועט ער הייסען זיינע טעכטער קומען קיין אמעריקא זיי זאלען נישט דארפען האבען חששות אויף וואס זיי עסן

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 20, 2026 11:58 pm
דורך מקשין העולם
ז'וריקער האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 20, 2026 6:39 pm צ"ל כמר צמח דוד קלונימוס
וגם לרבות מזל טוב לו ולאחיו כמר שלמה יו"ט חיים אויפן זיך משלים זיין בתורה ועבודה עד כדי כך אז די מלמדים האבן פארלאנגט מען זאל זיי ביידע ארויפשטעלן א כתה, וכך הוה.
דער טאטע האט אויך געלערנט אין אונזערע מוסדות.

נחמן דער חכם האט געלערנט שנת תשנ"א אין די סאטמארער תלמוד תורה אין בארא פארק אין כתה ח' ביי הרה"ח ר' אברהם ווייס שליט"א פון ווימ"ס, ער האט געהייסן דעמאלטס די בעסטע קאפ פון זיין כתה, אזוי האט עכ"פ געהייסן, [ס'האט דאכציך מיר אויך געהייסן אז מחמת זיין אזויגערופענעם גוטן קאפ איז ער א כתה העכער. בין נישט זיכער]. הרה"צ ר' נתן שליט"א האט אויך געלערנט אין דעם ת"ת. דאס איז געווען נאר פאר א שטיקל תקופה.

וואס איז געווארן פון דעם גוט קעפל...

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 21, 2026 8:53 am
דורך ז'וריקער
מקשין העולם האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 20, 2026 11:58 pm
ז'וריקער האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 20, 2026 6:39 pm צ"ל כמר צמח דוד קלונימוס
וגם לרבות מזל טוב לו ולאחיו כמר שלמה יו"ט חיים אויפן זיך משלים זיין בתורה ועבודה עד כדי כך אז די מלמדים האבן פארלאנגט מען זאל זיי ביידע ארויפשטעלן א כתה, וכך הוה.
דער טאטע האט אויך געלערנט אין סאטמאר.

נחמן דער חכם האט געלערנט שנת תשנ"א אין די סאטמארער תלמוד תורה אין בארא פארק אין כתה ח' ביי הרה"ח ר' אברהם ווייס שליט"א פון ווימ"ס, ער האט געהייסן דעמאלטס די בעסטע קאפ פון זיין כתה, אזוי האט עכ"פ געהייסן, [ס'האט דאכציך מיר אויך געהייסן אז מחמת זיין אזויגערופענעם גוטן קאפ איז ער א כתה העכער. בין נישט זיכער]. הרה"צ ר' נתן שליט"א האט אויך געלערנט אין דעם ת"ת. דאס איז געווען נאר פאר א שטיקל תקופה.

וואס איז געווארן פון דעם גוט קעפל...
זייער אינטרעסאנט צו הערן.

די קינדער לערנען גראדע נישט אין סאטמאר

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 21, 2026 12:01 pm
דורך Think and Thank
איזוב האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 19, 2026 12:18 pm
איסתרא בלגינא האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 19, 2026 11:06 am
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 19, 2026 10:26 am

עס איז אפשר א ביסל מאדנע און נישט איינגעפירט,
אבער וואס איז אזוי שרעקלעך וועגן זאגן ווידוי מיט אַ צעבראכן הארץ?!
איך האב געהערט פון ערגערע זאכן דארט..
אויב דו זאגסט וידוי וייל סאיז דיר איינגעפאלן, איז דאס זייער שיין, זייער חשוב, און ס'וייזט אוף א התעוררות.
אבער אויב איז דאס וייל איינער האט מחליט געווען דיר אראפ קלאפן, האט דאס נישט מיט שיינקייט מיט התעורורות א שייכות.
אפילו ווען ס'הערט זיך מיט א געשמאקע קול אזויוי ביי די רעקארידירונג.

ולא עוד, זאגן וידוי ברבים איז אן ענין חמור מאוד. אפילו אין בית המקדש האט מען זיך מתודה געווען שטיל יעדער פאר זיך. כ'מיין אז די סאמע איינציגסטע פלאץ זייט מתן תורה וואו מען פלעגט פארלאנגען אז א יחיד זאל זאגן וידוי ברבים איז ל"ט.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 21, 2026 12:09 pm
דורך מקשין העולם
Think and Thank האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 21, 2026 12:01 pm
ולא עוד, זאגן וידוי ברבים איז אן ענין חמור מאוד. אפילו אין בית המקדש האט מען זיך מתודה געווען שטיל יעדער פאר זיך. כ'מיין אז די סאמע איינציגסטע פלאץ זייט מתן תורה וואו מען פלעגט פארלאנגען אז א יחיד זאל זאגן וידוי ברבים איז ל"ט.
וידוי ברבים איז א פראבלעם נאר אויב מען האט באמת געזינדיגט, חציף עלי מאן דמגלי חטאי', אבער אויב מען האט נישט געזינדיגט [גארנישט געטוהן ראנג], דאן איז נישט קיין פראבלעם.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 21, 2026 2:44 pm
דורך שמואל פוקס
כפי ידיעתי (אין דעם פאל), איז דאס נישט געווען ברבים, כלומר ס'איז נישט געווען קדם עם ועדה.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 21, 2026 5:40 pm
דורך איסתרא בלגינא
Think and Thank האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 21, 2026 12:01 pm
איזוב האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 19, 2026 12:18 pm
איסתרא בלגינא האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 19, 2026 11:06 am

עס איז אפשר א ביסל מאדנע און נישט איינגעפירט,
אבער וואס איז אזוי שרעקלעך וועגן זאגן ווידוי מיט אַ צעבראכן הארץ?!
איך האב געהערט פון ערגערע זאכן דארט..
אויב דו זאגסט וידוי וייל סאיז דיר איינגעפאלן, איז דאס זייער שיין, זייער חשוב, און ס'וייזט אוף א התעוררות.
אבער אויב איז דאס וייל איינער האט מחליט געווען דיר אראפ קלאפן, האט דאס נישט מיט שיינקייט מיט התעורורות א שייכות.
אפילו ווען ס'הערט זיך מיט א געשמאקע קול אזויוי ביי די רעקארידירונג.

ולא עוד, זאגן וידוי ברבים איז אן ענין חמור מאוד. אפילו אין בית המקדש האט מען זיך מתודה געווען שטיל יעדער פאר זיך. כ'מיין אז די סאמע איינציגסטע פלאץ זייט מתן תורה וואו מען פלעגט פארלאנגען אז א יחיד זאל זאגן וידוי ברבים איז ל"ט.
דא אין דעם אשכול, האט איינער געשריבן אז ער האט געזען מיט זיינע אייגענע אויגן ווי מען האט קינדער אראפגעווארפן די טרעפ צוויי שטאק,
עס איז געווען מלקות עד זוב דם,
חרמות ונידויים משך גאנצע יארן
אפשיידונג פון די שטוב און קינדער
עלילות, השפלות וכו' וכו'
איז חאפן התפעלות פון עפעס א מאדנע וידוי אין מיטן א מיטוואך?!..

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 21, 2026 5:53 pm
דורך מסתמא
איסתרא בלגינא האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 21, 2026 5:40 pm
Think and Thank האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 21, 2026 12:01 pm
איזוב האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 19, 2026 12:18 pm
אויב דו זאגסט וידוי וייל סאיז דיר איינגעפאלן, איז דאס זייער שיין, זייער חשוב, און ס'וייזט אוף א התעוררות.
אבער אויב איז דאס וייל איינער האט מחליט געווען דיר אראפ קלאפן, האט דאס נישט מיט שיינקייט מיט התעורורות א שייכות.
אפילו ווען ס'הערט זיך מיט א געשמאקע קול אזויוי ביי די רעקארידירונג.

ולא עוד, זאגן וידוי ברבים איז אן ענין חמור מאוד. אפילו אין בית המקדש האט מען זיך מתודה געווען שטיל יעדער פאר זיך. כ'מיין אז די סאמע איינציגסטע פלאץ זייט מתן תורה וואו מען פלעגט פארלאנגען אז א יחיד זאל זאגן וידוי ברבים איז ל"ט.
דא אין דעם אשכול, האט איינער געשריבן אז ער האט געזען מיט זיינע אייגענע אויגן ווי מען האט קינדער אראפגעווארפן די טרעפ צוויי שטאק,
עס איז געווען מלקות עד זוב דם,
חרמות ונידויים משך גאנצע יארן
אפשיידונג פון די שטוב און קינדער
עלילות, השפלות וכו' וכו'
איז חאפן התפעלות פון עפעס א מאדנע וידוי אין מיטן א מיטוואך?!..
יא, עס גיבט אראפ דאס בילד פון די גלות הדעת

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 22, 2026 7:30 am
דורך אין כל חדש
וויכטיגע מעלדונג פון די עסקנים פאר אלע חשובע יוצאי גוטעמאלא:

אויף די בקשה פון רבנים/דיינים וואס האבן שוין ערהאלטן מערערע הילפס רופן, ווילן מיר דא מעלדן פאר איעדעם איינעם, גיי צו א מומחה און דיין שטאט ווי די ביסט, זאל מברר זיין אויף א קרעדיט ריפארט צו זעהן אויב און וואס מען האט אלץ געטון ביי לב טמא מיט דיין נאמען שלא ברשותך, (באמת איז ביי לב טמא נישט שייך די זאך ווי שלא ברשותך, ווייל איעדעם'ס גוף רוח ונשמה איז נכסי קהילה...., ממילא האבן זיי עפ"י הלכה נישט געדארפט פרעגן רשות).

עס איז זייער וויכטיג דאס צו טוהן ווי פריער, סיי צו פארמיידן בעוד מועד אויב קרעדיט קארדס וכדו' איז געניצט געווארן אויף קרימינאלע אקטיוויטעטן און די ביסט נישט שילדיג דערין, כדי צו פארמיידן אז די זאלסט נישט פלוצלינג געוואר ווערן אז די ביסט ח"ו א חלק פון א קרימינאלע אינוועסטיגעישן, און סיי אז די זאלסט דיך נישט דערזעהן פלוצלינג אז די קרעדיטערס הייבן דיך אן נאכצלויפן.

די זעלבע זאך זאל מען גיין מברר זיין ביי אן אקאנטענט אויב לב טמא האט עפלייעט טעקס ריטארן, קאוויד געלטער אויף דיין נאמען. און די קאנאדישע זאלן מברר זיין צו מען האט גענומען קינדער געלט אויף זייער נאמען נאכן פארלויזן קאנאדא.

אויב שטעלט זיך ארויס אז די ביסט א חלק פון די געליטענע, גיי זיי מברר ביי די דיין/רב וואס די ניצט, צו די זאלסט/מעגסט טון עפעס זיך ארויס צו זעהן פון די פלאנטער, אונז עסקנים קענען און די נושא גארנישט ארויס העלפן.

צו פארשטיין געבן פאר די סתם ערב רב אידן.

"איינע" פון די זאכן וואס מען געטון ביי לב טמא צו האלטן די מענטשן פארשפארט נישט צו קענען פארלויזן די קולט אן זייער וויסן, איז געווען דאס אוועק נעמען, און האלטן ביי זיך אלע דאקומענטן פון איעדעם איינעם.

ד.א. איינע פון די גרויסע קאפ ווייטאג וואס די עסקנים האבען געדארפט דילן מיט (הודו לשם אז מען קען שוין שרייבן בלשון עבר), איז געווען אז א איעדע משפחה וואס האט געוואלט ארויס גיין פון גוטעמאלא האט מען געדארפט אנקומען צו די סטעיט דיפארטמענט צו מאכן פרישע פאספארטן, דאס איז געווען ווי באלד איעדער איינער האט געמוזט איבערגעבן די דאקומענטן פאר די קולט, אזוי האבען זיי געהאט איעדעם איינעם'ס דאקומענטן, ליידער ליידער שטעלט זיך ארויס אז דאס איז געניצט געווארן אויף נאך א מטרה, צו דעקן די גרויסע הוצאות אויפצוהאלטן די קהילה, וויל למשל די שוחד וואס מען האט געדארפט צאלן פאר די לאקאל סענטא ראזא שופטים, MP, און PGN, און טיקעטס אוועק צו לויפן ווען די ציונים קומען אוועק כאפן די לב טמא קינדער...., וכו' וכו'. טטטטטטעות......, עס איז געגאנגען נאר צו קויפן "מטרנה", אדער פאר מענטשן און שפיטאל, צו סתם אזוי צו קויפן עסן פאר די גאנצע קהילה.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 22, 2026 1:10 pm
דורך חלא בר חמרא
@אין כל חדש עס איז דא היימישע אדוואקאטן דאהי אין ברוקלין וועלכע זענען שטארק בקי אינעם פעלד (ליידער...), ר' אהרן ווערצבערגער שמ'ט אלס מומחה, און ס'דא נאך פיינע חברה.

כמו כן, איז דא עסקנים וועלכע זענען שטארק עקספעריענסד אין דעם פעלד ליידער, און האבן שוין ארויסגעזעהן הונדערטע אידן פון די סארט פלאנטער.

אלזא, ביטע לייג ארויף א רשימה לטובת היוצאים א רשימה פון עסקנים און אדוואקאטן, בתודה מראש.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 22, 2026 3:08 pm
דורך אורך ימים
עס זענען נאך דא קינדער אין שעלטער?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 22, 2026 3:38 pm
דורך ברוך אברהם
אורך ימים האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 22, 2026 3:08 pm עס זענען נאך דא קינדער אין שעלטער?
צוויי

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 22, 2026 7:09 pm
דורך על פי תורה
ברוך אברהם האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 22, 2026 3:38 pm
אורך ימים האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 22, 2026 3:08 pm עס זענען נאך דא קינדער אין שעלטער?
צוויי
איין מיידל ווערט 18 אין די קומעדיגע פאר וואכן, און וועט אי''ה ארויסגיין בקרוב.
די אנדערע וועט ליידער דארט בלייבן, אליין מיט 50 ספאנישע שמוציגע גוים.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 22, 2026 9:31 pm
דורך שקיעה
על פי תורה האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 22, 2026 7:09 pm
ברוך אברהם האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 22, 2026 3:38 pm
אורך ימים האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 22, 2026 3:08 pm עס זענען נאך דא קינדער אין שעלטער?
צוויי
איין מיידל ווערט 18 אין די קומעדיגע פאר וואכן, און וועט אי''ה ארויסגיין בקרוב.
די אנדערע וועט ליידער דארט בלייבן, אליין מיט 50 ספאנישע שמוציגע גוים.
ווי אלט איז די צווייטע מיידל?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 22, 2026 9:54 pm
דורך על פי תורה
שקיעה האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 22, 2026 9:31 pm

דוכט זיך 15