בלאט 605 פון 614
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 12, 2026 5:56 pm
דורך שמואל פוקס
איך דערקען נישט די קול. דאס איז נישט יעקב נחום, נישט די חכם, נישט מאיר יששכר, נישט יואל (אפשר אפשר אפשר, א האלבע מחשבה'לע, אז דאס איז אפשר יואל ראזנער, אבער ער איז נישט אין תפיסה, און ס'איז אויך נישט ממש זיין קול.)... ווער איז עס יא?
אויך די אקצענט זאגט אויס אז עס איז נאכגעמאכט. הגם דער רעדנער האט זייער פיין נאכגעמאכט דער אקצענט פון לב-טהור, און אפילו דעם לשון. ער הויבט אן מיט "אלע טייערע ברידער און שוועסטער, וואס מאכן מסירת נפש פאר די אויבערשטער", וכן הלאה. עס קומט אים א מאדאל דערפאר. אפילו די שטאטערן האט ער נאכגעמאכט, (א זאך וואס פיל פון זיי פארמאגן דארט, א ירושה פון דעם פריעדיגן רבי'ן, וועמען זיי מאכן נאך ביודעין או בלא יודעין), אבער ער כאפט זיך ארויס מיט זיין סוד דא און דארט, לדוגמא די שטארקע אמעריקאנער 'ריש', און דער דרוק אויף דער ווארט "נפש", בשעת ער זאגט "מסירת נפש", וכן הרבה.
ס'איז לכאורה איינער וואס מאכט נאך די וועג פון רעדן פון לב-טהור... ס'איז קיינער.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 12, 2026 6:27 pm
דורך על פי תורה
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 12, 2026 6:31 pm
דורך בסתר
הרב @שעפעריש איז דאך באקאנט מיט זיינע שיינע AI ווערק
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 12, 2026 6:43 pm
דורך אורך ימים
שעפעריש האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 5:26 pm
איך הער עס שוין איבער צום 6טן מאל און איך קען נישט סטאפן צו לאכן!
אייזן אייזן גוט!
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 12, 2026 6:57 pm
דורך ברוינפן אדער יין
אורך ימים האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 3:06 pm
לב שלם האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 1:19 pm
ביי וועם איז משה יוסל - רי"מ אן איידעם?
ביי להבדיל הגה''צ ר' שמחה ישראל בלום שליט''א אבדק''ק תולדות רפאל קאשוי
להבדיל?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 12, 2026 7:01 pm
דורך אורך ימים
ברוינפן אדער יין האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 6:57 pm
אורך ימים האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 3:06 pm
לב שלם האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 1:19 pm
ביי וועם איז משה יוסל - רי"מ אן איידעם?
ביי להבדיל הגה''צ ר' שמחה ישראל בלום שליט''א אבדק''ק תולדות רפאל קאשוי
להבדיל?
וויאזוי קען איך דערמאנען א יוד וועלעכע שטייט אינטער אזויפיל רציחות, שטיצט חילול שבת און גילו עריות, אינעם זעלבן שורה ווי הגה''צ מקאשוי שליט''א?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 12, 2026 7:22 pm
דורך ברוינפן אדער יין
אורך ימים האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 7:01 pm
ברוינפן אדער יין האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 6:57 pm
אורך ימים האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 3:06 pm
ביי להבדיל הגה''צ ר' שמחה ישראל בלום שליט''א אבדק''ק תולדות רפאל קאשוי
להבדיל?
וויאזוי קען איך דערמאנען א יוד וועלעכע שטייט אינטער אזויפיל רציחות, שטיצט חילול שבת און גילו עריות, אינעם זעלבן שורה ווי הגה''צ מקאשוי שליט''א?
איך פארשטיי דיר זייער גוט. איך האב דיר אפילו גע'לייק'ט.
איך פיר מיך געווענטליך נישט צו זאגן להבדיל צווישן איין יוד און אן אנדערע יוד.
[איך וואלט ענדערש געזאגט להבדיל צווישן "שלמה העלבראנץ" און "משה יוסף ראזנער"]
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 12, 2026 7:25 pm
דורך ברוינפן אדער יין
► Show Spoiler
quote=הורקנוס post_id=235067 time=1768180652 user_id=2246]
נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 11, 2026 7:10 pm
ווי איז די ריקארדינג?
קומט ממש צו לאכן (אדער צו וויינען) ווי ער פארהאנקעט זיך אגאנצן צייט בפרט בשעת'ן זאגן די "דברים היוצאים מן הלב"
עס דערמאנט פון רעקארדירונגען וואס זענען ארויסגעקומען פון עזה
יא, זייער גוט ארויסגעברענגט!!
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 12, 2026 11:31 pm
דורך מתא מחסיא
אז מען רעדט פון מקורות, איך זוך נאך די מקור אז יודישע טעכטער זענען געגאנגען געקליידעט קאפ ביז פיס שווארץ "אינדערהיים" און אז יודישע טעכטער און פרויען זענען געגאנגען אָן צירונגען בכלל
די זעלבע פרק פון ערביות יוצאות רעולות שטייט אויך פון צירונגען, אויב גייסטו מיט א רדיד אין גאס, גיי מיט אוירינגלעך און בגדי צבעונים אינדערהיים
נאר וואס דען, מען זעהט נעבעך דאס די כסיל בחושך הולך, פון די פארכאפטע כמבואר בעירובין ו:
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 12, 2026 11:32 pm
דורך שמואל פוקס
א בילד פון א תפילת ערבית לעצטנס אין גואטאמאלא.
בעל תפילה - ידידנו הרב משה יוסף מנחם העלבראנץ.
נעבן אים - מרנא ורבנא ריש מתיבתא נר"ו.
פון אונטן (מיט די געהעריגע קליידער) - אני הק'.
נעבן מיר - הרב אברהם יהודא לייבוש מלכא הי"ו.
אונטער מיר - הרב יו"ט ליפא יואל ראזנער הי"ו.
נעבן דער בעל-תפילה, זעט מען די בענקל פונעם חכם נר"ו.
נ.ב. דער ביהמ"ד איז נישט אויפן אמאליגען ארגענעלן ארט. עס געפינט זיך היינט אויף די אויבערשטע שטאק, וואו עס פלעגט אמאל זיין דער תלמוד-תורה.
(עפעס גייט נישט דורך די בילד - ווער עס קען מסדר זיין די בילד, עס זאל זיין ראוי ארויפצולייגן, קען זיך ווענדן צו מיר.)
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 12, 2026 11:35 pm
דורך על פי תורה
מתא מחסיא האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 11:31 pm
אז מען רעדט פון מקורות, איך זוך נאך די מקור אז יודישע טעכטער זענען געגאנגען געקליידעט קאפ ביז פיס שווארץ "אינדערהיים" און אז יודישע טעכטער און פרויען זענען געגאנגען אָן צירונגען בכלל
די זעלבע פרק פון ערביות יוצאות רעולות שטייט אויך פון צירונגען, אויב גייסטו מיט א רדיד אין גאס, גיי מיט אוירינגלעך און בגדי צבעונים אינדערהיים
נאר וואס דען, מען זעהט נעבעך דאס די כסיל בחושך הולך, פון די פארכאפטע כמבואר בעירובין ו:
און וויאזוי האט מען אויסגעריסן די הייליגע מנהג וואס ווערט נאך דערמאנט אין די תוה''ק אז פרויען זאלן גיין מיט א נאז-באנד?!!!
אויב גייט מען ווי אמאל (און נישט מיט מסורה פון גדולי האחרונים) זאל זיך יעדע פרוי דארט אנטון א נאז-באנד, אבער שוין!
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 12, 2026 11:40 pm
דורך שמואל פוקס
קודם פרעג צי מען גייט דארט בכלל צירונגען...
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 12, 2026 11:43 pm
דורך מתא מחסיא
חאצקיל האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 1:16 pm
ווער האט פשט אין מסכת שבת דף סה. ערביות יוצאות רעולות.
רעולות.jpg
לאמיר לערנען, וכל אדם אלא "שדברו חכמים בהוה"
איז פשט קלאר הייסט, אז נאר די ערביות פלעגן גיין רעולות און מדיות פרופות, נו איז מען אזוי געגאנגען אין בבל? מען איז געגאנגן מיט בגדי צבעונים דאס איז קלאר
אין ארץ ישראל איז מען אזוי געגאנגען? אין ארץ ישראל ווייסט מען איז מען געגאנגען מיט בגדי פשתן
איז טאקע די משנה די מקור פאר די קליידער???
פארדעם דארף מען מסירות נפש???
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 12, 2026 11:44 pm
דורך מתא מחסיא
שמואל פוקס האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 11:40 pm
קודם פרעג צי מען גייט דארט בכלל צירונגען...
שוין געטראכט אמאל, אויב גייט מען מיטן סודרא אפשר זאלן די מענער גיין מיט א טבעת שיש בו חותם?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 13, 2026 12:16 am
דורך קרני פרה
מתא מחסיא האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 11:43 pm
חאצקיל האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 1:16 pm
ווער האט פשט אין מסכת שבת דף סה. ערביות יוצאות רעולות.
רעולות.jpg
לאמיר לערנען, וכל אדם אלא "שדברו חכמים בהוה"
איז פשט קלאר הייסט, אז נאר די ערביות פלעגן גיין רעולות און מדיות פרופות, נו איז מען אזוי געגאנגען אין בבל? מען איז געגאנגן מיט בגדי צבעונים דאס איז קלאר
אין ארץ ישראל איז מען אזוי געגאנגען? אין ארץ ישראל ווייסט מען איז מען געגאנגען מיט בגדי פשתן
איז טאקע די משנה די מקור פאר די קליידער???
פארדעם דארף מען מסירות נפש???
טאקע פארוואס גייט מען נישט אין לב טהור פרופות? די משנה איז דאך מעיד אז די אידישע טעכטער פלעגן אזוי גיין אין מדי?
זעט אויס אז דוקא פון די אראבער נעמט מען….
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 13, 2026 12:21 am
דורך מענדי שטערן
על פי בקשת ר' @שמואל פוקס האב איך פארראכטן די בילד, אז עס זאל ארויפגיין דא אויף אידטיש....
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 13, 2026 12:23 am
דורך שמואל פוקס
א גרויסן יישר כח ר' מענדל.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 13, 2026 12:26 am
דורך בוכהאלטער
לדעתי קומט זיך א ייש”כ פאר @חאצקיל פארן דא אריין ברענגען א תורה’דיגע אטמאספער.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 13, 2026 12:35 am
דורך מתא מחסיא
טייערע ברודער פון לב טהור, תנ"ך קענט איר דאך אביסעלע, לאמיר אנהייבן פשוט פשט, ענק זאלן מיר זאגן וואס איז די תירוץ אויף די מקורות
שמות ג' כ"ב
וְשָׁאֲלָ֨ה אִשָּׁ֤ה מִשְּׁכֶנְתָּהּ֙ וּמִגָּרַ֣ת בֵּיתָ֔הּ כְּלֵי־כֶ֛סֶף וּכְלֵ֥י זָהָ֖ב "וּשְׂמָלֹ֑ת" וְשַׂמְתֶּ֗ם עַל־בְּנֵיכֶם֙ וְעַל־"בְּנֹ֣תֵיכֶ֔ם" וְנִצַּלְתֶּ֖ם אֶת־מִצְרָֽיִם
שווארצע קליידער???
שמואל ב' אה כ"ד
בְּנוֹת֙ יִשְׂרָאֵ֔ל אֶל־שָׁא֖וּל בְּכֶ֑ינָה הַמַּלְבִּֽשְׁכֶ֤ם שָׁנִי֙ עִם־עֲדָנִ֔ים הַֽמַּעֲלֶה֙ עֲדִ֣י זָהָ֔ב עַ֖ל לְבוּשְׁכֶֽן
שווארצע קליידער???
תהילים מ"ה י"ד
כׇּל־כְּבוּדָּ֣ה בַת־מֶ֣לֶךְ פְּנִ֑ימָה מִֽמִּשְׁבְּצ֖וֹת זָהָ֣ב לְבוּשָֽׁהּ
שווארצע קליידער???
משלי ל"א כ"ב
מַרְבַדִּ֥ים עָֽשְׂתָה־לָּ֑הּ שֵׁ֖שׁ וְאַרְגָּמָ֣ן לְבוּשָֽׁהּ
שווארצע קליידער???
משלי ל"א כ"ה
עֹז־וְהָדָ֥ר לְבוּשָׁ֑הּ וַ֝תִּשְׂחַ֗ק לְי֣וֹם אַחֲרֽוֹן
שווארצע קליידער???
למעשה, מסירות נפש פאר???
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 13, 2026 12:54 am
דורך אין כל חדש
און ווייטערדיגע אנטוויקלונג בנוגע דאס ארויס קומען קיין אמעריקא פון משפחת ר' ניסן י.י. מלכא.
ווי שוין געמאלדן דא אפאר וואכן צוריק איז ר' ניסן ומשפחתו איינגעגאנגען מיט די הילף פון די עסקנים, אריין צו נעמען צו זיך און שטוב א קליין בעבי, וואס איז געווען אן קיין עלטערן און גוטעמאלא, אלעס כדי דאס קינד זאל נישט אנקומען דורך די טשיילד פראטעקשן און שעלטער, איז אזוי ווי ר' ניסן האט שוין בס"ד געקענט פאריגע וואך ארויס גיין קיין אמעריקא, נאך די אומגעהוירע שווערע געלט און כוחות וואס די עסקנים האבן אריין געלייגט, איז אבער די בעבי נאך נישט געווען ערלויבט צו פארלויזן גוטעמאלא.
נאכן דן זיין וואס מען זאל טון, אויפהאלטן ר' ניסן און גוטעמאלא האבן די עסקנים בשום אופן נישט געוואלט, איז נאר שייך געווען אז מען זאל צוריק געבן די בעבי און גוטעמאלא צו די טשיילד פראטעקשן, וואס דאס מיינט אריין לייגען די בעבי און שעלטער, איז ר' ניסן ווייטער אנטקעגען געקומען די עסקנים און מסכים געווען אז ער מיט זיין שטוב וועלן ארויס גיין קיין אמעריקא פארגאנגענעם ליל שישי מיט די בעבי, און כדי די טשיילד פראטעקשן זאל דאס מסכים זיין, וועט ר' ניסן לויזן זיינע אייגענע צוויי קינדער בלייבן און גוטעמאלא אלץ א משכון ביז מען קומט נאך אלע ליגאלע פארלאנגען פון די טשיילד פראטעקשן בנוגע די בעבי.
היינט מאנטאג האבן די עסקנים שווער געארבעט בס"ד מסדר צו זיין אלע געריכטליכע פאפירן פאר די בעבי, אזוי אז ר' ניסן'ס צוויי קינדער גייען זיך יעצט בס"ד הייבן און גוטעמאלא צו קומען קיין אמעריקא צו זייערע עלטערן.
עס מוז ארויס געברענגט ווערען דא די מסירות נפש פון העסקן הדגול, בכל לבבו נפשו ומאודו, וואס איז געבליבן מיט די צוויי קינדער פון ר' ניסן איבער שבת ביז יעצט, זיי ארויס צו ברענגן קיין אמעריקא צו זייערע עלטערן

- Image 2026-01-13 at 12.03.00 AM.jpeg (354.14 KiB) געזען געווארן 825 מאל
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 13, 2026 1:18 am
דורך אין כל חדש
מענדי שטערן האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 13, 2026 12:21 am
על פי בקשת ר' @שמואל פוקס האב איך פארראכטן די בילד, אז עס זאל ארויפגיין דא אויף אידטיש....
לשאלת רבים, דער וואס שטייט אינגאנצן און די בעק איז די חתן רבי די מנוול יואל בן משה יוסף ראזנער.
וואס איז מעגן משה'לע ראזנער, און לויזט עם נישט ארויס גיין קיין אמעריקא, צוריק צו זיין בענקעדיגע ווייב און קינד, אלעס פאר זיינע שמוציגע מעשים שא"א לפורטם...., עד מתי????????? ווי לאנג נאך וועסטו מטמא זיין אידישע קינדער??????? וויפיל נאך אידישע קינדער וועסטו אומגליקליך מאכן "ברוחנית" אויף זייער גאנצע לעבן??????? נעם שוין אראפ דיינע טמא'נע הענט פון די רבונו של עולם'ס טייערע קינדערליך.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 13, 2026 3:18 am
דורך קרני פרה
כפול
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 13, 2026 3:19 am
דורך קרני פרה
אן בריוו פון א קינד
הארצרייסענד!
בס"ד
טייערע באליבטע טאטע און מאמע שיחי'
איך שרייב צו ענק פון טיפעניש פון הארץ נאכן דורכגיין די פיין פון זיין חדשים לאנג אין שעלטער, איך קען צו ענק נישט רעדן ווייל מיין יונג הארץ דערהייבט נישט זיך צו מצמצם זיין און נעמען די כוחות צו עפענען די ווייטאגליכע שמועס מיט ענק, איך קען אבער נישט שטיל בלייבן און ליידן ווייטער, ממילא האב איך געבעטן איינעם אפצושרייבן מיינע ווערטער און מחשבות, איך האף טייערע טאטע און מאמע אז מיינע ווערטער וועלן אנקומען צו דיר און עפענען דיין הארץ, דו גייסט מיר אוודאי פרעגן צו איך האב עס געהייסן שרייבן און איך זאג ענק אז איך גיי זאגן אז נישט און איך וויל בלייבן א חלק אין די חבורה, איך וויל ענק ח"ו נישט מצער זיין, איך האף מיינע ווערטער וועלן האבן א השפעה אויף ענק און ענק וועלן אליינס מאכן די החלטה
לאמיר אנהייבן, איך בין א יונג קינד געבוירן און אויפגעוואקסן אין די חבורה, איך האב געהאט חדר ביז צו דעם ביטערן פרייטאג וואס מען האט אונז ליידער גענומען אין שעלטער, אונז זענען אדורך געגאנגען די גיהנום מיטן זיין אפגעטיילט פון טאטע מאמע און די גאנצע משפחה, ב"ה אז יעצט זענען מיר די משפחה צוזאמען, אבער איך האב נישט קיין חדר און מיינע שוועסטער האבן נישט קיין מיידל חדר, איך וויל אזוי שטארק שטייגן בתורה ויראת שמים, רוב פון מיינע חברים גייען אין א געהעריגע חדר און האבן א געהעריגע מלמד מיט חברים זייער יארגאנג, זיי קענען לערנען און שטייגן, פארוואס טייערע טאטע און מאמע האב איך נישט די זכי' צו זיין די זעלבע?
מען האט אונז אויסגעלערנט אלעמאל אז מען דארף האבן מסירות נפש פאר די אייבערשטער, טייערע טאטע מאמע, ווי איז ענקער מסירות נפש? ווען גיי איך שוין קענען גיין אין חדר? ווען גיי איך שוין האבן חברים? ווען גייען מיינע טייערע געשוויסטער האבן חבר'טעס און לערנען?
פארוואס דארף איך זיצן און ווארטן אויף די מינוט וואס מיין משפחה גייט מאכן דעם טויש? איז מיין תורה, מיין געזונט נישט אזוי חשוב ביים אייברשטען ווי די משבצות זהב?
איך שפיר ווי איך האלט עס מער נישט אויס, פארוואס איז טאטע מאמע אזוי פאר'עקשנ'ט אויף די פרטים? איז נאר דאס טאקע די גאנצע יודישקייט?
איך פארשטיי אז מען דארף האבן ביטול צו די זקנים און מען טאר נישט ח"ו מהרהר זיין אחרי רבו, אבער עס שטימט פשוט נישט מיט די תורה, א רבי קען נישט זאגן אנדערש ווי די תורה, דאס מערסטע וואס איך לערן שוין אויף וויפיל מיין קאפ איז דערביי איז קוים א שעה צוויי א טאג, מיינע חברים זיצן אין חדר און לערנען 6-8 שעה, פארוואס קען איך נישט זיין אזוי ווי זיי?
טאטע, מאמע, איך וויל באמת פארשטיין, איך ווייס איך בין נאך יונג, אבער פארוואס האב איך יעצט מסירות נפש? פארוואס פארליר איך מיינע טייערסטע יארן? ענק זענען מיר מחזק אז עס גייט זיין גוט, אבער מיינע אויערן האבן דאס שוין געהערט זייט מען האט אונז גענומען אין שעלטער, די מציאות ווייזט אז עס איז נישט דא קיין וועג צו צוריק האבן א חדר אזוי ווי אונז האב מיר געהאט, עס איז דא צוויי ברירות, איינס ענק זאלן האבן מסירות נפש און די גאנצע משפחה זאל זיך טוישן קליידער, און איך און מיינע געשוויסטער וועלן גיין געהעריג אין א וועלטליכע חדר אזוי ווי מיינע חברים, און אויפוואקסן עהרליכע יודישע קינדער אזוי ווי טאטע מאמע'ס אמת'דיגע רצון איז, און די צווייטע ברירה איז אז איך זאל ווייטער נישט גיין אין חדר, לערנען פריוואט א שעה צוויי, נישט האבן קיין חבירים און אויפוואקסן ליידער אן עם הארץ, יא עס קען זיין איך וועל בלייבן א עהרליכע עם הארץ, אבער עס שטייט שוין אין די משנה אין בור ירא חטא ולא עם הארץ חסיד
טייערע טאטע מאמע, מיין הארץ איז צוריסן אז איך שרייב ענק אזעלכע ווערטער, איך וואלט דאס קיינמאל נישט געשריבן ווען נישט איך זעה מיר אין די ביטערע מצב, איך וויין צו ענק, האטס רחמנות אויף מיר און מיינע געשוויסטער, אונז ווילן זיין געזונטע עהרליכע לעכטיגע יודישע קינדער, הערט אונזער וויי געשריי און טוט וואס איז ריכטיג פאר אונזער משפחה
א קינד
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 13, 2026 7:39 am
דורך על פי תורה
יעצט איז די שמחה בשלימות!
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 13, 2026 7:48 am
דורך על פי תורה
אינטערעסאנט אז דאס זענען די סאמע ערשטע אייניקלעך פונעם בעל ויען שאול ארויסצוקומען קיין אמעריקע