בראקען האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 07, 2024 5:59 pm
אמת האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 07, 2024 4:41 pm
באזונדער איז קאמיש, ווי ער שפאצירט ארום, אויף דינע בענדלעך, איין מינוט, איז די פעלדער געזעץ א חורבן, די צווייטע מינוט, איז שוין ממש נישט דא קיין גזירה, נאר מיר טאנצן נישט והיא שעמדה, ווייטער, איז דא א גזירה מיר פירן א מלחמה אין קארט! און דערנאך ווידער, די וואס פירן א מלחמה, גייען מיט א ציניסטישע אידילאגיע אז מען שטעלט זיך נישט צו די רעגירונג.... נישטא ווער סזאל לאכן.
גאר קאמיש... פאר די אנדערע צד.
ער איז שיין מסביר בטוב טעם ודעת אלעס שטימט און איז שארף ווי א גלאטע שוחט מעסער!
די אלע שקרים וואס דו, ניק בלי שם. פראבירט צו פארקויפן דא איז ווינציגער ווי א חספא בעלמא נאר ענדערש אזוי באגלייבט ווי דיינע תגובות ביז אהער..
איך האב גארנישט מגזם געווען וואס איך שרייב דא, האט ער ווירקליך געזאגט, ער איז געפלויגן אהין און צוריק, ווי א פארסמטע מויז, און געווארפן סטעיטמענטס אויף אלע זייטן,
ארויסשטעלן מיט א נאמען איז נישט קיין בלענק טשעק אז וואס מען זאגט איז טאקע די ווארהייט
עס איז גארנישט געשען אז מען מען האט אים ארויפגעלייגט אויף א ליין און געלאזט זאגן וואס ער וויל אן צווישן רופן עס ווערט נאך נישט תורת משה
אדרבא אנשטאט ארויפקומען איינמאל און נאכמאל מיט די אויסגעדראשענע, פראזן, פון גלייבן עסקנים און זיך פארלאזן אויף מענטשן מיט נעמען ביטע ענטפער צום דבר!