Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 8:23 pm
די אדרעס איז 79 quaker hill rd
קעמפ מאנרא האט אפשר א אייגענע עירוב אבער נישט קיין שייכות מיט אנדערע עירובין ...מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 11, 2024 5:53 pmנישטא קיין עירוב דארט???...
כ'מיין צו פרעגן אז ביי פעני קט. איז נישט דא קיין עירוב??וזה ברור האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 11, 2024 5:56 pmקעמפ מאנרא האט אפשר א אייגענע עירוב אבער נישט קיין שייכות מיט אנדערע עירובין ...
פעני קט. האט אויך א אייגענע עירוב אבער פון דארט ביז קעמפ מאנרא ......מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 11, 2024 5:57 pmכ'מיין צו פרעגן אז ביי פעני קט. איז נישט דא קיין עירוב??
איך רעד פונעם גאנצן געגענט ארום פעני קט.וזה ברור האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 11, 2024 5:58 pmפעני קט. האט אויך א אייגענע עירוב אבער פון דארט ביז קעמפ מאנרא ......מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 11, 2024 5:57 pmכ'מיין צו פרעגן אז ביי פעני קט. איז נישט דא קיין עירוב??
סאיז דא א גרויסער עירוב אין די געגענט, גראדע איז פעני קט. נישט מחובר דערצו דערווייל, אבער ווי געשמועסט איז דאס זייער ווייט פון קעמפ מאנראמיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 11, 2024 5:59 pmאיך רעד פונעם גאנצן געגענט ארום פעני קט.וזה ברור האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 11, 2024 5:58 pmפעני קט. האט אויך א אייגענע עירוב אבער פון דארט ביז קעמפ מאנרא ......מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 11, 2024 5:57 pm
כ'מיין צו פרעגן אז ביי פעני קט. איז נישט דא קיין עירוב??
וויס איך נישטוזה ברור האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 11, 2024 6:11 pmסאיז דא א גרויסער עירוב אין די געגענט, גראדע איז פעני קט. נישט מחובר דערצו דערווייל, אבער ווי געשמועסט איז דאס זייער ווייט פון קעמפ מאנרא
וועלכע וועד? אז יענע משפחות וועלן זוכן צו האבן א עירוב וועלן זיי מאכן א אייגענע וועד.מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 11, 2024 6:12 pmוויס איך נישט
אבער לכאורה גייט די וועד העירוב בקרוב לייגן א עירוב ווייל עס ציען זיך אהין א שיינע פאר משפחות!!!
מזל טוב צו דיין 200'טע פאוסט!!!יאנטשי האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 11, 2024 6:19 pmוועלכע וועד? אז יענע משפחות וועלן זוכן צו האבן א עירוב וועלן זיי מאכן א אייגענע וועד.מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 11, 2024 6:12 pmוויס איך נישט
אבער לכאורה גייט די וועד העירוב בקרוב לייגן א עירוב ווייל עס ציען זיך אהין א שיינע פאר משפחות!!!
בד"וו, ביס וואו האבן פעני קארט איינוואוינער געזאלט מאכן א עירוב? 10 מייל ארום?
דו כאפסט וואס דו שרייבסט דא?מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 11, 2024 6:21 pmמזל טוב צו דיין 200'טע פאוסט!!!יאנטשי האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 11, 2024 6:19 pmוועלכע וועד? אז יענע משפחות וועלן זוכן צו האבן א עירוב וועלן זיי מאכן א אייגענע וועד.מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 11, 2024 6:12 pm
וויס איך נישט
אבער לכאורה גייט די וועד העירוב בקרוב לייגן א עירוב ווייל עס ציען זיך אהין א שיינע פאר משפחות!!!
בד"וו, ביס וואו האבן פעני קארט איינוואוינער געזאלט מאכן א עירוב? 10 מייל ארום?
10 מייל פון ווי???
ביטע איבערגעבן פאר די קאמיטע וואס געבט זיך אפ דערמיט די איידיע אז אפשר זאל מען אריינבויען אין דיינינג רום אריינגעבויעטע פשוטע-אבער-קלאסישע קלאזעטס מיט שעלפס פאר זילבער און ספרים מיט גלאזענע טירן און אין די שלאף צימערן א שפע פון אריינגעבויטע קלאזעטס מיט שעלפס, הענגערס, און לעדלעך, אז מען זאל נישט דארפן (און נאך בעסער אויב מען וועט נישט "קענען") לייגן קיין געקויפטע בלוטיגע פוירניטשוער. אזוי וועט מען שיסן צוויי פויגל מיט איין שאס. אפארדעבל דירות פאר די פארפאלק, און שפארן צען צוואנציג טויזענט דאלאר ביים חתונה מאכן.שמח האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 07, 2024 10:47 pm 1000037994.jpg
ביים רבינס מיטינג מאנטאג תרומה נאכ'ן קהלא קדישא, האט מען גערעדט פון אסאך אישוס און אסאך לעזונגען. פון די גרעסטע אישוס אויפ'ן טיש איז געווען חתן כלה רענטעלס וואס איז עכט א דיזעסטער וואס מ'זעט עס ווערן נאר ערגער. די שוועריקייט צו טרעפן בכלל, די פרייזן וואס מ'צאלט, און דאס דארפן אנקומען צו עלטערן'ס הילף פון א טאג נאך די חתונה ווייל די וועידזשעס דעקן ניטאמאל די רענט.
ווען מ'האט גערעדט פון די שרעקליכע פרייזן צו קויפן דירות איז דער עיקר גרעסערע לעזונג געווען אנגעוויזן אויף אנעקסעישן וואס דער רבי וויל מ'זאל לייגן געוויסע תנאים פאר יעדן וואס וויל אריינקומען אינעם ווילעדזש, וואס מ'האט דן געווען וויאזוי און וואס, אבער דאס אידעך על העתיד.
לעזונגען אויף יעצט איז געווען עטליכע קלענערע געדאנקען, אריינגערעכנט דעם רבינס געדאנק פון ביליג-געבויטע דירות, און נאך. אבער צווישן אנדערע איז ארויפגעקומען די איידיע פון בויען א ריזיגע קאמפלעקס פאר "ביליגע חתן כלה דירות". ס'איז געווען א ווילדע בייפאל פון איין זייט, צום ערשטן מאל אין קרית יואל בויען 6 שטאקיגע בנינים מיט לאנגע האלוועי'ס (הגם ס'איז שוין דא כמעט אזא אויסשטעל ביי די נייע דירות פון MYLU אויף ליזענסק, אבער דא רעדט מען פון גיין פולי מיט א צעמענטענע געביידע און א קאמערשל עלעוועיטאר, כמובן שיין אהערגעשטעלט מיט אלע געברויכן, אבער פון די צווייטע זייט האט זיך דער עולם זייער צוגעכאפט אז ס'וועט זיין א מורא'דיגע סערוויס פארן ציבור און א לעזונג אויף א ברענעדיגע דירות אישו.
שטילערהייט גערעדט איז עס אויך אסאך גרינגער צו באשטימען דוקא פאר חברי הקהילה, ווערסעס ביים "קויפן" וואו ס'איז דא אנדערע סארט שווערערע געזעצן ואכמ"ל, און אז ועד הקרי' זאל דא צושטעלן די ממש לעצטע-פארבליבענע שטחים, און פיינענשל שטייען זיי בכלל נישט אזוי גוט יעצט, איז עס מער צום הארצן ווען ס'איז געאייגנט טאקע פאר די וואס שיקן די קינדער אין די מוסדות וכו'.
דער רבי האט זיך זייער צוגעכאפט דערצו אז דעיס זאל זיין דער ערשטער דורכברוך אין די נושא, און געהייסן מ'זאל "שוין היינט" אנהייבן טון דערין און באשטעלן פלענס און זען צו ס'קען ארבעטן. מ'האט טאקע געמאכט א גאר שנעלע ארבעט און אהערגעשטעלט די פלאן, און דער רבי האט געהייסן ארויסגיין דערמיט בפועל, און דא זעמיר יעצט. די פלענס גייען ליגן אין היימשטאט די וואך, און ס'איז שוין געווארן אויפגענומען א טיעם אנצופירן מיט אינפראסטרוקטור, טראגן די פלענס צו אינדזשענירונג, פערמיט'ס פון די סטעיט, סיקרע, פלענינג באורד, אא"וו. די טיעם איז עדוענסד בילדערס, ר' משה יצחק גראס און ר' וואלף בער וויזענפעלד.
די פלאן אנטהאלט 6 בילדינגס, יעדע בילדינג האט בערך 150 קליינע ביליגע רענטאל דירות, און ועד הקרי' גייט זוכן אינוועסטאר'ס אבער אויף א וועג אז זיי בלייבן בעה"ב צו קענען האלטן די פרייז ביליג, נישט אז אינוועסטאר'ס זאלן עס קענען מיט די צייט אויפהייבן.
צווישן אנדערן האט מען אריינגעלייגט כוחות אינעם דעזיין אז - טאקע אנדערש ווי בעדפארד גארדענס... - אלע דירות זאלן האבן א פארטש מיט א כשרע סוכה. די העכערע שטאקן דירות זענען אביסל קלענער, כדי זייער פארטש זאל זיין העכער יענעמס בעדרום אנשטאט העכער יענעמס פארטש. אויך האט מען אויסגערעכנט די פארקינגס וויפיל מ'דארף אזא פראדזשעקט פון נאר אינגע אינגעלייט, ס'איז נאך תלוי בספק, אבער מ'רעכנט אז בערך האלב פון די איינוואוינער זאלן האבן א פארקינג סלאט.
דא גייט דארף זיין א ספעשל געזעץ טויש אז די בנינים זאלן קענען זיין 6 שטאק ארויס פון דער ערד, 2 שטאק מער ווי די אלגעמיינע דירות. אבער פון צעמענט וועט עס עניוועי מוזן זיין ווייל אזוי איז די סטעיט געזעץ פאר אזא הייעך.
איינע פון די איידיעס דערפון איז, אז מ'האפט אז ס'וועט אויך אפעקטן די דזשענעראל רענטאל מארקעט, אויב חתן כלה דירות וועלן ווערן אזוי ביליג אי"ה. און, ס'איז דא א פאטענשל אז ס'וועט אויך נידערן די רייץ פון אינוועסטארס צו "קויפן" דירות דאהי פאר אינוועסטמענטס, און אויטאמאטיש מאכן ברייטער די מארקעט פון קויפן דירות צום וואוינען.
לגבי סוער איז דעיס א חלק פון די וועסט ברענטש אויף וואזס מען ארבעט שוין, און כהאב פארשטאנען אז יעצט נאך פסח גייט מען שוין גראבן דערפאר.